בלאט 11 פון 31

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 9:47 pm
דורך טישטוך
נאופס, עס ארבעט נישט.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 9:50 pm
דורך טישטוך
אבער פון סקולענע ניגונים איז דא א געוואלד פון ענליכקייטן, דער רבי זצ"ל פלעגט עס רופן 'קאזינס'.

יודע בוים איז ממש די זעלבע ווי וערבה לה' ביי אלע דריי פעלער.

ממזרח שמש מיט איש תשבי איז זייער ענליך ביידע פעלער.

נחמו עמי (די שנעלע) איז די זעלבע ווי אההלה ה' (די הויכע פאל).

און נאך פילע...

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 10:04 pm
דורך קלאָצקאָפּ
כ'ווייס נישט פארוואס דו מאכסט אוועק זיין צוזאמשטעל. ס'איז ממש די זעלבע, נאר אודה ה' איז 3 ביעט און אוהבי ה' 4 ביעט.

אהללה ה' און נחמו האב איך שוין אמאל געברענגט אין דעם אשכול.

די הויכע פאל פון אליהו הנביא (שנעלע) איז כמעט די זעלבע ווי פון למקדשך טוב.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 10:06 pm
דורך מחשב
טישטוך האט געשריבן:נאופס, עס ארבעט נישט.

אוודאי ארבעט עס. ער רעדט פון די אנדערע אוהבי ה'. קאנווערט דעם אודה ה' פאר א 4 4, וועט עס גיין. ממש ענליך.

האקט.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2020 7:16 pm
דורך אוראייניקל
די פאל 'באלד באלד' פון יונגערליך 2 איז גאנץ ענליך צו 'בר יוחאי' פון מיכאל שניצלער'ס טעיפ, ביים מעשה פונ'עם חרדים..

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2020 10:00 pm
דורך לפנות בוקר
קען זיין שוין דא געווען. הייליגער באשעפער דו האסט געבעטן דאווענען, איז פונקט ווי באש ובמים עם ישראל חי פון אברהם פריד.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2020 10:09 pm
דורך סטיטשינער
נאר די ערשטע צוויי ווערטער. נישט געפערליך

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2020 10:15 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס דו מאכסט אוועק זיין צוזאמשטעל. ס'איז ממש די זעלבע, נאר אודה ה' איז 3 ביעט און אוהבי ה' 4 ביעט.

אהללה ה' און נחמו האב איך שוין אמאל געברענגט אין דעם אשכול.

די הויכע פאל פון אליהו הנביא (שנעלע) איז כמעט די זעלבע ווי פון למקדשך טוב.

אמר"ש פון סקולען...

כאור שבעת הימים ביי כל מקדש, און די הויכע פאל פון אור חדש.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2020 11:29 am
דורך לפנות בוקר
די פאל "אוי ווי גוט צי זיין א איד" אויף די שבת'דיג אלבוים איז אקוראט די זעלבע ווי דער סקולענע "ונגלה ונגלה כבוד השם"............

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2020 11:18 am
דורך לפנות בוקר
שוין געשריבן אינעם אנדערע אשכול אבער עס באלאנגט דא..

פעיק נוז האט געשריבן:שמילי אונגאר והערשי וויינבערגער – הלילה הזה

https://jmusic.me/%d7%a9%d7%9e%d7%99%d7 ... %96%d7%94/

די נידריגע פאל איז מער ווייניגער ווי אני חושב עליכם פון אברהם פריעד........
https://jewishmusic.fm/album/%D7%90%D7% ... %9B%D7%9D/

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:38 pm
דורך רישגלותא

Re:

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:46 am
דורך יוסף פריעדמאן
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס: זכור אהבת שטאמט פון א ניגון וואס ר' בנציון שענקער האט געמאכט אויף די ווערטער: 'ועל הכל ה' אלוקינו אנחנו מודים לך' (וואס אגב האדמו"ר ר' בנציון מבאבוב גלייכט עס זייער שטארק). אבער דער ניגון איז עפעס נישט אזוי גוט געגאנגען. האדמו"ר ממוזדיץ האט עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער זכור אהבת קדומים און אביסל ארומגעטוישט דעם טאן און עס שטימט הערליך שיין און עס איז באלד אויפגעכאפט געווארן איבער דער גארער וועלט.

אהר'לע איז נישט קיין קאמפאזיטער ער כאפט אויף שיינע פארצייטישע און היינטיגע אומבאקאנטע ניגונים און תנועות און זינגט דאס גוט אפ אויף א פאכמאנישן אופן עס זאל בליץ שנעל פארן ווייטער. מאיר אדלער האט זיך לעצטנס דערקלערט אלס קאמפאזיטער, הרב מ. ד. פארקאש האט גענומען פון אים עפעס א ניגון אדער צוויי, כ'האב נאכנישט אנגעיאגט צו באטראכטן זיינע ווערק פונדרנאט, אבער קיין 'זכור אהבת' האט ער נאך זיכער נישט געמאכט.

אנטשולדיגט איך ברענג ארויף אלטע זאכן.
1. זכור אהבת האט מחבר געווען די מודז'יצע רבי שליט"א ביים צוריקפארן פון לונדון אין יאר תשס"ח אויף די ווערטער והביאנו לציון עירך ברנה, א שטיק צייט שפעטער האט זיין טאכטער חתונה געבאט מיט א זוהן פון כ"ק האמדו"ר מסערט ויז'ניץ שליט"א און דעמאלס האט מען צוגעפאסט די ווערטער פון זכור אהבת.
2. לגבי די ניגון ועל הכל - ר' בן ציון האט עס געמאכט אין יאר תשס"ט אין עס אוועקגעגעבן פאר באבוב אויף א חתונה ביי איינע פון די רבי'ס קינדער - דאכט זיך מיר בשנת תשע"א.
ממילא איז פארשטענדליך פארוואס די רבי שליט"א גלייכט דער ניגון.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 11:10 am
דורך חלב ישראל
די ערשטע פאל פונעם ניגון "אשרי העם שכככה לו" איז די זעלבע ווי "ותמיד נספר תהילתך", הה"ד "איך וועל גנב'נען קיינער וועט נישט זעהן אריין אין די גארבידש וועט עס גיין..."

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 11:54 am
דורך ציגאנער
די בל תשחית ניגון איז אפיציעל ארויפגעלייגט אויף ותמיד נספר, ביידע פעלער.

מיט די ערשטע חלק זאגסטו גוט...

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 3:00 pm
דורך לפנות בוקר
די ניגון יעדער - קיינער פון מאטי אילאוויטש האט זייער שטארקע ענדליכקייטן צו די סקולענע אור חדש ודו"ק

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 9:56 pm
דורך ahah
די ניגונים ותמיד נספר זמרו אלוקים אשרי העם סאונד די זעלבע
רבון העולמים ידעתי הויכע פאל איז ענדליך צו רזא דשבת די אינטרו פון כי הרבית איז ענדליך צו בורא עולם אך טוב וחסד פון בעלזא הויכע ללא צו ואמר ביום ההוא

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 10:12 pm
דורך אש אש
די הויכע פאל פון ויפרקיננא פון שבת'דיג איז ענדליך צו די הויכע פאל פון אל מסתתר פון שמואלי אונגאר

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 10:30 pm
דורך חלב ישראל
איינער געדענקט נאך דעם ניגון וואס מ'פלעגט זינגען אין חדר יעדעס מאל אויף אנדערע ווערטער? תורה צוה לנו משה, ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, כי מלאכיו יצוה לך...

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 11:01 pm
דורך לפנות בוקר
אש אש האט געשריבן:די הויכע פאל פון ויפרקיננא פון שבת'דיג איז ענדליך צו די הויכע פאל פון אל מסתתר פון שמואלי אונגאר

אל מסתתר איז זייער ענדליך צו קה אכסוף - היה הווה שמור שומרי וכו' בראשית תורתך הקדומה וכו' און נאך אסאך...

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 10:25 am
דורך ציגאנער
שכן חובת כל היצורים (לעבעדיגע) און לדור ודור וכו' ושבחך אלוקינו (מאטי שטיינמעץ) האבן די זעלבע הויעכע פאל....

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 2:40 pm
דורך איינס
חלב ישראל האט געשריבן:די ערשטע פאל פונעם ניגון "אשרי העם שכככה לו" איז די זעלבע ווי "ותמיד נספר תהילתך", הה"ד "איך וועל גנב'נען קיינער וועט נישט זעהן אריין אין די גארבידש וועט עס גיין..."

אזוי אויך די ערשטע פאל פון חי ה׳ וברוך צורי

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:48 pm
דורך חלב ישראל
די הויכע פאל פון "האטס געפועל'ט אלעס גוטס" איז אביסל ענליך צו די הויכע פאל פון די חבד'סקע אזמר בשבחין, אסאך מענטשן צומישן זיך צווישן די צוויי און פארן אריין פון איין ניגון צום צווייטן.

ס'דא צוויי לא תבושו'ס, איינס א וויזניצע (ס'דא גראמען אויף דעם פון א בארימטע באבובער קאמפאוזער פון פאר'ן קריג, כ'געדענק נישט זיין נאמען און נישט די גראמען, די איינציגסטע ווערטער וואס איך געדענק איז "אבער דיין אמונה האסטו נישט פארלארן...") און די אנדערע א חבדס'קע וואס די דריטע פאל פון ביידע איז די זעלבע, איינער דא כאפט פון וואס איך רעד?

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:15 pm
דורך קלאָצקאָפּ
חלב ישראל האט געשריבן:די הויכע פאל פון "האטס געפועל'ט אלעס גוטס" איז אביסל ענליך צו די הויכע פאל פון די חבד'סקע אזמר בשבחין, אסאך מענטשן צומישן זיך צווישן די צוויי און פארן אריין פון איין ניגון צום צווייטן.

די פאל קומט בכלל נישט אריין ביי האטס גע'פועלט, ס'איז פשוט גע'גנב'עט פונעם אזמר בשבחין.

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:22 pm
דורך שמארטיקל
חלב ישראל האט געשריבן:איינער געדענקט נאך דעם ניגון וואס מ'פלעגט זינגען אין חדר יעדעס מאל אויף אנדערע ווערטער? תורה צוה לנו משה, ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, כי מלאכיו יצוה לך...

טוב לי טוב לי תורת פיך
אור זרוע לצדיק
אורך ימים אשביעהו
גיטס אריין גיטס אריין א נחמה'לע

Re: ניגונים אדער חלק פין ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:24 pm
דורך שמארטיקל
איינס האט געשריבן:

;l;p- :grin: