לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פיאנא האט געשריבן:כינור, האסט אויסגעלאזט איין ניגון וואס איז איינס נאך מיין באליבסטע, 'יבוא היום'.
כ'ווארט אויף דיין אנאליז דערויף.

גערעכט! פארראכטן. ש׳כוח פארן אויפמערקזאמען. (ס׳איז א ווארט?)
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כינור מ׳דארף טױשן די קעפל צו ״כינור׳ס״ אנאליזן אױף אלבױם׳ס...

דו זאגסט דאך אזױ גוט, טרעפסט אסאך מאל צו פונקטליך װאס איך פיל, דו האסט גוט ארױס די זאך,
װאס עקספעקט מען פון א ניגון, װאס - אױב זענען די חידושים, די תנועות, די געבױ, די װערטער,די מיקס, האט דער ארעינדזשער געטוהן זײן דזשאב, אא״װ
קלאר, צום פינטל, און איבער אלעם, ברענגסט ארױס קריטיק אױף א געניטן און קאנסטרוקטיװן אופן,

דו ביסט פײנע נײעס, דו אלבױם׳ס הערן זיך גענצליך אנדערש מיט דײנע אנאליזן,

קיפ איט אפ!!
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:כינור מ׳דארף טױשן די קעפל צו ״כינור׳ס״ אנאליזן אױף אלבױם׳ס...

דו זאגסט דאך אזױ גוט, טרעפסט אסאך מאל צו פונקטליך װאס איך פיל, דו האסט גוט ארױס די זאך,
װאס עקספעקט מען פון א ניגון, װאס - אױב זענען די חידושים, די תנועות, די געבױ, די װערטער,די מיקס, האט דער ארעינדזשער געטוהן זײן דזשאב, אא״װ
קלאר, צום פינטל, און איבער אלעם, ברענגסט ארױס קריטיק אױף א געניטן און קאנסטרוקטיװן אופן,

דו ביסט פײנע נײעס, דו אלבױם׳ס הערן זיך גענצליך אנדערש מיט דײנע אנאליזן,

קיפ איט אפ!!

רט
פונקט היינט געטראכט דערפון
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טענק יו @טארעטיש! טענקס @נמ״ש! ש׳כוח פאר די חיזוק, די באשעפער זאל ענק מחזק זיין.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

דער אשכול, ווי שוין געשריבן בעבר, איז נישט כינור׳ס. ס׳איז געמאכט געווארן פאר די וואס ווילן מער א גרינטליכע איבערזיכט איבער אן אלבום. ס׳נישט געמאכט פאר סמאל טאלק -׳ס׳איז גוט׳, ׳כ׳האב עס ליב׳ אא״וו. אז איינער האט גענומען די מי און אהערגעשטעלט אן אנאליז, פארוואס נישט פלאצירן אהער?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כינור האט געשריבן:שוואקי האט דעליווערט!

קוקט נישט אויס אזוי פון @כינורס אנאליז....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

הנני - 1974
הנני - 1974
rsz_screen_shot_2021-06-23_at_114546_pm.jpg (40.55 KiB) געזען 2665 מאל

#׳צוריקצווועגס׳.

ערשטע אין סעריע פון לענגערע אנאליזן אויף אלטע אלבום׳ס.

מרדכי בן דוד - הנני

יארע: תשל״ג 

מרדכי ווערדיגער, א רעלאטיוו ניי נאמען אין עולם הנגינה. א יונגער יונגערמאן, ס״ה 24 יאר אלט, אבער שוין העכסט באקאנט איבעראל אלס דער זוהן פונעם (להבל״ח) לעגענדארן פוילישן חזן ר׳ אלטער דוד יצחק ווערדיגער, פון די פיאנערן פון אידישע נגינה אינעם צוואנציגסטן יאר הונדערט. מרדכי, וואס פאררופט זיך נאכן טאטן ׳מרדכי בן דוד׳, האט זיך שוין קונה שם געווען מיט זיין הערליכע שטימע וואס באגייסטערט אלע שומעים. צום ערשטן מאל ער געבט ארויס א רעקארד, ׳הנני׳, ווי ער זינגט אייגענע ניגונים וואס ער האט פארפאסט. די רעקארד איז שוין זיין צווייטע. זיין ערשטע איז א קאלעקשאן פון חסידישע ניגונים פון אלטע מקורות. די רעקארד ווערט ארויסגעגעבן דורך ׳אדרת׳ רעקארד׳ס. א רעקארד לעבעל וואס ר׳ דוד האט געגרינדעט. גראדע הער איך אז ר׳ דוד האט אויסגעצאלט אלע קאסטן פונעם פראיעקט. די מוזיק איז ארראנדזשירט דורך דעם ריז ר׳ ישראל לאם די קאנדאקטער פון נגינה ארקעסטרע. ער האט ארראנדזשירט די ראקארד ׳אשירה לשם׳ פון יגאל צליק און פרחי לאנדאן וואס איז ארויסגעקומען פאריאר.

1) כי לא יטוש

גאר א שיינעם ניגון. ער זינגט אויפן ליטווישן הברה. אויף דעם גאנצן רעקארד זינגט ער ליטוויש. וואס איז פשט פון ׳ונחלתך׳ לא יעזוב? ביינונז זאגט מען ׳ונחלתו׳. (כ׳האב געזען א קליפ וואס גייט געמאכט ווערן אין 2012 ווי מרדכי בן דוד גייט זינגען ׳ונחלתו׳. קוקט אויס ער האט צוריקגעצויגן)
גאר א שיינעם אינטרא! כ׳קען קוים ווארטן צו הערן וואס נאך ישראל לאם מאכט אויף דעם רעקארד. אופס, איים סארי די אינטרא איז בעצם די הויעכע פאל פונעם ניגון. שיין אררעינדזשט אבער.
די עלעקטריק גיטאר הערט זיך ווי ער שפילט נעבן מיר אין צימער. אן קאמפלאצירטע effects (וואס גייט ערפונדען ווערן יארן שפעטער). די ברעסס איז אינעם רעכטן אויער און די פידלעך אינעם לינקען. ס׳דאכט זיך מיר אז די ברעסס איז אביסעלע צו הויעך רעלאטיוו צו די אנדערע אינסטרומענטן. די פידלעך אויף דעם טרעק איז סאמטינג ספעשיל. די ענדינג איז אויך געוואלדיג.
ביי 43:, 46:, קליפט די אודיא. ביי 1:01 און 1:04 הערט זיך ווי איינער קייט פאטעיטא טשיפס. ביי 1:13, 1:57 - 1:58, 2:09, קליפט ווייטער די אודיא. ער זינגט שיין פול מיט יונגע ענערגיע. אביסל חזנות׳דיג. 

2) הננו

די אינטרא איז שוין איבער א מינוט לאנג! כ׳הייב אן מורא האבן אז די טרעק איז אן אינסטרומענטעל. אה, ענדליך ביי 1:24 הייבט ער זינגען. אן ענגלישע ניגון. געוואלדיג אינטערסאנט געבויט. ער זינגט דעם ערשטן פאל נאר איינמאל, גייט צום פזמון, דערנאך שפרינגט ער צוריק צום ערשטן פאל וחוזר חלילה. די פזמון איז בעצם נידריגער אין טאן ווי דעם ערשטן פאל. ס׳איז אבער גוט געבויט ווייל די תוכן פונעם פזמון איז נישט שרייענד נאר אזאנע ווארעמע גלעטעלעך פון חיזוק. 
גאר א שיינעם יצירה. שטארק הנאה געהאט. די ערשטע פאל איז נישט אזוי חידוש׳פול ווי די צווייטע, אבער נאכאלס גאר שיין.
וואסע פשט פון ׳our father abraham׳? פארוואס זאגט ער נישט avrohom?
די אינטערלוד איז גאר שיין!
מרדכי האלט זיך נישט אויפן טאן ווען ער ציט צום סוף ׳with love׳. הערט פון 6:08. כ׳גלייב אז איין טאג וועט זיין א פראגראם ווי מען וועט קענען זיך ארום שפילן מיטן פיטש כחומר ביד היוצר. (כ׳מיין אז ס׳גייט הייסן autotune) ביי 22:, 35:, גרידזשעט די אודיא. כ׳גיי נישט שרייבן ווייטער ווי ס׳קליפט, ווייל אומצאליגע מאל משכ׳ן רעקארד חזר׳ט זיך עס איבער. ביי 4:39 ווערט די טרעק העכער. פלאי פלאים.

