אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כהאב דא געשריבן דערוועגן, כווייס אבער נישט בכלל אויב כבין גערעכט, כמיין סהערשט ביי דעם א גאנצע צעמישעניש
למדן וצדיק האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט "ניצן"? כזע סדא אסאך וואס ניצן "נוצן" כ’מיין סאיז א פשוטע טעות, נאר ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס שם דבר שרייבט מען "נוצן" (דער נוצן).

ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס אדיעקטיוו (שם תואר) זע איך איז ווייטער דא א מחלוקה. אין די ווערטערביכער שטייט "ניצלעך", א. ראטה זע איך שרייבט יא "נוצליך" און ווי אויך "נוצלאז" און אין די ווערטערביכער איז בכלל נישטא אזא ווארט נישט "נוצלאז" און נישט "ניצלאז".

"צוניץ קומען" מיין איך זענען כו"ע מודה אז ס’קומט אזוי און נישט "צונוץ קומען".

אזוי אויך ביי "באניץ" זענען כו"ע ס’קומט מיט א י’ סיי ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס שם דבר (דער באניץ) און סיי אלס ווערב (באניצן זיך).
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ווי איך פארשטיי האט מעלות/א. ראטה אנגענומען ביי דעם ווארט דעם כלל אז דער לשון עבר טוישט זיך פון י׳ צו ו׳ אזויווי שפרינגען - געשפרונגען. ביי די ווערטער איז דער כלל אז ווען מען מאכט פונעם ווערב א שם דבר ניצט מען דעם לשון עבר, ״דער שפרונג״, ממילא אזוי אויך דא, ניצן - גענוצט, באניצן - באנוצט, דער נוצן, דער באנוץ. ווי אויך שרייבט זי נוצליך און נוצלאז.

אין וויינרייכ׳ס ווערטערבוך שטייט אלעס מיט א י׳ סיי לשון הווה סיי לשון עבר, סיי אלס שם דבר און סיי אלס אדיעקטיוו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פון יוו״א׳ס תקנות פון יידישן אויסלייג
אטעטשמענטס
6F73C5B7-51BA-4B29-9E9D-089231EA9A63.jpeg
6F73C5B7-51BA-4B29-9E9D-089231EA9A63.jpeg (181.45 KiB) געזען 365 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער

אין היימישע פובליקאציעס קען מען טרעפן ביידע, געגנטער און געגנטן. איך שרייב מיט'ן -ן סופיקס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יישר כח למדן וצדיק.

א פארגענוגען [גוט?] צוריקצוקומען אמאל.
לעצט פארראכטן דורך הגות תבונות אום דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"איך בין קאלט" איז איבערגעטייטשט פון ענגליש.

כ'מיין ביסט נישט גערעכט. יעדער אדיעקטיוו קען בעצם פארוואנדעלט ווערן אין א ווערב אויב מ'שטעלט עס צוזאם מיט "זיין", למשל, שיין זיין, גוט זיין, שלעכט זיין אא"וו. "קאלט" איז אן אדיעקטיוו אלזא איז גארנישט שלעכט מיט אזא ווערב "קאלט זיין" וואס דער לשון הווה ערשטער פערזאן דערפון איז "איך בין קאלט". פונקט ווי "עס" קען זיין קאלט, אזוי אויך קען "איך" זיין קאלט. פארוואס איז "עס" א גרעסערער מיוחס ווי "איך"?

ס'מיינט נישט אז ס'שטימט נישט גראמאטיש, נאר אז מ'פלעגט עס אנדערש זאגן. במציאות וועט אן אמעריקאנער זאגן "איי עם קאלד", און א דייטש, "עס איזט מיר קאלט."

נו, אז מ'האט אנגעהויבן אנדערש זאגן, האט זיך עס געטוישט.
איך געדענק שוין נישט הערן זאגן "ס'איז מיר קאלט".
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

פונדעסטוועגן =
מיט-דעם-אלעם
מכל מקום
עם כל זה
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

"דענסטוועגן" מיינט פארקערט פון "פונדעסטוועגן", ווייל אל"ף און בי"ת דענסטוועגן- טאקע דערפאר - איז גימ"ל.

https://translate.google.com/#view=home ... t=deswegen
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פארוואס איז 'דעסטוועגן' נישט אזוי איינגעפירט ווי די פארקערטע?
קומט עס טאקע מיטן נ', און פונדעסטוועגן נישט?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איך געדענק עס נישט זעהן געשריבן, אבער אזוי האב איך עס געהערט פון עלטערע אידן "דענסטוועגן" מיט א נו"ן, ס'קומט ווארשיינליך פונעם זעלבן ווארט ווי דאס דייטשע ווארט deswegen.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

.
לעצט פארראכטן דורך הגות תבונות אום דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

גרשון האט געשריבן:פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.

אה, כ'וואלט עס געקענט פושט זיין פון דיין חתימה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

סאיז איין ווארט (א קאניוקציע און אן אדווערב) ״פונדעסטוועגן״
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הגות תבונות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.

אה, כ'וואלט עס געקענט פושט זיין פון דיין חתימה

:grin:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

למדן וצדיק האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

סאיז איין ווארט (א קאניוקציע און אן אדווערב) ״פונדעסטוועגן״

אה כזע הרב @זאג א גוטס האט שוין געענטפערט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

זיין פאטער איז אנ'אויבסטחורטאווניק.
וואס מיינט דע ווארט?
איך האב עס געזעהן אין א פוילישע צייטונג.
אטעטשמענטס
‏‏לכידה.JPG
‏‏לכידה.JPG (10.38 KiB) געזען 459 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

להודות ולהלל האט געשריבן:זיין פאטער איז אנ'אויבסטחורטאווניק.
וואס מיינט דע ווארט?
איך האב עס געזעהן אין א פוילישע צייטונג.

הכוונה ליבואן פירות אויבס זה פירות (שבת הויבס), הורטובניק זה יבואן.
תלמוד בבלי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:21 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמוד בבלי »

פארוואס שרייבט מען חאטש מיט א ח'?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז אדער א טעות, אדער פון די צייטן ווען אידישע כללים זענען נאכנישט געווען געהעריג עטאבלירט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מינדליך אדער מונדליך?

מיר ליגט אין קאפ מונדליך, און כ'האב מיר אפי' איינגעוואוינט עס צו ליינען מאנדליך מיט א קמץ.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מ'האט זיך שוין גע'טענה'ט אויף דעם.

אידיש איז נישט דייטש. אין אידיש זאגט מען מינדליך, פונקט ווי אנדערע אדיעקטיוון וועלכע פארוואנדלען א ו' אין א י' (פונקט = פינקטליך, נאטור = נאטירליך, אא"וו).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”