ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יונה ישראל האט געשריבן:
joe24 האט געשריבן:were can I buy it?

גא"ם

בפשטות אין יעדן ספרים סטאר.
מיר האבן געקויפט איינס אין מאורות ספרים סטאר און א צווייטע (א מתנה פאר איינעם) אין רובינפעלד ספרים סטאר אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19755
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

היום היארצייט של הבעל מנגן ר' יום טוב עהרליך ז"ל

כ"ז תמוז
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זאל ער זיין א גוטער בעטער, זאל ער זינגען מליצות ישרות אויף כלל ישראל אזוי ווי נאר ער האט געקענט.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

ליגט מיר עפעס אין קאפ אן ענדליכע ליד צו דעם פון ריו"ט, כ'קען זיך אבער נישט דערמאנען פונקטליך. בין איך גערעכט? ווייסט איינער וועלכע איך מיין? א דאנק
https://www.zemereshet.co.il/m/song.asp?id=10988
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

חולם י יאויש האט געשריבן:ליגט מיר עפעס אין קאפ אן ענדליכע ליד צו דעם פון ריו"ט, כ'קען זיך אבער נישט דערמאנען פונקטליך. בין איך גערעכט? ווייסט איינער וועלכע איך מיין? א דאנק
https://www.zemereshet.co.il/m/song.asp?id=10988


האט מיר וואסערפאל אין א אנדער אשכול צוגעשטעלט דאס וואס כ'האב געזוכט: הימלישע חשבונות.

https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31018097&Lang=Hebrew

נאכן איבערהערן קום איך צום החלטה אז זיי זענען דעם זעלבן ניגון. בין איך גערעכט?

און אויך אויף דעם:
"מנוחה ושמחה"
משה הגדול
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:53 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הגדול »

קען איינער ארויף ברענגען די ווערטער פין די ניגון ”א לאנגער וועג” פין ר’ יום טוב
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אויף קול בחצרות טענה'ט איינער אז ער האט רעקארדירונגען ווי אלגעמיינע קלעזמער, זינגען טשופטשיפ און צימבלען אויף די זעלבע ווערטער [בשורש].
און אז ר' יו"ט האט נאך ניגונים וואס די ציגיינער פלעגן שפילן אין דער אלטער היים ביי די חתונות.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
כי לה׳
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:58 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כי לה׳ »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אויף קול בחצרות טענה'ט איינער אז ער האט רעקארדירונגען ווי אלגעמיינע קלעזמער, זינגען טשופטשיפ און צימבלען אויף די זעלבע ווערטער [בשורש].
און אז ר' יו"ט האט נאך ניגונים וואס די ציגיינער פלעגן שפילן אין דער אלטער היים ביי די חתונות.


אמת ער פלעגט זיצן אין קאלכאז צוזאמען מיט זיין און זאגאר מאכן ניגונים פונקט ווי זיי מילא קען מען ניט וויסן אויב ער זינגט זייערע ניגונים זיי זינגען גאר זיינע
כאפט אריין א געניץ
ווילאנג איר וועט נאך לעבען
ווייל אויף יענע וועלט
וועט מען אייך נישט לאזן
fidler
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 14, 2021 3:44 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fidler »

איז דא ווידעאס פין ר' יו"ט?
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

איינער האט אפשר די טעקסט פון ר' יו''ט ערליך'ס ניגון 'דער פאסטעך' - ר' עקיבא?

יישר כח גדול!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

https://www.jyrics.com/lyrics/akiva-y-% ... %91%d7%90/
AKIVA- Avraham Fried- Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems Vol. 2

אויפ’ן פעלד דארט אויפ’ן גרינעם
מיט די שאף אונטערן שטאט
שטייט עקיבא דער שיינער פאסטאך
.און א תפלה זאגט צו ג-ט
ער איז ארעם אפגעריסן
און ער ווייסט נישט קיין איין אות
און פון ווייטן גייט די טאכטער
.פון זיין רייכן בעל הבית

דער בעל הבית איז א מיליאנער
וויל נישט זיין דעם פאסטָאך’ס קיין שווער
און די מיידל
פיין און איידל
.אויפ’ן הארצן אזוי שווער

