אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כ'מיין אהייא ליינט זיך און שרייבט זיך פיין און פליסיג, ס'אינטערעסירט מיר נישט קיין כללים זינט ס'איז א נאמען, און מ'קען עטאבלירן וואס מ'וויל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די פופציג פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן:אהייאו
אייאווע
איידעהא
אילינוי
אינדיאנא
אלאבאמא
אלאסקא
אקלעהאמע
אריזאנע
ארעגאן
ארקענסאו
דזשארדזשיע
דעלעווער
דרום דעקאטע
דרום קאראליינע
האוואי
וואשינגטאן
וואיאמינג
וויסקאנסין
ווירדזשיניע
וועסט ווירדזשיניע
ווערמאנט
טענעסי
טעקסאס
יוטא
לואיזיאנא
מאנטאנע
מאסעטשוסעטס
מיזורי
מינעסאטע
מיסיסיפי
מישיגען
מעין
מערילאנד
ניו העמפשער
ניו זשערסי
ניו יארק
ניו מעקסיקא
נעבראסקע
נעוואדע
פלארידא
פענסילוועניע
צפון דעקאטע
צפון קאראליינע
קאלעראדאו
קאליפארניע
קאנעטיקעט
קענזעס
קענטאקי
ראוד איילענד

הנלע"ד כתבתי
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דא איז א Google sheet וואו יעדער קען צולייגן כאוות נפשו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:1. פארוואס די שטאטן וואס הייבן זיך מיט south אדער north איז איבערגעטייטשט דרום און צפון, בעת West Virginia בלייבט "וועסט"?
2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?

1. וואס וואלסטו געזאגט צו טון. אלעס מיט די ענגלישע אדער אלע לשה"ק?
2. פשוט א מיסטעיק, זינט ביי דזשארדזשיע פארשטייען זיי יא אז עס דארף א דזש.
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אהייא איז די איינציגסטע וואס דארף א שטארקע תיקון, די אנדערע איז יש ויש

אפשר גאר "אוהייאו"?

"מערב ווירדזשיניע" איז מסתמא מאדנע; איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזוי. בלייבן צוויי אפציעס: אדער אזוי ווי וויקיפעדיע, אדער אויך "סאוט" און "נארט".

"אהייא", ווי @פאליטישע עקספערט שרייבט, איז מסתמא ריכטיגער. ביי אלע שטעט און לענדער מיט דעם קלאנג לייגט מען סתם אן א': מעקסיקא, איידעהא, ארקענסא, קאלאראדא, אא"וו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

לענדער און זייערע דעמאנימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

*דעמאנים איז ווי אזוי מ'רופט די איינוואוינערס פון יענעם לאנד. ביי רוב לענדער לייגט מען פשוט צו ער סוף ווארט, אראפנעמענדיג דעם לעצטן וואקאל, אויב ס'איז דא. איך האב נאר געשריבן די דעמאנימען וואס מ'זאגט אנדערש.

דער סדר פון די לענדער איז לויט דער גרויס פון דער באפעלקערונג.

צפון אמעריקע

[די פאראייניגטע שטאטן פון] אמעריקע (אמעריקאנער)
מעקסיקא (מעקסיקאנער)
קאנאדע
גוואטעמאלע
קובא (קובאנער)
האיטי
דאמיניקען רעפובליק (דאמיניקאנער)
האנדוראס (האנדורער)
ניקאראגווע
סאלוואדאר
קאסטאריקע/קאסטא ריקא (קאסטאריקאנער)
פאנאמע
יאמייקע
טרינידאד
בעליזע
באהאמאס (באהאמיער)

נאך עטליכע לענדלעך אין די קאריביען. יעדער קען זיך אליין טראכטן ווי אזוי מ'זאגט זיי אין אידיש.

Barbados
Saint Lucia
Grenada
Saint Vincent and the Grenadines
Antigua and Barbuda
Dominica
Saint Kitts and Nevis
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

לענדער און זייערע דעמאנימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דרום אמעריקע

בראזיל (בראזיליאנער)
ארגענטינע
פערו (פערואנער)
קאלאמביע
באליוויע
ווענעזועלע
טשילע
פאראגוויי
עקוואדאר (עקוואדאריאנער)
גאיאנע
אורעגוויי
סורינאם
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אלס כלל אין גראמאטיק:

ווען נוצט מען האט און ווען איז?

למשל ער האט אוועקשפאצירט און ער איז אראפגעפאלן.

רוב מאל גייט עס אויטאמאטיש וויאזוי עס קלינגט ריכטיג, אסער וואס איז די כלל דערביי?

די זעלבע מיט וואס און וועלכער?

דער איד וואס שטייט דארט? א איד וועלכער איז באקאנט מיט זיין חסד?

ווען נוצט מען וועלכער?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@גרשון, זיי מסביר די כללים, איך ארבעט מיט וויאזוי ס'קלינגט
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

Re: לענדער און זייערע דעמאנימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

גרשון האט געשריבן:
אורעגוויי

לכאורה אוראגוויי, אדער אורוגוויי
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Goodmorning האט געשריבן:ווען נוצט מען האט און ווען איז?

למשל ער האט אוועקשפאצירט און ער איז אראפגעפאלן.

רוב מאל גייט עס אויטאמאטיש וויאזוי עס קלינגט ריכטיג, אסער וואס איז די כלל דערביי?

איך בין מסביר אינעם פריערדיגן בלאט.

Goodmorning האט געשריבן:די זעלבע מיט וואס און וועלכער?

