לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

סארי סיי כינור וגם ענדע צדיק אבער איך האב אויך געהערט דעם סידי, אבער למעשה מיכאל'ס פריעדיגע סידי'ס זענען געוועזען מאטש מאטש מאטש בעטער
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ממוצע האט געשריבן:ש'כח @כינור! כאטש איך בין נישט פון מיכאל'ס און זיינס גלייכן'ס קלייענטעל, דאך גלייך איך פשוט דיין מוזיקאלישע שפראך.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

יונגערליך #3 - צאן קדשים


יונגערליך, יונגערליך, יונגערליך, צום דריטן מאל.
א פרישקייט, די ערשטע מאל יונגערליך באטיטלט זיך מיט א נאמען, נאכדערצו ׳צאן קדשים׳, וואס קען זיין מער פאסיג.
איז די דריטע אין די יונגערליך סעריע די זעלבע ווי די פאריגע?
לאמיר אריינגיין.

1 שויתי
לחן: הערשי וויינבערגער

די ערשטע פאל איז נישט צו ניי אבער שיין און גוט. די הויעכע פאל איז געוואלדיג! זייער ניי און הארציג. קודאס הערשי. ס׳איז אבער א טעם וריח ניגון, געוויסע וועלן עס גלייכן און פאר געוויסע וועט דאס נישט רעדן.
די אינטרא איז זייער שיין און קלעבט גוט צום ניגון. שיינע סטרינגס און woodwinds. נמש מאכט הערליכע הארמאני.

2 היה
לחן: ר׳ אליעזר קאליש

דאס הייסט א ניגון. ס׳פילט זיך א שלימות. הערליך שיין, ניי, און גוט געבויט. נייע ווערטער, א חידוש פון א בנין.
הערליכע נאסטאלגישע אינטרא! געוואלדיגע מוזיק. נמש האט מיר סורפרייזט. דאס מיינט א פראדוסער, ער האט געהאט א וויזיע ווי אזוי ער וויל די ניגון זאל זיך הערן, נאסטאלגיק, קלאסיש, שלוה׳דיג, און ער האט עס ארויסגעברענגט אויפן בעסטן אופן.

3 ואשא
לחן: פינקי וועבער

פינקי. א קאנאן, א ריז, פון די מתנות פון ג-ט ברוך הוא פאר׳ן דור. די ערשטע פאל איז הערליך! אזוי שיין און בעטעמט. די הויעכע פאל איז אויך שיין. די ניגון הערט זיך אזוי נישט היינטיג. כ׳פיל ווי היימישע מוזיק ווערט פונדאסניי געבוירן נאכ׳ן זיין אונטער די רעדער פאר די לעצטע יאר צענדליג. דאס זענען געווען מיינע געפילן ביים הערן דעם ניגון. 
די מוזיק דינט ערליך די ניגון ווי זיין תפקיד. די אינטרא און אינטערלוד זענען געוואלדיג. ער האט דא שיינע ברעסס שטיקלעך.
4 צאן
לחן:הערשי וויינבערגער

הערשי וויל מאכן א נייע סטייל נגינה? אין מיין לעבן נישט געהערט אזאנס, מען הייבט אן מיט די הויעכע פאל! פאריגע אלבום, ביי לעשות, האט ער כאטש אנגעהויבן מיט׳ן פזמון און אריבער צו אן ערשטן פאל, כאטש ער האט עס נאר גענוצט איין מאל דורכאויסן ניגון. סוף סוף ניגון נאכן אוטרא קומט ער צוריק צום ערשטן פאל פאר א רגע. דא זעה איך אבער א נייע זאך, ס׳פארמאגט אינגאנצן נישט קיין ערשטן פאל… א נייע דערהער. נא נא.
די ניגון איז א געלונגענע, ספעציעל דער פזמון מיר זענען דיינע שאף. זייער ניי און געוואלדיג שיין. די ניגון איז גוט פראדוסד געווארן, שיינע אינטערלוד מעה מעה מעה... 
ער הייבט אן מיט א פאסטוך וואס שפילט אויף א פלוט און רופט זיינע שעפעלעך, פון דארט גייט ער צו זייער א שיינע רייכע אקוסטיק גיטאר. ריין אן צופיל אינסטרומענטן.
די מענער קווייער מאכט דא גארדזשעס שטיקלעך.
די ערשטע יונגל סאלא זינגט גוט! די צווייטע סאלא איז דאך אזוי זיס. ער זינגט אויך ביי קל מלך נאמן. ווער איז די אדולט סאלא? ער שרייבט נישט אין בוקלעט.

5 ר׳ טרפון
לחן: יונה ליפשיץ

פשיהא, א שיינעם ערשטן פאל, נייע ווערטער, גוט געזעצט. די אנהויב פון הויעכע פאל ׳הפועלים עצלים והשכר הרבה׳ איז א באוואוסטע תנועה. ביים ערשטן מאל די הויעכע פאל ענדיגט זיך עס קונצליך, ס׳הערט זיך כאילו ס׳גייט ממשיך זיין, אבער איז נישט, נאר גייט צוריק צו אנהויב. די דריטע פאל איז געוואלדיג! ׳כאפ אריין כאפ אריין׳, ס׳זינגט זיך איבער און איבער. 
ער הייבט אן מיט א שיינעם סאלא Bells שטיקל און ענדיגט דערמיט. שיין! ער האט שיינע percussion אין די ערשטע פאל. כ׳גלייך שטארק די מוזיק אויף די ניגון.

