אנקעטע בלויז פאר די וואס גלייכן נישט חזנות

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פון וועלכע פון די פאלגנדע חזנים האט איר שוין געהערט?

יאסעלע ראזענבלאט
78
22%
משה קאסעוויצקי
58
16%
זבולון קווארטין
60
17%
דוד רויטמאן
19
5%
מרדכי הערשמאן
29
8%
גרשון סיראטא
12
3%
ברוך שור
4
1%
זיידל ראוונער
21
6%
לייבעלע וואלדמאן
31
9%
פנחס סג"ל פינטשיק
44
12%
 
סך הכול שטימען: 356

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

אנקעטע בלויז פאר די וואס גלייכן נישט חזנות

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מיטוואך אפריל 11, 2012 5:20 pm

ס'איז באמת אין מוקדם ומאוחר. און זייער אסאך וואס מיר וואלטן געוואלט וויסן אויב סתם א מענטש האט שוין געהערט פון זיי האבן נישט קיין פלאץ

(לויטן שכל איז יאסעלע אפילו איבריג צו שרייבן, אבער מ'קען אים דאך נישט אויסלאזן)
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך אפריל 11, 2012 5:52 pm

געשטימט יאסעלע און קווארטין (מסתמא האט ער געהייסן זבולון).

איך ווער משוגע פאר די חזנות שטיקל (קני) אויף יוסי גרינ'ס לעצטע טעיפ (8'טע נאט). ווער איז דאס?

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך אפריל 11, 2012 5:54 pm

אגב, די פראגע איז צו מען האט געהערט פונעם חזן, אדער געהערט זיינע חזנות?

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך אפריל 11, 2012 5:57 pm

קראק-פאט האט געשריבן:געשטימט יאסעלע און קווארטין (מסתמא האט ער געהייסן זבולון).

איך ווער משוגע פאר די חזנות שטיקל (קני) אויף יוסי גרינ'ס לעצטע טעיפ (8'טע נאט). ווער איז דאס?

Helfgot
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מיטוואך אפריל 11, 2012 6:10 pm

קיטשי האט געשריבן:
קראק-פאט האט געשריבן:געשטימט יאסעלע און קווארטין (מסתמא האט ער געהייסן זבולון).

איך ווער משוגע פאר די חזנות שטיקל (קני) אויף יוסי גרינ'ס לעצטע טעיפ (8'טע נאט). ווער איז דאס?

Helfgot

דאס איז נישט עכט חזנות, און בכלל רעדן מיר נישט דא פון די היינטיגע חזנים


קראק-פאט האט געשריבן:אגב, די פראגע איז צו מען האט געהערט פונעם חזן, אדער געהערט זיינע חזנות?

די וואס הערן און גלייכן חזנות זענען דאך נישט שטים בארעכטיגט...

דאכט זיך מיר אז ס'איז שוין דא אן אשכול אויף וועלכע חזן מען גלייכט
המלנקים ילנקו
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » מיטוואך אפריל 11, 2012 8:59 pm

גרשון סיראטא, ברוך שור
ווי זינגען זיי? אין וואס זינגען זיי? איך זעה אז קיינער האט האט נאכנישט געשטימט!
אין פארוואס טאקע נישט פרעגען אויף היינטיגע ווי למשל שטארק, העלפגאט, א.א.וו?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מיטוואך אפריל 11, 2012 9:55 pm

טעיתי. איך האב זיך טועה געווען מיט חזן שמואל וויגאדא, און גערעדט אנשטאט פון גרשון סירוטא, דערפאר האב איך אויסגעמעקט די תגובה.
לעצט פאראכטן דורך שקר_הדייעט אום דאנארשטאג אפריל 12, 2012 12:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך אפריל 11, 2012 11:04 pm

סיראטא איז געווען חזן אין ווילנא דאכציך.

ס'איז כדאי פאר אלע שטים-בארעכטיגטע צו הערן זיין 'רצה' [הערשמאן זינגט עס אויך אבער נישט אזוי גוט ווי סיראטא].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מיטוואך אפריל 11, 2012 11:57 pm

האסט אויסגעלאזט החזן ר' יושע ווידער, ער האט אפאר שיינע שטיקלעך, אין זיין ניגון לעולם יהא אדם ביי 'הלא כל הגיבורים' געט ער דארט אזא געשריי און זיין שטימע סאונד דארט אקוראט ווי יאסעלע'ס!
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » דאנארשטאג אפריל 12, 2012 12:50 pm

אבי ווער האט געשריבן:אין פארוואס טאקע נישט פרעגען אויף היינטיגע ווי למשל שטארק, העלפגאט, א.א.וו?

אונזער ציל איז צו וויסן אויף די אמאליגע און נישט אויף די היינטיגע וואס מען קען קיינעם פון זיי בכלל נישט פארגלייכן צו די פון די "גאלדן עידזש"


החזן ר' יהושע ווידער און שמואל וויגאדא און נאך זענען זיכער ווערט אריינצוגיין אין די ליסטע. אבער וויבאלד די אנקעטע ערלויבט נישט מער ווי צען האבן מיר געשריבן די ערשטע צען וואס איז געקומען אין געדאנק

אפשר וועט מען נאך יו"ט מאכן נאך א אנקעטע פון נאך צען
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

קוועטשער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:34 pm

תגובהדורך קוועטשער » דאנארשטאג אפריל 12, 2012 1:00 pm

איך פארשטיי נישט צי חזנות אבער צי זאגן אז גרינס קני[quote][/quot] לשמך איז חזנות דאס איז א טעות
כולל אינגערמאן

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » דאנארשטאג אפריל 12, 2012 1:06 pm

מ'קען אפשר זאגן אז עס האט א שמעק אינעם ריכטונג פון חזנות....

גראדע איז עס זייער א שיינער ניגון (בפרט די הויכע פאל) און העלפגאט זינגט עס בעסער ווי אסאך עכטע שטיקלעך....
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג אפריל 12, 2012 2:21 pm

וואס מיינט אירמיט וואס גלייכען נישט
כווער פשוט נישט משוגא בדרך כלל פאר חזנות
סאיז דא אנדערע וואס גלייכען נישט אבער דוקא נישט, ווי למשל די וואס זאגען פארן דרייווער דער אוהב חזנות ביים נעמען א היטש , "לעש שוין אויס דעם משוגענעם דארט". נאר פון די רעדט איר.
(די דוגמא איז פשוט אלס דבר הכתוב בהוה
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » זונטאג אפריל 15, 2012 12:35 am

שווער צו זאגן א הגדרה
אבער ווי ווייניגער יענער גלייכט חזנות אלס מער איז א ראיה אז די חזנים פון וועם ער האט געהערט זענען פאפולער
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אפריל 15, 2012 12:48 pm

און פון משהלע גענטשאף צו פארגעסן?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג אפריל 15, 2012 1:28 pm

ווען מ'זאל מיר פרעגן בעפאר, וואלט איך געזאגט אז מען זאל ליבערשט פרעגן "פון וועלכע וכו' איר האט 'נישט' געהערט". אזוי וועט מען ווארשיינליך באקומען מער אקוראטע רעזולטאטן.

---------------

מאכן אן אנקעטע איבער פון וועלכע פון די היינטיגע חזנים מען האט שוין "געהערט", האט לדעתי בכלל נישט קיין פשט.
און איבער ווער עס איז די "פעיוואריט" איז דאך שוין פארהאן א געהענגל, ווי מען האט אויבנדערמאנט.

--------------------

און יעצט וועלן מיר ווידמען עטליכע קורצע דיבורים איבער די צוויי חזנים וועלכע האבן די ווייניגסטע שטימען.

החזן המפורסם גרשון יצחק סירוטה\סיראטא איז געווען גאר א גרויסער און בארימטער חזן בשעתו. ער האט פארמאגט א "מעכטיגע" חזנ'ישע שטימע אזש מען פארציילט אז דער קעניג פון די "אפערע", קארוסא, האט זיך אויסגעדרוקט אז נאך א מזל סיראטא קען נישט קיין אפערע. ווייל ווען יא וואלט ער אים געלייגט אין שאטן.
און אסאך חובבי חזנות זענען ביי דער מיינונג אז ער איז דער ריכטיגער "מלך החזנים".

עס זענען פארהאן עטליכע אורזאכן פארוואס ער איז היינט נישט אזוי באקאנט אין אלגעמיין. בעיקר ווייל צו גלייכן זיין שטימע דארף מען באמת זיין אן עכטער מבין. (אזא איינער וואס גלייכט טרוקענע וויין, א שמעק טאביק, א דיקן ציגאר, זויערע בארשט און א הייסע מקוה אד"ג...). אויך זענען א חלק פון זיינע שטיקלעך נישט אזוי קלאר, און אויך זענען די קאמפאזיציעס נישט זיינע.
ער האט איבערגעלאזט פילע רעקארדירונגען. ער איז גאר א גוטער "זאגער" מיט א שיינעם נוסח, אבער מען זאגט כמעט נישט נאך פון אים. די צוויי באוואוסטע שטיקלעך וואס מען הערט יא פון אים, "רצה" און "שמעה", ווערן אויך געזונגען דורך אנדערע גרויסע חזנים. ממילא קומט נישט אזוי ווייט אויס, פאר איינעם וואס גריבלט נישט אביסל אין די חזנות-היסטאריע, צו הערן פון אים.

ער איז אומגעקומען ביים קריג אין א בונקער אין ווארשעווער געטא, הי"ד.

דא קען מען הערן א זיבן אלבומען פון אים: http://faujsa.fau.edu/jsa/cc_albums.php ... &pagenum=2, (דריטע פון אויבן).

-------------------

החזן ר' ברוך שור איז אויך געווען גאר א גרויסער חזן און קאמפאזיטאר בשעתו. עס איז פארבליבן פון אים עטליכע רעקארדירונגען, טייל ווילן זאגן אז ער איז געווען דער ערשטער חזן צו ווערן רעקארדירט בכלל.
די סיבה פארוואס ער איז נישט אזוי באוואוסט, איז ווייל עס איז כמעט נישט בנמצא, בלויז עטליכע זעלטענע עקזעמפלארן זענען נאך פארהאן ביי עטליכע זאמלערס.
(איך האבן לעצטענס געהערט אז איינער ארבעט עס ארויסצוגעבן, אבער ביז דערווייל בין איך נישט אנגעקומען עס צו באשטעטיגן).

ער איז געווען א גרויסער ת"ח און מחבר ספרים. (זיין אינטרעסאנטע ביאגראפיע איז געווען אמאל צוגעברענגט אין "זכור ימות עולם", והמלנקים ילנקו).

ער איז נפטר געווארן אין יאר תרס"ד אין טיפן עלטער, אינעם טאג פון אחרון של פסח, בשעתן זאגן די תפלה פון "אבינו מלכינו גלה" פון תפלת מוסף ביים עמוד.

נאך זיין פטירה האט זיין זוהן ישראל ארויסגעגעבן א ספר "נגינות ברוך שור", וואס באשטייט פון 250 בלעטער פון נאטן פאר א חזן און כאר. (וואס דאס איז געווען זיין ספעציאליטעט).
עס איז געווען אזא גרויסער פארלאנג דערויף, אז מען האט עס צוויי מאל איבערגעדרוקט און גרויסע חזנים פלעגן זינגען די קאמפאזיציעס ביים עמוד.

אין יאר תרע"ו האט די אמעריקאנער חזנים פאראיין ארגאניזירט א גרויסן קאנצערט אין אנדעק פון ר' ברוך שור וואו די דעמאלטדיגע גרויסע חזנים האבן געזונגען פון זיינע קאמפאזיציעס.
עס איז פארבליבן רעקארדירט דעם באוואוסטן "וכך הי' אומר" וואס יאסעלע ראזענבלאט האט דארט געזונגען.

דא קען מען עס הערן http://yiddishmusic.jewniverse.info/sch ... index.html


די צייט ערלויבט נישט אצינד מער מאריך צו זיין.

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » זונטאג אפריל 15, 2012 5:02 pm

פארשריבן האט געשריבן:החזן ר' ברוך שור איז אויך געווען גאר א גרויסער חזן און קאמפאזיטאר בשעתו. עס איז פארבליבן פון אים עטליכע רעקארדירונגען, טייל ווילן זאגן אז ער איז געווען דער ערשטער חזן צו ווערן רעקארדירט בכלל.
די סיבה פארוואס ער איז נישט אזוי באוואוסט, איז ווייל עס איז כמעט נישט בנמצא, בלויז עטליכע זעלטענע עקזעמפלארן זענען נאך פארהאן ביי עטליכע זאמלערס.
(איך האבן לעצטענס געהערט אז איינער ארבעט עס ארויסצוגעבן, אבער ביז דערווייל בין איך נישט אנגעקומען עס צו באשטעטיגן).

מיר קענען עס באשטעטיגן
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אפריל 15, 2012 7:41 pm

איהר מיינט צו זאגן אז 'איהר' באשטעטיגט עס?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 16, 2012 8:45 am

יישר כח פארשריבן. זייער שיין געשריבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
בדיל ויעבור
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:39 pm
לאקאציע: במקום הנ"ל
פארבינד זיך:

תגובהדורך בדיל ויעבור » מאנטאג אפריל 16, 2012 2:34 pm

געהערט האב איך נאר פון יאסעלע ראזענבלאט
אבער אויף א טעיפ פון די פלעי על נהרות בבל, האב איך געהערט ווי דער וואס גיט א אינטעריוא צו זיין דער חזן פון די שול דערמאנט אויך זיינוועלע קווארטין און משלה קאנצקיוצקו
הק' בדיל ויעבור

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג מאי 03, 2012 3:30 am

שטייסטענישט האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט החזן ר' יושע ווידער, ער האט אפאר שיינע שטיקלעך, אין זיין ניגון לעולם יהא אדם ביי 'הלא כל הגיבורים' געט ער דארט אזא געשריי און זיין שטימע סאונד דארט אקוראט ווי יאסעלע'ס!

איך בין נישט אינטרעסירט ער זאל סאונדן אקוראט ווי יאסעלע, אז ער סאונדט ווי יושע ווידער איז מיר פונקט גענוג...

ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט צו זען די רעזולטאטן פון די שטימען. למשל אז פינטשיק זאל אנציען אזוי הויעך... וואס איין חסידישער רזא דשבת קען אויפטון...

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג מאי 03, 2012 9:20 am

אויב וויל איינער וואס איז גאנץ גלייך צו יוסלע איז דא שלמה'לע ראטשטיין דא האט עטס טעימה קלה איך פערסאנעל האלט אז ער איז פון די בעסטע חזנים בימים ההם http://dl.dropbox.com/u/11585487/Cantor ... 201920.mp3
yield the right of way

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך מאי 30, 2012 12:54 am

יא, כ'האב זיך פונקט לעצטענס צוגעהערט צו שלמה'לה ראטשטיין, און כ'האב געטראכט דאס זעלביגע, דהיינו, פון אלע חזנים האב איך נאר געטראפן אין אים וואס ענדעלט זייער שטארק צו יאסעלע, ברוך שכיוונתי ..., ב.ד.וו., ער זינגט זייער מתוק.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך מאי 30, 2012 10:34 am

וויייניג ווייסן פון איהם ער האט אויך א גוטע קולערטארע און כמעט אזא שיינע פאלסעטא ווי יוסלע
yield the right of way

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך מאי 30, 2012 6:15 pm

יאפ, אגרי, א העווענלי וואויס
על מי מנוחות ינהלנו


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הערינג מיט ברוינפען, מרדכי ש און 8 געסט