אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך וואלט געשריבן גרונדשטיין.

און אפשר גרינדשטיין? אזוי ווי גרינדונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרונד/גרונט מיינט א Base, ס'קומט מיט א ו'. אין גרינדן/גרינדונג טוישט זיך עס צו א י', ווי דער כלל ביי אסאך ווערבן.

דאס ווארט ווערט אויסגעלייגט צומאל מיט א ד' (ווי גרינדונג) און צומאל מיט א ט' (הינטערגרונט, זיך דערגרונטעווען, גרינטליך). למעשה זענען ביידע פארמען ריכטיג, נאר די ווערטערביכער מאכן חילוקים ווען מ'שרייבט אזוי און ווען אזוי. לויט זיי איז א פונדאמענט א גרונט און א Cornerstone א גרונטשטיין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איז דא עפעס כללים ווי אזוי מצייכנט צו א מראה מקום פון תנ"ך, גמרא, שו"ע, אד"ג? וואו מלייגט קאמעס און שטרעכלעך? מקען למשל שרייבן (דברים ט"ו, א') אדער (דברים טו א) אא"וו
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:איז דא עפעס כללים ווי אזוי מצייכנט צו א מראה מקום פון תנ"ך, גמרא, שו"ע, אד"ג? וואו מלייגט קאמעס און שטרעכלעך? מקען למשל שרייבן (דברים ט"ו, א') אדער (דברים טו א) אא"וו

די אנגענומענע מהלך איז די ערשטע.

אמאל האט טינט געקאסט טייער און מ'האט מקצר געווען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אהא, יישר כח!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך גלייך מיט דער קאמע אבער אן די שטריכלעך. מ'קען נישט ליינען געהעריג ווען ס'טוט זיך שטריכלעך מיט ציטיר צייכנס אויף טריט און שריט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:איך גלייך מיט דער קאמע אבער אן די שטריכלעך. מ'קען נישט ליינען געהעריג ווען ס'טוט זיך שטריכלעך מיט ציטיר צייכנס אויף טריט און שריט.

כהאב פרובירט זוכן ביי זיי https://hebrew-academy.org.il/ אבער כהאב נישט געטראפן אז זיי זאלן רעדן דערפון בכלל, כזע נאר אז ביי זייער וועבזייטל ווען זיי צייכענען צו א פסוק שרייבן זיי אזוי (בראשית כא, יא) דאס הייסט אן קיין קוואטעישאן מארקס אבער א קאמע צווישן דעם קאפיטל און דעם פסוק.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:

יא, אזוי טוען רוב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ייש"כ!

וואס איז בעסער, דרגה אדער דרגא?

האפענונג איז אין די ווערטערביכער מיט אן ע'. אזוי, דאכט זיך, שרייבן אויך רוב היימישע שרייבערס. "מעלות" שרייבט "האפנונג", איינער קען דאס אפשר ערקלערן? (איך האב שוין אמאל אנגעפרעגט די רעדאקציע דערוועגן, אבער ס'איז נישט געקומען קיין אנטווארט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:וואס איז בעסער, דרגה אדער דרגא?
דרגא איז פון אראמיש, אין תלמוד בבלי קומען די סארט ווערטער געווענליך מיט אן אל"ף, אין ירושלמי קומט עס מיט א ה"א. למעשה אין עברית שרייבט מען מיט א ה"א, אין אידיש מיט אן אל"ף, זעהט אויס אז ס'איז שוין אן אלטע חילוקי מנהגים צווישן ארץ ישראל און חוץ לארץ...
גרשון האט געשריבן:האפענונג איז אין די ווערטערביכער מיט אן ע'. אזוי, דאכט זיך, שרייבן אויך רוב היימישע שרייבערס. "מעלות" שרייבט "האפנונג", איינער קען דאס אפשר ערקלערן? (איך האב שוין אמאל אנגעפרעגט די רעדאקציע דערוועגן, אבער ס'איז נישט געקומען קיין אנטווארט.)

ס'קען זיין צוויי סיבות: 1. ס'קומט מיט א שו"א אונטער דעם פ"ה. 2. זיי זאגן ארויס דעם פ"ה אן קיין הברה, אזויווי אין הויכדויטש. (אדער איז עס סתם א גרייז.)
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

חלב ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:האפענונג איז אין די ווערטערביכער מיט אן ע'. אזוי, דאכט זיך, שרייבן אויך רוב היימישע שרייבערס. "מעלות" שרייבט "האפנונג", איינער קען דאס אפשר ערקלערן? (איך האב שוין אמאל אנגעפרעגט די רעדאקציע דערוועגן, אבער ס'איז נישט געקומען קיין אנטווארט.)

ס'קען זיין צוויי סיבות: 1. ס'קומט מיט א שו"א אונטער דעם פ"ה. 2. זיי זאגן ארויס דעם פ"ה אן קיין הברה, אזויווי אין הויכדויטש. (אדער איז עס סתם א גרייז.)