3) יברכך

די הויעכע פאל פארמאגט נישט קיין חידושים. די ערשטע פאל איז פשוט אבער שיין. שמעקט פון קארליבאך. די הויכע פאל איז גאנץ ׳בארינג׳.
די טרעק איז נישט מער ווי 2:35 לאנג. קוקט אויס ווי ס׳איז דא אנצופילען דעם רעקארד. פראדוצירער אין צוואנציג צוואנציג וואלטן נישט דורך געלאזט אזאנס.
ממש א גאנצע צייט באגלייטן די הארמאנישע אינסטרומענטן. שיין אררעינדזשט. די בעיס איז גאר פיין.

4) אחת שאלתי
פשיהא, גוטע ווערטער, נישטא קיין סך ניגונים דערויף. די ערשטע פאל פארמאגט נישט צופיל טאלאנט. געמאכט א תנועה. די ערשטע מאל ער זינגט די הויעכע פאל הערט זיך עס נישט מוזיקאליש. ביים צווייטן מאל די הויעכע פאל הערט זיך עס יא גוט. כ׳האב מיר געוואונדערט מה פשר הדבר ביז כ׳האב באמערקט אז ער זעצט נישט גוט דעם ׳חיי׳ דעם ערשטן מאל. ער דרוקט אויף דעם ׳יוד׳ צו לאנג. טאקע די רעשט פונעם ניגון זעצט ער דעם ׳חית׳ און נישט דעם ׳יוד׳.
wow די הויכע פאל איז ביוטעפול.
ישראל לאם מאכט דא הערליכע סטרינגס. ער הייבט אן מיטן ארגאן. הערט זיך שטארק אלט פארצייטיש. סארי, היינטיג. ער נוצט אן עכטן ריזיג הויכן בעיס. געוואלדיג שיין.

5) הנה לא ינום

ער הייבט אן מיט די מיטעלע פאל, דערנאך גייט ער צום הויעכן - ס״ה איבערגעחזר׳ט דעם ערשטן פאל אביסל העכער אינעם סקעיל - דערנאך צום ערשטן פאל. ניטאמאל אן אינטערלוד איז דא ער זינגט א גאנצן צייט. אוועראלל א געשמאקן ניגון. האט עפעס אזא פאלקסישן ׳טשענטינג׳ חן.
די פיאנא אין די אינטרא הערט זיך ווי א toy פיאנא. די אררעינדזשמענט איז הערליך שיין. שיינע קווייער.
ביי 40:, ווען ער הייבט אן די ערשטע פאל זינגט ער נישט אויפן טאן. מאכט זיך ביי די שענסטע און די בעסטע, נאכדערצו אז ס׳איז א האלבע טאן.

6) שמע ישראל

די אינטרא איז שיין און רייך. די ניגון איז עפעס אזוי שטאט. גאנץ שלאפעדיג. שיינע תנועות טאקע. אה, פלוצלינג אינמיטן ווערט די ניגון שנעלער. ס׳לעבט אויף, יעצט האט עס חיות אין זיך. די הויעכע פאל איז געוואלדיג! ס׳רופט אויס מיט שטאלץ אז ס׳נאר דא איין גאט. די ערשטע פאל איז מער א געבעט, אויך גאר שיין. די הויעכע פאל פארמאגט מער מעידזשאר קארדס. דעם ערשטען איז איינגעזינקען אין מיינאר. די מוזיק איז אויסנאם פיין. 

7) שמע השם

די ערשטע פאל איז נשפע פון קארליבאך. די ניגון איז הארציג און נישט צו חידוש׳דיג. די הויעכע פאל איז עפעס נישט. די אינטרא איז געוואלדיג. נאך א ניגון מיט די זעלבע ווערטער אין ערשטע פאל און אין הויעכן פאל. ער האט א שיינע פאר אזאנע אין דעם  רעקארד. אין צוואנציג צוואנציג וואלט דאס נישט געגאנגען.

8) את צמח

אה, א געשמאקע פריילעך לידל. אזוי ערליך, שפירט זיך א ריינקייט און תמימות. פריילעך איז די ריינסטע דזשאנרע, ס׳איז ריכטיג אידיש חסידיש און אונגאריש. היינט וואלט די ניגון נישט געגאנגען אין ערגעץ ווייל ס׳איז נישט גענוג חידוש. אביסל בלא. א געשמאקע ניגון אויסצוהערן, נאכדערצו מיט די הערליכע אררעידזשמענטס. כ׳וועל קלאר מאכן, ווען איך הער ווען די ניגון מיט שוואכערע מוזיק פון א נייע מלחין וואלט איך אויפגעהערט הערן אינדערמיט.

9) קלי

די ערשטע פאל האט א טאטש פון קארליבאך. חידוש׳ווייז איז עס נישט די גרעסטע. ווידער די זעלבע פסוק אין ערשטן פאל און אין די איבריגע פעלער. הויעכע פאל איז נישט צו ניי. אפשר יעצט איז עס יא ניי. אין פופציג יאר ארום גייט זיך עס הערן אלט.
ביי 57: הערט מען קלאר ווי די קול פון ר׳ מרדכי רוקט זיך פון רעכטס צו לינקס. ביי 2:11 הערט מען עס שארפער. ביי 2:33 ווערט די טרעק העכער.

10) עוד ישמע

ער זינגט גוט דער בחור. ער הייבט אן מיט אזא שטייטן שטיקל און דערנאך דערלאזט ער זיך אין א הערליכע שמחה׳דיגע ניגון. א קארליבאך טעיסט, געשמאק און לעבעדיג. וועט לכאורה ווערן א שטארקע היט ביי חתונות. די ערשטע פאל איז הערליך! די צווייטע איז אויך געוואלדיג. די מוזיק איז אוט אוו דיס ווארלד.

ער האט נישט קיין איין הארא ניגון דא. אקעי. 

שוין, א שיינעם רעקארד. געשמאק און איבערהויפט איידל. ער פארמאגט דא אפאר גאר גוטע ניגונים.

..........

כ׳האב אויסגעהערט דעם רעקארד זייט ביי זייט מיט די סידי סקולען מיט אידיש נחת. נישט צום גלייבן דעם לאנגן וועג מיר זענען געקומען... די אודיא איז דאך אזויפיל שענער.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג יוני 24, 2021 12:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כינור האט געשריבן:
rsz_screen_shot_2021-06-23_at_114546_pm.jpg

די ערשטע פאל האט א טאטש פון קארליבאך. חידוש׳ווייז איז עס נישט די גרעסטע. ווידער די זעלבע פסוק אין ערשטן פאל און און די איבריגע פעלער. הויעכע פאל איז נישט צו ניי. אפשר יעצט איז עס יא ניי. אין פופציג יאר ארום גייט זיך עס הערן אלט.
ביי 57: הערט מען קלאר ווי די קול פון ר׳ מרדכי רוקט זיך פון רעכטס צו לינקס. ביי 2:11 הערט מען עס שארפער. ביי 2:33 ווערט די טרעק העכער.

10) עוד ישמע

ער זינגט גוט דער בחור. ער הייבט אן מיט אזא שטייטן שטיקל און דערנאך דערלאזט ער זיך אין א הערליכע שמחה׳דיגע ניגון. א קארליבאך טעיסט, געשמאק און לעבעדיג. וועט לכאורה ווערן א שטארקע היט ביי חתונות. די ערשטע פאל איז הערליך! די צווייטע איז אויך געוואלדיג. די מוזיק איז אוט אוו דיס ווארלד.

