בלאט 1 פון 2

תחיית המתים טאנץ. וואו איז דאס אהינגעקומען?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 3:39 pm
דורך צו געזונט
ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען נאך אמאל זעהן א תחיים המתים טאנץ ביי חתונות, און אום חודש אדר נאך מער. מען ברויך דאס צוריק ברענגן

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 3:44 pm
דורך shalsheles
וואס איז שלעכט מיט באכע דזשאכע?...

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 4:44 pm
דורך נישט פשוט
וואס האט דיר געכאפט יעצט ווילסט מאכן תחיית המתים פאר די תחיית המתים טאנץ ?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 4:52 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
ביי חתונות ווי די קעפעטש פאמיליע -הידוע- געפינט זיך, צו אלץ קרובים אדער אלץ וואלענטיר'ן, איז די תחיית המתים טאנץ געהעריג אין סקעדזשול

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:31 pm
דורך מקווה איד
לעצטע וואך געווען ביי א חתונה, נישט פון די אויבן דערמאנטע פאמילע'ס און מ'האט עס געהעריג געטוען

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:38 pm
דורך ראפאט קראמפלי
shalsheles האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט באכע דזשאכע?...

:lol: :lol:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:59 pm
דורך SPUSMN
צו די אלע סיבות קען אויך זיין ווייל דער תחיית המתים טאנץ גייט צו ספעציפישע מוזיק, וואס ווערט ליידער אלץ ווייניגער און ווייניגער פאפולער. (צו אלטמאדיש צו טייל מענטשען)

איך הער עס פון אנדערע אויך; ביי געוויסע חתונות איז שווער צו טאנצען צו נישט איינגענעמע מוזיק. עס איז א רחמנות טייל מאל צו קוקען ווי א אדם חשוב טאנצט מיטען חתן און מיטשעט זיך מיטען ביעט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:03 pm
דורך מקווה איד
SPUSMN האט געשריבן:צו די אלע סיבות קען אויך זיין ווייל דער תחיית המתים טאנץ גייט צו ספעציפישע מוזיק, וואס ווערט ליידער אלץ ווייניגער און ווייניגער פאפולער. (צו אלטמאדיש צו טייל מענטשען)

איך הער עס פון אנדערע אויך; ביי געוויסע חתונות איז שווער צו טאנצען צו נישט איינגענעמע מוזיק. עס איז א רחמנות טייל מאל צו קוקען ווי א אדם חשוב טאנצט מיטען חתן און מיטשעט זיך מיטען ביעט.

די ניגונים האבן זיך אפשר געטוישט אבער נישט די ביעט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:17 pm
דורך שפרינגער
עמיצער קען דאס ארויף לייגן דא? ס'העכסט צייט זיך צו אויסלערנען דעם ניגון.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:07 am
דורך גרויסע-גדולה
עס בענקט!
עס איז געווען אנדערע צייטן

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:26 am
דורך וואדקע
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען צו די נארישע קארני טאנץ. פאסט אפשר פאר א קינדעגארטן פלעי. ב"ה אז סאיז ארויס פון סטייל.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 7:09 am
דורך ווערעצקי
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:ביי חתונות ווי די קעפעטש פאמיליע -הידוע- געפינט זיך, צו אלץ קרובים אדער אלץ וואלענטיר'ן, איז די תחיית המתים טאנץ געהעריג אין סקעדזשול


אפשר שוין צייט צו עפענען א באזונדערע אשכול אויף די "קעפעטש פאמיליע הידוע"? אדער אפשר גייט עס אריין אין כלל פון "לעבעדיגע רבי'ס" פון וועם ס'איז נישט ערלויבט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:13 am
דורך חלב ישראל
שפרינגער האט געשריבן:עמיצער קען דאס ארויף לייגן דא? ס'העכסט צייט זיך צו אויסלערנען דעם ניגון.


