ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- פונדערנאנט
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

ווער האט געמאכט די פורים ניגון רבוש״ע טאטעניו געטרייע?
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
פונדערנאנט האט געשריבן:ווער האט געמאכט די פורים ניגון רבוש״ע טאטעניו געטרייע?
viewtopic.php?p=262007#p262007
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- פונדערנאנט
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:פונדערנאנט האט געשריבן:ווער האט געמאכט די פורים ניגון רבוש״ע טאטעניו געטרייע?
viewtopic.php?p=262007#p262007
ישר כחכם
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
שטומפיג האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.
רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.
איין ספעציעלער ניגון:
אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו
א ניגון וואס רייסט שטיקער.
זיך לאנג געוואונדערט ווער ס'איז די מחבר פון דעם ניגון "אין א ליטוויש דערפל".
ס'איז לכאורה די טרויעריגסטע ניגון וואס איך קען (איינס דערנאך איז "די בריוו טרעגער" פון ר' יאנטל ז"ל).
איינער ווייסט?
איך שלעפ עס אהער פון אן אנדערן אשכול. אפשר דא וועט עס באקומען אן ענטפער.
ווער האט געמאכט דעם ניגון ״אין א ליטוויש דערפל״?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
איצל פיצל האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.
רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.
איין ספעציעלער ניגון:
אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו
א ניגון וואס רייסט שטיקער.
זיך לאנג געוואונדערט ווער ס'איז די מחבר פון דעם ניגון "אין א ליטוויש דערפל".
ס'איז לכאורה די טרויעריגסטע ניגון וואס איך קען (איינס דערנאך איז "די בריוו טרעגער" פון ר' יאנטל ז"ל).
איינער ווייסט?
איך שלעפ עס אהער פון אן אנדערן אשכול. אפשר דא וועט עס באקומען אן ענטפער.
ווער האט געמאכט דעם ניגון ״אין א ליטוויש דערפל״?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%99%D7%9F
- אטעטשמענטס
-
- screencapture-he-wikipedia-org-wiki-2021-02-16-14_01_16-edit.png (122.85 KiB) געזען 1572 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל פיצל האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.
רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.
איין ספעציעלער ניגון:
אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו
א ניגון וואס רייסט שטיקער.
זיך לאנג געוואונדערט ווער ס'איז די מחבר פון דעם ניגון "אין א ליטוויש דערפל".
ס'איז לכאורה די טרויעריגסטע ניגון וואס איך קען (איינס דערנאך איז "די בריוו טרעגער" פון ר' יאנטל ז"ל).
איינער ווייסט?
איך שלעפ עס אהער פון אן אנדערן אשכול. אפשר דא וועט עס באקומען אן ענטפער.
ווער האט געמאכט דעם ניגון ״אין א ליטוויש דערפל״?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%99%D7%9F
WOW!
א פערזענליכע שכח!
שוין "יאאאאאארן" וואס איך זוך די ארגינעלע מקור. צענדליגע גוגל סוירטשס האבן מיר נישט געהאלפן, און יעצט ווייס איך שוין פארוואס אויכעט, די אפיציעלע נאמען פונעם ניגון איז א יידיש קינד.
איך זעה אויך אז די ארגינעלע יידישיסטישע ווערטער זענען היפש אנדערש ווי די ווערסיע וואס איך קען.
עניוועי. נאכאמאל א שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל פיצל האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.
רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.
איין ספעציעלער ניגון:
אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו
א ניגון וואס רייסט שטיקער.
זיך לאנג געוואונדערט ווער ס'איז די מחבר פון דעם ניגון "אין א ליטוויש דערפל".
ס'איז לכאורה די טרויעריגסטע ניגון וואס איך קען (איינס דערנאך איז "די בריוו טרעגער" פון ר' יאנטל ז"ל).
איינער ווייסט?
איך שלעפ עס אהער פון אן אנדערן אשכול. אפשר דא וועט עס באקומען אן ענטפער.
ווער האט געמאכט דעם ניגון ״אין א ליטוויש דערפל״?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%99%D7%9F
נישט צום גלייבן וואס דער סטאוועלע ווייסט אלץ. יישר כח גדול.