6 מיין זיידע
הערשי וויינבערגער
מוזיק: הערשי גינזבערג

ווען מען הערט א ניגון צום ערשטן מאל און מ׳ווייסט נאך נישט די פולע בילד וואס די מחבר וויל דא אפמאלעווען, זענען די אויערן זייער אפען אויפצוכאפן באוואוסטע תנועות, מען קען זייער שנעל צאמשטעלן אה דאס קען איך פון דא, דאס פון דא, דעי תנועה איז קענטליך, דעי נישט, אא״וו. איינמאל די ניגון איז שוין באזעצט אין קאפ, איז שוין שווערער אויפצוכאפן, ווייל מען זעהט דעם פולן בילד, אלעס שטימט געוואלדיג, און ס׳שפירט זיך ווי ׳ס׳דארף אזוי גיין׳, די פעלער פארן אריין אזוי נאטורלעך איינס אינעם צווייטן אזש ס׳קען זיך דאכטן אלץ איז ניי.
ביים ערשטן מאל הערן האביך ביים הויעכ׳ן פאל געטראכט אז ׳ער הייבט אן מיט מוטי אילאוויטש און ענדיגט אין סקולען… ׳זיידעניו מיין זיידע׳ הערט זיך ענליך צו ׳בנים ובני בנים׳ פון שבת׳דיג, און ׳געהאט אזא קשר אן אייביגן בונד מיט מיר׳ איז סקולען, אויך ביים פזמון למען ידעו איז געווען כמה באוואוסטע תנועות. למעשה נאכן איבערהערן און זעהן דעם פולן בילד קען איך נישט זאגן מער ווי אז הערשי האט דא געבויט א הערליך בנין! שיין, הארציג, ציפט גוט די געפיל, א מעסטערפיעס. 
א קריטיקעלע, כ׳בין נישט קיין חסיד פון ׳נאך איינס׳. דוד לייפער, גראמען דורך הערשי און וועלוול שמעלצער, א 4/4 ballad, נמ״ש סאלא. כאטש האבן זיי עס נישט געלייגט די לעצטע טרעק. ס׳איז נישט ראטזאם צו גורם זיין אז מענטשן זאלן עס נאך פארן הערן פראבירן צוגלייכן צו די ׳באלד׳ ניגון. ס׳איז א געוואלדיגע ניגון טאקע, אבער כ׳וואלט עס אוועקגעלייגט פאר יונגערליך #4, יעצט מאך אנדערשט, א אידישע ניגון אין א 3/4, אדער א לעבעדיגן גאר. עניוועי. די זעלבע זאך איז געווען ביי יונגערליך צוויי ביי די ניגון אשריכם פון משולם. מ׳האט עס צוגעגליכן צו מלוך, און וויבאלד ס׳איז נישט געווען פון זעלבן קאליבאר איז עס געגאנגען א גאנג כאטש ס׳איז באמת א שיינע ניגון.
די גראמען ווי כ׳שטעל מיר פאר, איז ספעציעל קינדער פרענדלי. נישט עפעס קיין טיפזיניגע און קונצליכע גראמען. די מעסעדזש ברענגט ער למעשה זייער שיין ארויס. ס׳ליגט דא א באנטש כוחות. וועלוול איז דאך א מחנך, ווייסט ער ווי איין און ווי אויס.
איידעלע קלאסישע מוזיק דורך הערשי גינזבערג. שטארק הנאה געהאט פון די סטרינג׳ס אינטרא. הלואי הערט מען נאך אזאנע רייכע שטיקלעך אויף אלבום׳ס. איין קאורד האט מיר געמאכט שפרינגען. ביי 5:07 - 5:10 גייט ער פון א B major צו א B flat minor 6 אדער א G Diminished (ס׳איז די זעלבע קאורד פשוט אנדערע inervals), אייזן. (פאר די מוזיקאנטן צווישן אונז, דרוקט F sharp, D sharp ,B, פאר די B major, און פאר די B flat minor 6, דרוקט A sharp ,G ,C sharp.)
די וואקאלן! דוד לייפער קומט אריין שטערקער ווי אלעמאל. ער זינגט פראפעסיאנאל ווי א טרענירטער. הערט ביי 4:09 ווי ער שלענגעלט זיך כזקן ורגיל. נמ״ש זינגט דאך אזוי הערליך שיין. ער זינגט אריסטאקראטיש.

טאנץ
לחן: נפתלי משה שניצלער

אן oldie. א דעבקע. נאסטאלגיק. א הערליכע ניגון! זייער א סמוד ניגון און לייגט אין א גוטע גיסטע. ווידער, די ניגון איז אזוי נישט היינטיג. קוקט אויס ווי פאר פערציג יאר צוריק.
כ׳הער דא עכטע מוזיק, אנדערשט ווי געווענליך ווען ביי לעבעדיגע ניגונים נוצט ער עלעקטראנישע. נמ״ש מאכט דא זייער שיינע מוזיק! הנאה געהאט.
יהושע ראזען פארמאגט דאך אזא ווארימע קול, א מחי׳ אויסצוהערן, ס׳בלענדט זייער גוט אריין.


8 אב הרחמים
לחן: פינקי וועבער
מוזיק: משה לאופער

פינקי. א רעכט חסידישע ניגון. נישט צו ניי, אבער זייער גוט געבויט אויף מער עלטערע תנועות. ווארים, הארציג, בעטעמט, קלאסיש.
קיין גרויסע גאון דארף מען נישט זיין צו הערן לאופער מיט זיינע פידעלעך אנהייבן די ניגון. ער שטעלט אהער א קלאסישן שיינעם אינטרא און אררעינדזשמענט ווי געווענטליך. 

9 המעביר
לחן: אלי׳ ציג
מוזיק: אברמי גורארי

כ׳וועל זאגן די אמת, גלייבט׳ס מיר אז כ׳וואלט געוואלט באשרייבן און שמועסן איבער די עצם קאמפאזיציע, אבער איך קען דעם מלחין גוט, אויף א פערזענליכן אופן, און ס׳איז לא ימלט איך זאל נישט נשפע ווערן פון נגיעות. איך פרוביר זייער צו באשרייבן די ניגונים אביעקטיוו פון א קאלטן מוזיקאלישן בליק אנע אינטרעסן.
ווען א מענטש וועבט א מיינונג אויף א ניגון איז דא אסאך דרויסענדיגע פאקטארן וואס שפילן א ראלע דערביי. כ׳וואלט געהאט חשק צו מאכן אן עקספערימענט מיט א ניגון, לאמיר זאגן מיט פינקי׳ס אב הרחמים, מען זאל עס געבן צו הערן פאר צוויי גרופעס וואס האבן עס נאכנישט געהערט ביז דאן און בעטן זיי זאלן אראפשרייבן זייערע מיינונגען דערויף. פאר איין גרופע זאל מען זאגן בעפאר אז ס׳איז פינקי׳ס א ניגון, און פאר איין גרופע זאל מען זאגן אז ס׳איז הוידענאווע רבי׳ס א ניגון, אדער זאל מען נישט זאגן א נאמען. איך גלייב אז די תוצאה וועט אנדערשט זיין. דאס איז די מציאות. א מענטש ווערט געפערליך שנעל נשפע. איז מעגליך אז מיינע געפילן צו דער דאזיגע ניגון און מיין טעם וריח דערויף איז געבויט נישט נאר צוליב מיין ליבשאפט צו דעם נאר אויך צוליב זייטיגע פאקטארן. ווי אויך כ׳האב שוין געהערט די ניגון פאר די אלבום איז ארויס לאור עולם און ס׳איז ביי מיר אין קאפ אויף ריפיעט שוין די לעצטע שטיק צייט, האב איך נישט יעצט די פרישע פערספעקטיוו וואס פעלט אויס צו אנאליזירן א ניגון. וועל איך לאזן אנדערע עס באזינגען. 
א קריטיקעלע קען מען אבער יא שרייבן..., די ווערטער צום סוף ניגון משה ובני, ישראל לך, איז נישט געזעצט לויט די פשט פון די ווערטער. למעשה, זעה איך אבער נישט אן אנדער וועג ווי אזוי די ווערטער זאל געזעצט ווערן, ווייל דאס איז די איינציגסטע און מערסט ריכטיגע וועג ווי אזוי די תנועה קען גיין. לאו דוקא א קריטיק, נאר א זאך אנצומערקען. אדרבה, כ׳בין טאקע נייגעריג צו איינער ווייסט פון נאך אזאנע פלעצער ווי די ווערטער זענען געזעצט געווארן א טראפקעלע אנדערשט, שלא לפי פשוטו, לטובת די שלימות פונעם תנועה. 
אברמי גורארי! וואט עי סורפרייז. די ערשטע מאל יונגערליך נוצט אים. און ער קומט אריין סאליד ווי אלעמאל! א קלאסישע ביוטיפול אררעינדזשמענט. אהערגעשטעלט א הערליכען אינטרא פארן אינטרא און מיט דעם באנוצט ער זיך ביים אוטרא. ביים אינטרא און ערשטן פאל באניצט ער זיך מיטן איידעלען ukulele. ביוטיפול. ממש א תענוג צו הערן. ס׳איז לכאורה די מערסט קלאסישע אררעינדזשמענט אויפן סידי.
חיים מרדכי פייערווערקער קומט דאך אריין אזוי שיין. און די סאלאס זענען אויך איינס בעסער פונעם צווייטן.

