ניגונים ארויפצולייגן אויף חנוכה זמירות

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

ניגונים ארויפצולייגן אויף חנוכה זמירות

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 4:13 pm

עס זענען דא אסאך אידן וואס פירן זיך צו זינגען וואס זייער טאטע האט געזינגען ביי די חנוכה זמירות.

איך בין נישט פון די אידן.

איך זוך אלעמאל עפעס א נייע ניגון צו זינגען. (מיין טאטע שליט"א פירט זיך אויך אויף דעם אופן)

אויך בין איך נישט א קאמפאוזער וואס זאל קענען מאכן נייע ניגונים אויף חנוכה זמירות (האסט שוין געטרייט? יא, און סאיז געווען בושות...)

דעריבער עפן איך דעם אשכול אז די חשובע חברים דא זאלן קענען שרייבן וועלכע ניגון מקען ארויפשטעלן אויף די שטיקלעך פון די חנוכה זמירות און ס'זאל גוט שטימען...


למשל נעכטן ביים ערשטן ליכט האב איך אויף מעוז צור געזינגען די טראדיציאנאלע ניגון און נאכדעם האב איך עס איבערגעזינגען אויף די חתן באגלייטן ניגון הידוע.

איינער מיט א גוטע איידיע פאר היינט נאכט?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 4:28 pm

same here

אוועטאר
שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע: דער שיק אינגל

תגובהדורך שמעלקא » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 4:33 pm

ברוך קל עליון פון ר' משה גאלדמאן, גייט אויף יעדע זאך וואס איך האב נאר געטרייט
חתימה:
זהו בלוק של טקסט שיכול להתווסף להודעות שאתה כותב. ישנה הגבלה ל 255 תוים

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 4:35 pm

מקום חותם הבד"ץ

אווער נייט קוגעל
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 4:37 pm

גם אני מצטרף

אייביג געהאט דעם פראבלעם, די וועלטליכע ניגון אויף מעוז צור איז דאך ממש א דיזעסטער.. עס גייט איבער און איבער.. עס איז קיין ניגון
און הנרות הללו בין איך בכלל נישט באקאנט מיט עפעס א ניגון וואס שטימט און זינגט זיך געשמאק..

ממילא ווערט די ציבור געבעטן אריינצוקומען מיט גוטע געדאנקן "לכבוד חנוכה"

ישר כח למפרע

שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

מעוז צור

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:12 pm

כ'האב היינט געזינגען מעוז צור לויטן ניגון פון מזמור לדוד (רב"צ שנקר)

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:28 pm

מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:37 pm

קרייסלער האט געשריבן:מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא

עמער פראבירן אי"ה מארגען
שעקויעך

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:40 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא

עמער פראבירן אי"ה מארגען
שעקויעך

לאמיר וויסן וויאזוי סאיז געלונגען

יונים הייבט זיך אן די שטאטע חזנות פאל
און חשוף איז ווי די צווייטע פאל נחנו או נחנו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:44 pm

קרייסלער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא

עמער פראבירן אי"ה מארגען
שעקויעך

לאמיר וויסן וויאזוי סאיז געלונגען

יונים הייבט זיך אן די שטאטע חזנות פאל
און חשוף איז ווי די צווייטע פאל נחנו או נחנו

טוב מאוד!! דער געדאנק איז מיר געפאלן, אבער איך האב א פראבלעם דערמיט. אין סקווירא פירט מען זיך צו זינגען א לעבעדיגע ניגון אויף חשוף...

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:50 pm

פאלקס ברוך קל עליון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף איינע פון די לחיים טעיפס (נישט ר' משה גאלדמאן) קען גיין אויף אסאך זמירות.
אני הק' האב עס געזונגען אויף ויהי נועם.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:57 pm

מעוז צור. מטוישט ארום יעדע שטיקל א אנדערע טאן. מיט קלענערע קינדער זוכט מען זייערע עידזש ניגונים.
חשוף איז מרדכי'ס. א הערליכער ניגון.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:58 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא

עמער פראבירן אי"ה מארגען
שעקויעך

לאמיר וויסן וויאזוי סאיז געלונגען

יונים הייבט זיך אן די שטאטע חזנות פאל
און חשוף איז ווי די צווייטע פאל נחנו או נחנו

טוב מאוד!! דער געדאנק איז מיר געפאלן, אבער איך האב א פראבלעם דערמיט. אין סקווירא פירט מען זיך צו זינגען א לעבעדיגע ניגון אויף חשוף...

אי משום הא, קענסטו ארויפגיין צוריק צום 'המבדיל' ביי חשוף. הייב אן די חזנות ביי דביר קדשו.

עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:04 am

האב איך געהערט איינמאל ר' יודל ווערצבערגער זינגען אויף חשוף זרוע די ניגון פנה לעלבון פין ר' משה גאלדמאן
לעצט פאראכטן דורך עפרות זהב אום דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך שטים פאר ביידען, ווייל איך האב שוין נישט קיין כח צו פארענטפערן טראמפ, פינטעל!
The point of politics is no longer to settle arguments — it’s to keep them going endlessly

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 1:54 am

המבדיל סאונ"ד געוואלדיג
עלמיר פרובירן במשך יו"ט אי"ה
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 7:38 am

עפרות זהב האט געשריבן:האב איך געהערט איינמאל ר' יודל ווערצבערגער זינגען אויף חשוף זרוע די ניגון פנה לעלבון פין ר' משה גאלדמאן

גראדע פונקט נעכטן ארויפגעלייגט פנה לעלבון אויף אנא בכוח
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 7:46 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:מעוז צור אויף יוסעליס המבדיל איז מרפסין איגרא

עמער פראבירן אי"ה מארגען
שעקויעך

לאמיר וויסן וויאזוי סאיז געלונגען

יונים הייבט זיך אן די שטאטע חזנות פאל
און חשוף איז ווי די צווייטע פאל נחנו או נחנו

טוב מאוד!! דער געדאנק איז מיר געפאלן, אבער איך האב א פראבלעם דערמיט. אין סקווירא פירט מען זיך צו זינגען א לעבעדיגע ניגון אויף חשוף...

