מיללער האט געשריבן:אנדי,
איינער פון די פלעצער אין ש"ס איז אין ב"ק דף ל', דארט שטייט אויך 'ביב' אן דעם י', און רש"י טייטשט דארט "צינור המקלח שופכין של מי תשמיש הבית לרה"ר" נישט 'חריץ' כלשונך, אבער דער מכוון איז די זעלבע.
אין תנ"ך דורך א סירטש מיט 'מאגר' האביך נישט געטראפן אזא ווארט, דאס אז עברית האט ארמ'ישע ווערטער און מקורות איז דאך אפגערעדט, נאר פארוואס זיי האבן געברויכט דעם עקסטערע ו' וויסיך נישט.
איינער פון די ווערטער וואס האבן לכאורה נישט קיין מקור איז סבון, ריכטיג?
האב איך געטראפן א גמ' אין בבא קמא, וואס רופט אן זייף צפון:
- 1.PNG (8.39 KiB) געזען 5793 מאל
האט ער לכאורה עס "פארלייכטערט" און געמאכט סבון. (א בחינה ווי צוקער איז געווארן סוכר מיט א סמ"ך).
ער איז געווען א דזשיניעס אין שפראך, ובפרט לשה"ק, כאטש ער האט אלעס נאר געלערנט לקנטר און להכעיס (צו קענען מאכן א שפראך "כדי לנגח בו את האדוקים".)
נעמט למשל א ווארט ווי מטאטא - בעזים אויף איווריט. די גמ' זאגט אין מגילה דף יח. און אין ר"ה כו:
לא הוו ידעי רבנן מאי (ישעיהו יד, כג) וטאטאתיה במטאטא השמד יומא חד שמעוה לאמתא דבי רבי דהוות אמרה לחבירתה שקולי טאטיתא וטאטי ביתא
קומט אויס אז עס איז גאר א פסוק, נאר אין משנה און גמ' נוצט מען מכבד (ב"ש אומרים מכבדין את הבית ואח"כ וכו'), האט ער אויפגעזוכט אן אומבאקאנטע ווארט און דאס געשטעלט.
אבער, פארט איז אונזער פעשליכער חבר נישט גערעכט לענ"ד:
שקר_הדייעט האט געשריבן:די ערשטע זאך איידער מען נעמט זיך צו עיברית, דארף מען זיין א בקי מופלג בכ"ד ספרי תנ"ך. אויב קען מען נישט גאנץ תנ"ך, פון וואנעט ווייסטו צי דאס ווארט אויף וועלכע דו קלערסט אז ס'איז עיברית, איז נישט באמת לשון הקודש? דו קענסט דאך פאקטיש נישט גאנץ לשון הקודש.
פארשטייט זיך, אויך דארף מען זיין בקי אין כללי הדקדוק פון לשון הקודש, און אויך אינעם וועג ווי אזוי מען פירט זיך (תרגום, רש"י, אנדערע ראשונים, און די פייטנים) צו טראנספארמירן א ווארט פון א שם דבר, צו לשון הי' הוה ויהי', און אויך ווי אזוי מען קען טראנספארמירן א ווארט פון פשוט'ן לשון, צו לשון שירה ומליצה וואס האט עטוואס אנדערע כללים פון רעגולער לשון הקודש.
אויב טרעפט מען ווי רש"י אדער אנדערער מפרש מהראשונים והקדמונים, נעמט א ווארט און פארדרייט דאס אביסל צו אקאמאדירן סיי וועלכע סיבה, קען מען דאך אויך נעמען דעם זעלבן כלל און אזוי טון מיט אנדערע ענליכע ווערטער.
איצט וועט קומען דער בעל קנאי און שרייען אויף מיר, העי, דו האסט פארדרייט דעם לשון הקודש ווארט, האסט עס מאדערניזירט, האסט עס "העברעאיזירט". אויב ווייסט נישט דער בעל קנאי דעם כלל פון רש"י ביים אנדערן ווארט וואס איך ווייס יא, ווי אזוי קען ער אויף מיר שרייען? דער כלל איז דאך, דברי תורה עניים בקום אחד ועשירים במקום אחר. אויב שטימט דאס פאר רש"י אויף איין ווארט, איז עס זיכער גוט אויך אויף אנדערע ווערטער.
דער בן יהודא, שרייבער פון עיברית, איז געווען א שייגעץ, אפּיקורס, א מחלל שבת בפרהסיא, אלעס אמת. אבער א שפּראך עקספערט איז ער זיכער געווען, און ער האט מסתמא גוט געקענט תנ"ך, אזוי ווי פילע משכילים בימיו און לפני ימיו האבן געקענט, וואס צוליב דעם האט מען אין פילע חסידישע מקומות נישט געלערנט קיין תנ"ך אינעם ת"ר יאר הונדערט.
עברית טאר מען נישט רעדן ווייל עס איז א טמא'נע שפּראך, אזוי האט מרן מסאטמאר אונז געלערנט בספרו ויואל משה. עס סימבאליזירט ציוניזם, וואס איז כפירה אין ביאת המשיח. אבער איידער מען נעמט זיך צו א ווארט, דארף מען קודם מברר זיין צי עס איז טאקע ריין עיברית, אדער איז עס יא לשון הקודש, נאר דו ווייסט נישט מחוסר ידיעה.
פארוואס? ווייל אויב א ספר תורה שכתבו מין דארף מען פארברענען מיט אלע שמות אפי' אויב עס איז געשריבן געווארן בקדושה ובטהרה בלויז ווייל שלא להניח שם, איז זיכער נישט ריכטיג אויפצוטוישן א ברייט באנוצטע ווארט מיט אן אנדערן - כאטש אויך לשה"ק'דיגן - ווען אן אויסגערופענער אפיקורס איז דער וואס האט עס איינגעפירט.
דאס אז ער איז געשטארבן אום שבת מיט א פעדער אין האנט איז באקאנט אבער איך האב עס נישט מברר געווען, אבער איינער וואס קען שרייבן
עוד טענה אחת גדולה ונוראה טוענים ציוני ציון על "האוגנדיים", כי הם "האוגנדיים" פונים ערף לכל העבר שלנו. כמה צביעות בטענה ! אנשים שפנו כלם ערף להעבר שלנו מוכיחים אחרים בזה בעצמם ! כי אל נא נאחיז את העינים ! רק בעלי הועד של "חפוש חטאים" לא פנו ערף להעבר שלנו, ואנו כלנו פנינו ערף להעבר וזו תהלתנו ותפארתנו
רח"ל איז קיין גרויסער ירא שמים נישט געווען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.