ער האט נישט קיין איין הארא ניגון דא. אקעי. 

שוין, א שיינעם רעקארד. געשמאק און איבערהויפט איידל. ער פארמאגט דא אפאר גאר גוטע ניגונים.

..........

כ׳האב אויסגעהערט דעם רעקארד זייט ביי זייט מיט די סידי סקולען מיט אידיש נחת. נישט צום גלייבן דעם לאנגן וועג מיר זענען געקומען... די אודיא איז דאך אזויפיל שענער.

יויש...
יו אר קרעזי....!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אויב אזוי מיין איך אז דיינע סידי ארכיווען זעהן אויס צו פארנעמען די גאנצע ארמערי בילדינג...

הערליכע ארבייט, אפאר פון די ניגונים זינגט מען נאך היינט מיט נאסטאלגישע טעם זקנים...

שקויעך כינור וועל דאן
אין עוד מלבדו
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

כינור א הערליכע ארבעט
איך וואלט געוואלט זעען דיין אנאליז אויף די סידי תמיד בכל יום פון מענדי ווערדיגער לפי מיין מיינונג זינגט ער שענער און ער דערלעווירט א ניגון בעסער ווי מרדכי א שאד ער גיבט נישט ארויס קיין סידי יעדע יאר
ער זינגט מיט אזא הארץ ווען איך וויל הערן א אלטע סידי צינד איך אן תמיד בכל יום
נעם אזא ניגון ווי תנא דביה אליהו פון פינקי איך וואלט עס געלייגט אויף די ערשטע אויפן ליסטא פון פינקיס ניגונים אוי כדאי .. כדאי שיגאל אותם און ספארט אריין צו לעבעדיג ממש א יופי פון א ניגון

שפכי פון יוסי גרין איז א ניגון וואס מ'זעט נישט יעדן טאג מלא השתוקקות ער זינגט עס אזוי גוט אראפ טייטשט די ווערטער

ווי קען מען אויסלאזן די ניגון תענה אמונים אוי איז דעס שיין די ווערטער פאסט אזוי גוט מיט ניגון
כינור מאך א שיינע אנאליז
יודישער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודישער »

וואף הערליך כנור!!!!

להערה בעלמא
כינור האט געשריבן:1) כי לא יטוש

גאר א שיינעם ניגון. ער זינגט אויפן ליטווישן הברה. אויף דעם גאנצן רעקארד זינגט ער ליטוויש. וואס איז פשט פון ׳ונחלתך׳ לא יעזוב? ביינונז זאגט מען ׳ונחלתו׳.כ'מיין ער זאגט נישט ונחלתך, ער זאגט ונחלתו בהברת ספרדת,(ער האט נאך נישט געוויסט וואי זיין קאסטאמער בעיס איז..)(כ׳האב געזען א קליפ וואס גייט געמאכט ווערן אין 2012 ווי מרדכי בן דוד גייט זינגען ׳ונחלתו׳. קוקט אויס ער האט צוריקגעצויגן)
גאר א שיינעם אינטרא! כ׳קען קוים ווארטן צו הערן וואס נאך ישראל לאם מאכט אויף דעם רעקארד. אופס, איים סארי די אינטרא איז בעצם די הויעכע פאל פונעם ניגון. שיין אררעינדזשט אבער.
די עלעקטריק גיטאר הערט זיך ווי ער שפילט נעבן מיר אין צימער. אן קאמפלאצירטע effects (וואס גייט ערפונדען ווערן יארן שפעטער). די ברעסס איז אינעם רעכטן אויער און די פידלעך אינעם לינקען. ס׳דאכט זיך מיר אז די ברעסס איז אביסעלע צו הויעך רעלאטיוו צו די אנדערע אינסטרומענטן. די פידלעך אויף דעם טרעק איז סאמטינג ספעשיל. די ענדינג איז אויך געוואלדיג.
ביי 43:, 46:, קליפט די אודיא. ביי 1:01 און 1:04 הערט זיך ווי איינער קייט פאטעיטא טשיפס. ביי 1:13, 1:57 - 1:58, 2:09, קליפט ווייטער די אודיא. ער זינגט שיין פול מיט יונגע ענערגיע. אביסל חזנות׳דיג. 

בכלל דארפסט נעמען אין חשבון, די דארפסט אנטוהן די אלטע גראבעע הע"ד פאנ"ס ווואס האט נאך די וויייע"ר פין ביידע זייטן פארן מאכן אזא אנאליז..קענסט נישט קימען מיט אן אטעם ווען ער האט נאר א שווערד.

קי"פ אי"ט קאמי"ג!
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

3) יברכך

די הויעכע פאל פארמאגט נישט קיין חידושים. די ערשטע פאל איז פשוט אבער שיין. שמעקט פון קארליבאך. די הויכע פאל איז גאנץ ׳בארינג׳.
די טרעק איז נישט מער ווי 2:35 לאנג. קוקט אויס ווי ס׳איז דא אנצופילען דעם רעקארד. פראדוצירער אין צוואנציג צוואנציג וואלטן נישט דורך געלאזט אזאנס.
ממש א גאנצע צייט באגלייטן די הארמאנישע אינסטרומענטן. שיין אררעינדזשט. די בעיס איז גאר פיין.

איך האב די זעלבע טענה אויף דעם אלבום המשוררים פון ר׳ דוב האפמאן אויף די סוף פונעם ערשטן זייט פונעם טעיפ האט מען אריינגעשטופט א ניגון אחת שאלתי אן קיין טעם פשוט אנצופילן צד א׳

6) שמע ישראל

די אינטרא איז שיין און רייך. די ניגון איז עפעס אזוי שטאט. גאנץ שלאפעדיג. שיינע תנועות טאקע. אה, פלוצלינג אינמיטן ווערט די ניגון שנעלער. ס׳לעבט אויף, יעצט האט עס חיות אין זיך. די הויעכע פאל איז געוואלדיג! ס׳רופט אויס מיט שטאלץ אז ס׳נאר דא איין גאט. די ערשטע פאל איז מער א געבעט, אויך גאר שיין. די הויעכע פאל פארמאגט מער מעידזשאר קארדס. דעם ערשטען איז איינגעזינקען אין מיינאר. די מוזיק איז אויסנאם פיין. 

איך גלייך גראדע יא ווי אזוי ער זינגט עס שטייטער אין אנפאנג

9) קלי

די ערשטע פאל האט א טאטש פון קארליבאך. חידוש׳ווייז איז עס נישט די גרעסטע. ווידער די זעלבע פסוק אין ערשטן פאל און אין די איבריגע פעלער. הויעכע פאל איז נישט צו ניי. אפשר יעצט איז עס יא ניי. אין פופציג יאר ארום גייט זיך עס הערן אלט.
ביי 57: הערט מען קלאר ווי די קול פון ר׳ מרדכי רוקט זיך פון רעכטס צו לינקס. ביי 2:11 הערט מען עס שארפער. ביי 2:33 ווערט די טרעק העכער.

איך האב דעם ניגון געהערט צום ערשטען מאל אויף דעם שפיל א בליק אויף צוריק ווי אזוי קאפי לייגט עס אראפ אזוי הארציג.(זינגט עס דארטן אסאך שטייטער) ווערט אויסצוהערן

דאס וואס עס ווערט העכער די וואליום אינמיטן קען זיין צוליב וואס עס איז נישט געווען קיין פראפעסיאנאלע פראגרעמס צו קאפיען פון א רעקארד צו קאסעט און דערנאך צו דיגיטעל בערך אזוי ווי איך פלעג קאפיען אלס קינד פון איין טעיפ צו די צווייטע מיט אן AUX ווייער וואס דאס האט מסתמא בכלל שוואכער געמאכט די קוואליטעט פון די ארגינעלע רעקארדירונג

א גרויסן שכח כינור פאר די אפהאנדלונגען און בפרט פארן ארויףברענגען אלטע קאסעטעס אויף די ארענע
לעצט פארראכטן דורך איידל און באחיינט אום זונטאג יולי 04, 2021 1:11 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

כינור, זייער שיין.
כמעט די גאנצע אלבום איז ליטוויש/ עברית, אויך די נעקסטע אלבום נשמה זינגט ער אויף עברית.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

לכבוד די גרויסע קאמפיין
מיין לעבן // אזוי צן אזוי
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life

1 הנה אלוקינו
לחן: איצי וואלדנער

נגילה-לה... ער האט געדארפט אנפולען די תנועה האט ער פשוט און פראסט משנה געווען די ווארט. נאו פראבלעם.

