אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:"פרייעט" אדער "פריידט"?

איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד".

איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.

געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?

געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.

וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?

דארט איז דער ווערב רעדן. בלשון עבר שניידט מען אוועק דעם ן', און מ'לייגט צו גע- פון אנפאנג און -ט צום סוף, האבן מיר גערעדט.

ווען מ'טוט די זעלבע זאך מיט פרייען, בלייבט מען מיט געפרייעט. נאר געווענליך ביי אזעלכע ווערטער פאלט אויך אוועק דער ע', ממילא איז געפרייט.

איך וואלט מיך זייער געפרייט מיט וואס דו זאגסט אבער ס'קוקט עפעס אויס גרייזיג, מסתמא ווייל מיר זענען געוואוינט אנדערש, ברויך מען מאכן א תיקון העולם.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יקום פורקן האט געשריבן:איך וואלט מיך זייער געפרייט מיט וואס דו זאגסט אבער ס'קוקט עפעס אויס גרייזיג, מסתמא ווייל מיר זענען געוואוינט אנדערש, ברויך מען מאכן א תיקון העולם.

אייוועלט זוכעניש:

געפרייט = 1066 מאל.
געפריידט = 411 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך וואלט מיך זייער געפרייט מיט וואס דו זאגסט אבער ס'קוקט עפעס אויס גרייזיג, מסתמא ווייל מיר זענען געוואוינט אנדערש, ברויך מען מאכן א תיקון העולם.

אייוועלט זוכעניש:

געפרייט = 1066 מאל.
געפריידט = 411 מאל.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? רוב אירע אויף אייוועלט וואס שרייבן געפרייט, שרייבן אויך "גערעט" און פון "די" פרוי...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך וואלט מיך זייער געפרייט מיט וואס דו זאגסט אבער ס'קוקט עפעס אויס גרייזיג, מסתמא ווייל מיר זענען געוואוינט אנדערש, ברויך מען מאכן א תיקון העולם.

אייוועלט זוכעניש:

געפרייט = 1066 מאל.
געפריידט = 411 מאל.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? רוב אירע אויף אייוועלט וואס שרייבן געפרייט, שרייבן אויך "גערעט" און פון "די" פרוי...

נישט ריכטיג. גערעט האט 734 רעזולטאטן, און גערעדט איז מער פונעם מאקסימום. (דאכט זיך ס'איז 10,000. אויב איך האב א טעות, זאל מיך איינער פארבעסערן.)

"פון די פרוי" איז גראמאטיק, ס'איז א צווייטע זאך.

(איך זאג נישט אז מ'זאל נישט מאכן קיין תיקונים ווען ס'פעלט אויס, נאר צופעליג דא פעלט נישט אויס קיין "תיקון העולם".)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

נישט ממש, אינעם ליטווישן אידיש, אויף וועלכן אונזער אויסלייג איז בעיקר געבויט, זאגט מען טאן, אזוי ווי אונזער וואקאל פון אבער. פונדעסטוועגן איז "טון" אויך זייער פארשפרייט און אויך ריכטיג. ביי אונז, מיין איך, איז אויך אזוי מער אנגענומען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די קריסטליכע ביבל, נישט בייבל. ווי באקאנט האט מען אין ענגליש פארטוישט דעם i קלאנג צו א חולם, אבער באמת איז עס א חיריק, ווי אין דייטש.

אדיעקטיוו איז ביבליש (biblical).

דער שורש פונעם ווארט איז אין גריכיש, וואו "ביבליאָן" איז א בוך. גלייך ווי אין ביבליאָטעק (library) און ביבליאָגראַפיע.

בילד
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?

מ'קען שרייבן ביידע וועגן. די צווייטע איז מער גאנגבאר.

אזויווי פון דרויסן אדער פונדרויסן.

שרייבן איז איין זאך רעדן איז א צווייטע.

שרייבן. איך בין געזיצן נעבן ראובן.
זאגן. איך בין געזעצן לעבן ראובן.
די צווייטע איז גערעדט גרייזיג. אבער ווען עס קומט צו שרייבן איז מען מדייק.

שרייבן.
איך האב עס געזעהן פון נאנט.
רעדן. איך האב עס געזעהן פון דער-נאנט. מען קען אפשר אזוי שרייבן אויך.
די צווייטע איז גערעדט גרייזיג. אבער ווען עס קומט צו שרייבן איז מען מדייק.
כן נראה לפי עניית דעתי
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?

מ'קען שרייבן ביידע וועגן. די צווייטע איז מער גאנגבאר.

אזויווי פון דרויסן אדער פונדרויסן.

שפעקולירנדיג.
אפשר העלפסטו מיר.
נראה לי.

1. אינדרויסען גייט א רעגן.
2. איך קום פון אינדרויסען.

איך מיין דער אין פון אנהייב און דער ע' ביים ענדע פעלט אויס.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.

מענין לענין איז געטויט/געטויטעט. ריכטיג איז צו שרייבן געטויט (אדער "געטייט", ווי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן "מות יומת").

(ס'איז לכאורה איין זאך, ווייל אויב שרייבט מען נישט קיין ע' צווישן דעם ד' און דעם ט', ווערן דא ביידע ט' איינס. משא"כ אויב שרייבט מען פארלענדעט, איז עס דא געטויטעט.)

הליכה. גייט. געגאנגען. גיי. גייען.
מיתה. פאקט, ער איז טויט ווייל ער איז געשטארבן. מען האט איהם געטייט ממילא איז ער טויט. מען זאל איהם טייטן ממילא וועט ער שטארבן. (אדער אויגעהויכט די נשמה, פאר דער וואס וויל נישט זאגן די מיאוסע ווארט [ותמת שרה און שרה איז ניפטער געווארן], אדער קען ער זאגן אומגעקומען, איי איי אונזער לערער קול-מבשר שפראך. אדער נפטר געווארן, חס ושלום געשטארבן. אדער טויט)
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

האלצשטיין האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:טון אדער טאן - געטון/געטאן?

טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)

איך זע(ה..) אסאך מענטשן שרייבן טאן, אריינגערעכנט שמעון ראלניצקי אין די גלאק דעם חודש.

מען מעג נישט רעדן פון לעבעדיגע מענטשן, אבער ער קען קיין אידיש. עליכם לשלום.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

%100
;l;p-

מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייטש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.

היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".

איך וועל א קוק טוהן. ריכטיג.
איך וועל א קוק טון. גרייזיג.
איך וועל קוקן. בסדר.
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום דינסטאג אוגוסט 10, 2021 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייט ש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.

היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".

ווי געזאגט איז עס נישט בלויז אין שריפט וואס געוויסע וועלן נוצן טאן/געטאן נאר אפילו אין רעדן איז דא (אפילו אזאנע וואס דער נארמאלע מלאופם וועלן זיי זאגן ווי א חיריק) וואס זאגן עס אזוי. (מער מצוי ביי "אנגעטאן" וכדו'.)

די זעלבע וואס זאגן שמוץ/שמאץ

קיינער וועט אבער נישט שרייבן שמאץ.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

למדן וצדיק האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן".
אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".

נישט ממש, אינעם ליטווישן אידיש, אויף וועלכן אונזער אויסלייג איז בעיקר געבויט, זאגט מען טאן, אזוי ווי אונזער וואקאל פון אבער. פונדעסטוועגן איז "טון" אויך זייער פארשפרייט און אויך ריכטיג. ביי אונז, מיין איך, איז אויך אזוי מער אנגענומען.

דאס איז פשטות זייער גרייז. זיי זענען פונק אזוי גרייזיג ווי אונז. זיי זענען פונקט אזוי קיין ראיה ווי אונז.. לאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יוסי בן דוד האט געשריבן:שכח!

יישר כח

אונטערן.
א גרייזיג ווארט. גיי זיי מסביר.
אונטער די. אונדער דער. אונטער דעם.
אונטער די אויבן.
אונטער די באנק.
אונטער די פיהראנג.
אונטער דין ריקן.
אונטער די פענסטער.
אונטער די שריפט.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איבערלעבער האט געשריבן:שרייבן.

איך האב קיין מושג פון וואו איר נעמט אייערע כללים...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

איבערלעבער האט געשריבן:איך וועל א קוק טוהן. ריכטיג.
איך וועל א קוק טון. גרייזיג.
איך וועל קוקן. בסדר.

אבי געשאסן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איבערלעבער האט געשריבן:שפעקולירנדיג.
אפשר העלפסטו מיר.
נראה לי.

1. אינדרויסען גייט א רעגן.
2. איך קום פון אינדרויסען.

איך מיין דער אין פון אנהייב און דער ע' ביים ענדע פעלט אויס.

אינדרויסן.

אידיש האט כללים, עס איז נישט געוואנדן לויט וואס ס'פעלט אויס אדער וויאזוי ס'הערט זיך בעסער. ס'איז א שפראך וואס מ'קען זיך לייכט אויסלערנען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אין א ארטיקל אין איד: האבן די ארגאניזאטארן פון די נסיעה מסדר געווען וכו'.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:שרייבן.

איך האב קיין מושג פון וואו איר נעמט אייערע כללים...

רט.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זאג א גוטס האט געשריבן:אין א ארטיקל אין איד: האבן די ארגאניזאטארן פון די נסיעה מסדר געווען וכו'.

נישט אזוי אומגערעכט, אבער פארוואס ער האט געדארפט נוצן דאס אומבאקאנטע ווארט אנשטאט דעם מער באקאנטן "ארגאניזירער(ס), ווייס איך נישט.
אטעטשמענטס
orgenizer_english_yiddish_dic.png
orgenizer_english_yiddish_dic.png (18.5 KiB) געזען 501 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

צק

איך האב "געוואלט" אדער איך האב "געווילט"?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אלטער האט געשריבן:צק

איך האב "געוואלט" אדער איך האב "געווילט"?

געוואלט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

גרשון האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:צק

איך האב "געוואלט" אדער איך האב "געווילט"?

געוואלט.

טענקס!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”