בלאט 58 פון 170

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:18 pm
דורך יוסיף דעת
איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא.

איך שרייב אסאך מאל לענגערע זאכן אבער איך ווייס נישט ווי מען לייגט קאמעס, און פיריעדס, אד"ג, איז דא ערגעץ דא ווי מען שמועסט דאס אויס, אדער קען איינער זיין אזוי גוט אין אויסשמועסן.

יישר כח

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:25 pm
דורך למדן וצדיק
גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער דער א' אין סאך קומט זיכער אפי' לשטותם.

לשטותם לשיטתם. צי דו ווילסט צי נישט, זיי האבן געהאט כללים, מיר האבן נישט.

ייווא לייגט אויס א סך. "מעלות" פלעגט אויך אמאל אזוי אויסלייגן.

וואס מיינסטו צו זאגן מיר האבן נישט קיין כללים? די עיקר זאך וואס זיי האבן מער פון אונז איז אז זיי האבן א ווערטערבוך, און ס'איז שוין טאקע צייט ס'זאל איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען א היימישע אידישע ווערטערבוך און יעדעס ווארט וואס איז דא ספק זאל מען באשטימען לויט וויאזוי רוב פראפעסיאנעלע שרייבערס שרייבן.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:27 pm
דורך למדן וצדיק
לעצטנס האב איך אנגעהויבן ארבעטן אויף א אידיש - ייִדיש ווערטערבוך, ווער ס'האט עפעס צוצולייגן איז מכובד זיך צו לאזן וויסן
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:29 pm
דורך למדן וצדיק
איז "בעפאר" א פראפעזיציע? דארף מען נאכדעם שרייבן "דעם" אנשטאט דער, דאס, און "דער" אנשטאט "די"?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:32 pm
דורך קלאָצקאָפּ
יא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:33 pm
דורך למדן וצדיק
טענקס

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:35 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איינער האט דא אמאל גע'טענה'ט אז בעפאר איז גרייזיג אין אידיש, נאר ס'איז גע'גנב'עט פונעם ענגלישן before. כ'ווייס נישט ווי גערעכט יענער איז, אבער דער באדייט איז סייווי די זעלבע ווי פאַר.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:42 pm
דורך זאג א גוטס
איידער.

בעפאר מיט א קמץ אדער פתח?
(יונגערהייט מיט א פתח, עלטער מיט א קמץ.. - 'העי! איך בין דא געווען ביפאר' - פתח. 'ער איז געוועזן שוחט בעפאר די קריג' - קמץ)

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:48 pm
דורך קענטאקי
ביידען אדער ביידן?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:48 pm
דורך למדן וצדיק
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינער האט דא אמאל גע'טענה'ט אז בעפאר איז גרייזיג אין אידיש, נאר ס'איז גע'גנב'עט פונעם ענגלישן before. כ'ווייס נישט ווי גערעכט יענער איז, אבער דער באדייט איז סייווי די זעלבע ווי פאַר.

ס'קומט טאקע בפשטות פון ענגליש און אין די ווערטערביכער איז טאקע נישטא דאס ווארט, אבער כ'מיין ס'האט זיך שוין זייער אריינגעכאפט ביי אונז אנשטאט דאס ווארט "איידער" וואס זייער ווייניג ניצן.

כ'ווייס אז ס'מיינט דאס זעלבע ווי פאַר, כ'ווייס נישט אבער צו דאס מיינט יעצט אז ס'איז פראפעזיציע פונקט ווי "פאַר" ווייל "איידער" איז נישט קיין פראפעזיציע איז אפשר "בעפאר" אויך נישט.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:57 pm
דורך קלאָצקאָפּ
'פאר' האט צוויי באדייטן: "משה האט עס געגעבן 'פאר' יאנקל", און "משה איז אנגעקומען 'פאר' (=קודם) יאנקל". "בעפאר" נוצט מען בעיקר ווען מ'וויל קלאר מאכן אז מ'רעדט פונעם לעצטן. צו ס'איז כשר אין אידיש קען מען זיך דינגען.

איידער איז נישט דער טייטש פון קודם, נאר פון טרם. ס'מיינט עפעס אזוי ווי "נאכנישט".