אויב איינער וויל עס דוקא זינגען קען ער דריקן אויפן גימל און עס אביסל אויסציען אנשטאט דעם לה-לה

Lechaim, A Toast To Life 5
לחן: איצי וואלדנער

די הויעכע פאל איז לער פון מעלאדיע. ווי אסאך היינטיגע ניגונים וואס די קאורדס טוישן זיך אבער די תנועה בלייבט די זעלבע.

עס האט עפעס א מאדנע טוויסט אויף ארויף

13 מסיני בא
לחן: איצי וואולדנער

איך האב געזען ווי ישראלי ווערדיגער זינגט עס און ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו זינגען די אלע אה-אה-אה׳ס ביי די ברידזש עס האט מיר אויסגעזען ווי ער איז אומבאקוועם מיט די תנועה, לאו דוקא איז עס גוי׳יש עס זעט פשוט אויס ווי בחורים זינגען (לייען: שרייען) ווען א חתן קומט צוריק אין ישיבה

בנים אתם-ברוך לעווין.jpeg
בנים אתם-ברוך לעווין.jpeg (66.69 KiB) געזען 2152 מאל

יוחי בריסקמאן פרעזענטירט:
ברוך לעווין-בנים אתם
אלבום נומ: ?

אזוי ווי אלע זיינע אלבום׳ס קאמפאזירט ברוך לעווין אליין זיינע נגינום, הערליך שיינע יצירות איינס ביי איינס, שטארק באוואוסט מיט זיין ניגון וזכנו לגדל. ברוך לעווין א ישיבישער זינגער מיט אן איידעלע צורה און שטימע, ווערט אסאך מאל צוזאמגעשטעלט מיט שמחה ליינער, האט שוין אויפגעטרעטן ביי העסק, ענדלעט אביסל צו א ווייבערישע שטימע, סמוד וואויס, מאכט נישט קיין קוועטשעס און קרעכצן, אויך נישט קיין דינאמישע שטימע, לייגט אבער פארט אריין הארץ און געפיל און זיין זינגען און אין זיינע קאמפעזיציעס.

1.ויהי בישורון. הארא.

הייבט אן דעם אלבום מיט א קנאק, ווען איך פרוביר צו פאנטאזירען וויאזוי די קווייער זינגט אויף דעם ניגון און אויף די דריטע ניגון זעט מיר עס אויס ווי זיי האבן א איינגעקנייטשטע שטערן און א שטרענגע מינע איז אויסגעשפרייט אויף זייער געזיכט, משא׳׳כ די אנדערע נגינום קוקט אויס ווי זיי שמייכלען בשעת׳ן זינגען. (איינער וואס ווייסט די פענסי ווערטער ווי אזוי דאס ווערט אנגערופן זאל ביטע מיטיילען)

2.בנים אתם. שטייטע.

שיין און קלאסיש, ווען די אינגל זינגט הערט זיך ווי ער זאגט אתם מיט א צדיק - אצם - קען זיין עס האט מיט די מיקס.

3.כל ישראל. הארא.

4. בואי בשלום. 3/4

5.יום זה לישראל. ראק.

ביי די אינטרא הארמענייזן די טראמפייטער אן אינטרעסאנטער הארמאני - נישט קיין היי און נישט קיין לאו - עס הערט זיך עפעס נישט אין פלאץ קען איך נישט כאפן וואס פאר א סארט הארמעני דאס איז, די ניגון - נישט די פזמון - איז אביסל אינטרעסאנט אויסגעלייגט פאר א שנעלע ניגון, בין איך נייגעריג וויאזוי עס זעט אויס אן א מוזיק צו ווי א שטייטע ניגון אדער א אמפא, די ניגון ענדיגט זיך מיטן נידריגער מאכן די וואליום א זאך וואס מען מאכט שוין ווייניג היינט.

6.ומשפע מצוות תפילין. שטייטע.

אה! אזא שיינע ניגון פאסט זייער צו די ווערטער, שוין דא עפעס נגינום אויף די ווערטער אבער נאכנישט אויסגעדראשן, גלייך איך זייער דעם אינגל, סמוד וואויס, ענדליך צו ברוך׳ס, די ווערטער ושפע קודש ביי די ערשטע פאל געט ער אזא כאפ אפ, קומט נישט אזוי גוט אריין אין די ניגון וואס די ווערטער ווערן געזינגען אביסל מער רואיגער און אויסגעצויגן, ער לייגט אריין אזא הארציגע געפיל אין די ווארט קודש, וואס ערגענצט דעם ניגון.

7.על כל נשימה. הארא.
זאגט ער אביסל אנדערש ווי די באקאנטע מימרא, גיב איך א בליק אינעם בוקלעט ברענגט ער עס נאך פון בראשית רבה, ער זינגט עס מיט די ספרדישע הברה. טייטש נישט ממש די ווערטער אבער נאכאלס א ניגון מיט איידעלע תנועות.

8.אתה אחד. שטייטע.
גיטאר שפילט אנפאנג קומזיץ סטייל, כמעט די גאנצע אינטרא פלעגט זיין אן ארייינפיר צו עוד ישמע ביי חתונות (אפשר וועט איינער וויסן ביי וועלכע שפילער)איך שטעל זיך פאר אז לעווין האט עס ארגינעל קאמפאזירט, ענדיגט די ניגון אן א מוזיק, פאר די וואס גלייכן נישט קיין ספירה סידי׳ס - ווי - מיר קען עס אביסל נערוועז מאכן.

9. אשרי מי שלא חטא. הארא.
די ניגון טייטש דאך אזוי גוט די ווערטער, זאגט ער אביסל אנדערש די ווערטער ווי די גמ׳ אין סוכה (ער ברענגט די ריכטיגע ווערטער אינעם בוקלעט) הויכע פאל איז ווערטער פון אן אנדערע גמרא, ישראל אע׳׳פ שחטא וכו׳, - אזוי ווי היינטיגע נגינום וואס מען שמעלצט תאם צוויי מימרות - די צוויי גמרות ברענגען ארויס 2 אנדערע געדאנקען, אבער שטימט נאך אלס, עס האט אן אינטרעסאנטע טוויסט ביי ׳׳ישראל אע׳׳פ, אע׳׳פ שחטא, עפעס אזוי ארויף און אראפ, עס וואלט געפאסט פאר ר׳ מיילעך טאנץ ווי מ׳גייט אריין און ארויס.

10.קום התהלך. 6/8
האט ער א גאסט זינגער יונתן רזאל , גיבט ער צו א שיינע קאליר צום ניגון, איך זע נישט פשט פארוואס איינער זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער אויסער ארויסצוברענגען אז ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן. (איך מיין אים נישט אים צו באשולדיגען אין התנחלות אבער עס האט נישט קיין זין צו מאכן א ניגון אויף ווערטער וואס ברענגט נישט ארויס עפעס אנדערש אויסער ירושת א׳׳י - דדי האט אויך א ניגון אויף די ווערטער און ער לייגט צו ׳׳לא נזוז מפה ככתוב בתורת ישראל׳׳)

פאר מיר הערט זיך ווי אויף די וואקעלס איז דא אביסל מער עקא ווי ביי אנדערע זינגערס, - איך מיין שוועקי האט דאס אויכעט.
האט ער בסך הכל אויפן אלבום פיר הארא נגינום, וואלט עס ווען געדארפט ווערן אביסל פאפולער, -וויבאלד הארא נגינום האבן מער א שאנס צו ווערן געזינגען ביי חתונות, ווי מען זיכט שטענדיג דיספאזעבעל פרישע נגינום, - בפרט אז דאס שטייגט איבער אסאך אנדערע הארא נגינום מיט זייער רייכע קוואליטעט.