10 זכינו
לחן: הערשי וויינבערגער

הערשי האט געמאכט די ניגון? ס׳הערט זיך נישט ווי זיין סטייל, ס׳הערט זיך מער ווי א נפתלי משה ניגון. כ׳האב די ערשטע מאל עס געהערט, ווי אסאך אירע, דא אויפן וועלטעל ווי שמואלי אונגאר זינגט עס ביי א חתונה. ס׳איז מיר אזאנס געפאלן די ניגון… ס׳פארמאגט אזא מין אומפראפעסיאנאלע געשמאקקייט, ווי ׳ממוצע׳ האט געשריבן הערט זיך עס ווי א ׳יאנטשי׳ ניגון… ס׳הערט זיך ווי א בחור אין ישיבה האט געמאכט א ניגון און די גאנצע ישיבה איז אויף דערמיט און זינגט עס ווען מען קען נאר, ביי חברים׳ס חתונות, פורים, שבתים… די צווייטע פאל, וואס חזר׳ט זיך איבער נאכ׳ן דריטן, איז אייזן!ס׳הערט זיך ספעציעל געשמאק ווייל ״חדש בקר...״ איז געזעצט גענוי אויפן ביט (א אכטעל נאט). ס׳איז אזוי נישט היינטיג די גאנצע ניגון! ס׳קוקט אויס ווי ס׳איז מחובר געווארן אין די זעלבע תקופה ווי ותן בנו און צוה. די דריטע פאל איז נישט צו ניי.
די אינטרא איז געוואלדיג, ער האט דא שיינע ברעסס שטיקלעך.

11 קל מלך נאמן
לחן: שמעון יואל וועבער

די ערשטע פאל איז ביוטיפאל! די ערשטע תנועה פארט אויפן זעלבן מהלך ווי ווען מען זאגט עס מיט די קינדער - ״די רעכטע הענט אויף די צוגעמאכטע אויגן״. ער האט פארוואנדעלט דערפון א הערליכן תנועה וואס פליסט זייער געשמאק און רואיג, ס׳הערט זיך אין אנהויב ווי א ׳לולוביי׳. די ווערטער זענען זייער פיין געזעצט. ס׳איז א חידוש פון א פאל. גראדע הערט זיך ׳׳די רעכטע הענט אויף די צו...׳׳ די זעלבע ווי ׳׳ווען די טאקע קומט אהיים...׳׳ וואס די צאן קדשים זאגן פסח אויפדערנאכט ביי קדש. די צווייטע פאל איז אויך שיין און בעטעמט, טאקע נישט צו ניי, אבער קומט זייער אריין און קאמפלעמענטירט שטארק די ערשטע פאל. די ניגון איז א היינטיגע, אבער איידל.
וואס, יעקב שלמה וועבער זינגט דא סאלא? ביים ערשטן מאל הערן פארן זעהן די קרעדיטס האב איך געמיינט אז ער איז דאס. למעשה האביך נישט ווייט צוגעטראפן, ס׳איז זיין ברודער. זיין שטימע קאליר פארמאגט א שטארקע ענליכקייט צו זיין ברודער׳ס. די יונגל סאלא! פשיהא ער זינגט דאך אזוי מין זיס, צו באלעקן. 
די מוזיק באגלייט אויסנאם פיין די ניגון. זייער א איידעלע ארראנדזשירונג. ס׳קוקט אויס ווי ער האט מורא אריינצוקומען מיט מער אינסטרומענטן. ער באנוצט זיך מיט א שיינעם פיאנא פעטערן דורכאויס׳ן ניגון וואס לויפט ענליך צו די ערשטע פאל. ער הייבט אן דערמיט און ענדיגט דערמיט. ווייס איך אבער נישט פארוואס ער באנוצט זיך מיט א ווירטואלע פיאנא, פארוואס נישט רעקארדירן מיט א עכטן?
א קליינע קריטיקעלע, ביי דיי אינטערלוד ווערט די מוזיק ווילד צו שנעל. אפשר האט ער זיך געפארכט אז מען וועט פארשלאפן ווערן דורך די רואיגע ניגון און רואיגע אינסטרומענטן (ער נוצט די קינדישע בעלל׳ס וואס מען הערט אלס אין קריב פונעם קליינעם), באמבאדירט ער מיט א באמבאסטישע אינטערלוד, קאן זיין. 
.......


wow! קודאס יונגערליך פארן פראדוצירן אזא שיינעם אלבום! נישט נאר האבן זיי נישט אנטוישט, נאר זיי האבן זיך מיט דעם סידי געשטעלט א הויכן באר וואס וועט זיין שווער אריבערצוגיין. ווי האבן זיי פארשאפט אזאנע קאליבאר ניגונים?
כ׳זעה נישט דא קיין איין ׳ניגון וואס איז דא בלויז אויף אנצופולען די אלבום. דא איז יעדע ניגון א יצירה און איז ווערד עקסטער פאר זיך צו זיין אינעם אלבום. נעמט עס נישט פאר גרענטעד. ווייניג אלבום׳ס, אפי׳ פון פאר די מאדערנע תקופה, האבן פארמאגט בלויז ניגונים וואס טויגן.
נישטא וואס צו רעדן די סידי ברענגט אריין יראת שמים אין די קינדער. א רעכט אויסגעהאלטענעם אלבום. וויפיל יאר איז שוין נישט ארויסגעקומען אן אלבום אזאנס וואס עלטערן דארפן נישט טראכטן קיין צוויי פארן אריינברענגן אין שטוב.
........