איך וועל שוין לייגן דעם ניגון ק/פ און אן אנדערע תגובה.
(נישט געווען אזוי גרינג צו קאפיען עס איז מיט געקומען אינטערעסאנטע קערעקטערס)
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
אין אַ ליטװיש דערפֿל װײט
שטײט אַ שטיבל אָן אַ זײט,
דורך אַ פֿענצטער ניט קײן גרױס
קוקן קינדערלעך אַרױס:
ײנגעלעך מיט פֿלאַקסן קעפּ,
מײדעלעך מיט בלאָנדע צעפּ,
און צוזאַמען דאָרט מיט זײ
קוקן אױגן שװאַרצע צװײ.
שװאַרצע אױגן, פֿול מיט חן
האָט אַ נעזעלע אַ קלײן,
ליפּעלעך – צום קושן נאָר,
שטאַרק געלאָקטע שװאַרצע האָר.
ס׳האָט די מאַמע אים געבראַכט
אײנגעװיקלט אין דער נאַכט,
שטאַרק געקושט אים און געקלאָגט,
שטילערהײט צו אים געזאָגט:
דאָ, מַײן קינד, װעט זַײן דַײן אָרט,
הער זשע צו דײן מאַמעס װאָרט:
איך באַהאַלט דיך דאָ דערפֿאַר,
װײל דײן לעבּן דראָט געפֿאַר;
מיט די קינדער שפּיל זיך פֿײן,
שטיל, געהאָרכזאַם זאָלסטו זײן,
מער קײן ײדיש װאָרט, קײן ליד,
װײל דו ביסט ניט מער קײן ײד...
בעט זיך שטאַרק דאָס קינד בײ איר:
מאַמע, כ׳װיל נאָר זײן מיט דיר,
לאָז ניט איבער מיך אַלײן!...
ס׳קינד פֿאַרגײט זיך מיט געװײן...
לאָזט זי קושן אים אַ סך
אָבער ס׳העלפֿט איר ניט קײן זאַך;
ס׳קינד נאָר טענהט: נײן און נײן,
כ׳װיל ניט בלײבן דאָ אַלײן!...
אין די אָרעמס נעמט זי אים
און מיט װײכקײט אין איר שטים
זינגט זי: ײנגעלע דו מײן!...
און זי װיגט אים אַזױ אײן.
נאָך דעם װײנט זי פֿרײ זיך אױס
און זי טרעט פֿון שטוב אַרױס,
אָנגעפֿילט מיט זאָרג און שרעק,
און זי גײט אין נאַכט אַװעק...
קאַלט אין דרױסן און אַ װינט
הערט אַ קול זיך: אױ, מײן קינד,
דיך געלאָזט אױף פֿרעמדע הענט
אַנדערש האָב איך ניט געקענט...
גײט אַ מאַמע, מיט זיך רעדט,
און אין דרױסן קאַלט און שפּעט,
ס׳װײנט אין פּנים איר דער װינט:
גאָט, באַשיץ מײן אײנציק קינד!
פֿרעמדע שטוב, מיט מענטשן פֿיל.
ס׳ײנגעלע איז שטום און שטיל,
רעדט ניט, בעט ניט, װיל קײן זאַך,
זעלטן װען ער טוט אַ לאַך;
ניט קײן טאָג און ניט קײן נאַכט,
ניט ער שלאָפֿט און ניט ער װאַכט;
װאַסילקאָ – אַ נאָמען פֿרעמד,
אױף זײן הערצל דריקט און קלעמט.
מאַמע װאָגלט װוּ אַרום,
װי איר יאָסעלע אױך שטום;
קײנער װײסט ניט, קײנעם אַרט,
און זי װאַרט און װאַרט און װאַרט.
צו יוכֿבד איז זי גלײך,
װײל, װי משה אױפֿן טײך,
עלנט, אײנזאַם אױפֿן װינט
איז פֿאַרלאָזט איר אײנציק קינד

ביי אונז האט מען אלץ געקענט נאר ביז ״און זי גייט אין נאכט אוועק״
ווייס איך נישט פארוואס מען האט אראפגעשניטן דאס איבעריגע
ווי אויך האט מען געטוישט ״ װײל דו ביסט ניט מער קײן ײד.״
צו ״געדענק אין הארץ דו ביסט א איד״.
