האש שלי! - ניגוני ברסלב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ביטע האלטן דער אשכול צי ניגוני ברסלב.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ביטע האלטן דער אשכול צי ניגוני ברסלב.

וואס איך האב געלייגט איז נישט געווען ברסלובר ניגונים?
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חסידא ופרישא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ביטע האלטן דער אשכול צי ניגוני ברסלב.

וואס איך האב געלייגט איז נישט געווען ברסלובר ניגונים?

מ'האט אייך שוין אמאל מסביר געווען... ביטע זיך האלטן צים ענין
מ'דארף נישט מער רעדן.

דער תתקבל ניגון איז געוויס אן פארצייטישער ברסלבער ניגון גערופן דער תתקבל ניגון, אנדערע זענען עס מייחס צים מעזריטשער מגיד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח סטאוו יעצט אנגעקומען צודי לעצטע פאר בלעטער מחי' נפשות
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אז מען האט אויפגעברענגט ניגוני מאדז'יץ וואס זענען מפורסם אין ברסלב, איז באקאנט דעם ניגון וואס ר' בנציון ז"ל פלעגט גאר אפט זינגען. ס'איז באקאנט מיטן נאמען יוחנן גלאנטי'ס ניגון
12) ניגון יוחנן גלאנטי אנדערע זינגען עס אויף דרור יקרא

דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך קויפמאן אידלסאן.
(מלחין מפורסם של מודזיץ מ׳ווילנא)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קיסריה האט געשריבן:

אזוי האט טאקע דא איינער געברענגט אנהייב אשכול בשם ר' בנציון שענקער
אין ברסלב האב איך עס אבער נישט געהערט מיט דעם נאמען

כ'דענק אין איינע פון די שמועסן מיט ר' נחמן בורשטיין ז"ל רעדט ער איבער דעם ניגון, ער זאגט פון ווי ר' בנציון אפטער האט עס געברענגט אבער דערמאנט נישט דעם נאמען כמדומני
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די ווערטער זענען טאקע ברסלבער פון ליקוטי מוהר"ן, אבער וואס האט דאס מיט די ניגונים?

מצוה גדולה איז א פולישע ניגון כמדומני (דאכצעך לעלוב)
ר

איך מיין אז זאלסט מברר זיין, איינער א ידען האט מיר פארציילט א נאמען (כ'האב פארגעסן אויף די מינוט) פון א ברעסלאווער חסיד וואס האט געמאכט עטליכע ניגונים, משה אמת, מצוה גדולה, עוז והדר לבושה. די אלע ניגונים איז טאקע אויף אן ענליכע שניט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טראק דרייווער האט געשריבן:

עוז והדר האט מחבר געווען ר' מאיר לייב בלעכער זצ"ל ר' נתן'ס תלמיד, און ער האט זיכער נישט מחבר געווען די אנדערע צוויי ניגונים (אנהייב אשכול האט מען גערעדט פון די מעשה ארום דעם עוז והדר זמר)

משה אמת איז אויכט א פוילישער ניגון (אן די ווערטער פארשטייט זיך) שטארק באקאנט אין ווארקא/אמשינאוו אבער כ'ווייס נישט צי ס'איז זייערס א פארפאסונג.
גראדע אין ברסלב זינגט מען עס אויכט אינעם הייליגן כאיל תערוג ניגון צווישן די שטאטע שטיקלעך

און מצוה גדולה ווי געזאגט איז אויכט כמעט ברור א ניגון פון פוילישע חסידים.

ס'איז כדאי צי אנמערקן אז אין די תקופה פון תר"ס ביז די מלחמה איז געווען א גאר שטארקע מאוומענט פון פוילישע חסידים וואס זענען נתקרב געווארן קיין ברסלב, בעיקר די איזשביצע חדר, ר' צדוק'ס חסידים וכדו' (דערפאר איז נישט געווען קיין גרויסע איזשביצע חצר אין די יארן פארן קריג ווייל רובם זענען געווארן ברסלב, מיין אייגענע השערה..) מערסט באקאנט איז הרה"ק ר' יצחק ברייטער זי"ע הי"ד
די ברסלבע חסידים פון פולין האבן מיטגעברענגט אסאך תנועות, נוסחאות און ניגונים פון פוילין, חוץ פון די באקאנטע מאזשיצע ניגונים וואס ר' בנציון אפטער זצ"ל האט געברענגט זענען פארהאן נאך אסאך פון עטליכע פולישע הויפן פון ווי די חסידים זענען געקומען
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די נוסח התפילה ר"ה קומט אויך פון ר' יצחק ברייטער? ער פלעגט דאך דאווענען פאר'ן עמוד אין ישיבת חכמי לובלין (מנחה ערב ר"ה 2 שעה מיט בכיות נוראות מיט אן אויפגעהויבענע הענט במשך די גאנצע דאווענען).