נמש האט מיך סורפרייזד. ער האט דא ערשט קלאסיגע אררעינדזשמענטס!
נמש איז א געוואלדיגע פראדוסער. א שטארקע כאראקטער מיט א פוטער ווייכע הארץ. ער פארמאגט א זעלטן טיפע פארשטאנד צו ניגונים. ער אנאליזירט ניגונים ביז סעקונדעס. די ניגונים טאקע זענען איינס ביי איינס מייסטערפול. א שטארקע מעלה אין זיין פראדוקציע, מער ווי כ׳האב געזען ביי אנדערע, איז אז ס׳נישטא קיין בארינג מינוט במשך א ניגון, ס׳אלץ דא עפעס ניי.
דא האט ער אנגעטון אפאר היטלעך, מער וויפיל ס׳ליגט געווענליך אויף א פראדוסערס פלייצעס. ער אררעינדזשט און פראדוסט.
צו פונאנדערשיידן די אויפגאבעס פון אן אררעינדזשער און א פראדוסער, א פראדוסער איז די לעצטע ווארט. ער מאכט די החלטות, ער איז די ליעדער אויפן טיעם, ער פארשאפט די ריכטיגע שפילער פאר די ניגונים, און ער דארף ארויסנעמען די בעסטע פערפארמענס פון יעדע שפילער. ער דארף ארויסברענגן די בעסטע וואקאלן פון די נישט אלעמאל מערסט געלונגענע זינגער. דער ארראנדזשירער, שטעלט צאם די מוזיקאלישע עלעמענטן. ער פיגורט אויס אז די ניגון וועט זיך הערן בעסער מיט דעי און דעי אינסטרומענטן, נישט מוזיקאנטן. דאס איז די פרודוצירער׳ס אויפגאבע, צו שאפן די ריכטיגע מענטשן וואס זאלן ארויסברענגן די מערסטע די ארראנדזשירער׳ס כוונה. ער איז די שדכן ווער ס׳זאל זיין די אררעינדזשער פאר וועלכע ניגון און וועלכע מיקסער פאסט די מערסטע צו דעם. יעדע דעסיזשען ליגט אויף אים. ווען די סידי געלונגט, באקומט ער די ווייניגסטע קרעדיט. אויב ס׳געלונגט נישט באקומט ער די גאנצע בלעים און איז די שעיר לעזאזעל.
נמ״ש האט אויף דעם סידי דריי עיקר אויפגאבעס, פראדוסען, אררעינדזשען, און מיקסען. ס׳איז דא אמאל וואס ער האט פיר אויפגאבעס, ער מאכט די ניגון אויך. און צומאל טוט ער אן א פינעפטן היטל, ער זינגט דערויף. דעמאלטס טוט ער אלעס, קאמפאזירן זינגען אררעינדזשען מיקסן און פראדוסען. דאס איז א נייע דערהער אין פראדוקציע ס׳זאל זיין אן אלל אין וואן.
בכלל, מיין איך, אז אין די לעצטע פאר יאר יאר איז ענטשטאנען א רעוואלוציע אין דעם הינזיכט.
ס׳איז א וואן מען בענד, אנשטאט אמאל וואס א פראיעקט איז געגאנגען פון איין האנט צום צווייטן פון איין עקספערט אין זיין פעלד צו א צווייטן עקספערט אין זיין פעלד ביז׳ן פארטיגן פראדוקט, מאכט מען אלעס אליינס. קאמפאזירן, שרייבן, אררעינדזשען, פראדוסען, זינגען, מיקסען, און מעסטערן. מיקסן זעהט מען ווייניגער טאקע מ׳זאל עס אליינס טוהן.
.........


פאר די נעקסטע יונגערליך וויל איך זען סורפרייזעס. אז ענק זענען די פיאנערן פון קוואליטי ניגונים, זייטס אויך אין אנדערע ענינים.
א בנין האבן ענק א מייסטערהאפטיגע. 5 סטאר ניגונים, הערליכע קינדער קווייער, סאלאס, מוזיק וואס ברענגט געוואלדיג ארויס די ניגונים וכו׳. ביים קומענדיגן סידי, באצירט׳ס דעם בנין מיט נייע סורפרייז אררעינדזשערס, א לייב יעקב ריגלער אררעינדזשמענט, א מונה יצירה, א ירון גרושובסקי פיאנע שטיקל, די קינדער אפרישיעטן נישט? די עלטערע יא. איי ס׳געמאכט פאר קינדער? מיר זענען אויך אמאל געווען קינדער…
ס׳איז צייט אינאכט צו נעמען אז די קלייענטעל פון יונגערליך איז גרויסע אייניג ווי יונגע. האסטו געזען ווי די עולם האט בכליון געווארט אויף א ר׳ פישל בייגל סאלא? קינדער ווייסן ניטאמאל ווער ער איז.
ס׳לוינט נישט צו אינוועסטירן ווייל מ׳וועט עס עניוועיס קויפן פאר די קינדער? דאך, אז איר ווילט אנהאלטן אייער הארעוואניע׳דיגען געבויטען רעפוטאציע, און אנהאלטן די שוואונג, ווארפטס אריין ביינדעלעך פאר די עלטערע.
כ׳וואלט געוואלט זען רייכע אדולט סאלאס, ווי שלמה זלמן הורוויץ צו חזן העלפגאט (געוואגט?). ס׳קוקט אויס ווי זיי ווילן דייקא נישט נעמען קיין סעלעברעטי זינגער׳ס, צאלי גאלד האבן זיי געקענט נעמען ווייל ער זינגט שוין נישט א לענגערע צייט... די צוויי וואס כ׳האב פריער דערמאנט זינגען שוין אויך נישט א שטיק צייט איז אפשר ברענגט מען זיי אריין?
אפשר זאל מען שיין אראפזינגען א גאנצע זמירות ווי אויף די אמאליגע טעיפס, ס׳נישט אין סטייל? לערנט אויס די קינדער צו זינגען זמירות, היינט פארמאגן זיי נאר נערווען פאר צוויי פעלעריגע ניגונים. 
יונגערליך טראגט א גרויסע אחריות ווייל אין א געוויסן זין זענען זיי די ברעיקס אויפן מוזיק אינדוסטרי און לאזט עס נישט זיך גליטשן פון בארג. ווען מ׳זעט ווי סוקסעפול און שיין זיי זענען, וויל זיך נאכמאכן. זינגער וועלן וויסן אז די מארקעט איז דארט און וועלן אהין צילן מיט זייער אלבום׳ס.
ר׳ משה ע״ה פלעגט ענטפערן ווען מ׳פלעגט אים פרעגן פארוואס ער אינוועסטירט אזוי אין קוואליטי, ״ווילאנג די ׳יעניגע׳ פארמאגן קוואליטי, דארף אונזער פראדוקציע זיין גענוג גוט זיך צו פארמעסטן מיט זיי.
.........