אי משום הא, קענסטו ארויפגיין צוריק צום 'המבדיל' ביי חשוף. הייב אן די חזנות ביי דביר קדשו.


בשום אופן! כגיב נישט קיין רשות! די ווערטער פון חשוף מיטן הויכן פאל איז מלא געגועים
אוי חשוף זרוע קדשיך, חשוף זרוע קדשיך, וקרב קץ קץ הישועה
אוי עשה נא נא עשה נא נא עשה נא למען שמך
אוי נאכאמאל: עשה נא נא עשה נא נא עשה נא למען שמך (בחרוז זה אצל התיבות עשה נא למען שמיך נהגו להרים ידים למרום בעצימת עינים כידוע ליודעי חן)
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 8:26 am

אין מונקאטש האב איך געהערט די קווייער זינגט יאסעלע'ס המבדיל אויף מעוז צור. זייער שיין געווען

4g קאפ
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:39 pm

תגובהדורך 4g קאפ » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 8:30 am

ביי די חנוכה ליכט פון מהרא און ווילימסבורג זינגען די קינדער די זמירות אויף אלטע שיינע ניגונים צב"ש זכור פון ר משה גאלדמאן אויף חשוף שיראק רינאק אויף רעות אאז"וו שיינע געדאנקען ארויף געלייגט דורך ר יושע יודא פרמ אין די ווערטער שטימען הערליך מען קען עס הערן אויף קול סאטמאר אדער קויפן ביי קרן שמואל ישעי בד"וו איך האב גהערט פון מורי ורבי ר ישראל דוד שלעזינגער אז די וועלטס ניגון אויף מעוז צור האט מען לויט געוויסע מקורות געזינגען און בית המקדש
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 9:33 am

4g קאפ האט געשריבן:בד"וו איך האב גהערט פון מורי ורבי ר ישראל דוד שלעזינגער אז די וועלטס ניגון אויף מעוז צור האט מען לויט געוויסע מקורות געזינגען און בית המקדש

טערסאנט. ערגעץ האב איך געליינט דא אז ס'דא וואס זאגן אז ס'קומט פון טעיאטער, צו עפעס אזוי.

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 11:08 pm

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:גם אני מצטרף
און הנרות הללו בין איך בכלל נישט באקאנט מיט עפעס א ניגון וואס שטימט און זינגט זיך געשמאק..
ישר כח למפרע

ביים ויחי יוסף מפאפא (מן הסתם היינט אויך) פלעגט מען זינגן א הערליכע ניגון אויף הנרות הללו, אזוי אויך גאר שיינע קאפעליע ניגונים אויף מעוז צור און מזמור שיר חנוכת וואס האט גראדע שטיקלעך וואס איז היבש ענליך צום אלטן בעלזער מזמור שיר חנוכת אבער איז קלאר א אנדערע ניגון.

דאכט זיך אז איינע פון די ניגונים שטאמט פונעם ויגד יעקב.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 11:28 pm

רננו צדיקים זינג איך שוין יארן די באקאנטע תהלים'על ניגון ,אוי תהלים'על תהילימעל דאס הארץ טוט דאס ,זייער פאסיג

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 6:03 am

פאלקס קיך האט געשריבן:רננו צדיקים זינג איך שוין יארן די באקאנטע תהלים'על ניגון ,אוי תהלים'על תהילימעל דאס הארץ טוט דאס ,זייער פאסיג


מיינסט צו זאגן די "אין ערוך" ניגון...
מפתח 'נאר מיט שמחה' אימעיל: bh3503220@gmail.com

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:14 am

אדער יא האט געשריבן:
4g קאפ האט געשריבן:בד"וו איך האב גהערט פון מורי ורבי ר ישראל דוד שלעזינגער אז די וועלטס ניגון אויף מעוז צור האט מען לויט געוויסע מקורות געזינגען און בית המקדש

טערסאנט. ערגעץ האב איך געליינט דא אז ס'דא וואס זאגן אז ס'קומט פון טעיאטער, צו עפעס אזוי.


viewtopic.php?f=18&t=3310&hilit=%D7%90%D7%A8%D7%99%D7%91%D7%A2%D7%A8%D7%91%D7%A8%D7%A2%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%9F+%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%A0%D7%99&start=150
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 6:47 am

קיטשי האט געשריבן:
עפרות זהב האט געשריבן:האב איך געהערט איינמאל ר' יודל ווערצבערגער זינגען אויף חשוף זרוע די ניגון פנה לעלבון פין ר' משה גאלדמאן

גראדע פונקט נעכטן ארויפגעלייגט פנה לעלבון אויף אנא בכוח

האמיר עס געזינגען די לעצטע פאר נעכט און סאיז געוואלדיג, בפרט ווען מזינגט די הויכע פאל אויף די ווערטער ״שוועתינו קבל ושמע צעקתינו״ מיט פארגלייזטע אויגן און די הענטעלך אויסגעשפרייט צום רוכב הערבות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט