גרשון האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:"פרייעט" אדער "פריידט"?
איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד".
איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.
געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?
געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?
דארט איז דער ווערב רעדן. בלשון עבר שניידט מען אוועק דעם ן', און מ'לייגט צו גע- פון אנפאנג און -ט צום סוף, האבן מיר גערעדט.
ווען מ'טוט די זעלבע זאך מיט פרייען, בלייבט מען מיט געפרייעט. נאר געווענליך ביי אזעלכע ווערטער פאלט אויך אוועק דער ע', ממילא איז געפרייט.
איך וואלט מיך זייער געפרייט מיט וואס דו זאגסט אבער ס'קוקט עפעס אויס גרייזיג, מסתמא ווייל מיר זענען געוואוינט אנדערש, ברויך מען מאכן א תיקון העולם.