א שיינעם קריעטיוו בוקלעט אהער געשטעלט. כ׳וואלט געוואלט זעהן צום סוף ווי די ספר פארמאכט זיך… אפשר איז די חשבון געווען צו דעמאנסרירן אז יונגערליך איז ניגונא חיה וקימא.
לגבי קאמפערן צו די פאריגע אין די יונגערלעך סעריע, בעסער ווי די צווייטע איז עס זיכער, ווארום אין דעם סידי איז נישטא קיין בארינג מינוט און על פי רוב איז אלץ נייע תנועות. פאריגע סידי איז געווען איין צוויי וואס זענען נישט געווען אזוינע חידושים. די ניגון וואס האט אויפגעהויבן דעם סידי איז געווען די ׳באלד׳ ניגון.
די ערשטע יונגערליך איז געפארן אין איין סטייל, דא איז עס מער diverse און נישט אלץ אין זעלבן גאנג. דא פארמאגט ער 11 ניגונים אויך ב״ה.
׳דריי מאל איז חזקה׳. זאל זיי די רבש״ע באגיסן מיט עמערס סייעתה דשמיא זיי זאלן ווייטער קענען ארויסגעבן געלונגענע זאכן!
די אלבום איז דעפענעטלי א נאקאוט! ש׳כוח ר׳ יהושע, נמ״ש, און די יונגערליך טיעם.
........


שוין, געליינט ביז אהער? הנאה געהאט? ס׳האט זיך מיר געלוינט די מי נאר פארדעם.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג מאי 31, 2021 2:23 pm, פארראכטן געווארן 10 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Woooooooof
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

כינור שטארק שטארק הנאה געהאט. איטס מאטש אפרישיעטעד!!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

כינור דו ביסט ריזיג!
דו ווערסט בעסער און בעסער...
איך הייב שוין אן ארויסצוקוקן אויף נייע אלבומ'ס נאר כדי צו קענען ליינען דיינע אנאליזן
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Wow wow wow
קומסטעך אריין אזוי קלאר

-------

האקט.. זאגסט גוט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שטארק הנאה געהאט פון דיין גרינטליכע אנאליז! שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

@כינור וואף יו האסטו מיר געמאכט שפרינגן בשעת'ן לייענען דיין ארטיקל, אזויפיל זאכן האב איך געשפירט ביים הערן די אלבוים אבער נישט געקענט אנכאפן וואס ס'שטערט מיר אדער וואס איבעראשט מיר דארט אא"וו נישט געקענט רופן דעם קינד ביים נאמען און דא האסטו מיר אלעס געגעבן ערוך על השולחן מיט אזא ברירות און זאפט, לכאורה איז דאס דיין שטערקסטע אלבום ריוויוא
און דערנאך די אויספיר נאך די ניגונים איבער אלעס וואס קען נוצן תיקון ממש אויסערגעווענדליך!!!

כ'האף אז דו קענסט נוצן א סייד דזשאב ווייל מארגן ווערסטו געהייערט ביי די גרויסע חברה
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

טענקס כינור
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עמערדזשענסי! וויאזוי זאגט מען WOW אויף אידיש?

כינור, א מאסיווע אנאליז, בארירט און ארויסגעשריבן אלעס אויף די מערסט פאזיטיווע אופן שייך. און גוט דורכגעאקערט די ניגונים, וואס זענען טאקע, ווי דו זאגסט, באמבעס יעדע איינס פאר זיך. די גרעסטע חידוש אין די סידי.

פון צווישן די שורות באמערק איך אז אב הרחמים האט דיר נישט אזוי געכאפט, מיר למעשה איז עס פון די בעסטע ניגונים אויפן סידי, סהאט גראד גערעדט צו מיר, ספעציעל די הויעכע פאל.

א דאנק אייך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מאסיוו! ממש מאסיוו!

יישר כח, כינור!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איך האב פרובירט צו קאמפערן פינקי'ס ספר תורה ניגון צו לעכטעלע, ס'גייט אבער נישט! לעכטעלע איז געווען א יצירה נפלאה, די ניגון, די גראמען, די געבוי פונעם ניגון און די ליינס פון די ניגון וואס האט גערעדט סטרעיט צו די נשמה געפילן

די ספר תורה ניגון איז קודם כל די מעשה איז שוין לאנג באקאנט, יונתן שווארץ זינגט עס שוין אין זיין ניגון פון תשב"ר, סא די עצם מעשה איז נישט קיין סורפרייז אדער חידוש

די ניגון איז נישט די טיפיקעל געבוי, קענסט עס נישט נאגכזינגען

די מעשה פארנעמט דריי שורות אבער אויסגעצויגן ביז זייער דין

אתה הראתה לדעת איז א הערליכע תנועה אבער איז נישט באהאפטן דירעקט צום ניגון פארדעם און נאכדעם

בקיצור, נאוט גאינג קרעזי אווער איט

מיין ברודער
איך וואלט ארויסגענומען בלויז די פזמון אלקא דמאיר ענני, א הערליכע ווארעמע קאמפאזציע פול מיט געגועים
) די ווערטער הייליגע ברודער און הייליגער טאטע איז פשוט נישט ארט אפילו פאר עמעשאנעל ברדוער ניגון)

וזאת התורה דערמאנט מיך פון יונתן שווארץ קאסעטעס, שיין און קלאסיש

שפאלער זיידע
פינקי האט אונז גענומען פאר א רייד, און יעצט ווי גייט מען ווייטער מיט דעם?

די אנדערע ניגונים איז איינס שענער פונעם צווייטן אנצופילן אן אלבוים

גראדע די שטיינער ניגון איז פון איין זייט עפעס נישט אבער די גראמען איז הערליש, שוין אפגרעדט די פזמון א שטיין נאך א שטיין

דאס איז מיין פראספעקטיוו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

כינור, א געבוירענע ליטוואק... גרונטליך ביזן תהום, נישטא קיין ווערטער...
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קרייסלער האט געשריבן:איך האב פרובירט צו קאמפערן פינקי'ס ספר תורה ניגון צו לעכטעלע, ס'גייט אבער נישט! לעכטעלע איז געווען א יצירה נפלאה, די ניגון, די גראמען, די געבוי פונעם ניגון און די ליינס פון די ניגון וואס האט גערעדט סטרעיט צו די נשמה געפילן


דער וואס הייבט אן קאמפערן דעם אתה הראת ניגון האט נישט זוכה געווען נהנה צו זיין פונעם ניגון.

יעצט זעץ זיך אראפ און הייב אן צו הערן 'א נייע ניגון' אן קיין דמיון צו גארנישט (אזוי ווי איך האב געטוהן נאכן ווערן אנטוישט...) איך זאג דיר וועסט'צעך מחיה זיין!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן:עמערדזשענסי! וויאזוי זאגט מען WOW אויף אידיש?

כינור, א מאסיווע אנאליז, בארירט און ארויסגעשריבן אלעס אויף די מערסט פאזיטיווע אופן שייך. און גוט דורכגעאקערט די ניגונים, וואס זענען טאקע, ווי דו זאגסט, באמבעס יעדע איינס פאר זיך. די גרעסטע חידוש אין די סידי.

פון צווישן די שורות באמערק איך אז אב הרחמים האט דיר נישט אזוי געכאפט, מיר למעשה איז עס פון די בעסטע ניגונים אויפן סידי, סהאט גראד גערעדט צו מיר, ספעציעל די הויעכע פאל.

א דאנק אייך!


דעם ערשטן מאל כ׳האב געהערט אב הרחמים איז געווען אין די ימי הספירה ביי וויענע דינער אין בארא פארק ווי ר׳ יהושע ראזען האט אנגעפירט א קינדער קווייער מילדי הת״ת. הערנדיג עס אזוי רוי און נישט פראפעסיאנאל, האט מיר אויסגעזעהן אז באלד יעדע תנועה אינעם ניגון קען איך פון ערגעץ און כ׳בין געבליבן סטאק מיט דעם פירסט אימפרעשאן. למעשה איז די הויעכע פאל געוואלדיג שיין און ניי. ס׳איז א ביוטיפול ניגון, איך בין נאר שטעקן געבליבן מיט מיין מושכל ראשון.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

כינור! זיך צום באלעקן!!
איך בין נישט אזא גרונטליכער אויסהערער, ממילא ווען איינער זאגט מיר וואס מ'דארף הערן איז עס שטארק עפרישיערעד...

-
כ"וויל נישט צוטירן דיין גאנצע מעשה, אבער אביסל הערות והוספות:

1 שויתי. די געדאנק פון עפענען דעם סידי מיט וואקאלס איז גאונות! אבער ווי דו זאגסט, א שאד אז ס'איז אזוי אנגעלייגט (כ'קען נישט די ענגלישע ווערטער וואס דו נוצט...)

2 היה. גענוי ווי דו זאגסט. א חידוש פון א ניגון. נאר נישט אין א פרעים און אביסל צו קאמפלעצירט. שיין צו הערן און שווער איבערצוזינגען.
דא האב איך אויך פראבלעמען אינעם לינקן אויער, אינטערסאנט האסט נישט אנגעמערקט.

3 ואשא. הערליך הערליך! די ווערטער אויפן ערשטן פאל איז איבערמעכטיג! די צווייטע פאל האב איך נישט געגליכן 'סגולה סגולה סגולה', אפאר אידישע ווערטער וואלטן גאנץ גוט אריינגעקומען.
די דעבקע דערנאך איז אביסל דיפערענט. אקעי.

4 צאן. ס'האט מיר בכלל נישט אזוי אנטציקט צו הערן א צוויי-יעריגס זינגען... און אז שוין יא וואלט מען כאטש געמעגט אביסל צופיצן אז ס'זאל זיין אן טאן און אן ביעט. ביי ביידע מאל, דא און שפעטער, איז עס נישט מסודר.

5 ר' טרפון. די בעלל! קנאקעדיג! איך וואלט דאס גערעיט נומער איינס אין ארעינדזשמענטס. די מוזיק טייטש די ווערטער מייסטערהאפטיג.

6 זיידע. האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער. נאך אלע מעשות - א יצירה נפלאה!

7 טאנץ. גארנישט צוצולייגן. מ'זעהט טאקע אז דא ליגט מער קאפ אין די מוזיק.

8 אב הרחמים. שטארק אינטערגעשאצט. די ערשטע פאל ביי 'הוא יפקוד ברחמים' האב איך געדארפט אריינקוקן אין ביכל צו דאס איז נישט פון יאסי גרין... די נעקסטע פאל איז שוין יא מער סימפל.
האסט פארגעסן פונעם גיטאר סאלאו ביים צווייטן מאל, #איידיע!!!

9 המעביר. אביסל איבערגעטריבן... גראדע גאנץ שיין.
די אינטרא איז פיין, הערליך קארדס, אבער נישט מסודר. חוץ א מעשה איז שווער צו כאפן אז ס'איז א אומפא ביז טיף אריין. אויך איז עס צוהאקט נאכן אינטרא פארן ניגון.
משה ובני, ישראל לך. דאס אז מ'האט נישט קיין ברירה איז נישט קיין תירוץ. דעמאלס נעם אנדערע ווערטער, אדער אן אנדערע ניגון... (איבערהויפט ווען די ניגון האט נישט עפעס ספעציעל מיט די ווערטער).

10 זכנו. די ניגון פונעם סידי! א חידוש פון א מיטעלע פאל. א שיינע בעטנדע הויעכע פאל, אוי 'זכנו לקדש רמ"ח אברינו צו זיין אן ערליכע איד!'
כינור, בינגא! די זעלבע תנועה פונעם הויעכע פאל פון ותן בנו...
די מוזיק איז פיין. נאר איין קריטיק'ל, די ערשטע מאל ביים אנהייבן די ניגון איז צו ליידיג אקעגן בעפאר און דערנאך.
איך גלייך די פעיד צום סוף.

11 קל מלך נאמן. קריעטיוויטי! די ניגון איז שיין, איידל, און געשמאק צו הערן.
און ווייטער די בעלל קומט אריין אזוי קלאר! עס זיגלט דעם סידי מיט אזא זיסע 'גוטע נאכט'...
די ווילדע מוזיק אינמיטן איז ווי א יון אין די סוכה. א שאד א שאד.
די סאמע ענדע פונעם סידי איז געוואלדיג!

-
כינור, גוט געזאגט! אגרי מיט אלע דריי חלקים.
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מוצ"ש מאי 29, 2021 11:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א ריזיגן ייש"כ @כינור

איך האב זייער הנאה פון דיין איידעלע מוסר פארציע אז דער עולם פארשטייט צו קוואליטי און מווייסט זייער גוט ווען מהאט געלייגט קי-באורד און איבערגעהיפט וויכטיגע חלקים פון די מיקס, צוליב אט די סיבות קויף איך כמעט נישט קיין נייע אלבום'ס איך בין זייער סענסיטיוו צו די לאו-קוואליטי מוזיק
(שיינע ניגונים האמיר מקובל אין די משפחה און אין די חצרות הצדיקים.. סאיז נישט גענוג פאר מיך צו גיין קויפן אן אלבוים)

-----

נ.ב. כהאב נישט געהערט דעם אלבום
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

@כינור. נישטא קיין ווערטער אויף דיין הערליכע און גרינטליכע אנאליז. איך בין נתפעל פון דיין האנעסטי לגבי דיין אנאליז אויף המעביר. עס מאכט אננעמען דיין קריטיק מיט א פאזעטיוון בליק.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער! זאגסט געוואלדיג. מ׳קען דאך נישט אלץ באמערקן ביים הערן א סידי... גראדע האלט איך אז המעביר איז עפעס מוראדיג געשמאק. עפעס דערמאנט עס מיר די געפיל פון די לאנגע וועגן ווען מ׳פארט אין קאנטרי פארן זוממער. אזאנס ווי פינקי׳ס דודי מכל עולם אויף אייזיק׳ס הר המוריה.
דער אשכול האט זילטש מיט כינור צוטוהן. די עולם איז פארבעטן אריינצוקומען קלאר. ווי איז ענדע צדיק? איך ווארט אויף דיין אנאליז. דיין שכל הישר איז מוראדיג. שטארק רעספעקטירט. נאר מיט שמחה, ווי איז דיינס? קען קוים ווארטן. לאז נישט צו לאנג ווארטן פליז. א שרייבער׳ל שכוח פארן גיסן קאמפלעמענטן, מ׳העט באלד מיינען מיר זענען איין מענטש. קום אריין מיט אן אנאליז.
כ׳ווייס פון אינסייד אינפארמאציע אז די הויכע פענסטער ליינען דא. איז ווער ס׳האט הערות והארות, לאזט ענק הערן.
ש׳כוח אלע וואס האבן גענומען די מי און קאמפלעמענטירט. איטס ווערי מאטש אפרישיעטעד!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כינור האט געשריבן:ציגאנער! זאגסט געוואלדיג. מ׳קען דאך נישט אלץ באמערקן ביים הערן א סידי... גראדע האלט איך אז המעביר איז עפעס מוראדיג געשמאק. עפעס דערמאנט עס מיר די געפיל פון די לאנגע וועגן ווען מ׳פארט אין קאנטרי פארן זוממער. אזאנס ווי פינקי׳ס דודי מכל עולם אויף אייזיק׳ס הר המוריה.
דער אשכול האט זילטש מיט כינור צוטוהן. די עולם איז פארבעטן אריינצוקומען קלאר. ווי איז ענדע צדיק? איך ווארט אויף דיין אנאליז. דיין שכל הישר איז מוראדיג. שטארק רעספעקטירט. נאר מיט שמחה, ווי איז דיינס? קען קוים ווארטן. לאז נישט צו לאנג ווארטן פליז. א שרייבער׳ל שכוח פארן גיסן קאמפלעמענטן, מ׳העט באלד מיינען מיר זענען איין מענטש. קום אריין מיט אן אנאליז.
כ׳ווייס פון אינסייד אינפארמאציע אז די הויכע פענסטער ליינען דא. איז ווער ס׳האט הערות והארות, לאזט ענק הערן.
ש׳כוח אלע וואס האבן גענומען די מי און קאמפלעמענטירט. איטס ווערי מאטש אפרישיעטעד!


ײשר כך @כינור דו שפילסט מיט די סטרונעס מיט דײנע אנאליזן, מ׳װערט ממש פארשװעמט אין די אלבױם ספערן מיט דײן הערליכע שפראך
כ׳װיל נאך בעז״ה ארײנקומען מיט אן אנאליז איבער די נײע אלבױם׳ס אי״ה,
אז די הױכע פענסטער לײנען דא קוקט׳זשע מײן געדאנקעלע, א גרױסן ײשר כך פאר אײער מיה און פלאג,
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:יונגערליך האט געשריבן אין זײער ביכל אז װער ס׳האט געדאנקען זאל עס ארײנגעבן, ס׳װאלט געדארפט זײן אזא זאך אױך בײ אלע די עדאלטס אלבױם׳ס די ארױסגעבער זאלן לאזן די עולם -װאס זענען די קאסטומערס- אױף עפעס א װעג קענען ארײנגעבן אײדיעס - קריטיק (נאר קאנסטראקטיװ...) וכו׳ װאסערע ניגונים/מוזיק אא״װ מ׳װיל זײ זאלן רױסגעבן, דאס װעט אױך זײ פארגרינגערן, אנשטאט שטײן און פרובירן צוצוטרעפן װאס דער עולם װיל און אמאל טרעפט מען יא צו און אמאל נישט, נאכדעם קענען זײ אפמאכן װאס-װיאזױ צו טוהן מיט די אינפארמעישאן, ס׳זה נהנה וזה נהנה,
גוטע געדאנק?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

כינור האט געשריבן:א שרייבער׳ל שכוח פארן גיסן קאמפלעמענטן, מ׳העט באלד מיינען מיר זענען איין מענטש. קום אריין מיט אן אנאליז.
כ׳ווייס פון אינסייד אינפארמאציע אז די הויכע פענסטער ליינען דא.


איך קען מיטשטימען אז איך ווייס פאר זיכער אז די הויעכע פענסטערס לייענען דא און נישט נאר פון דעי סידי,

אין דיין אנאליז האסטו שוין מער ווייניגער אלעס געדעקט, נאר אפאר קליינע אנמערקונגען

יונגערליך #3 - צאן קדשים

4 צאן
לחן:הערשי וויינבערגער

די מענער קווייער מאכט דא גארדזשעס שטיקלעך. וועם מיינט איר האט עס ארראנדזשירט? יוסי גליק.


כ'מיין אז צאן קדשים איז טרעק 3 אויפן סידי און אינעם ביכל שטייט אז טרעק 3 האט איינער פעקעטע געמאכט קווייער

ווער איז די אדולט סאלא? ער שרייבט נישט אין בוקלעט.