לכאורה איז די נוסח התפילה נישט פון ר' יצחק ברייטער, ווייל פון די פוילישע חסידים איז נישט צופיל איבערגעבליבן וואס זאלן האבן מקבל געווען די נוסח פון אים, און ער אליין איז נישט געווען צופיל יארן אין אומאן ר"ה (צוליב וואס מען האט נישט געקענט פארן), ממילא לכאורה האט ער געדאווענט ווייטער זיין פוילישע נוסח (מיין השערה), און די נוסח וואס עס איז פארשפרייט אין די וועלט אלס ברעסלאווע נוסח איז פון די ברעסלאווע חסידים פון א"י וואס זיי האבן יא מקבל געווען די נוסח פון אומאן פון די ברעסלאווע משפיעים תלמידי תלמידים פון ר' נתן וואס זענען געקומען קיין ארץ ישראל גלייך פון אומאן, וואס אין יענע געגנט האט מען געדאווענט די נוסח, למשל סקווירא נוסח איז היבש ענליך צו די ברעסלאווע נוסח.

בין איך גערעכט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אזוי ווי דו זאגסט, די נוסח ימים נוראים איז אריגינעל ברסלב, און ס'איז מער ווייניגער די זעלבע ווי אין אלע וואלינע חצרות. די ברסלבע קנייטשן זענען געוויס גאר אלט און גייט נאך צוריק צי תלמידי ר' נתן.

ס'איז דא עטליכע שמועסן פון ר' נחמן בורשטיין ז"ל וואס פארציילט אינטערסאנטע פרטים איבער די השתלשלות הנוסח. כ'דענק עס נישט פינקט אבער כ'מיין ער זאגט דארט איבער צוויי עיקר קבלות אינעם נוסח איינס פון ר' לוי יצחק זצ"ל און די אנדערע דענק איך נישט

כ'האב אבער געהערט אמאל אז ס'זענען דא פארשידענע קנייטשן וואס האט זיך אריבערגעכאפט פון די פולישע חסידים.

אגב ר' נחמן פנחס יארבלום ז"ל וואס איז נארוואס נפטר געווארן האט עולה געווען קיין ארץ ישראל פון פוילין הארט פארן קריג. ציזאמען מיט זיין פאטער ר' מאיר ז"ל, אבער כ'דענק נישט הערן פון זיי איבער נוסחאות און נגינה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זיך אנגעשטויסן אין א ניגון: הניגון שמביל את הצדיקים לגן עדן.
צום ערשט האב איך געמיינט איינער טרייבט ליצנות, זעה איך אבער אז ס׳איז פון ר׳ נחמן.
ווייסט איינער מער איבער דעם ניגון?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

איינס האט געשריבן:זיך אנגעשטויסן אין א ניגון: הניגון שמביל את הצדיקים לגן עדן.
צום ערשט האב איך געמיינט איינער טייבט ליצנות, זעה איך אבער אז סאיז פון ר׳ נחמן.
ווייסט איינער מער איבער דעם ניגון?

"נאר אן ליצנות" האט דער תם געזאגט.

דער ניגון געפונט זיך אינעם אלבום "דעם רבי'נס טיש", דיסק 2, טרעק 6

דאס איז איינע פון די רעקארדירונגען פון די "משלחת אנסקי".

דער ניגון איז מקובל פון הייליגן רבי'ן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאר קורץ...
אפשר אביסל מער דיטעילס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

איינס האט געשריבן:גאר קורץ...
אפשר אביסל מער דיטעילס

דער ניגון איז אנדעקט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק דורך ר' נחום קרלינסקי אין די קיעווע ארכיוון. דער ניגון איז רעקארדירט געווארן דורך א איד ר' שמואל גאסטער אין יארע 1913 למס' אין איינע פון די רעקארדס פון "משלחת אנסקי" אינעם שטעטל דובנא.
אינעם בריוו וואס איז בייגעלייגט ביי די נאטן ווערט דערציילט אז מר. גאסטער האט געהערט דעם ניגון פונעם חזן ר' ירוחם הקטן אין יאר 1880 למס'.
דער חזן ר' ירוחם הקטן האט נאך געקענט רבי נפתלי (דעם רבי'נס תלמיד, דער חבר פון מוהרנ"ת ז"ל. ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות אויף די הבטחה פון תיקון הכללי).
אין ברסלב זענען דא עטליכע ניגונים וואס קומען פון ר' ירוחם, לדוגמא דעם אינטערעסאנטן ניגון אויף "וביום השבת" פון תפלת מוסף, ער איז געווען פון די גרויסע חזנים בימיו.
אויפ'ן צילינדער פונעם פאנאגראף שטייט אין אידיש: "דער ניגון וואס מיט איר באגלייט מען די צדיקים צו גן עדן, מקובל מרבי נחמן מברסלב".
ר' נחמן בורשטיין ז"ל האט באשטעטיגט אז ר' ירוחם איז געווען א ירא שמים און מ'קען זיך פארלאזן אויף אים.

דיסקלעימער: "מ'קען אויסדריקלעך זיין א ברסלבער חסיד אפילו מ'קען נישט דעם ניגון, און אפילו מ'האלט נישט אז ס'קומט טאקע באמת פון רבי'ן".
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח

פאר דיין לעצטע שורה אויב מעג איך צולייגן
מ'קען אויסדריקלעך האלטן אז ס׳קומט פון ר׳ נחמן , אפילו מ׳איז נישט קיין א ברסלבער חסיד....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איינס האט געשריבן:זיך אנגעשטויסן אין א ניגון: הניגון שמביל את הצדיקים לגן עדן.
צום ערשט האב איך געמיינט איינער טרייבט ליצנות, זעה איך אבער אז ס׳איז פון ר׳ נחמן.
ווייסט איינער מער איבער דעם ניגון?

שטויס אים אריין דא
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

איינס האט געשריבן:מ'קען אויסדריקלעך האלטן אז ס׳קומט פון ר׳ נחמן , אפילו מ׳איז נישט קיין א ברסלבער חסיד....

:lol: :lol: :lol:

אלו ואלו וגו׳
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:שטויס אים אריין דא

מאך א סעירטש אויף: הניגון שמוביל את הצדיקים לגן עדן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אשכול איבער רבי ירוחם בלינדערמאן המכונה רבי ירוחם הקטן, ווי געברענגט אויבן איז ער מערסט באקאנט ביי אנ"ש מיט זיין יצירה וביום השבת שני כבשים.

און דא א לינק צי BRESLEV.ORG
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איינס האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:שטויס אים אריין דא

מאך א סעירטש אויף: הניגון שמוביל את הצדיקים לגן עדן

כהאב אים געהערט אויף דעם רבינ'ס טיש
און ס'איז שוין פארשטענדליך פארוואס דאס איז דער ניגון וואס טראגט די צדיקים אין גן עדן
זיי זאגן "מיר ווילן משיח יעצט", טראגט מען זיי אריין אין גן עדן אז זיי זאלן פארגעסן דערפון, כידוע מיטן ישמח משה ועוד
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

געפונען דעם ניגון אויפן געוועב. טאקע א שיינע ניגון

https://1drv.ms/u/s!AqS-ujxnAX3_kvoB935 ... g?e=rIoBd9
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בית המשתה האט געשריבן:א הערליכע ארבייט רב @סטאוו יא פינטא.

אגב, אויף ניגון #33 אודה לקל איז דא 2 גירסאות ווער ס'האט דאס פערפאסט

וועלעכע 2? (כ'מיין ס'איז דא מער...)
אין ברסלב איז מען עס מייחס צי ר' מנחם מענדל ליטוויק ז"ל (א באקאנטע חב"ד חסיד וואס איז געווארן א ברסלב'ער), אבער ס'איז גאנץ קלאר א אלטע וואהלינע ניגון וואס איז צישפרייט געווארן מיט פארשידענע נוסחאות,
וויזניצע איז מסתמא די זעלבע, ווי אויך איז דא א ליטווישע נוסח וואס כ'האב אמאל געהערט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האש שלי! - ניגוני ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טעות, ר' נחמן בורשטיין ז"ל זאגט אז דער ניגון האט געברענגט רבי סענדר טראביצער זצ"ל, אנדערע זאגן אז ר' אהרן קיבליטשער זצ"ל האט עס געברענגט.
דער ניגון פלעגט זינגען ר' הערש לייב ליפעל זצ"ל, ער האט געהאט אין דעם ניגון א מורא'דיגע עבודה און פלעגט עס זינגען לאנגע שעות בשעת התבודדות מיט גרויסע בכיות. ער האט עס געזינגען מיט אייגענע אידישע ווערטער.

----
דער באבובע "געלויבט ביזטו קודשא ברוך הוא, דו ווייסט וואס א יעדער טיט אין הארצן קלערן..." איז אויך אביסל ענליך, כ'בין נייגעריג צי ס'האט א שייכות..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”