און דער באשעפער הערט זיין געוויין
ער געפינט ביים מיידל חן
זי ווערט זיין כלה
ס’ווייסן אלע
.דער טאטע וויל נישט וויסן, ניין

אינדרויסן, אין מיטן ווינטער
עס איז גרויס די קעלט אזוי
אין א שטאל אונטערן שטאט דארט
.וואוינט די פָּארל אויפ’ן שטרוי
נישטא וואס אנטאן, נישטא וואס עסן
,אפגעפרוירן פיס און הענט
און ביים טאטן אין דער פאלאץ
.גאלד און זילבער אויף די ווענט
ווערט געבוירן אויך א קינד
בלאזט אויף אים דער קאלטער ווינט
און עקיבא
אין דער סביבה
.ארבעט שווער און שוואך פארדינט

:שרייט זיין פרוי צו אים מיט שרעק
עקיבא ווארף עס אלץ אוועק”
טו מיך הערן
תורה לערן
“.אין ישיבה פאר אוועק

ליגט א שטיין דארט לעבן ברונעם
,טוט דאס וואסער אויף עם גיין
טראפט דאס וואסער טראפ נאך טראפנס
.און עס מאכט א לאך אין שטיין

ווייכע וואסער קאן זיך מאכן
לעכער אין א הארטן שטיין
קוקט עקיבא און נעמט טראכטן
.אז דאס מיינט מען מיר אליין

ווייכע וואסער שניידט דעם שטיין
און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין
וועלן הארטע
רייד פון תורה
.קענען מאכן מיר פארשטיין

און עקיבא פארט אוועק
אין א ווייטער ווייטער וועג
אין ישיבה
א פרעמדע סביבה
.נעמט ער לערנען נעכט און טעג

ס’גיין יארן און עקיבא
זיצט און לערנט דורכאנאנד
“און זיין נאמען ”ר’ עקיבא
.הערט זיך שוין אין גאנצן לאנד

און א דורך איז צוועלף יארן
דורכגעלאפן אזוי שנעל
און תלמידים צוועלף טויזנט
.שטייען גרייט צו זיין באפעל

ר’ עקיבא האט זיך באקלערט
און אהיים צוריק זיך געקערט
קומט אין שטעטל
קוקט אין פענסטער
.און זיין הארץ צובראכן ווערט

זעט ער ארעמקייט גאר אן א ברעג
קינדער נאקעטע א שרעק
און זיין ווייבל
, ווי א טייבל
.פרעמדע וועש וואשט נעכט און טעג

ר’ עקיבא וויל אריינגיין
,זעט ער שטייט אן אלטער איד
און ער רעדט זיך צו זיין ווייבל
“.אז עס איז קיין לעבן נישט”
ס’איז דיין מאן אן עם הארץ”
,וואס ער לאזט דיר דא אליין
צוועלף יארן שוין געווארן
“.און ער קומט אלץ נישט צו גיין

זאגט די פרוי: “מיר ארט נישט גאר
אבי ער זיצט און לערנט נאר
עס זאל מיר הערן
זיך נישט אומקערן
“.און לערנען דארטן נאך צוועלף יאר

ר’ עקיבא האט עס דערהערט
און געזען זיין פרוי איז גערעכט
אין ישיבה
אין זיין סביבה
.האט ער זיך צוריק געקערט

און אדורך איז צוועלף יארן
און ר’ עקיבא דאן
א ראש ישיבה איז געווארן
.פון פיר און צוואנציק טויזנט מאן

און ער קומט צוריק אין שטעטל
דער פאראד איז זייער גרויס
ס’לויפט די גאנצע שטאט אנטקעגן
.פוסט געלאזן וואו א הויז

און ביי אים פון יעדן זייט
די שענסטע אידן פון דער צייט
די תנאים
, און עילויים
.אנגעטאן אין פּלוש און זייד

און מען פירט אים מיט א ליד
ווי א קעניג אין דער מיט
פון די זייטן
, שמשים רייטן
.צוגיין נאווענט לאזט מען נישט