הערט זיך מיר ווי מ'האט שטארק ארומגעשפילט מיט הערשי וויינבערגער'ס וואויס, זיין וועג פון זינגען איז עס זיכער

5 ר׳ טרפון
לחן: יונה ליפשיץ

די אנהויב פון הויעכע פאל ׳הפועלים עצלים והשכר הרבה׳ איז א באוואוסטע תנועה.


מובטח לו מובטח לו שהוא פון די הויעכע פאל אויף שיר 3 וואס שמואלי אונגאר זינגט

מיקס: ס׳איז דא נויז אנהויב.


וואס איז די גרידזשענדע נויז ביי 2:19
וואס פאלגט נאך 2 מאל די נעקסטע פאר סעקונדעס

9 המעביר
לחן: אלי׳ ציג
מוזיק: אברמי גורארי
 
א קריטיקעלע קען מען אבער יא שרייבן..., די ווערטער צום סוף ניגון משה ובני, ישראל לך, איז נישט געזעצט לויט די פשט פון די ווערטער. למעשה, זעה איך אבער נישט אן אנדער וועג ווי אזוי די ווערטער זאל געזעצט ווערן, ווייל דאס איז די איינציגסטע און מערסט ריכטיגע וועג ווי אזוי די תנועה קען גיין. לאו דוקא א קריטיק, נאר א זאך אנצומערקען. אדרבה, כ׳בין טאקע נייגעריג צו איינער ווייסט פון נאך אזאנע פלעצער ווי די ווערטער זענען געזעצט געווארן א טראפקעלע אנדערשט, שלא לפי פשוטו, לטובת די שלימות פונעם תנועה.
 

אויף שיר 3 איז דא א ניגון למען אחי וואס לוי פאלקאוויטש זינגט און ער טיילט דארט אפ אבקשה פון טוב לך הגם ס'איז נישט אזא שטארקע אפטייל אזוי ווי משה ובני - ישראל לך, אבער ס'ליגט מיר יא אין קאפ אזעלכע זאכן בעיקר פון די לעצטערע סידיס, ווייל היינט צוטאגס מיינט מאכן א ניגון זאל זיין א פירוש המילות ס"ה אז מ'זאל נישט פארדרייען די פשוטע משמעות און נישט אלעמאל געלונגט עס אינגאנצן

10 זכינו
לחן: הערשי וויינבערגער

ס׳קוקט אויס ווי ס׳איז מחובר געווארן אין די זעלבע תקופה ווי ותן בנו און צוה.

מיקס: די קווייער הערט זיך צו שטיל.


כ'האב הנאה אז דו האסט דערמאנט ותן בנו ווייל די הויעכע פאל פון זכינו ענדלט שטארק אין ותן בנו

די קווייער איז אזוי שיין אויף די גאנצע ניגון אבער וואס גייט פאר ביי 3:24-3:30

כ׳וואלט געוואלט זען רייכע אדולט סאלאס, ווי שלמה זלמן הורוויץ צו חזן העלפגאט (געוואגט?). ס׳קוקט אויס ווי זיי ווילן דייקא נישט נעמען קיין סעלעברעטי זינגער׳ס, צאלי גאלד האבן זיי געקענט נעמען ווייל ער זינגט שוין נישט א לענגערע צייט... די צוויי וואס כ׳האב פריער דערמאנט זינגען שוין אויך נישט א שטיק צייט איז אפשר ברענגט מען זיי אריין?


זעה איך נישט ווי חזן העלגופט זאל אריינפאסן אויף א יונגערליך אלבום אפשר שמעון יואל זינגער,
שלמה זלמן האראוויץ און ר' פישל בייגעל וועלן אריינקומען זייער קלאר,
און נאכן אויסהערן משה חזקי' ווייס אויף מיכאל'ס סידי וואלט איך זיי אים אויכעט רעקאמאנדירט.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

א שרייבערל האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
יונגערליך #3 - צאן קדשים

4 צאן
לחן:הערשי וויינבערגער

די מענער קווייער מאכט דא גארדזשעס שטיקלעך. וועם מיינט איר האט עס ארראנדזשירט? יוסי גליק.


כ'מיין אז צאן קדשים איז טרעק 3 אויפן סידי און אינעם ביכל שטייט אז טרעק 3 האט איינער פעקעטע געמאכט קווייער

ווער איז די אדולט סאלא? ער שרייבט נישט אין בוקלעט.


הערט זיך מיר ווי מ'האט שטארק ארומגעשפילט מיט הערשי וויינבערגער'ס וואויס, זיין וועג פון זינגען איז עס זיכער


קודם כל דער פעקעטה וואס מאכט דא קווייער איז א פרישע יונגערמאן א נייע ארבעטער ביי נפתלי משה'ן אין סטודיא..
און וועגן די אדאלט סאלא האט שוין איינער געשריבן אינעם אלבום אשכול אז ס'איז יודל לאנדא בן הנגיד ר' יואל וואס האט אויך אראנדזשירט די לעצטע ניגון אויפן אלבום און מיר האט ער אויך שטארק דערמאנט פון הערשי
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טעות לעולם חוזר, האביך געלייגט טרעק 4 פאר טרעק 3. פעקעטע! סופער דופער דזשאב!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כינור האט געשריבן:.

wow!!!!!!!!!!!
נאר יעצט באמעקט דיין מעכטיגן אנאליז אויפן יונגערליך אלבום, סופער דופער דזשאב איז פיצי געזאגט, נעקסט לעוול!!!!

נישטא קיין ווערטער צו באטאנען דיין ארבעט, און כ'האב גארנישט צוצולייגן, האסט ארויגעברענגט יעדע פוינט און געפיל וואס מ'קען נאר הערן און שפירן ביים סידי, און ארויסגעלייגט אויף א גאלדענעם טעצל מיט דיין גאלדענעם פעדער, נאך קיינמאל געווען אזא ריוויו!!

יישר כוח!! און ס'באמת נישטא וואס צוצולייגן.

אפשר איין פוינט, אז ביים 'מיין זיידע' ניגון האסטו פארפאסט די הערליכע 'מענער קווייער' וואס מאכן א סופער דזשאב, זיי זינגען און באגלייטן אונטער דעם ניגון עפעס געוואלדיג, אויף די נוסח פון יוסי גליק'ס הערליכע וואקאלי'ס סידי'ס. זייער זייער הנאה געהאט.

און די אלע אנדערע מחשבות וואס כ'האב געטראכט ארויסצוברענגען האסטו שוין דערמאנט.

@כינור דיין ריוויו איז א היט!!! ישר כוח!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”