יו-טוב איז נישט ערלויבט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:25 am
דורך שטאלצער יוד
ווואס גיסט ער דא אריין? חלב ישראל אדער חלב סתם (טריפה)???

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:31 am
דורך כא כא כא
און די פעטער מיטן סאדע באטעל אויפן קאפ טאנצט א קעדאדשקע זעט מען שוין אויך נישט...
צי דער קונצן מאכער האלט אויפן אמאליגן בעזעם צוויי פילע וואסער קאפס און ער דרייט עס ארום צום שמייכל פון אלע ארומיגע...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:33 am
דורך חלב ישראל
חלב ישראל האט געשריבן:
שפרינגער האט געשריבן:עמיצער קען דאס ארויף לייגן דא? ס'העכסט צייט זיך צו אויסלערנען דעם ניגון.


יו-טוב איז נישט ערלויבט

איז דא עפעס וואס איז יא ערלויבט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 10:46 am
דורך דונש
גוגל דרייוו
דארפבאקס
דשאמבא מעיל

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:03 pm
דורך חלב ישראל
דונש האט געשריבן:גוגל דרייוו
דארפבאקס
דשאמבא מעיל

כ'האב ארויפגעלייגט פון גוגל דרייוו, ואיננו כי לקח אותו...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:38 pm
דורך חלב ישראל
אויב דאס גייט אויך נישט, גיב איך אויף.

https://drive.google.com/file/d/1RhYUUM ... sp=sharing

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:22 pm
דורך שפרינגער
זעסטו?! א איד געבט קיינמאל נישט אויף... יישר כחכם.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:25 pm
דורך חלב ישראל
כא כא כא האט געשריבן:און די פעטער מיטן סאדע באטעל אויפן קאפ טאנצט א קעדאדשקע זעט מען שוין אויך נישט...

דא האסטו די 'פלעשער ניגון': https://drive.google.com/file/d/1uvhDM_ ... sp=sharing

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 10:50 pm
דורך אדער יא
און וואס טוט זיך מיטן ברוגז טאנץ ? נע, מסתמא נישט אינשעשטינק

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 11:03 pm
דורך חלב ישראל
אדער יא האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיטן ברוגז טאנץ ? נע, מסתמא נישט אינשעשטינק

ס'איז אנאנדער נאמען פאר די 'תחיית המתים טאנץ'

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 4:02 pm
דורך הערסט?
סאיז דא אלטע יידישע ירושלימער ווערטער אויף דעם ניגון אויף די צוייטע (און הויכע) פאל
פארוואז'ע ביסטו ברוגז איך ווייס דאך נישט פארוואס
אז דו גייסט א גאנצן טאג אראפ געלאזט די נאז

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 5:28 pm
דורך יהיה כן
הערסט? האט געשריבן:סאיז דא אלטע יידישע ירושלימער ווערטער אויף דעם ניגון אויף די צוייטע (און הויכע) פאל
פארוואז'ע ביסטו ברוגז איך ווייס דאך נישט פארוואס
אז דו גייסט א גאנצן טאג אראפ געלאזט די נאז

דאס איז דער אנהויב, סי'ז א גאנצע מערכה...
ס'גייט אזוי:
ס'הייבט זיך אן מיט א רוגזה'לע מחלוקה'לע [אויפן דערמאנטן פזמון], איינער קריגט זיך מיטן צווייטן, און דערלאנגט עם...,
לייגט עם אוועק.....
[יעצט ווערט טרויעריג]...
דער שלעגער בעט זיך מיט תחנונים....., רוקט עם די הענט די פוס וכו'...
און נאכדעם, שטייט ער אויף תחית המתים, און ס'ווערט לעבעדיג.....

יע, אמאל געווען צייטן מען האט דאס אזוי אראפ געלייגט מיט אלע טעמים און תנועות..., זיס געווען!,
ס'שאד די היינטיגע יונגווארג זעהט דאס נישט...