אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

דע מה שתשיב האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:הרב בן ציון גאלדמאן שליטא האט א הערליכע ארטיקל אין די גליון זיינע [מסתמא יש לדאנלאוד בלדעת] איבער די פיוטים אז סקומט פון גלות נאכ'ן חורבן, משא"כ אשר הניא איז נתייסד געווארן דורך אנשכנה"ג ע"כ אינו הולך בדרך חרוזים, מאמר נפלא כדרכו

וויאזוי הייסט דער גליון?

והוא פלאי האט געשריבן:מען פארשטייט נישט דעם שייכות אהער אויב האט מען נישט געזען דעם מאמר (בגליון אור נצח)
ער ברענגט דארט אז דער ענין פון חרוזים אויף גראם, און משקל, איז געקומען פון די גויים
והוא דבר שהביאו ממקורות העמים על הקדושה בענין פיוט ושיר
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

פינטעל האט געשריבן:http://www.sing365.com/music/lyric.nsf/piano-man-lyrics-billy-joel/c76ff1fbfbe36421482568700017360f" onclick="window.open(this.href);return false;

אפשר ווייסט איינער אויף וועלעכע היימישע טעיפ ווערט געזונגען די ניגון?
(דריקט די רויטע קנעפל אויף די רעכטע זייט צי הערן דעם ניגון)

ענדליך האב איך געטראפן ווער עס זינגט עס Gershon Veroba - Chazzon Man
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

עס עפעס האט געשריבן:אינעם לעצטן צייטשריפט אינעם קאלום "חייקל ענטפערט", לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א דין ודברים צי דער באקאנטער מעלאדיע וועלכע רוב וועלט זינגט אויף "מעוז צור" אום חנוכה קומט פון א גויאישן מקור. כוועל פרובירן נאכצוברענגען וואס דער שרייבער שרייבט דארטן:

[b]
[b]דער ליד "מישע-מישע-משנכנס אדר, מרבין-מרבין-מרבין בשמחה" וואס ווערט געזינגען אין די אדר-טעג איז נתחבר געווארן דורך א גרויסן זינגער מיט'ן נאמען הודי וויליאם לעדבעטער אין יאר 1948, אונטער דעם נאמען "פיק עי בעיל אוו קאטאן". דער דאזיגער מר. לעדבעטער האט א גאר רייכע לעבנסביאגראפיע. ער איז געזעסן עטליכע מאל אין תפיסה צוליב פארשידענע פארלעצונגען, צווישן זיי: דאס אומברענגען זיינס א קרוב און דאס פרובירן אומברענגען א צווייטן אין א געשלעג.
.

ווייסט איינער אויב די זאך מיט דעם משנכנס ניגון איז קראנט? קען איינער ברענגען אויף דעם ראיות ?
לעצט פארראכטן דורך א פיינע מענטש אום מיטוואך פעברואר 25, 2015 8:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

איך האב נישט קיין עקסעס צו דעם. קען עס איינער ברענגען אויף קאפי אדער דראפבאקס?
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

ווייסט איינער ווער עס האט ארויפגעלייגט די ווערטער אויף דעם משנכנס ניגון ?
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

רמונים האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=889&pgnum=513

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=123

להוי ידוע אז ביידע תשובות רעדן לשמוע ממנגן שיצא לתרבות רעה. דער זינגער טויג נישט.

די שאלה דא איז צי מ׳מעג הערן אדער נעמען א ניגון וואס איז ממקור פון א גוי, אבער דער וואס זינגט עס יעצט איז ערליך? (כעין קאלוב)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

בערך א יאר צירוק האב איך געשיקט דא פאר איינעם א לינק ווי אראבער (דאכט זיך אין עגיפטן) זינגען די תנועה פון "לכבוד התנא אלוקי רשב"י" ביי זייערס א באגרעבענש צערמאניע נאך א טעראר אקציע.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

מצלמה האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=889&pgnum=513

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=123

להוי ידוע אז ביידע תשובות רעדן לשמוע ממנגן שיצא לתרבות רעה. דער זינגער טויג נישט.

די שאלה דא איז צי מ׳מעג הערן אדער נעמען א ניגון וואס איז ממקור פון א גוי, אבער דער וואס זינגט עס יעצט איז ערליך? (כעין קאלוב)

הייסט א גוי איז בעסער ווי א מנגן יהודי רשע??

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

רמונים האט געשריבן:

אויב דער מנגן איז ערליך נאר דער ניגון איז ממקור גוי, פון דעם רעדט ער נישט. אויב איז עס אסור וואלט דער הייליגער קאלובער און דער יטב לב דאס נישט געטאן.

עליך להביא ראיה!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

דו דארפסט אויך פארענטפערן דעם ליקוטי מוהר״ן:
יקוטי מוהר"ן מהדורא קמא סימן רכו

מה שהרשעים על פי רוב הם מזמרים נגונים של יללה ועצבות, כי הם בחינת נשמת ערב רב, ואמא דערב רב היא לילית שהיא מיללת תמיד, ועל כן הם עושים נגונים של יללה כנ"ל,

ומה שדרך בני אדם למשך אל נגונים הללו, כי יניקתם מבחינת "ועיני לאה רכות" (בראשית כ"ט), מבחינת קלקול הראות, בבחינת מארת חסר, כמו שכתוב (שם א): "יהי מארת" חסר דא לילית (תקוני זהר תקון מ"ד דף עט:), ועקר הנגון הוא מבחינת שבט לוי שהיו מנצחים בשיר, שהם מבני לאה, ואז כשנולד לוי נאמר (שם כ"ט): "הפעם ילוה אישי אלי", כי על ידי שנולד לוי שהוא סטרא דנגונא (זהר שמות דף י"ט): על ידי זה בחינת ההמשכה, שילוה ויומשך אליה, ועל כן נגינה שהוא נשתלשל ויורד משם, מבחינת "ועיני לאה רכות", יש לו כח למשך, בבחינת "הפעם ילוה" כנ"ל,

וכשמזמרים אלו הנגונים הנ"ל בשבת, על ידי זה מעלין אותם, כי בשבת נשלם האור בבחינת מה שאמרו רבותינו, זכרונם לברכה (ברכות מג:): 'פסיעה גסה נוטלת מאור עיניו וכו' ומהדרא לה בקדושא דבי שמשא'. נמצא שבשבת האור בשלמות, בבחינת: "פוסעים בו פסיעה קטנה", ואזי מעלין הנגונים הנ"ל שיניקתם מקלקול הראות כנ"ל, על ידי שבת שהוא בחינת תקון הראות בשלמות כנ"ל
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

אויב דער ניגון איז באקאנט אויף א רשע גייט עס אריין אין זייער איסור, אויב ווייסט מען אז די ניגון קומט פון הערן און זען... שיקסעס פרוצות. איז עס להניח שם למעשיהם.

אז דער ניגון איז נישט באקאנט אויף א נאמען פון א רשע אדער רשענתע... נאר סתם פאלקסלאר, עממי, איז א אנדערע מעשה, און זיכער נישט ווען דער ניגון איז באקאנט אויפן קאלובער איז עס הייליג כאטש איך דארף נישט פארענטפערן דעם קאלובער.

עכ"פ אז מ'ווייסט און ס'איז נתפרסם דער מקור איז עס בוודאי גנאי הדבר, און צו נוצן פאר קודש איז אפילו לויט ר' משה פיינשטיין אסור.
ר' משה האט אויך נישט מתיר געווען, ער שרייבט ער האט א ספק, און פירט אויס קלאר אז חסידים ואנשי מעשה זאלן זיך מרחק זיין דערפון.

ליקוטי מוהר"ן וואס איז די קשי'? האסט א מושג אין זיינע ווערטער בכלל.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

רמונים האט געשריבן:אויב דער ניגון איז באקאנט אויף א רשע גייט עס אריין אין זייער איסור, אויב ווייסט מען אז די ניגון קומט פון הערן און זען... שיקסעס פרוצות. איז עס להניח שם למעשיהם.

אז דער ניגון איז נישט באקאנט אויף א נאמען פון א רשע אדער רשענתע... נאר סתם פאלקסלאר, עממי, איז א אנדערע מעשה, און זיכער נישט ווען דער ניגון איז באקאנט אויפן קאלובער איז עס הייליג כאטש איך דארף נישט פארענטפערן דעם קאלובער.

עכ"פ אז מ'ווייסט און ס'איז נתפרסם דער מקור איז עס בוודאי גנאי הדבר, און צו נוצן פאר קודש איז אפילו לויט ר' משה פיינשטיין אסור.
ר' משה האט אויך נישט מתיר געווען, ער שרייבט ער האט א ספק, און פירט אויס קלאר אז חסידים ואנשי מעשה זאלן זיך מרחק זיין דערפון.

ליקוטי מוהר"ן וואס איז די קשי'? האסט א מושג אין זיינע ווערטער בכלל.

לאמיר זעהן וואס רבי משה זצ״ל שרייבט. דערווייל האט איר גארנישט געברענגט צום ענין. - ואתכם הסליחה
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

אפאר ווערטער פון צי"א אויף אזעלכע ניגונים וואס קומט פון א מקור טמא.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=43
און קוק וואס ער ברענגט פון ר' חיים פאלאג'י
אטעטשמענטס
Untitled.png
Untitled.png (45.57 KiB) געזען 4599 מאל
מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתבר »

גאנץ מעגליך אז ס'איז א חילוק וואספארא סארט תנועות דער ניגון האט. כ'מיין אז ווען עמיצער הערט זינגען א ניגון קען ער אליין מבחין זיין צי דער קאלובער וואלט אפגעקויפט אזא ניגון צי ער וואלט ער עס ענדערש געלאזט ביים פאסטוך.‏
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מסתבר האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז ס'איז א חילוק וואספארא סארט תנועות דער ניגון האט. כ'מיין אז ווען עמיצער הערט זינגען א ניגון קען ער אליין מבחין זיין צי דער קאלובער וואלט אפגעקויפט אזא ניגון צי ער וואלט ער עס ענדערש געלאזט ביים פאסטוך.‏

;l;p-
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
מסתבר האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז ס'איז א חילוק וואספארא סארט תנועות דער ניגון האט. כ'מיין אז ווען עמיצער הערט זינגען א ניגון קען ער אליין מבחין זיין צי דער קאלובער וואלט אפגעקויפט אזא ניגון צי ער וואלט ער עס ענדערש געלאזט ביים פאסטוך.‏

;l;p-

הייסט, אז א זינגער היינט מעג באשליסן וועלכע ניגון מ'מעג כשר'ן פון א גוי, און וועלכע נישט? זייער א שווערע זאך צו זאגן, ווייל דער זינגער אדער קאמפאוזער, אדער טעמע-באשליסער וועט זאגן אז די ניגון האט מיר אויסגעקוקט איידל.
אויב משום לא פלוג טאר מען גארנישט.

אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נאטרוליסט האט געשריבן:אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.

נאטורליסט,
נישט אלע חזנים, די ערליכע נישט.
נישט בלויז הגה״ק רבי חיים פלאג׳י האט מעורר געוועהן איבער דעם, פיל פון די גדולים האבן פארפירט בגנותם פון די חזנים וואס ברענגען אריין פון די אומה״ע, סיי די ניגונים און סיי דעם אופן (קווייער וכדו׳)
א קורץ זוכעניש אין hebrewbooks אדער אין אוצר החכמה וועט איר טרעפן פיל.
און דאס אלעס האט מען גערעדט פון קלאסיש-מוזיק סטייל, וואס האט לכאורה געקאנט ׳מיטגיין׳ און זיך ׳אריינפאסן׳... ואידך פירושא זיל גמור...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

נאטרוליסט האט געשריבן:אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.

נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין א ספרדישע שול, און די רב האט געזונגען די ניגון אנא ואנתא לוחדינא פון פריד אל אטראש ביי הלל צו ביי קדושה איך געדענק נישט פונקטליך.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מחשב האט געשריבן:איך האב א מזוזה'לע, איך האב א מזוזה'לע, אויף מיין טיר, אויף מיין טיר, און ווען איך גיי אדורך, און ווען איך גיי אדורך, קוש איך איר.. קוש איך איר...

בילד

און נאכן אביסל נאכזוכן איז געבליבן, אז דער ניגון במקור איז אדער בלויז א שמייליגער, אדער גאר א רייצערישע לידל קעגן אידן.

יאַך וועל דאס שוין נישט זינגען...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

מחשב האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך האב א מזוזה'לע, איך האב א מזוזה'לע, אויף מיין טיר, אויף מיין טיר, און ווען איך גיי אדורך, און ווען איך גיי אדורך, קוש איך איר.. קוש איך איר...

בילד

און נאכן אביסל נאכזוכן איז געבליבן, אז דער ניגון במקור איז אדער בלויז א שמייליגער, אדער גאר א רייצערישע לידל קעגן אידן.

יאַך וועל דאס שוין נישט זינגען...

די קינדער ליד הייסט frére jacque, ס'איז עפעס וועגן א קריסטליכע מאנק וואס זיין אויפגאבע איז צו קלינגען די גלאקן פון קלויסטער אויסצורופן די צופרי תפלות און מ'זאגט איהם "ברודער יאקאב שלאפסטו נאך? קלינג די מארגן גלאקן, דינג דענג דאנג", אפשר וואלט טאקע בעסער געווען ווען ער בלייבט שלאפן... ס'האט אבער גארנישט מיט אידן צוטון.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

חלב ישראל האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך האב א מזוזה'לע, איך האב א מזוזה'לע, אויף מיין טיר, אויף מיין טיר, און ווען איך גיי אדורך, און ווען איך גיי אדורך, קוש איך איר.. קוש איך איר...

בילד

און נאכן אביסל נאכזוכן איז געבליבן, אז דער ניגון במקור איז אדער בלויז א שמייליגער, אדער גאר א רייצערישע לידל קעגן אידן.

יאַך וועל דאס שוין נישט זינגען...

די קינדער ליד הייסט frére jacque, ס'איז עפעס וועגן א קריסטליכע מאנק וואס זיין אויפגאבע איז צו קלינגען די גלאקן פון קלויסטער אויסצורופן די צופרי תפלות און מ'זאגט איהם "ברודער יאקאב שלאפסטו נאך? קלינג די מארגן גלאקן, דינג דענג דאנג", אפשר וואלט טאקע בעסער געווען ווען ער בלייבט שלאפן... ס'האט אבער גארנישט מיט אידן צוטון.

Francesca Draughon and Raymond Knapp argue that Frère Jacques was originally a song to taunt Jews or Protestants or Martin Luther (see Frère Jacques in popular culture).[7]

https://en.wikipedia.org/wiki/Fr%C3%A8re_Jacques
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלעקסיי האט געשריבן:הרה"ג ר' שמואל ארקוואלטי בספר ערוגת הבושם

דא איז עס

מלשונו איז משמע אז דאס איז הערשט בימיו נפרץ געווארן אין יענע מקומות.
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (76.28 KiB) געזען 1063 מאל
2201.jpg
2201.jpg (524.41 KiB) געזען 1063 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

לעצטנס געהערט אז די ניגון שבת הייליגע שבת איז א וויענער פאסטוך ניגון, די אהבת ישראל האט אמאל געוויילט שבת אין וויען, ער האט געהערט ווי פויערן זינגען, סאיז אים געפאלן אין אפן פלאץ האט ער ארויפגעלייגט די ווערטער 'שבת הייליגע שבת', די ארגינעלע ווערטער איז עפעס פון א פעדער מיט א הינטל....
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”