די סידי איז ביי מיר יעצט אויף ריפיט,אויב איר האט דאס נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט, האף איך אז איר זענט יעצט געווארן אנגערייצט עס אויסצוהערן.

@כינור איך וואלט שטארק געוואלט הערן פון אייך הערות אויף מיין אנאליז און אויפן אלבום בפרט, ווי אויך אלע אנדערע מבינים ווערן געבעטען אריין צו קומען קלאר.

דא האט איר א ריזן אוצר פון בוקלעט׳ס, קען איך נישט טרעפן וועלכער ניק האט דאס ארויסגעלייגט, זאל ער קומען און נעמען זיין קרעדיט.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך איידל און באחיינט אום מאנטאג יולי 05, 2021 6:39 pm, פארראכטן געווארן 17 מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איידל און באחיינט האט געשריבן:דא האט איר א ריזן אוצר פון בוקלעט׳ס, קען איך נישט טרעפן וועלכער ניק האט דאס ארויסגעלייגט, זאל ער קומען און נעמען זיין קרעדיט.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

viewtopic.php?p=2228609#p2228609
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life

4 The Wonder Of Life
לֹחן: הערשי וויינבערגער

חידושדיגע תנועות

די שטיקל ׳׳but a wise man told me’’
הערט זיך אין מיינע אויערען ווי א הארמאני און נישט ווי א מעדלי, אויב איז דא איינער וואס פארשטייט צו מוזיק וואלט איך געוואלט הערן צו עס מאכט סענס וואס איך זאג און וואס מאכט דאס טאקע זיך הערן ווי א הארמאני
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ @כינור און @איידל און באחיינט פארן אנהייבן דעם פרישן הערליכן סעריע, עמיר ווארטן נאך בין המצרים צו הערן פון פריש די סידי'ס, און זיך דערקוויקן מיט די אנאליזן... א דאנק פון פאראויס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life

4 The Wonder Of Life
לֹחן: הערשי וויינבערגער

חידושדיגע תנועות

די שטיקל ׳׳but a wise man told me’’
הערט זיך אין מיינע אויערען ווי א הארמאני און נישט ווי א מעדלי, אויב איז דא איינער וואס פארשטייט צו מוזיק וואלט איך געוואלט הערן צו עס מאכט סענס וואס איך זאג און וואס מאכט דאס טאקע זיך הערן ווי א הארמאני

כאטש טאקע היינט איז די עולם פנוי ממלאכתם בינעך אביסל פארנומען היינט. מ׳האט אי״ה צוריקקומען ליינען און קאמאנטירן אויף דיינע ווערק.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

די נייע אנאליז קוקט אויס צו זיין פיינע נייעס, העמיר דורכליינען און קאמענטירן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

איידל און באחיינט האט געשריבן:אזוי ווי אלע זיינע אלבום׳ס קאמפאזירט ברוך לעווין אליין זיינע נגינום, הערליך שיינע יצירות איינס ביי איינס, שטארק באוואוסט מיט זיין ניגון וזכנו לגדל. ברוך לעווין א ישיבישער זינגער מיט אן איידעלע צורה און שטימע, ווערט אסאך מאל צוזאמגעשטעלט מיט שמחה ליינער, האט שוין אויפגעטרעטן ביי העסק, ענדלעט אביסל צו א ווייבערישע שטימע, סמוד וואויס, מאכט נישט קיין קוועטשעס און קרעכצן, אויך נישט קיין דינאמישע שטימע, לייגט אבער פארט אריין הארץ און געפיל און זיין זינגען און אין זיינע קאמפעזיציעס.

אשכולות אויף ברוך לעווין׳ס אלבום׳ס

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בינעך פארנומען געוועזן און נישט געהאט די געלעגנהייט צו ליינען בכובד ראש און מגיב זיין אויף די הערות והארות. געווען איינגעשפאנט צו דערהייבן די אוויר פארן אייוועלט קאמפיין און גלייכצייטיג פרובירן הייבן תגובות... אבער לדאבוני בינעך נאך געבליבן מיטן ארימ׳ן שר החמישים טיטל.
שוין, געגאנגען.

מתמודד האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:שוואקי האט דעליווערט!

קוקט נישט אויס אזוי פון @כינורס אנאליז....

ער האט דעליווערט אן אלבום.

פיאנא האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
rsz_screen_shot_2021-06-23_at_114546_pm.jpg

#׳צוריקצווועגס׳.

ערשטע אין סעריע פון לענגערע אנאליזן אויף אלטע אלבום׳ס.

יויש...
יו אר קרעזי....!

טענק יו! משוגע גוט?

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אויב אזוי מיין איך אז דיינע סידי ארכיווען זעהן אויס צו פארנעמען די גאנצע ארמערי בילדינג...

הערליכע ארבייט, אפאר פון די ניגונים זינגט מען נאך היינט מיט נאסטאלגישע טעם זקנים...

שקויעך כינור וועל דאן

יישר כוחכם!

אשריך האט געשריבן:כינור א הערליכע ארבעט
איך וואלט געוואלט זעען דיין אנאליז אויף די סידי תמיד בכל יום פון מענדי ווערדיגער לפי מיין מיינונג זינגט ער שענער און ער דערלעווירט א ניגון בעסער ווי מרדכי א שאד ער גיבט נישט ארויס קיין סידי יעדע יאר
ער זינגט מיט אזא הארץ ווען איך וויל הערן א אלטע סידי צינד איך אן תמיד בכל יום
נעם אזא ניגון ווי תנא דביה אליהו פון פינקי איך וואלט עס געלייגט אויף די ערשטע אויפן ליסטא פון פינקיס ניגונים אוי כדאי .. כדאי שיגאל אותם און ספארט אריין צו לעבעדיג ממש א יופי פון א ניגון

שפכי פון יוסי גרין איז א ניגון וואס מ'זעט נישט יעדן טאג מלא השתוקקות ער זינגט עס אזוי גוט אראפ טייטשט די ווערטער

ווי קען מען אויסלאזן די ניגון תענה אמונים אוי איז דעס שיין די ווערטער פאסט אזוי גוט מיט ניגון
כינור מאך א שיינע אנאליז

שכוח! כ׳האב נישט זיינע סידיס. אפשר שיקסטע מיר אין אישי?

יודישער האט געשריבן:וואף הערליך כנור!!!!

להערה בעלמא
כינור האט געשריבן:1) כי לא יטוש

גאר א שיינעם ניגון. ער זינגט אויפן ליטווישן הברה. אויף דעם גאנצן רעקארד זינגט ער ליטוויש. וואס איז פשט פון ׳ונחלתך׳ לא יעזוב? ביינונז זאגט מען ׳ונחלתו׳.כ'מיין ער זאגט נישט ונחלתך, ער זאגט ונחלתו בהברת ספרדת,(ער האט נאך נישט געוויסט וואי זיין קאסטאמער בעיס איז..)(כ׳האב געזען א קליפ וואס גייט געמאכט ווערן אין 2012 ווי מרדכי בן דוד גייט זינגען ׳ונחלתו׳. קוקט אויס ער האט צוריקגעצויגן)
גאר א שיינעם אינטרא! כ׳קען קוים ווארטן צו הערן וואס נאך ישראל לאם מאכט אויף דעם רעקארד. אופס, איים סארי די אינטרא איז בעצם די הויעכע פאל פונעם ניגון. שיין אררעינדזשט אבער.
די עלעקטריק גיטאר הערט זיך ווי ער שפילט נעבן מיר אין צימער. אן קאמפלאצירטע effects (וואס גייט ערפונדען ווערן יארן שפעטער). די ברעסס איז אינעם רעכטן אויער און די פידלעך אינעם לינקען. ס׳דאכט זיך מיר אז די ברעסס איז אביסעלע צו הויעך רעלאטיוו צו די אנדערע אינסטרומענטן. די פידלעך אויף דעם טרעק איז סאמטינג ספעשיל. די ענדינג איז אויך געוואלדיג.
ביי 43:, 46:, קליפט די אודיא. ביי 1:01 און 1:04 הערט זיך ווי איינער קייט פאטעיטא טשיפס. ביי 1:13, 1:57 - 1:58, 2:09, קליפט ווייטער די אודיא. ער זינגט שיין פול מיט יונגע ענערגיע. אביסל חזנות׳דיג.

בכלל דארפסט נעמען אין חשבון, די דארפסט אנטוהן די אלטע גראבעע הע"ד פאנ"ס ווואס האט נאך די וויייע"ר פין ביידע זייטן פארן מאכן אזא אנאליז..קענסט נישט קימען מיט אן אטעם ווען ער האט נאר א שווערד.

קי"פ אי"ט קאמי"ג!

ש׳כוח יודישער!
גיימיר איבערהערן נאך די דריי וואכן און זעהן צו ער זאגט ונחלתו אדער ונחלתיך.
צו אנערקענען די חילוק צווישן אמאליגע פראדוקצעס און היינטיגע און אויפכאפן דעטאלן דארף מען זיך באנוצן מיט פארגעשריטינע אודיא עקוויפמענט. מ׳ווארפט נישט דעם שולד אויף קיינעם חס וחלילה נאר צו פונאנדערשיידן קוואליטי. איך באנוץ מיך מיט akg k12 העדפאונס און צוויי Yamaha Hs5's סטודיא מאניטער׳ס.

איידל און באחיינט האט געשריבן:3) יברכך

די הויעכע פאל פארמאגט נישט קיין חידושים. די ערשטע פאל איז פשוט אבער שיין. שמעקט פון קארליבאך. די הויכע פאל איז גאנץ ׳בארינג׳.
די טרעק איז נישט מער ווי 2:35 לאנג. קוקט אויס ווי ס׳איז דא אנצופילען דעם רעקארד. פראדוצירער אין צוואנציג צוואנציג וואלטן נישט דורך געלאזט אזאנס.
ממש א גאנצע צייט באגלייטן די הארמאנישע אינסטרומענטן. שיין אררעינדזשט. די בעיס איז גאר פיין.

איך האב די זעלבע טענה אויף דעם אלבום המשוררים פון ר׳ דוב האפמאן אויף די סוף פונעם ערשטן זייט פונעם טעיפ האט מען אריינגעשטופט א ניגון אחת שאלתי אן קיין טעם פשוט אנצופילן צד א׳

6) שמע ישראל

די אינטרא איז שיין און רייך. די ניגון איז עפעס אזוי שטאט. גאנץ שלאפעדיג. שיינע תנועות טאקע. אה, פלוצלינג אינמיטן ווערט די ניגון שנעלער. ס׳לעבט אויף, יעצט האט עס חיות אין זיך. די הויעכע פאל איז געוואלדיג! ס׳רופט אויס מיט שטאלץ אז ס׳נאר דא איין גאט. די ערשטע פאל איז מער א געבעט, אויך גאר שיין. די הויעכע פאל פארמאגט מער מעידזשאר קארדס. דעם ערשטען איז איינגעזינקען אין מיינאר. די מוזיק איז אויסנאם פיין.

איך גלייך גראדע יא ווי אזוי ער זינגט עס שטייטער אין אנפאנג

[offtopic]על טעם וריח[/offtopic]
9) קלי

די ערשטע פאל האט א טאטש פון קארליבאך. חידוש׳ווייז איז עס נישט די גרעסטע. ווידער די זעלבע פסוק אין ערשטן פאל און אין די איבריגע פעלער. הויעכע פאל איז נישט צו ניי. אפשר יעצט איז עס יא ניי. אין פופציג יאר ארום גייט זיך עס הערן אלט.
ביי 57: הערט מען קלאר ווי די קול פון ר׳ מרדכי רוקט זיך פון רעכטס צו לינקס. ביי 2:11 הערט מען עס שארפער. ביי 2:33 ווערט די טרעק העכער.

איך האב דעם ניגון געהערט צום ערשטען מאל אויף דעם שפיל א בליק אויף צוריק ווי אזוי קאפי לייגט עס אראפ אזוי הארציג.(זינגט עס דארטן אסאך שטייטער) ווערט אויסצוהערן

האסט דעם אריגיניעלן רעקורדירונג?

דאס וואס עס ווערט העכער די וואליום אינמיטן קען זיין צוליב וואס עס איז נישט געווען קיין פראפעסיאנאלע פראגרעמס צו קאפיען פון א רעקארד צו קאסעט און דערנאך צו דיגיטעל בערך אזוי ווי איך פלעג קאפיען אלס קינד פון איין טעיפ צו די צווייטע מיט אן AUX ווייער וואס דאס האט מסתמא בכלל שוואכער געמאכט די קוואליטעט פון די ארגינעלע רעקארדירונג

[offtopic]איך זעה נישט דאס זאל אפעקטירן[/offtopic]

א גרויסן שכח כינור פאר די אפהאנדלונגען און בפרט פארן ארויףברענגען אלטע קאסעטעס אויף די ארענע

יו וועלקאם!

תואר האט געשריבן:כינור, זייער שיין.
כמעט די גאנצע אלבום איז ליטוויש/ עברית, אויך די נעקסטע אלבום נשמה זינגט ער אויף עברית.

ש׳כוח!

איידל און באחיינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life

1 הנה אלוקינו
לחן: איצי וואלדנער

נגילה-לה... ער האט געדארפט אנפולען די תנועה האט ער פשוט און פראסט משנה געווען די ווארט. נאו פראבלעם.

אויב איינער וויל עס דוקא זינגען קען ער דריקן אויפן גימל און עס אביסל אויסציען אנשטאט דעם לה-לה

[offtopic]וועט זיך נישט הערן גוט אזוי[/offtopic]

Lechaim, A Toast To Life 5
לחן: איצי וואלדנער

די הויעכע פאל איז לער פון מעלאדיע. ווי אסאך היינטיגע ניגונים וואס די קאורדס טוישן זיך אבער די תנועה בלייבט די זעלבע.

עס האט עפעס א מאדנע טוויסט אויף ארויף

[offtopic]פרוביר עס זינגען אן קאורדס[/offtopic]

13 מסיני בא
לחן: איצי וואולדנער

איך האב געזען ווי ישראלי ווערדיגער זינגט עס און ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו זינגען די אלע אה-אה-אה׳ס ביי די ברידזש עס האט מיר אויסגעזען ווי ער איז אומבאקוועם מיט די תנועה, לאו דוקא איז עס גוי׳יש עס זעט פשוט אויס ווי בחורים זינגען (לייען: שרייען) ווען א חתן קומט צוריק אין ישיבה

איידל און באחיינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life

4 The Wonder Of Life
לֹחן: הערשי וויינבערגער

חידושדיגע תנועות

די שטיקל ׳׳but a wise man told me’’
הערט זיך אין מיינע אויערען ווי א הארמאני און נישט ווי א מעדלי, אויב איז דא איינער וואס פארשטייט צו מוזיק וואלט איך געוואלט הערן צו עס מאכט סענס וואס איך זאג און וואס מאכט דאס טאקע זיך הערן ווי א הארמאני

נאך די דריי וואכן אי״ה

איידל און באחיינט האט געשריבן:
בנים אתם-ברוך לעווין.jpeg

יוחי בריסקמאן פרעזענטירט:
ברוך לעווין-בנים אתם
אלבום נומ: ?

אזוי ווי אלע זיינע אלבום׳ס קאמפאזירט ברוך לעווין אליין זיינע נגינום, הערליך שיינע יצירות איינס ביי איינס, שטארק באוואוסט מיט זיין ניגון וזכנו לגדל. ברוך לעווין א ישיבישער זינגער מיט אן איידעלע צורה און שטימע, ווערט אסאך מאל צוזאמגעשטעלט מיט שמחה ליינער, האט שוין אויפגעטרעטן ביי העסק, ענדלעט אביסל צו א ווייבערישע שטימע, סמוד וואויס, מאכט נישט קיין קוועטשעס און קרעכצן, אויך נישט קיין דינאמישע שטימע, לייגט אבער פארט אריין הארץ און געפיל און זיין זינגען און אין זיינע קאמפעזיציעס.