און פון הינטן, פון די לעצטע
גייט דארט ר’ עקיבא’ס פרוי
אפּגעלאזן, אפּגעריסן
.אויסגעדארט איז זי אזוי

רופט זיך אן צו איר א שכנה
“,אז עס פאסט אזוי נישט גיין”
זאגט די פרוי איר, “ביי צדיקים
“.ווי מען גייט אזוי איז שיין

און זי האט באקלערט זיך דאן
אז עס וואלט געווען א פּלאן
גיין אנטקעגן
און זיך פרעגן
.וואו געפינט מען דא איר מאן

זי האט זיך א ריס געטאן
און ארויס פון אויבן אן
פארן רבי’ן
שטיין געבליבן
און עס קלאפט א צאן אן צאן

און ווי זי האט דערזען זיין פּנים
ווי ער שמייכלט צו איר זיס
איבערראשט איז זי געפאלן
.אויף דער ערד פאר זיינע פיס
לויפן צו גלייך די שמשים
און מען טרייבט איר און מען יאגט
האט דער תנא זיי בארוהיגט
:און האט הויך אזוי געזאגט

,עס איז אמת און גענוי”
ווי דער הימל קלאר און בלוי
אז פאר מיין תורה
פאר אייער תורה
“.דארף מען דאנקען אט די פרוי
,זי האט געהונגערט און געשמאכט”
פיר און צוואנציק יאר געווארט
איך דאנק דיר פאטער
וואס דו האסט מיר
“.צו איר אהיים צוריק געבראכט

און ווי איר פאטער האט דערוואוסט זיך
אז א תנא איז נישט ווייט
איז ער געקומען און דערציילט אים
.פון זיין איידעם ווי ער ליידט

און עס האט אים ר’ עקיבא
דאן דערציילט אז דאס איז ער
און געשענקט זיך אלע עוולות
.און צעקושט זיך מיט זיין שווער

און עס האט דער רייכער שווער
דאן געלאזט א טרער נאך א טרער
האלב פערמעגן
פאר זייערט וועגן
.אפגעשריבן גלייך האט ער

און אויפ’ן קאפ א קרוין פון גאלד
מיט ירושלים אויסגעמאלט
האט ר’ עקיבא
זיין פרוי דער ליבער
.אנגעטאן און אפגעצאלט
.אנגעטאן און אפגעצאלט
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

און דאס איז א לינק צו 92 קאמפאזירט דורך ר' יו"ט עהרליך. https://www.jyrics.com/artist/yom-tov-ehrlich/
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

יישר כחכם!!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

היינט נאכט די יארצייט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

וועלכע יאר האט ער ארויס געגבען זיין לעצטע אלבום און ווי אזוי הייסט עס ?
אוועטאר
דער הערליכער איד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 8:28 am
לאקאציע: א מענטש טראכט און גאט לאכט

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הערליכער איד »

רבותינו האט געשריבן:וועלכע יאר האט ער ארויס געגבען זיין לעצטע אלבום און ווי אזוי הייסט עס ?

מסתמא דאס איז געווען "רננו צדיקים" (צוויי חלקים), איך ווייס נישט וועלעכע יאר אבער ער איז נסתלק געווארן אין תמוז תש"ן!
"אויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען..."!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

דער הערליכער איד האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:וועלכע יאר האט ער ארויס געגבען זיין לעצטע אלבום און ווי אזוי הייסט עס ?

מסתמא דאס איז געווען "רננו צדיקים" (צוויי חלקים), איך ווייס נישט וועלעכע יאר אבער ער איז נסתלק געווארן אין תמוז תש"ן!

היינט כז איז די יארצייט
אבער איז ער אם געגאנגען מיט זינגען בוז ווי נאהט צו די פטירה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער הערליכער איד האט געשריבן:מסתמא דאס איז געווען "רננו צדיקים" (צוויי חלקים), איך ווייס נישט וועלעכע יאר אבער ער איז נסתלק געווארן אין תמוז תש"ן!

רננו צדיקים איז ארויסגעקומען ערגעץ מ"ז מ"ח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דער הערליכער איד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 8:28 am
לאקאציע: א מענטש טראכט און גאט לאכט

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הערליכער איד »

farshlufen האט געשריבן:
דער הערליכער איד האט געשריבן:מסתמא דאס איז געווען "רננו צדיקים" (צוויי חלקים), איך ווייס נישט וועלעכע יאר אבער ער איז נסתלק געווארן אין תמוז תש"ן!

רננו צדיקים איז ארויסגעקומען ערגעץ מ"ז מ"ח.

אוקי טעות איך האב געמיינט אנדערש
"אויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען..."!
רעהו יעזורו
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:50 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעהו יעזורו »

זיך איך די ווערטער פון די ניגון זיידנ'ס טאנץ - האפ קאזאק - יום טוב עהרליך
לעצט פארראכטן דורך רעהו יעזורו אום מיטוואך יולי 27, 2022 9:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

וועלכע יאר איז ארויס די ערשטע אלבום זיינע ?
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אליקים געציל האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:
אני מאמין

אני מאמין איך גלויב אין גליק
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג
אז משיח קומען וועט אין פלאמען
און וועט אונז פירן איבער ימ'ן
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק
איינער ווייסט אפשר פשט/מקור פון די ווערטער:
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק?
אקעי געטראפען ב"ה
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 0&pgnum=57
ניט געוואוסט פון דעם...
אין ילקוט שמעוני ווערט נישט דערמאנט גשר ברזל און נישט גשר נייר
שדה ורוד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדה ורוד »

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

סאטמאר - דעם רבי'נס שטאט

א
איך וויל אייך זאגן אידן,
איר וועט זיין צופרידן,
הערט מיר אויס, קליין און גרויס,
וואס איך זאג אייך אויס.
די וועלט איז מיט א סדר,
א מזל האט א יעדער,
עס איז נישט קיין סוד, א מזל האט
אפילו אויך א שטאט.

שטעט קאן מען דערמאנען,
אין מיליאנען,
מען טוט זיי גאר נישט קאנען,
באהאלטן און פארשטעלט.
מיר ווילן דא דערמאנען,
פון די מיליאנען,
א שטאט וואס אלע קאנען,
אין דער גאנצער וועלט.

סאטמאר דעם רבינ'ס שטאט,
אין דער וועלט א נאמען האט,
אומעטום איז זי בעקאנט,
אין א יעדן לאנד.
יעדער איינער ווייסט דורכאויס,
אז זי איז נישט אזוי גרויס,
אבער זייער גרויס איז ער,
דער רב פון סאטמער.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
פון מאראקא ביז שאנכיי,
פון בראזיליע ביז טערקיי,
ביי יעדן איד אין יעדן לאנד,
דער נאמען איז בעקאנט.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
אין יעדן לאנד אין יעדן ארט,
וואו א איד געפינט זיך דארט,
האט געהערט פון אט דעם ווארט,
און פארשטייט זאפארט.

יעדער איינער ווער עס הערט,
ווערט אביסעלע פארקלערט,
אפשר איז עס גארנישט שלעכט,
אפשר איז ער גערעכט.
די מדינה איז דאך פריי,
דעם באשעפער נישט געטריי,
א סכנה איז פארהאן,
מיט גיין מיט זיי אין שפאן.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
זעט א סאטמארער עס גייט,
פון דער וועלט איז אפגעשיידט,
מיט די קליידער מיט זיין שפראך,
מיט א יעדע זאך.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
און די טאכטער פון דעם איד,
אזוי ערלאך אפגעהיט,
די תקנות היט זיך אפ,
בויגט גאר נישט אראפ.

סאטמאר דעם רבינ'ס שטאט,
אזא מזל שוין זי האט,
אויף א אידישן געשטאלט,
איר נאמען זאגט מען באלד.
ווי נאר אויפן גאס מען זעהט,
פיאות מיט א ביבער העט,
זאגן אלע גלייך אז ער,
איז א סאטמארער.
ב
סאטמארער אידן,
געוועזן שטארק צופרידן,
ווען אין שטאט, באזעצט זיך האט,
דער קראלער רב.
די שטאט ווערט מער אידיש,
די שטאט ווערט מער חסיד'יש,
פון יעדן ארט עס קומען דארט,
חסידים אָן א סוף.

