פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

ווער ס'געדענקט וועט געדענקען אז מיט א צירקע צוויי דריי זעקס יאר צוריק, איז מונה געווען אויפ'ן אויבערפלאך פון מוזיק אויף אזא שטייגער ווי יוסף משה כהנא היינט צוטאגס. יעדע צווייטע וואך איז ארויסגעקומען נאך א טעיפ (די אמאליגע ווערסיע פון א סידי פאר ווער עס ווייסט נישט) מיט די אויפשריפט "עיבודים: משה מרדכי (מונה) רוזנבלום" און דער חרדישע וועלט פון מוזיק ליב האבער און סתם המון עם פלעגן זיך באלעקן די פינגער מיט די פולע רייכע תוכנ'דיגע מוזיקאלישע אלבום'ס. פון די ערשטע "מתיקות" אלבום'ס ביז א הערליכע אמאליגע וויזשניצע טעיפ... פון משולחנם של מלכים ביז ונאמר פון יהושע האנשטטר... פון שירו לה' פון דז'יקוב ביז מאמינים פון מ.ב.ד. ...ואטו כי רוכלא ניזל ונחשוב? הצד השוה שבהן אז ס'איז געווען אמאל הערליכע סחורה אויף וואס א ברכה צו מאכן, ועל דא קא אתמהה, אויב איך געדענק גוט איז לחיים טאטע געווען די לעצטע היימישע אלבום וואס מ'האט געהערט פון מונה און זייט דעמאלס איז ער ווי פארשלינגען געווארן אין דער ערד, און מ'הערט מער נישט פון עהם, פארוואס טאקע? זענען טאקע אלעס די קאפיען שולדיג? צו אפשר איז ער היינט אין אן אנדערע ליין? וואס גייט פאר?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין קורצן: מ'מאכט קאפיס פון סידי'ס סאו לוינצעך נישט צו באצאלן די טייערע פרייז וואס מונה בעיט, ווייל מ'זעהט עס קיינמאל נישט צוריק.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ס'איז נאך אלץ דא טעיפס וואס פארקויפן זיך גוט. צב"ש ליפא האט געמאכט שיין געלט פון זיין לעצטע 'טיפע הארץ'.

נאר די אורזאך פארוואס ער נעמט נישט מונה איז ווארשיינליך אן אנדערע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פארשריבן, דו ווייסט וויפיל געלט ליפא האט געמאכט? ואת"ל אז יא, מיינסטו דען אז פאר נאך 15,000 דאללער - וואס מונא קומט אויס (אן עוורידזש) טייערער - וואלט ער געמאכט מער געלט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויב עס איז אזוי, האב איך א צווייטע שאלה, לוינט זיך נישט פאר מונה אראפ צו גיין מיט די פרייז?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ניין, ער האט ארבייט ביזן דאך, ער מאכט מוזיק פאר אלע גרויסע ראדיאו נעטווארקס אין א"י.

נאך א זאך, ער איז מיט 15,000 דאללער טייערער נישט ווייל ער מאכט 15,000 דאללער מער, נאר א חלק פון דעם קאסט עם מער. צו ווייל ער האט מער שפילערס, צו טייערע סטודיאו וכד'.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידעלע »

אין מען שאצט נישט גענוג אפ די ארבעט וואס ער לייגט אריין.
אוי א שאד א שאד.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יעדער פון אונז וועלכע פארשטייט גוט א שטיקל מוזיק, ווייסט אפצושאצן זיין ארבעט, און איז אויכעט מודה צום פאקט אז ׳מונה איז די בעסט׳!
כ׳מיין אז אין די אידישע עולם הנגינה איז נישטא נאך אזא מוח ווי ער... נישט אז ישראל לאם אדער משה לויפער זענען עפעס אוועקצומאכן, נאר מונה האט עפעס א טיעפן קוועטש און א באזונדערע געשמאקקייט וואס קיינער האט נישט.
קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאצקע צוקער »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:יעדער פון אונז וועלכע פארשטייט גוט א שטיקל מוזיק, ווייסט אפצושאצן זיין ארבעט, און איז אויכעט מודה צום פאקט אז ׳מונה איז די בעסט׳!
כ׳מיין אז אין די אידישע עולם הנגינה איז נישטא נאך אזא מוח ווי ער... נישט אז ישראל לאם אדער משה לויפער זענען עפעס אוועקצומאכן, נאר מונה האט עפעס א טיעפן קוועטש און א באזונדערע געשמאקקייט וואס קיינער האט נישט.

גערעכט גאר הייבענדיגע מוזיק מיט ספעציעל באזונדערע קוועשטען איבעראל אבער אזוי און פלאץ
אז עס געט אזוי צו צום ניגון אז ווען מען זינגט זיך דאס אונטער מוז מען מיט זינגען דעם קוועשט אפילו עס איז נישט דער ניגון בעצם 
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

להוי ידוע איך הער נאך אלס די פילהרמונה סעריע, כאטש ס'יז שוין היבש אלט.

זיין סטיל זיין רייכע מוזיק זיינע קנייטשן, און בעיקר זיין געלאסענע "טאן" וויאזוי ער זינגט א ניגון, אין דוגמתו!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידעלע »

פון 50 מבינים קען מען קיין לעבן נישט מאכן!!
ווען א זינגער אדער א פראודוסער, זאל ווען וויסן, אז אויב גיי איך מיט מונה, פארקןיף איך נאך א 2000 שטיק,
מיינט דאס אז מען שאצט אפ וואס מונה לייגט אריין,
שטעלן שטעלט זיך ארויס אז דער המון עם איז צופרידן פון אנדערע ארענדזערס,

וויל איך מוסר מודעה זיין, מונה איז דער מלך מלכי הארענדזערס!!!! ס'לוינט זיך יעדעס פעני,אהההה ניין נישט גיט געזאגט, ס'לוינט צו צאלן מער ווי אן אלבום ווי ער איז נישט,

מונה מונה מונה!! קער זיך צוריק....
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

הער אויס...
די מצב איז היינט, אז יעדן צווייטן טאג שטייט אויף נאך עמיצער און ערקלערט זיך אלס א מונה נומ. 2, אזוי אז היינט האלט עס שוין ביי אזויפיהל צווייטע מונה׳ס וויפיל שוועמלעך נאך א רעגן, אבער - ווי שוין געשמועסט - מונה איז פאקטיש מונה.

נאך א זאך: די אלע צווייטע מונה׳ס ווייסן טאקע נאכצומאכן די אלע באוואוסטע קונצן וואס מונה מאכט כסדר, אבער זיי ווייסן נישט אז ער לייגט אריין פיהל פיהל מער וויפיל עס הערט זיך אויבן אויף!
באמת - ווענצעך עס לויט וויפיל דער קאסטומער צאהלט, איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינעם וואס האצעך אסאך געדרייט ביי מונה, אז ווען מונה איז אין די גיסטע קען ער אמאל אראפ שרייבן די דראמ׳ס פארן דראמער אויך, איך רעד שוין נישט פון די פאקט אז זיינע בעיס ליינס (וועלכע זענען ׳אין דוגמתו׳) זענען רוב מאל אראפגעשריבן, און דערפאר האבן זייער אסאך ניגונים עפעס א באזונדערע חן וכו׳ וכו׳, און דאס טוט קיינער נישט נאך, ברענגט מיר נאך ׳איינער׳ וואס האט אזוילכע בעיס ליינס ווי מונה!
נאך א דוגמה: יעדער נוצט טאקע ירון גוטפריד פאר פיאנוי און אבי סינגולדה פאר גיטאר, אבער פארוואס ווען זיי זיצן ביי מונה אין סטודיאוי שפילצעך עס אנדערש? די תירוץ איז אז זיי דערשמעקן זייער גוט מיט וועמען זיי האבן צוטאהן (געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט זיי אליין) זיי זעהען וואספארא נאוטס מונה לייגט אראפ, וואספארא גאונ׳ישע קארדס ער שרייבט, שפירן זיי ווי זיי האנדלען דא מיט עמיצען וואס ׳ווייסט וואס טוצעך מיט זעך׳!
כ׳האב געכאפט א שמועס מיט ׳דאני פלאם׳ (לאנג יעהריגער טרומבאון שפילער ביי מונה, און א מומחה עצום בעולם הנגינה) האט ער זיך אויסגעדרוקט בתוך הדברים ׳מונה איז א דז׳יניעס׳ (Genius)!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מ'הערט יא פון מונה רוזנבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

א העליכע שבע ברכות איז פאגעקומען בחצרות בית סקווירא ווי מ'האט אראפגעברענגט מונה ראזענבלום מיט די רייכע פרייליך ארקעסטרא אינדזשאנירט ביי אלי לאשינסקי, שירה כאר צוזאמען מיט די סקווירא כאר, שבח קינדער קווייער געפירט דורך יוסי גליק, געזינגען האט שלמה זלמן האראוויץ מיטן בחור הפלא דוד לייפער אנגעטוהן מיט א קישקעטל

https://drive.google.com/file/d/1ULZq67 ... sp=sharing
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: מ'הערט יא פון מונה רוזנבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

א שרייבערל האט געשריבן:א העליכע שבע ברכות איז פאגעקומען בחצרות בית סקווירא ווי מ'האט אראפגעברענגט מונה ראזענבלום מיט די רייכע פרייליך ארקעסטרא אינדזשאנירט ביי אלי לאשינסקי, שירה כאר צוזאמען מיט די סקווירא כאר, שבח קינדער קווייער געפירט דורך יוסי גליק, געזינגען האט שלמה זלמן האראוויץ מיטן בחור הפלא דוד לייפער אנגעטוהן מיט א קישקעטל

https://drive.google.com/file/d/1ULZq67 ... sp=sharing

?Dropbox please
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אפאר וואכן צוריק האט ליפא אפגעשטאט א באזוך ביי מונה אין אפיס אדער סטודיו וואו מונה האט געשפילט מיט א פארצייטישע חן מיט א אלטן technics (ווער געדענקט עס נאך?) די keys זענען שוין געהל פון אלטקייט אבער מונה'ס פינגערס לויפן פלינק ווי א אינגערמאן.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ליפא אויפן קומעדיגע אלבום גייט האבן א שיינע פאר ניגונים אראנדזשירט דורך רבי משה מרדכי.

פארשטייט זיך אז מיט ליפא קען זיך נאך זאכן טוישן 100 מאל אבער לעת עתה הייסט עס אזוי.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

מבד אויף זיין נייע אלבום וועט האבן פין מונה. אויך דוד קויפמאן פין דארט וועט האבן פין מונה. וויפיל ניגונים ווייס איך נישט !!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פארשריבן, דו ווייסט וויפיל געלט ליפא האט געמאכט? ואת"ל אז יא, מיינסטו דען אז פאר נאך 15,000 דאללער - וואס מונא קומט אויס (אן עוורידזש) טייערער - וואלט ער געמאכט מער געלט?


לוינטצעך נישט צו צאלן 15000$ מעהר פאר מונה?
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פארשריבן, דו ווייסט וויפיל געלט ליפא האט געמאכט? ואת"ל אז יא, מיינסטו דען אז פאר נאך 15,000 דאללער - וואס מונא קומט אויס (אן עוורידזש) טייערער - וואלט ער געמאכט מער געלט?


לוינטצעך נישט צו צאלן 15000$ מעהר פאר מונה?

אמאל, מיט א יאר צענדליג צוריק, איז $15,000 געווען אסאך געלט....
געשטימט פאר ראשעק הול
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: מ'הערט יא פון מונה רוזנבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

א שרייבערל האט געשריבן:א העליכע שבע ברכות איז פאגעקומען בחצרות בית סקווירא ווי מ'האט אראפגעברענגט מונה ראזענבלום מיט די רייכע פרייליך ארקעסטרא אינדזשאנירט ביי אלי לאשינסקי, שירה כאר צוזאמען מיט די סקווירא כאר, שבח קינדער קווייער געפירט דורך יוסי גליק, געזינגען האט שלמה זלמן האראוויץ מיטן בחור הפלא דוד לייפער אנגעטוהן מיט א קישקעטל

https://drive.google.com/file/d/1ULZq67 ... sp=sharing


ווייסט איינער פון ווי עס קומט די צוויי ניגונים דא בצאת ישראל און אלוקי נשמה?
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מ'הערט יא פון מונה רוזנבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:א העליכע שבע ברכות איז פאגעקומען בחצרות בית סקווירא ווי מ'האט אראפגעברענגט מונה ראזענבלום מיט די רייכע פרייליך ארקעסטרא אינדזשאנירט ביי אלי לאשינסקי, שירה כאר צוזאמען מיט די סקווירא כאר, שבח קינדער קווייער געפירט דורך יוסי גליק, געזינגען האט שלמה זלמן האראוויץ מיטן בחור הפלא דוד לייפער אנגעטוהן מיט א קישקעטל

https://drive.google.com/file/d/1ULZq67 ... sp=sharing


ווייסט איינער פון ווי עס קומט די צוויי ניגונים דא בצאת ישראל און אלוקי נשמה?

אלוקי נשמה איז יהושע האנשטאטער׳ס.
ארגינעל פון זיין טעיפ, דאכט זיך מיר אז עס האט געהייסן ״ונאמר״, און מיין זיכרון זאגט מיר אז עס איז געווארן אראנדשירט דורך מונה און געזינגען דורך ירמי׳ דמן.
נישט קיין חילק ווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:34 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין חילק ווער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין קורצן: מ'מאכט קאפיס פון סידי'ס סאו לוינצעך נישט צו באצאלן די טייערע פרייז וואס מונה בעיט, ווייל מ'זעהט עס קיינמאל נישט צוריק.

איך הייב נישט אן צי פאר שטיין וואס די זאגסט היינט דארף מען שוין נישט קיין טעפס אין נישט קיין סידי (איך פרעג דיר ווען איז די לעצטע מאל וואס די האסט געהערט א סידי mp3 player וכדומה אלעס איז אויפן פאן וואס איך הער איז אןליין מילא איז גנבה נישט די תרץ נאר ער מאכט געניג אויף די ראדיא)


אויב די גאנצע גוי’שע וועלט קען זיך אן עצה געבען מיטן פארבלעם פון גנבה אויף סידי’ס קען די היימישע וועלט אויך עם חכם ונבון
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

he is making now a cd with lipa shmelser
"hate will never ever win"
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: פארוואס הערט מען מער נישט פון מונה רוזנבלום??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

אויף שלומי גערטנערס סידי וואס ער האט עטליכע יאר צוריק פרודיצירט, איז ער געווען היבש רעפעטישעס. נישט וואס כ'האב ערווארט פון אים
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:יעדער פון אונז וועלכע פארשטייט גוט א שטיקל מוזיק, ווייסט אפצושאצן זיין ארבעט, און איז אויכעט מודה צום פאקט אז ׳מונה איז די בעסט׳!
כ׳מיין אז אין די אידישע עולם הנגינה איז נישטא נאך אזא מוח ווי ער... נישט אז ישראל לאם אדער משה לויפער זענען עפעס אוועקצומאכן, נאר מונה האט עפעס א טיעפן קוועטש און א באזונדערע געשמאקקייט וואס קיינער האט נישט.


איים סארי פאר די נ.ב. אבער קענסט נישט לייגן ישראל לאם מיט משה לויפער אויף איין אטעם...
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”