כ'האב שיער נישט...

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

כ'האב שיער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

דער ווארט איז ברייט באניצט, אבער קיינער האט מיר נאכנישט געקענט ענטפערן דער ריכטיגער פשט:
שיער
כ'בין שיער נישט אריינגעפאלן אין א שווינדלעריי
כ'בין שיער נישט איינגעשלאפן
און אזוי ווייטער

עמיצער האט מיר פרובירט אויפצוקומען מיט א פשעטיל אויף דער באדייט פונעם ווארט, כ'האב עס שיער פארשטאנען, אבער נישט אינגאנצן...

אפשר קען מיר איינער העלפן?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נא קרעמער, שטעל עס צאם מיר האבן שוין א שמועס דערוועגן
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כ'זע יענער אשכול, אבער אויך דארטן פלאגט מען זיך דערמיט.

מיר איז יעצט בייגעפאלן אז דאס נעמט זיך טאקע פונעם לשה"ק ווארט שיעור, וועלכע באדייט א מאס, א צאל. דאס טייטשט אז דער ווארט שיעור איז א באגרעניצונג, הוה ראיה אז ווען מען וויל מגזם זיין זאגט מען "אן קיין שיעור".

די זעלבע זאך, ווען מען זאגט "א באס האט שיער נישט אריינגעקראכט אין מיין קאר", מיינט מען דערמיט אז עס איז געווען א שיעור צווישן דער פאקט אז דאס וואלט געקענט פאסירן און דער פאקט אז דאס האט טאקע פאסירט.

ויש לישב בדוחק
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס עפעס,
נישטא וואס זיך צו פלאגן דאס ווארט איז 'שיר' [אדער שיהר] און עס איז אן אלטע אידישע אויסדרוק אויף 'באלד/אט/שוין' עס ווערט גענוצט אינעם באקאנטן ניגון 'אלזא שיר און אלזא באלד, בוי דיין טעמפל שירה'.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אויך דער "שיר נישט", ווערט שוין דערמאנט צווישן מיינע ווערטער אין יענעם אשכול.
און.. ס'איז א פארדרייטע ווארט.
דער אפשטאם איז פארשטענדליך. ס'איז א דאפלט-נעגאטיוו. איינמאל "שיר", און נאכאמאל "נישט".
און ווי מ'האט שוין פיל מאל גערעדט, איז דאפלט-נעגאטיוו, פאזיטיוו.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

עס איז א דייטש ווארט: shier.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”