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 4:05 pm
דורך למדן וצדיק
אהא, יישכ!

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:12 pm
דורך למדן וצדיק
וואס טוט זיך מיט אלע ווערטער מיטן פרעפיקס "צאמ-"? ווי אזוי זאגט מען עס בלשון הווה און לשון ציווי ווען דער פרעפיקס ווערט אפגעטיילט פונעם ווארט? איך נעם/שטעל/לייג צאם? צוזאם? צוזאמען?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:50 pm
דורך למדן וצדיק
כהאב לעצטנס באמערקט אז פראפעסיאנעלע שרייבערס האבן פיינט דאס ווארט "וואס" און וואו מקען נאר וועלן זיי עס אויסמיידן. עכ"פ וואס קען מען שרייבן אנשטאט "צוליב וואס" אדער "נאך וואס"?

אגב צו שרייבן "אין וועלכן/וועלכער" אנשטאט "וואס" אדער "וואו" קומט פון ענגליש in which

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:37 pm
דורך האלצשטיין
איז דא א חילוק פון שרייבן דריק אדער דרוק? אויב יא ווען שרייבט מען וואס?

ייש"כ

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:28 pm
דורך למדן וצדיק
כ'מיין אז דריק מיינט אזויווי א קוועטש (א דריק אויפן קנעפל) און דרוק מיינט אדער print (ארויס פון דרוק) אדער לחץ (ער איז אונטער דרוק)

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:29 pm
דורך למדן וצדיק
איז פאר-דעם איין ווארט (פארדעם) אדער צוויי ווערטער?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:49 pm
דורך קענטאקי
בעפאר דעם = פאר דעם
דערפאר = פארדעם

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:19 pm
דורך למדן וצדיק
טענקס!

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:36 pm
דורך למדן וצדיק
מיט-דער-צייט איין ווארט אדער צוויי?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:38 pm
דורך גרשון
האלצשטיין האט געשריבן:איז דא א חילוק פון שרייבן דריק אדער דרוק? אויב יא ווען שרייבט מען וואס?

ייש"כ

דאס זאך-ווארט איז מיט א ו' אין אלע זיינע באדייטן, דרוק/אויסדרוק. דער ווערב איז געווענליך מיט א י', דריקן/אויסדריקן, סיידן מ'רעדט פון פרינטן א זאך, וואס דעמאלט איז עס דרוקן. (אין אדיעקטיוו איז דא אויסדריקליך, דאס קומט אויך מיט א י'.)

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:43 pm
דורך למדן וצדיק
גרשון האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איז דא א חילוק פון שרייבן דריק אדער דרוק? אויב יא ווען שרייבט מען וואס?

ייש"כ

דאס זאך-ווארט איז מיט א ו' אין אלע זיינע באדייטן, דרוק/אויסדרוק. דער ווערב איז געווענליך מיט א י', דריקן/אויסדריקן, סיידן מ'רעדט פון פרינטן א זאך, וואס דעמאלט איז עס דרוקן. (אין אדיעקטיוו איז דא אויסדריקליך, דאס קומט אויך מיט א י'.)

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:52 pm
דורך גרשון
איך ווייס, ס'איז דא א מחלוקת דערין. דאס וואס איך האב געשריבן איז, דאכט זיך, מער אנגענומען.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:52 pm
דורך למדן וצדיק
אה, אקעי טענקס!

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 7:38 am
דורך האלצשטיין
גרשון האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איז דא א חילוק פון שרייבן דריק אדער דרוק? אויב יא ווען שרייבט מען וואס?

ייש"כ

דאס זאך-ווארט איז מיט א ו' אין אלע זיינע באדייטן, דרוק/אויסדרוק. דער ווערב איז געווענליך מיט א י', דריקן/אויסדריקן, סיידן מ'רעדט פון פרינטן א זאך, וואס דעמאלט איז עס דרוקן. (אין אדיעקטיוו איז דא אויסדריקליך, דאס קומט אויך מיט א י'.)

ייש"כ. דו קענסט עס אפשר מער מסביר זיין? איך כ'האב נישט אינגאנצן פארשטאנען, וואס מיינט ווערב און וואס מיינט די זאך?