ער האט א שטארקן מח
און א כח,
צו צוציען אידן,
צו תורת הבעל שם.
אשכנזים אלטע,
מתנגדים קאלטע,
קוקן צו און ווערן,
נתעורר אויך פון דעם.

שבת ווערט געפירט א טיש,
פרישע חלה וויין מיט פיש,
און דערנאך שבת בייטאג,
צו שלש סעודות אויך.
און די דרשה ווער עס הערט,
נתעורר פון דעם אזוי ווערט,
אז די פיס פון זיך אליין,
מען הויבט זיך אין דער הויך.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
קומען אידן צו דעם טיש,
פון אונגארן, פון מארמאריש,
רומעניע, טשעכעסלאוואקיי,
דער גרעניץ איז דאך פריי.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
דער גרעניץ היטער ווייסט פון דעם,
ער דערקענט שוין דעם פארנעם,
מען פארט צום רבי'ן זאגט מען אים,
איז נישט קיין פראבלעם.

סאטמאר דעם רבי'נס שטאט,
א באזונדער חן זי האט,
ווען די געסט קלייבן זיך אויף,
אין דעם רבי'נס הויף.
יעדער איינער פון די געסט,
אלע דאגות ער פארגעסט,
אלע זענען פול מיט גליק,
מען וויל נישט גיין צוריק.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
שפעטער אין דעם רבי'נס הויז,
יעדער גיסט די הארץ זיך אויס,
און דער רבי הערט אים אויס,
זיין מיטגעפיל איז גרויס.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
יעדער איינער ווינטשט ער אן,
גיט אן עצה וואס צו טאן,
און די געלט וואס ער צוטיילט,
ממש נישט געציילט.

יעדער איינער פארט צוריק,
און די הארץ איז פול מיט גליק,
סאטמאר דעם רבי'נס שטאט,
געמאכט אים גליקלאך האט.
סאטמאר דעם רבי'נס שטאט,
א באזונדער כח האט,
זי העלפט אידן אן א סוף,
צוליב איר גרויסן רב.
ג
אין איינעם א פרימארגן,
געקומען פרישע זארגן,
דער ס"מ, ברענגט מיט עם,
א נייעם פאטענט.
מען זאל אין פאלעסטינע,
מאכן א מדינה,
מיט געווער, מיליטער,
און מיט א פרעזידענט.

עס איז א שרעק א מורא,
שומרי תורה,
זייער שיינע אידן,
פאלן דורך מיט דעם.
צום רבי'ן איז דערגאנגען,
אט די קלאנגען,
האט ער אנגעפאנגען,
א גרויסע קריג מיט עם.

סאטמאר דעם רבינ'ס שטאט,
וואס זי קאן געוויזן האט,
אויפן פראנט זיך גלייך געשטעלט,
זיך שלאגן מיט דער וועלט.
און דער רב פון סאטמער,
האט גענומען די געווער,
און געווארן גלייך איז ער,
דער ראש פון מיליטער.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
בריוו עס פליען הער און אהין,
יעדער איינער פרעגט דעם דין,
פון יעדע קהילה און פארטיי,
צום רבי'ן קומען זיי.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
און דער רבי טראגט דעם יאך,
און ער גיט זיי גארנישט נאך,
און קיין האָר גייט נישט אוועק,
פון דעם גלייכן וועג.

סאטמאר דעם רבינ'ס שטאט,
א באזונדער נאמען האט,
ווער עס הערט נאר איין דעם ווארט,
פארשטייט שוין אויפן ארט.
מיט די ציונים און די פריינד,
איז זי דאך דער גרעסטער פיינט,
און אט דער נאמען איר באשיינט,
אויך אפילו היינט.
משה אייזנבערג
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2022 1:50 pm

Re: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אייזנבערג »

אויב איינער קען ביטע לייגן די ווערטער פון זיין ליד ׳ויכולו השמים׳ פון זיין אלבום ׳שבת׳. קען זיין ס׳איז שוין דא געווען אבער כ׳האב עס נישט געטראפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”