1.ויהי בישורון. הארא.

הייבט אן דעם אלבום מיט א קנאק, ווען איך פרוביר צו פאנטאזירען וויאזוי די קווייער זינגט אויף דעם ניגון און אויף די דריטע ניגון זעט מיר עס אויס ווי זיי האבן א איינגעקנייטשטע שטערן און א שטרענגע מינע איז אויסגעשפרייט אויף זייער געזיכט, משא׳׳כ די אנדערע נגינום קוקט אויס ווי זיי שמייכלען בשעת׳ן זינגען. (איינער וואס ווייסט די פענסי ווערטער ווי אזוי דאס ווערט אנגערופן זאל ביטע מיטיילען)

2.בנים אתם. שטייטע.

שיין און קלאסיש, ווען די אינגל זינגט הערט זיך ווי ער זאגט אתם מיט א צדיק - אצם - קען זיין עס האט מיט די מיקס.

3.כל ישראל. הארא.

4. בואי בשלום. 3/4

5.יום זה לישראל. ראק.

ביי די אינטרא הארמענייזן די טראמפייטער אן אינטרעסאנטער הארמאני - נישט קיין היי און נישט קיין לאו - עס הערט זיך עפעס נישט אין פלאץ קען איך נישט כאפן וואס פאר א סארט הארמעני דאס איז, די ניגון - נישט די פזמון - איז אביסל אינטרעסאנט אויסגעלייגט פאר א שנעלע ניגון, בין איך נייגעריג וויאזוי עס זעט אויס אן א מוזיק צו ווי א שטייטע ניגון אדער א אמפא, די ניגון ענדיגט זיך מיטן נידריגער מאכן די וואליום א זאך וואס מען מאכט שוין ווייניג היינט.

6.ומשפע מצוות תפילין. שטייטע.

אה! אזא שיינע ניגון פאסט זייער צו די ווערטער, שוין דא עפעס נגינום אויף די ווערטער אבער נאכנישט אויסגעדראשן, גלייך איך זייער דעם אינגל, סמוד וואויס, ענדליך צו ברוך׳ס, די ווערטער ושפע קודש ביי די ערשטע פאל געט ער אזא כאפ אפ, קומט נישט אזוי גוט אריין אין די ניגון וואס די ווערטער ווערן געזינגען אביסל מער רואיגער און אויסגעצויגן, ער לייגט אריין אזא הארציגע געפיל אין די ווארט קודש, וואס ערגענצט דעם ניגון.

7.על כל נשימה. הארא.
זאגט ער אביסל אנדערש ווי די באקאנטע מימרא, גיב איך א בליק אינעם בוקלעט ברענגט ער עס נאך פון בראשית רבה, ער זינגט עס מיט די ספרדישע הברה. טייטש נישט ממש די ווערטער אבער נאכאלס א ניגון מיט איידעלע תנועות.

8.אתה אחד. שטייטע.
גיטאר שפילט אנפאנג קומזיץ סטייל, כמעט די גאנצע אינטרא פלעגט זיין אן ארייינפיר צו עוד ישמע ביי חתונות (אפשר וועט איינער וויסן ביי וועלכע שפילער)איך שטעל זיך פאר אז לעווין האט עס ארגינעל קאמפאזירט, ענדיגט די ניגון אן א מוזיק, פאר די וואס גלייכן נישט קיין ספירה סידי׳ס - ווי - מיר קען עס אביסל נערוועז מאכן.

9. אשרי מי שלא חטא. הארא.
די ניגון טייטש דאך אזוי גוט די ווערטער, זאגט ער אביסל אנדערש די ווערטער ווי די גמ׳ אין סוכה (ער ברענגט די ריכטיגע ווערטער אינעם בוקלעט) הויכע פאל איז ווערטער פון אן אנדערע גמרא, ישראל אע׳׳פ שחטא וכו׳, - אזוי ווי היינטיגע נגינום וואס מען שמעלצט תאם צוויי מימרות - די צוויי גמרות ברענגען ארויס 2 אנדערע געדאנקען, אבער שטימט נאך אלס, עס האט אן אינטרעסאנטע טוויסט ביי ׳׳ישראל אע׳׳פ, אע׳׳פ שחטא, עפעס אזוי ארויף און אראפ, עס וואלט געפאסט פאר ר׳ מיילעך טאנץ ווי מ׳גייט אריין און ארויס.

10.קום התהלך. 6/8
האט ער א גאסט זינגער יונתן רזאל , גיבט ער צו א שיינע קאליר צום ניגון, איך זע נישט פשט פארוואס איינער זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער אויסער ארויסצוברענגען אז ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן. (איך מיין אים נישט אים צו באשולדיגען אין התנחלות אבער עס האט נישט קיין זין צו מאכן א ניגון אויף ווערטער וואס ברענגט נישט ארויס עפעס אנדערש אויסער ירושת א׳׳י - דדי האט אויך א ניגון אויף די ווערטער און ער לייגט צו ׳׳לא נזוז מפה ככתוב בתורת ישראל׳׳)

פאר מיר הערט זיך ווי אויף די וואקעלס איז דא אביסל מער עקא ווי ביי אנדערע זינגערס, - איך מיין שוועקי האט דאס אויכעט.
האט ער בסך הכל אויפן אלבום פיר הארא נגינום, וואלט עס ווען געדארפט ווערן אביסל פאפולער, -וויבאלד הארא נגינום האבן מער א שאנס צו ווערן געזינגען ביי חתונות, ווי מען זיכט שטענדיג דיספאזעבעל פרישע נגינום, - בפרט אז דאס שטייגט איבער אסאך אנדערע הארא נגינום מיט זייער רייכע קוואליטעט.

די סידי איז ביי מיר יעצט אויף ריפיט,אויב איר האט דאס נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט, האף איך אז איר זענט יעצט געווארן אנגערייצט עס אויסצוהערן.

@כינור איך וואלט שטארק געוואלט הערן פון אייך הערות אויף מיין אנאליז און אויפן אלבום בפרט, ווי אויך אלע אנדערע מבינים ווערן געבעטען אריין צו קומען קלאר.

דא האט איר א ריזן אוצר פון בוקלעט׳ס, קען איך נישט טרעפן וועלכער ניק האט דאס ארויסגעלייגט, זאל ער קומען און נעמען זיין קרעדיט.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

איידל און באחיינט. באזיצט א גוטן פעדער און א געשמאקען שריפט. פיין דעטאלירט און ברייט ארומגענומען. און בעיקר, קוקט אויס אז איר פארמאגט א גוט אויער צו מוזיק.
מיר ווילן הערן נאך פון דיר וממעינותיך. אי״ה נאך די דריי וואכן וועט מען גיין הערן דעם אלבום.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור לאזט דא שרייבן?

דא איז מיין רויע אנאליז נאכן הערן די ערשטע פאר מאל די סידי פון זנוויל ״מן השמים״

אהה, ווי מן השמים עפעס א פרישע סידי.

ווי א איבערגעדרייטע יודעלע דארף איך דאך אלס אריינלייגן די טעיפ פון די פארקערטע זייט. נעפ, דריי צוריק, מען נעמט ארויס דעם קאסעטע, מען דרייט אים צוריק אויף די ערשטע זייט. נו, מען מישט צוריק די בענדלעך, דרוק דעם פלעי קנעפל, געגאנגען.

אויש, איז פריער יא געווען די גוטע זייט? עס הייבט זיך אן עפעס אינמיטן די סידי, א רגע, נעם ארויס דארט. לאמיר זעהן? ניין, ס׳יא די גוטע זייט. אקעי. מאדנע. אנגעהויבן די סידי מיט אזא לאו ענערדזשי.