ווייס איך נישט פארוואס מען האט אראפגעשניטן דאס איבעריגע
ווי אויך האט מען געטוישט ״ װײל דו ביסט ניט מער קײן ײד.״
צו ״געדענק אין הארץ דו ביסט א איד״.
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
איצל פיצל האט געשריבן:אין אַ ליטװיש דערפֿל װײט
שטײט אַ שטיבל אָן אַ זײט,
דורך אַ פֿענצטער ניט קײן גרױס
קוקן קינדער ווייט אַרױס:
ײנגעלעך מיט שארפע קעפּ,
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
loyodea האט געשריבן:איצל פיצל האט געשריבן:אין אַ ליטװיש דערפֿל װײט
שטײט אַ שטיבל אָן אַ זײט,
דורך אַ פֿענצטער ניט קײן גרױס
קוקן קינדער ווייט אַרױס:
ײנגעלעך מיט שארפע קעפּ,
איך האב דאס סך הכול געקאפיעט פון א גליון וואס ווערט געברענגט אין וויקיפידיע. און זיי שרייבן אז דאס איז דו מערסטע קראנטע נוסח.
איך גראדע קען עס ״מיט שווארצע קעפ״
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
מיין מאמע פלעגט עס זינגען אין @איצל פיצלס ווערסיע.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
איינער קען ברענגען דעם ניגון? [אויב סאיז בכלל דא]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
דא איז דער גליון (נישט די גאנצע)
דאס איז נישט אלע, עס איז דא אויך אויף עברית וואס כ׳האב נישט געברענגט.
דאס איז נישט אלע, עס איז דא אויך אויף עברית וואס כ׳האב נישט געברענגט.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
מתמודד האט געשריבן:איינער קען ברענגען דעם ניגון? [אויב סאיז בכלל דא]
לואיס דאנטו
פאול זים
בנימין מוללער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- טעארעטישע פאקטן
- שר האלף
- תגובות: 1184
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
- לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
װער האט געמאכט די ניגון ״מוסר ה׳ פון שװעקי׳ס ערשטע אלבױם? אײנער װײסט מער איבער אים?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װער האט געמאכט די ניגון ״מוסר ה׳ פון שװעקי׳ס ערשטע אלבױם? אײנער װײסט מער איבער אים?
עפעס א ברידער פון שוואקי, א מעכטיגער קאמפאזיטאר ער האט אויך געמאכט לך עמי, יראו עינינו איך וואונדער מיך פארוואס סאיז נאר דא אזוי ווייניג זאכן פון אים איעדעס שטיקל פון אים איז גאלד.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מתמודד האט געשריבן:איינער קען ברענגען דעם ניגון? [אויב סאיז בכלל דא]
לואיס דאנטו
פאול זים
בנימין מוללער
א ריזיגן דאנק
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- טעארעטישע פאקטן
- שר האלף
- תגובות: 1184
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
- לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
ײשר כך, טאקע אמת אײנס בײ אײנס שטארקע זאכן, בכלל זענען די ערשטע פאר שװעקי אלבױמ׳ס סאמטינג ספעשל, די ניגונים, משה לאופער׳ס מוזיק אה אה (מתמודד, דו גלײכסט נאך די זאכן?..)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
גירסא דינקותא ווערט קיינמאל אומאפעטיטלעך......
ווען שוועקי זאל ארויסגעבן סידיס מיט האלב אזעלכע ניגונים ווארף איך אוועק אלע אלטערנאטיוון....

לעצט פארראכטן דורך מתמודד אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 4:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
פון ווי קומט דער ניגון "באבעניו זאג נאך ניט ג-ט פון אברהם" און אויב מען קען ברענגען עפעס א היינטיגע ווערסיע דערפון.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
מתמודד האט געשריבן:פון ווי קומט דער ניגון "באבעניו זאג נאך ניט ג-ט פון אברהם" און אויב מען קען ברענגען עפעס א היינטיגע ווערסיע דערפון.
דאכצעך אז יענקי לעמער האט עס אויף זיין סידי ''איהו שבת''
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
איינער האט עס?