דער איד וואס שטייט דארט? א איד וועלכער איז באקאנט מיט זיין חסד?

ווען נוצט מען וועלכער?

איך ווייס נישט צי ס'האט א כלל; מ'קען ניצן ביידע כפי ראות עיני הכותב. אין "מעלות" איז אמאל געשטאנען אז ס'איז דער זעלבער חילוק ווי what און which אין ענגליש, אבער די רעדאקציע האט מסתמא אליין געמאכט דעם חילוק. א אידיש קענער האט מיר אמאל געזאגט אז ס'האט נישט קיין כלל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לענדער און זייערע דעמאנימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יואל ווייס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אורעגוויי

לכאורה אוראגוויי, אדער אורוגוויי

איך וואלט געשריבן אוריגוויי

וואס עפעס?
__________________________________
This signature was intentionally left blank
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ווען נוצט מען האט און ווען איז?

למשל ער האט אוועקשפאצירט און ער איז אראפגעפאלן.

רוב מאל גייט עס אויטאמאטיש וויאזוי עס קלינגט ריכטיג, אסער וואס איז די כלל דערביי?

איך בין מסביר אינעם פריערדיגן בלאט.

Goodmorning האט געשריבן:די זעלבע מיט וואס און וועלכער?

דער איד וואס שטייט דארט? א איד וועלכער איז באקאנט מיט זיין חסד?

ווען נוצט מען וועלכער?

איך ווייס נישט צי ס'האט א כלל; מ'קען ניצן ביידע כפי ראות עיני הכותב. אין "מעלות" איז אמאל געשטאנען אז ס'איז דער זעלבער חילוק ווי what און which אין ענגליש, אבער די רעדאקציע האט מסתמא אליין געמאכט דעם חילוק. א אידיש קענער האט מיר אמאל געזאגט אז ס'האט נישט קיין כלל.

א גרויסן דאנק צו גרשון וואס/וועלכער קלארט אלעס אויס אזוי שיין...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יואל ווייס האט געשריבן:וואס עפעס?

איך ארבעט נישט מיט כללים, נאר מיט געפיל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווען מען רעדט פון אדיעקטיווס: ווען זאגט מען למשל אידישער, אידישע, אדער אידישן?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Goodmorning האט געשריבן:ווען מען רעדט פון אדיעקטיווס: ווען זאגט מען למשל אידישער, אידישע, אדער אידישן?

אידישער איז א לשון זכר, דער אידישער שפיאן. אידישע איז א לשון נקיבה, א אידישע מאמע, אידישע קען אויך זיין לשון רבים לשון זכר, אידישע קינדער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

א אידישען געפיל למשל?

Goodmorning האט געשריבן:

די נונ'ס איז שוין צופיל פאר מיר, @גרשון אלערט...

והיינו טעמא אז פאליטישע עקספערט איז א טעות, דארף זיין פאליטישער

ווען טאקע נוצט מען זכר און ווען נקיבה? למשל ווייטער, דער אידישער וועלט אדער די אידישע וועלט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נאך דער קומט אידישער (אזוי אויך אלע אנדערע אדיעקטיוון).
נאך די אדער דאס קומט אידישע.
נאך דעם קומט אידישן.
ס'איז אויך דא א פערטער בייגפאל. נאך אן אומבאשטימטן נייטראלן ארטיקל, לייגט מען גארנישט צו צום אדיעקטיוו: א אידיש קינד. א גוט אויג. א גרויס פאלק.

די כללים פון באשטימען אן ארטיקל איז שוין געווארן אויסגעשמועסט כמה פעמים. דארף מען עס אפירזוכן.

אויף ענגליש וויקיפעדיע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לענדער און זייערע דעמאנימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אורעגוויי

לכאורה אוראגוויי, אדער אורוגוויי

איך וואלט געשריבן אוריגוויי

כ'מיין אז אורוגווי..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?

2. פשוט א מיסטעיק, זינט ביי דזשארדזשיע פארשטייען זיי יא אז עס דארף א דזש.

ס'איז דא וואס מאכן א חילוק אז א G איז א דזש, און א J איז א זש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?

2. פשוט א מיסטעיק, זינט ביי דזשארדזשיע פארשטייען זיי יא אז עס דארף א דזש.

ס'איז דא וואס מאכן א חילוק אז א G איז א דזש, און א J איז א זש.

קיינמאל געזען שרייבן "זשעי"..

זשאן עף. קענעדי?
ס'קלינגט נישט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: די פופציג פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:אהאיא ־ אהייא
דרום קאראליינע ־ די וואס שרייבן אוקראינא דארפן לכאו׳ שרייבן קאראלאינא...
האוואי ־ האוואאי
וויאמינג ־ ווייאמינג
מישיגן ־ מישיגאן
ניו זשערסי ־ ניו דזשערזי
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היסטאריש האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:2. פארוואס זשערסי, און נישט דזשערסי?

2. פשוט א מיסטעיק, זינט ביי דזשארדזשיע פארשטייען זיי יא אז עס דארף א דזש.

ס'איז דא וואס מאכן א חילוק אז א G איז א דזש, און א J איז א זש.

קיינמאל געזען שרייבן "זשעי"..

זשאן עף. קענעדי?
ס'קלינגט נישט..

https://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A2%D7%A8

קוק אונטן אויף די ליסטע, זעלבע ביי זשאנסאן, גראדע ביי קענעדי שרייבט ער יא דזשאן, אויך ביי ביידן
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”