איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אלטער האט געשריבן:אפשר דא וועט איינער העלפן..

האט אפשר איינער די ווערטער פון די ניגון "א מאמעס הארץ"?

איך ווארט נאך אלץ דערויף אויב איינער האט עס.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אזוי ווי איך האב געזיכט די ניגון מאמע רחל פון מבד מרדכי בן דוד, און עס נישט געפינען דא. און יעצט האב איך עס שוין. לייג איך עס דא ארויף אז אויב א צווייטער וועט עס זיכן זאל ער עס טרעפן דא.

בס״ד
פארענדיג אהיים מיט א משפחה גרויס
יעקב מיט די שבטים אויסגעשטעלט
קוים לעבעדיג פון עשו און פון לבן'ס הויז
די שענסטע משפחה אויף דער וועלט

ביי א ביימעל אויפן וועג אונטער א גרויסן שטיין
באהאלטען מאמע רחל דארט אליין
אירע קינדער פול מיט צרות
קומען קלייין אין גרויס
ביי א מאמע פועל'ט מען שנעלער אויס

קינדערלעך אייערע תפילות טוען גרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
אייער אמונה און בטחון מלא חן
און יעדע אידישע קינד וועט שיינען ווי די זון
און בית המקדש בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין ס'איז לטובה אלץ געווען
ושבו בנים לגבולם

מאמע מאמע בעט פאר אונז רחמנות שוין
מ'האט דאך דיר געשוואוירן אויף דעם
יש שכר לפעולתך דאס איז דיין באלוין
פארגעס נישט הר ציון ששמם

א סוף שוין צו דעם גלות אוי דעם ביטערן
משיח שטיייט און וויינט דאך ביי די טיר
פון צער און גרויסע בענקשאפט טוט ער ציטערן
מאמע וויפיל איז דער שיעור

קינדערלעך אייערע תפילות טוען גרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
אייער אמונה און בטחון מלא חן
און יעדער אידישער קינד וועט שיינען ווי די זון
מיט די שכינה הקדושה בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין ס'איז לטובה אלץ געווען
ושבו בנים לגבולם"
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אלטער האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:אפשר דא וועט איינער העלפן..

האט אפשר איינער די ווערטער פון די ניגון "א מאמעס הארץ"?

איך ווארט נאך אלץ דערויף אויב איינער האט עס.

viewtopic.php?p=156281#p156281
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

יישר כח מקווה איד, דו האסט מיך דערפרייהט, איך זוך די ווערטער שוין יארן...
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דוד משה האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:אפשר דא וועט איינער העלפן..

האט אפשר איינער די ווערטער פון די ניגון "א מאמעס הארץ"?

איך ווארט נאך אלץ דערויף אויב איינער האט עס.

viewtopic.php?p=156281#p156281

יישר כח!

נאכן ארום סערטשן אויף אייוועלט דורך גוגל האב איך דאס נישט געקענט דא טרעפן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דוד משה האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 81#p156281

ייש"כ פאר'ן צו-ווייזן צום אוצר פון העתקות פון בןהרחמן!
חמרא למריה טיבותיה לשקייה!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

איינער האט די ווערטער און די מקור פון א געוויסע לעבעדיגע ניגון, חסידים חסידים יעלזו יסידים... ווען חסידים טאנצן... וכו'
אויב איינער האט די ניגון אליינס איז נאך בעסער. ייש"כ
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

evernote האט געשריבן:איינער האט די ווערטער און די מקור פון א געוויסע לעבעדיגע ניגון, חסידים חסידים יעלזו יסידים... ווען חסידים טאנצן... וכו'
אויב איינער האט די ניגון אליינס איז נאך בעסער. ייש"כ

פון דא:
Composed By Hershy Weinberger

שירו, שירו, שירו לה
,שירו, שירו, שיר חדש
תהילתו, תהילתו
תהילתו בקהל חסידים

חסידים, חסידים, יעלזו חסידים
,יעלזו חסידים בכבוד
חסידים, חסידים, יעלזו חסידים
יעלזו חסידים בכבוד

ווייל ווען חסידים טאנצן
,פארגעסן זיי אינגאנצן
פון אלע דאגות אויף דער וועלט
.עס ברענגט השפעות נחת און געלט
ווייל ווען חסידים טאנצן
,פארגעסן זיי אינגאנצן
פון אלע דאגות אויף דער וועלט
עס ברענגט השפעות אין יעדן געצעלט

לחיים חסידים
,לחיים ידידים
לחיים ברידער
.חסידים, חסידים
לחיים חסידים
לחיים אלע אידן
לחיים גוטע ברידער
לחיים, לחיים
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

@קנאפער ידען
א דאנק
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

Re:
תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג נובעמבער 22, 2020 7:57 pm

יאצמעך האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
"א ב וועלט" איז אין אנהייב דא א ניגון וואס גייט עפעס אזוי:
...זאג מיר אצינד
פארוואס ביסטו אזוי צו טראגן
אויף דיין פנים טוה איז זען
עפעס איז מיט דיר געשעהן
א אידיש קינד דארף פרייליך זיין
אלעמאל אין א יעדער צייט...

איינער קען מיר טוהן די גענאדע אין ארויפשטעלן דעם ניגון מיט די ווערטער?

נאדיר


איינער האט א קאפי פון דעם עמוד/עמודים?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך זוך די ווערטער פון די ניגון 'רחל מבכה' אויף לחיים חסידים.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משהזוךמיר האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון די ניגון 'רחל מבכה' אויף לחיים חסידים.

לחן: מודזיץ רחל מבכה
געזונגען: אייזיק האניג
סאלא אינגל: יהושע'לע עסטרייכער


קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים, רחל מבכה על בניה.

ווען מ'האט די אידן פארטריבן אין דער פרעמד,
פארברענט דאס פלאץ וואס האט גע'שם'ט,
כביכול געוויינט און געקלעמט,
געזאגט צו ירמי' קוק מיין חורבן,
אזוי ווי א מענטש וואס האט שטאלצירט,
זיין בן יחיד צו די חופה געפירט,
און אונטער די חופה האט פאסירט,
זיין איינציג קינד איז געשטארבן.

און דיר טוט עס נישט וויי,
דו וויינסט נישט אויף מיר און נישט אויף זיי,
גיי רוף די אבות די דריי,
זיי קענען וויינען געטריי.
די אבות האבן געוויינט, געקלאגט,
צום באשעפער מיט א געבעט,
איז ארויס א בת קול און געזאגט,
גזירה היא, ס'איז צו שפעט.
באותה שעה, קפצה רחל,
אזוי געוויינט און געבעטן צום כל יכול,
געדענק ווי איך האב געגעבן די סימנים,
מיין שוועסטער לאה זאל נישט ארויסגיין בבושת פנים.

און נישט געוועזן מקנא, כאטש איך בין א בשר ודם,
כל שכן דו, וואס דו ביסט א ק-ל חי וקיים,
ווי אזוי ביסטו מקנא, נארישע עבודה זרות,
און פארטריבן דיינע קינדערלעך אין גלות.

זאגט דער אייבישטער צו איר,
איך לייז זיי אויס בזכות פון דיר,
רחל איך זאג דיר צו,
נאר מנעי קולך מבכי.
יש שכר לפעולתך,
ויש תקוה לאחריתך,
איך וועל זיי נאך באשיינען,
נאר הער אויף צו וויינען.

מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה, ויש שכר לפעולתך ושבו בנים לגבולם.

אין א ווינקל אליין,
אונטער א שטיין,
הערט זיך א געוויין,
טוהט דעם הימל שפאלטן,
שוין יארן אזוי פיל,
דאס קול ווערט נישט שטיל,
די מאמע וויינט מיט געפיל,
זי קען דאס נישט אויסהאלטן.

אידן וויינען און שרייען,
אזויפיל ווייטאג דורך-גייען,
מען קומט צו איר קבר אצינד,
די מאמע הערט אויס יעדעס קינד.

מאמע, מאמע, אזויפיל צרות,
קוק אויף אונז צובראכענע אידן, לבבות נשברות,
חולים אזוי קראנק,
ווארטן אזוי לאנג,
זאל שוין קומען די רפואה, א אמת'ע ישועה.

יתומים ואלמנות,
נעבעך אזא רחמנות,
א פחד א שרעק, קינדער פאלן אוועק.
אידיש בלוט טוהט זיך גיסן
פון שווערע חובות ווערט מען צוריסן
מ'ווארט אזוי לאנג אויף א קינד א זיסן.
מאמע, הער נישט אויף,
ביז מיר וועלן צוריק ארויף,
ושבו בנים, לגבולם.

קינדער, איך רייס איין מיט טרערן,
עטס זאלטס אלע געהאלפן ווערן,
איך ווער נישט געטרייסט,
ביז ענק וועלן ווערן אויסגעלייזט.

קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים, רחל מבכה על בניה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

א ריזן דאנק אייך הרב מקנאפע שליט"א.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

עבד אברהם האט געשריבן:דרייב:

https://drive.google.com/file/d/1Vz1gYU ... p=drivesdk


קען איינער ברענגען די ווערטער פון די ניגון ?
[/quote]

אני יהודי,
לא מתחמק מאף אחד, כן זה אני,
תפילין כל בוקר ואומר 'מודה אני'.
אני יהודי,
ויש לי את הכח לעמוד על שלי,
שבת, בית כנסת וטלית, כן זה אני.
אז יאללה "באבא",
כולם קוראים לזה "סבבה",
ואם תרצה תשאל את סבא,
הוא יעזור לך לחיות,
לדעת מה בדיוק להיות,
ולא לחשוש מטעויות.
אני יהודי,
כולנו לב אחד, כן זה אתה אחי,
שומר מסורת בן לעם כה ייחודי.
אני יהודי,
וארץ ישראל עמוק בתוך ליבי,
רק שמהר יבוא משיח בן דוד.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

איך זיך די ווערטער פון משה גאלדאן
א נשמה לויטער און ריין...
יישכ למפרע.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון משה גאלדאן
א נשמה לויטער און ריין...
יישכ למפרע.


פון דא

א.

א נשמה לויטער און ריין
געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין
און געווארט פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט
אבער ניין, פארשפארט די גן עדן
דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן
ער האט אמאל געשלאגן א איד און נישט געשוינט

דער מלאך נעמט אים און הייבט אָן דעם גאנג
דער וועג צום גיהנום אזוי הייס און לאנג
ער קען נישט מער ער בעט, איך וויל שוין ארויס
בעסער שוין ווידער צו לעבן
און דערביי וויל איך א בקשה געבן
כדי זכאי בלייבן הער מיך נאר אויס

פרעגט די נשמה הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענפער פארוואס
‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפ’ן געמיט
יא נשמה דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט

ב.

ביי די שבת ליכט וואך נאך וואך
מיט טרערן געבעטן נאך און נאך
האלזן א קינד ווי שטארק וויפיל זי האט באגערט
איר פּיין איר לייד ביים הארץ געשניטן
וויפיל איר נאנטע האבן מיט געליטן
געווארט די תפילות זאלן שוין ענדליך ווערן געהערט

געווארן דערהערט זייער געשריי
אוי ווער קען פארנעמען זייער וויי
א קינד געבוירן אוי געוואלד ס’איז נישט געזונט
מ’הערט מיט טרויער עס האט קיין הענט
אוי טאטע מאמע צעבראכן פארקלעמט
איז דאס אונזער אויסגעבעטענע קינד

פרעגן טאטע מאמע הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
אוי יא טאטע מאמע איר האט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער אייער גייסט
דער אב הרחמים האט אייך ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט

ג.

ביים חדר הויף א טאג א שיינעם
שפילן זיך לוסטיג יונגעלעך קליינע
דאס גלאנץ פון לעבן אויף זייער געזיכט עס שיינט און שטראלט
פריי פון זארגן לויפן די קינדער
עס מאנט צו באטראכטן יעדן באזונדער
און דער בליק אויף אן איינזאם קינד דארט עס פאלט

נסיונות קומען פאר יעדן אונטער
נישט אייביג איז נאכט נישט אייביג איז ווינטער
די זון זי וועט נאך פאר דיר אויך אויפגיין
יודעלע נעם ליב אן דיין לאגע
נעם אן ליב און פרעג נישט דיין פראגע
קומען וועט א טאג מ’וועט אלעס פארשטיין

פרעגט דאס קינד הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
‘אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
יא ליב קינד דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון משה גאלדאן
א נשמה לויטער און ריין...
יישכ למפרע.

ס'האט געדויערט איבער צוויי יאר פון ווען דו האסט געזוכט דעם ניגון ביז דו האסט געזוכט די ווערטער?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

ווערטער פון א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א גוט יאר
דא קענט איר פארלאנגן/בעטן פאר ווערטער פון ניגונים










איך זיך וואס די ווערטער פון די ניגון קולות הנודדים
געזינגן דורך יעקב שוואקי אויף די סידי ווי ער זינגט אבל הלילה הזה
פארפאסט דורך שלמה שבת
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
נחזור לענינינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: ווערטער פון א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחזור לענינינו »

קולות הנודדים, קולות הילדים
וקול האבודים... המחפשים עוד נחמה
קולן של הדמעות, קולן של השמועות
וקול האמהות... הלוחשות את הברכה

פזמון:
קול דממה דקה, עולה מן השמיים
ושר אלי את שיר המעלות
משהו קרוב וטוב, פוקח בי עיניים
וגם אני פתאום רואה את הקולות

בית ב':
קולות מתלהבים, קולות הכואבים
וקול המקווים... הרעבים לאהבה
קולן של המילים, קולות של תהילים
קולות מתפללים... עולים מתוך הנשמה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ווערטער פון א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יישר כח
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

האט איינער די ווערטער פון די ניגון "בריוועלע" וואס מאטי שטיינמעטץ זינגט אויף זיין אלבוים ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עבד אברהם האט געשריבן:האט איינער די ווערטער פון די ניגון "בריוועלע" וואס מאטי שטיינמעטץ זינגט אויף זיין אלבוים ?

פון דא:

אינגאנצן צעבראכן פארביטערט און פארקלעמט
ער קען זיך נישט בארואיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט
אוועק פון די וועלט איז די שרייבער זיין פערזענליכע
דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין טאלאנט די אויסערגעווענליכע

אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן ארויס פון הארצן טיף
די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן
די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט שוין קיינער נישט קענען שרייבן

א באדינער אין פאלאץ אן איינפאל עס פאלט אים
ער ווייסט די אלע בריוון וואו זיי זענען באהאלטן
ער נעמט פון די ארכיוון, די אלע אלטע בריוון, און לויפט צום מלך צו
קוק וואס כ׳האב געפונען, הט אזנך לי

ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען
דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען
די בריוון און זכרונות, שפע און נסיונות, וואס ער איז פארביי
די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך, עס נעמט מיך ארום
און יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פאשטיין
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדן טיר
ווייל יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר

אוי בריוועלע, אוי בריוועלע
כאילו אמרם הוא בעצמו
אוי בריוועלע, און יעדן מצב און סביבה׳לע
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי

א שרייבער האט דער מלך געהאט אמאל
דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל
ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט
מיט געגועים און אהבה, מיט די פידעלע אין די הענט

אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי
ה׳ מה רבו צרי, רבים קמים עלי
איך לויב און דאנק פאר ה׳ אלקי
מה אשיב לה׳ כל תגמולוהי עלי

דוד איז מער נישט דא אבער כאטש איז אונז פארבליבן
די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן
אונז נעמיר די כתבים אין אונזער מצבים און מיר ליינען איבער
די אלע צרות וואס דוד איז אריבער

כאטש ס׳איז פריוואטע ענינים וואס דוד איז משורר
די בריוועלעך זענען אבער דעם אייבערשטן מעורר
דער בורא טוט לעכצן, הערן ווי מיר קרעכצן, תפילה לדוד
דאס איז זיין תשיקה, זיין גרעסטע כבוד

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פון דוד׳ל אליין
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך, עס נעמט מיך ארום
און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פאשטיין
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדן טיר
ווייל יעדע מאל די ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר

תהלים׳ל, תהלים׳ל
כאילו אמרם דוד בעצמו
תהלים׳ל, ווען א איד פועל’ן וויל אמאל
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

לכבוד הרב קנאפע

יישר כח גדול תזכה למצוות
יבש כחרס
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 29, 2016 8:27 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יבש כחרס »

ווער קען מיר העלפן צו טרעפן די ניגון וואס איך האב געהערט אלץ קינד איך ווייס נישט וועלעכע CD/טעיפ עס איז
דאס זענען די ווערטער בערך:
זיצט זיך ביים טישל דער קרעטשמער פישל און באדינט זיינע געסט
טרינקען זיי ווילן זיי זינגען זיי שפילן פון אלעם גוטס מען עסט
מען עפנט די טיר ס׳קומט אריין און איר די רבי מיט׳ן גבאי באגלייט
פישל גיבט עם כבוד אסאך מיט א בענקל גאר רייך די רבי טוט זיך ווייטער זיין עבודה....
פישל וועט גיין ער זאגט נישט ניין.....
יבש כחרס
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 29, 2016 8:27 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יבש כחרס »

יבש כחרס האט געשריבן:זיצט זיך ביים טישל דער קרעטשמער פישל און באדינט זיינע געסט

ווער קען מיר העלפן מיט דעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”