בלאט 1 פון 2

יעקב שוועקי - Cry No More

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 10:37 am
דורך ליינער
די בארימטע זינגער יעקב שוועקי קומט ארויס די קומענדיגע זונטאג מיט א נייע אלבום מיטן נאמען "Cry No More"

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 10:57 am
דורך אוי טאטי
יעי קענט וועיט! ער איז פין די בעסט אלע זיינע סידיס זענען געווען היטס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 11:29 am
דורך פערפעקט
אוי טאטי האט געשריבן:יעי קענט וועיט! ער איז פין די בעסט אלע זיינע סידיס זענען געווען היטס

דאס מזל שיינט איהם, נישט מער...

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 12:18 pm
דורך צייטליך
נישט מער? זיין טאלאנט פון זינגען שיינט אים אויך.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 12:39 pm
דורך מכטי1
צייטליך האט געשריבן:נישט מער? זיין טאלאנט פון זינגען שיינט אים אויך.

גערעכט ער זינגט זייער גוט אבער פערפעקט האט א פוינט ער האט מזל ביי יעדע סידי צי באקומען אפאר היטס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 12:40 pm
דורך תרנגול
פערפעקט דיין קאמע מאכט פראבלעמען....

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 2:31 pm
דורך סביב העולם
גרעיט נוס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 2:45 pm
דורך קורץ און שארף
תרנגול האט געשריבן:פערפעקט דיין קאמע מאכט פראבלעמען....



הא הא

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 9:19 pm
דורך ווארום
תרנגול האט געשריבן:פערפעקט דיין קאמע מאכט פראבלעמען....

;l;p-

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2012 11:04 pm
דורך שטארק זיך
ער זינגט נישט שלעכט אבער עס איז דוקא מער מזל ווי טאלאנט; סאך געלונגענערע זינגערס זענען אויפגעקומען אויף די ארענע, און אנטרינען אזוי שנעל ווי זיי זענען געקומען...

איין זאך קאן איך אייך זאגן כמעט באשטימט, אז ווען נישט די היינטיגע סטודיאו טעכנאלאגיע, וואלט ער מסתם נישט געהאט קיין טשאנס..

נו, זאל עס זיין מיט ״מזל״..

געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2012 2:57 am
דורך מכטי1
ס'איז געווען פאר אפאר יאר א אינטערוויוא מיט מרדכי ורדיגר און אברהם פרידמן צוזאמען און ביידע האבען געזאגט אז נאך זיי קומט שוואקי!!! אינטערעסאנט!!!, צו איך האלט אויך אזוי? א שווערע קשיא, שוין! א קושיא אויף א מרדכי......

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 10:42 am
דורך צייטליך
די אלבום איז שוין געווען נעכטן אין די געשעפטן. עימיצער ווייסט וואו מ'קען הערן א פריוויו?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 11:08 am
דורך ביזנעסמאן
צייטליך האט געשריבן:די אלבום איז שוין געווען נעכטן אין די געשעפטן. עימיצער ווייסט וואו מ'קען הערן א פריוויו?



http://www.mostlymusic.com/cry-no-more.html
דא קען מען קויפן דעם סידי און אויך הערן א פריוויו

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 3:35 pm
דורך סביב העולם
אסאך וואקעלס זענען פון די בארימטע
המזמרים קווייער

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 6:09 pm
דורך פערפעקט
תרנגול האט געשריבן:פערפעקט דיין קאמע מאכט פראבלעמען....


;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 6:13 pm
דורך פערפעקט
שטארק זיך האט געשריבן:ער זינגט נישט שלעכט אבער עס איז דוקא מער מזל ווי טאלאנט; סאך געלונגענערע זינגערס זענען אויפגעקומען אויף די ארענע, און אנטרינען אזוי שנעל ווי זיי זענען געקומען...

איין זאך קאן איך אייך זאגן כמעט באשטימט, אז ווען נישט די היינטיגע סטודיאו טעכנאלאגיע, וואלט ער מסתם נישט געהאט קיין טשאנס..

נו, זאל עס זיין מיט ״מזל״..

און זיין נישט קענען זינגען זעהט זיך טאקע שטארק אהן ביי קאנצערטן.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 6:14 pm
דורך פערפעקט
מכטי1 האט געשריבן:ס'איז געווען פאר אפאר יאר א אינטערוויוא מיט מרדכי ורדיגר און אברהם פרידמן צוזאמען און ביידע האבען געזאגט אז נאך זיי קומט שוואקי!!! אינטערעסאנט!!!, צו איך האלט אויך אזוי? א שווערע קשיא, שוין! א קושיא אויף א מרדכי......

מאמענטום....

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 6:26 pm
דורך תרגום יונתן
איך האב היינט אינדערפרי געקויפט דעם אלבום ביי מאסטלימוזיק.קאם, איך האב עס שוין עטליכע מאל אויסגעהערט און איך בין נישט אזוי אנטציקט. נישט אז ס'איז שלעכט, אבער איך האלט אז ער האט פארלוירן זיין אמאליגן חן ביי זיין פאריגן אלבום שוין, לבי במזרח.

אידישלעך האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן אויף אים. זיינע אלבומס (און אנדערע) קומען שוין לאנג נישט אריין צו מיר אין שטוב, לדעתי זענען זיינע לעצטע עטליכע אלבומס א גרויל פון א אידישן שטאנדפונקט. זיינע שטייטע ניגינום זענען געווען וואס האט מיך געכאפט, ממש איך ווער צולאזט ביים עס הערן און איז פון די ניגינום פון וואס איך ווער נישט נמאס. יעדע אלבום וואס ער געט ארויס, קויף איך פאר די שטייטע ניגיונם, איך הער עס אין אפיס ביי דער ארבעט, אבער דאס פארלירט ער שוין אויך, אין מיין מיינונג.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2012 7:00 pm
דורך צייטליך
פארלאנג נישט פון אים אידישלעך מער ווי ער איז, זינט ער איז קיין חסיד קיינמאל געווען. (פראסט זינגט ער דאך דירעקט נישט) אינטערסאנט אבער איז אויף די אלבום האט ער די 9טע טרעק "רצונינו לראות את מלכינו" - א לעבעדיגע ניגון - גענצליך חסידיש! איך האב דעם שוועקי קיינמאל נישט געהערט זינגען מיט די חסידישע הברה אלזא איז דאס זייער אינטערסאנט.

די ניגון איז קאמפאוזט ביי פינקי וועבער און מוזיק ביי יענקי בריסקמאן.

רוב ניגונים זענען קווייער דורך יוחי בריסקמאן, דער פראדוסער. טרעק 8 "ישימך" איז דורך "שירה" אנגעפירט ביי יואלי האראוויץ. טרעק 9 "רצונינו" איז דורך "המזמרים" אנגעפירט ביי חילא פאזען.

רוב מוזיק איז געמאכט דורך יענקי (בן יוחי) בריקמאן. אזוי אויך האט ער יואלי דיקמאן, ישראל לאאם, משה לאופער און רובי באנעט.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 10, 2012 4:10 am
דורך מכטי1
צייטליך האט געשריבן:פארלאנג נישט פון אים אידישלעך מער ווי ער איז, זינט ער איז קיין חסיד קיינמאל געווען. (פראסט זינגט ער דאך דירעקט נישט) אינטערסאנט אבער איז אויף די אלבום האט ער די 9טע טרעק "רצונינו לראות את מלכינו" - א לעבעדיגע ניגון - גענצליך חסידיש! איך האב דעם שוועקי קיינמאל נישט געהערט זינגען מיט די חסידישע הברה אלזא איז דאס זייער אינטערסאנט.

כמעט אויך יעדע טעיפ זיינע זינגט ער א ניגון מיט'ן חסידישען הברה, קוק נאך, טאטע דיך צי דינען נאר מיט אמת כי אתה....וכו'
יראו עיינני עייניני וישמח לבנו.........

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:48 pm
דורך איזאק
געהערט דעם CD, ער האט געווינען דעם פארמעסט אלץ איינער וואס קען די העכסטע קוויטשענען פון יעדן איינעם...

צוויי טיילענאל האט עלימינירט מיין קאפ אויפרייס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:56 pm
דורך תרגום יונתן
רצונינו איז טאקע א העליכער חסיד'ישער ניגון, מיט דעם אלעם האלט איך אז זיינע פריערדיגע אלבום'ס (היבש פריער) האבן געהאט א אידישערן טעם.
-----
אגב האט מיר אייביג געוואונדערט, פארוואס די זינגערס וואס געבן ארויס מאדערנע טעיפס, לייגן אריין חסיד'שע ניגונים. וועמען ווילן זיי געפעלן? ממה נפשך, איינער וואס הערט נאר חסיד'ישע מוזיק וועט נישט קויפן דעם אלבום, אויב עס האט מאדערנע ניגונים. און איינער וואס הערט מאדערנע ניגונים, וויל דאך מסתמא נאר אזוינע, איז פארוואס לייגן זיי אריין די חסיד'ישע?

עס דערמאנט מיר וואס א באוואוסטער מוזיקאנט האט מיר פארציילט. א באקאנטער חסיד'ישער זינגער, האט זיך געגרייט ארויסצוגעבן א נייעם אלבום. ער האט עס געגעבן פארן מוזיקאנט אויסצוהערן און זאגן מבינות דערויף. אויף איין ניגון האט אים דער מוזיקאנט פארגעהאלטן, היתכן ער לייגט אריין אזא מאדערנע ניגון אין אזא שיינעם חסיד'ישן אלבום. האט אים דער זינגער געענטפערט, אז אין די סטודיאו האט מען אים איבערצייגט עס אריינצולייגן, כדי צופרידנצושטעלן דעם עולם. נאכדעם וואס דער אלבום איז ארויסגעקומען, דערציילט מיר דער מוזיקאנט, האט דער זינגער טאקע חרטה געהאט פארן עס אריינלייגן, א חלק עולם האט זיך אפגעהאלטן פון קויפן דעם אלבום צוליב דעם מאדערנעם ניגון.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 10:49 am
דורך לעניית דעתי
אז מ' האט א ברעהק און מ' הערט א חסידישע ניגון פאר א 4 מינוט וכדומה האט דער מעדרנער ניגון דערנאך, א בעסערע טעם....

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 5:36 pm
דורך DotCom
כ'האב נאכנישט געהערט דעם טעיפ אבער די ווידעאו האב איך יעצט געזעהן צום ערשטן מאל, ס'איז א הערליך שטיקל, זייער פראפעשענאל און עמאשענעל, ס'איז געשריבן געווארן דורך מענדי פעילין, מ'קען עס איבערקוקן 10 מאל אין א צו!

ס'איז דערווייל אויף יוטוב, כ'קען עס נישט לינקן דא צוליב תקנות המקום.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 9:59 pm
דורך אור
איל הער עס איבער און איבער און כזעה נישט קיין איין היט!..
זייער פלעין.
(כמיין אז סאיז צייט ער זאל זיך אפלאזן פון די בריסקמאןס)