הללוהו

איי הערשעלע הערשעלע, עפעס א יוניקנעס וואס קיינער קען נישט נאכמאכן, עפעס א אנטעווערפענע ספייס. אויב עפעס אין אנטווערפן קען זיין ספייסי…

הייבט זיך אן זייער געשמאק, איך פיל ביי הללו כל מלאכיו קען ער ווען האבן עפעס א בעסערע קוועטש, וואס וועט עס מאכן א טראפ מער ענערדזשעטיק. שרייטס אלע זינגטס אלע.... זייער געשמאק.

סאיז ערעינדזשד אויף זייער א פאסיגע סטייל. עס באלאנגט נישט אויפן ערשטן ניגון לדעתי.

ברכנו

שיינע ווערטער און לחן פון ר׳ יוסף משה, די ערשטע פאל גאנץ פשוט, די צווייטע איז די ניגון, דארט פארט עס געשמאק צום אויער, לויפער לויפערט אריין, גארנישט בייסט נישט און שטעכט נישט, א שיינע חסידישע ניגון, די דריטע פאל איז עפעס נישט צו מיר. זאנוויל מוטשעט זיך צי מאכן עפעס א לייט פון די דריטע פאל.

ותחזינה,

אוי עינינו, עינינו, עינינו, אוי… עס רייסט דאס הארץ, עס בענקט, עס בעהט. הערליך! פינקי ווארפט לעצטנס באמבעס איינס נאכן צווייטן. די ערשטע פאל ווי ער גייט אראפ ביי עמך גלייך איך זייער, די צווייטע פאל איז פשוט הערליך! קאמפלימענטירט און געפארטיגט מיט לויפער׳ן.

א שטיקעלע קאנטראסט פון לויפערס איידלקייט און זאנווילס דינאמישקייט, אויפן גאנצן סידי.

זוכרי זמירות

באמבעס, הא? אטאם באמבעס! די מוזיק הייבט זיך אן גאנץ פיין דיפרענט, די ניגון איז א קנאק, פריש און געשמאק פול מיט טעם און פלעיוואר. נפתלי משה מאכט מיט די טעקנאו א זייער גוטע ארבעט, איך גלייך עס נישט פערזענליך אבער פאר וואס ער האט געדארפט טוהן האט ער פיין דעליווערט. מלך מלך ימלוך, געוואלדיג. די חידוש פון פינקי איז ווי גוט ער האט זיך עדאפטעד צו די היינטיגע סטייל, ער רוקט ארויס סחורה פון יעדע ענגל.

נישט צוגעלייגט נאך צופיל מחשבה צו די קווייערס, אבער אין דזשענערל באמערק איך אז איך האב איך נישט אוזי ליב די פלעיוואר פון מלכות, די קאליר, די קול אינאיינעם, עפעס פעלט.

אנא השם

יוסי גרין, שוין לאנג נישט געזעהן, געהערט. זייער קלאסיש. גלילי מאכט שיינע מוזיק אבער עס איז א לאנגע פארשלאפענע ניגון, ער האט פארפעלט עס אויפצולעבן מיט די מוזיק. די ווערטער קאנעקטן עפעס נישט צי וואס איך טראכט ווען איך זאג דעם קאפיטל. ספעלט עפעס קראנטש.

זאנוויל מאכט דא הערליכע וואקעלס.

כלל ישראל

דו שטייסט אויף דארט! יואלי דיקמאן מיט זיין ארקעסטרע שטעקעלע טיילט פראסקעס, אויפשטיין אויפשטיין. א פרישע רויטע עפעלע געפאלן ממש נאנט צום בוים, הרב וועבער דעליווערט א הערליכע מעלאדיע, די צווייטע פאל איז עכט שיין, אומגעראכטן, כלל ישראל… לייק. די שטיקל אינמיטן (וויאזוי הייסט עס?) איז פלעין.

יתומים היינו

משה לויפער אימפרעסט, עכט שיין. די מעלאדי קען איך נאכנישט כאפן, סנישט עפעס זייער קעטשי אדער גאר שיין, דארף עס נאך אפאר הערן צי באקומען אפשר מער די געפיל און אפטיילן די ווערטער פון די מעלאדי. ליפא דארף נישט מיין הסכמה נישט עפעס אויסטערליש גאוניש אבער צו די שיינע זייט.

ואזכה

טיפיקעל משולם, די ערשטע מאל פילט מען עס אזוי שטומפיג, נאך א דריי פיר מאל הערן הייבט עס אן קלעבן, ביז עס גרודזשעט אין קאפ. ס׳נישט ממש עפעס ניי. די ארעידזשמענטס גלייך איך זייער.

ישראל נושע

א הערליכע קאמפאזיציע, הארציג און בענקעדיג, שיינע ווערטער צוזאמשטעל. גוטע מוזיק. נישט וואס צוצולייגן עכט חוץ אז עס איז פשוט, הערליך.

מי ימלל
איינציגסטע שטיקי ניגון אויף די סידי, מיט גוטע מוזיק פאר די וואס זוכן דאס. איך האב נישט געהעריג קאננעקטעד צו דעם.

להתענג

וואן אוו מיי פעיוואריטס. שיינע געשמאקע תנועות, קוקט אויס שוין געמאכט א שטיק צייט צוריק, צבי האט מיר סורפרייזד דא, זייער א קלאסישע זאך. סהאט געסאונד אן צופיל צולייגן קאפ ענליך צו לויפער. שיינע ווערטער, געדאנק, מער אביסל אזוי היינטיג, אידיש, באביש. סאיז א שיינע מעלאדיע!

מן השמים

א הערליכע יצירה פון רעב פינקין, סאיז לאנג און א טראפ נישט קאנעקטעד די שטיקלעך, אבער אין דעזשענעראל איז עס א הערליכע זאך, שיינע תנועות אינצווישן איך גלייך עס מוראדיג. די ׳מן השמים׳ תנועה האט מיר געכאפט, סזינגט זיך. זאנוויל שניידט אריין טענער אז עס גייט א רויעך… דא פילט מען אויך לויפערס קלאסישקייט אנטקעגן זאנווילס קולות. הערליך. כווייס נישט אויב לויפער איז צוגעפאסט פאר דעם.

-

אין דזשענערל: די מיקס איז בעסער ווי כהאב געמיינט סגייט זיין! די זינגער איז פיין אין פארנט פון די מוזיק אבער נאכאלס גענוג ווייט און נישט שטעכעדיג אין אויער אריין. ממש פערפעקט. אלעס הערט זיך הערליך שיין. אפשר די קווייערס איז אביסל שטיל, מוז נישט זיין. קודאס

מוזיק: כהאב געהאפט סגייט זיין אביסל מער ספייסי, נישט אז סנישט שיין, אבער אזא גוט שטיקל מונה וואלט גוט אריינגעקומען, אנשטאט לויפערס פיר. אבער אוועראלל איז עס באמת שיין, רייך, זייער צו די זאך.

ניגונים: אביסל מורא׳געהאט אז דאס גייט זיין, און עס איז טאקע, אז די ניגונים סעלעקציע איז ממש פערפעקט פאר זעקס יאר צוריק, ער אליינס וואלט היינט גענומען אנדערע זאכן לכאורה, אפילו אויב וואלט ער זיך געוואלט האלטן צו די אלטע סטייל וואלט ער לכאורה געהאט אנדערע פיק׳ס. עס נעמט גארנישט אוועק פון די דימאנטן וואס ליגן דא, באמת הערליכע געשמאקע זאכן. פעיוואריטס? יעצט אויף די רגע איז עס ותחזינה, להתענג, זוכרי זמירות, אפשר ישראל נושע נעקסט, אדער הללוהו.

ס׳איז באמת א הערליכע זאך, חסידיש און געשמאק, זאנוויל קומט אריין קלארער פון קלאר אין וואס ער איז שטארק. ס׳ווערד א עלעווער און אפילו מער. געצאלט און הנאה געהאט. א מחי׳!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

לייק! פאר דיין זיסע שפראך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”