לאו דוקא הויך דויטש, דאס איז פראסט דויטש, האפנונג איז די ווארט, מ'האט אמאל אויך אזוי געשריבן
קוק אידישע ליכט
https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... 964_10.pdf
וראה בגב"ע בתשו' חת"ס
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
אידיש גראמאטיק
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גראמאטיק »

גרשון האט געשריבן:וואס איז בעסער, דרגה אדער דרגא?

האפענונג איז אין די ווערטערביכער מיט אן ע'. אזוי, דאכט זיך, שרייבן אויך רוב היימישע שרייבערס. "מעלות" שרייבט "האפנונג", איינער קען דאס אפשר ערקלערן? (איך האב שוין אמאל אנגעפרעגט די רעדאקציע דערוועגן, אבער ס'איז נישט געקומען קיין אנטווארט.)

אויב קומט א וואקאל נאך דער טראפ-בילדנדיגע ל' אדער מ' שטעלט מען צוריק אריין דער סוואראבהאקטי וואקאל (ע) פאר דער קאנסאנאנט.
דערפאר: האפן אבער האפענונג, ווייל דער דאזיגן נ' איז נישט קיין טראפ-בילדנדיגער.

דאס קען זיך הערן לויט דער אויסשפראך פונעם ווארט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:

וואס מיינט "סוואראבהאקטי"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

loyodea האט געשריבן:לאו דוקא הויך דויטש, דאס איז פראסט דויטש

וואס איז "פראסט דויטש"?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:איך גלייך פערזענליך The Punctuation Guide.

אינטערסאנט, כזע אז די ציונים האבן נישט אנגענומען די הלכה אז א פינטל און א קאמע קומט פאר די קוואטעישאן מארקס, הגם אין זייער
כללי הפיסוק ברענגען זיי ביידע שיטות
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:איך גלייך פערזענליך The Punctuation Guide.

אינטערסאנט, כזע אז די ציונים האבן נישט אנגענומען די הלכה אז א פינטל און א קאמע קומט פאר די קוואטעישאן מארקס, הגם אין זייער
כללי הפיסוק ברענגען זיי ביידע שיטות

דאס איז שוין אמאל דורכגעטון געווארן דא. לייגן די "גענזן-פיסלעך" ווי שיטה א' איז דער ענגלישער נייער מהלך. אין אידיש פלעגט מען אלץ גיין כשיטה ב', ווי דער פארצייטישער מהלך. אין עברית איז א מחלוקת וויאזוי צו טון.

וועסט קוקן אין די אלטע אידישע מקורות, וועלן אלע שרייבן די פינטלעך צום סוף, נישט ווי אין ענגליש. די גרויסע צייטונגען ווי דער איד און בלאט שרייבן נאכאלץ אזוי, די מאגאזינען האבן משנה געווען צו די ענגלישע מהלך ווי שיטה א'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין ענגליש אליין איז דא דער בריטישער סטיל און דער אמעריקאנער. אין אמעריקע איז עס אלץ נאכדעם, אבער אין בריטאניע האט עס חילוקים, הויפזעכליך גייט מען לויט'ן לאגיק.

ס'זענען דא נאך חילוקים צווישן די צוויי בנוגע ציטיר-צייכנס, צב"ש צי מ'ניצט דאפלטע אדער איינצלנע צייכנס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז די "הלכה" מיט אן ענדע-אות וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א סופיקס; ס'בלייבט כצורתה אדער ס'טוישט זיך צו א געהעריגן אות?

דאכט זיך מיר אז ריכטיג איז צו עס טוישן. אן ענדע-אות איז רעזערווירט פאר סוף ווארט. אנדערש קומט א געהעריגער אות, אפגעזען די סיבה פונעם געבוי פונעם ווארט.

קוקנדיג אין אידישע אויסגאבעס זע איך ווי *קיינער* האט נישט קיין באשטימטן כלל אויף דעם, נאר שרייבן צומאל אזוי און צומאל אזוי. ביי לשהק"ע ווערטער איז מען מער נוטה צו לאזן דעם ענדע-אות (ווי אין יוסף'ס, ברוך'ס, תהלים'ל), אבער אויך דאס איז נישט קבוע במסמרות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שוין אמאל באמערקט דאס.

און אידישקייט וואקסט און בליט ב"ה אזוי אויך...
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

וויאזוי שרייבט מען ביי פאמיליע ענדע אות נעמען, למשל, משפחת מענדלבוך, די מענדלבוך'ס אדער מענדלבוכ'ס?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער מגיה הרב סורקיס (בעל הניק 'אידיש') האט מיר אמאל געשריבן ווי גרשון, אז מ'טוישט עס צו א געהעריגן אות, מהאי טעמא.

אבער נישט אזוי פירט זיך די וועלט. רוב לאזן עס מיט די ענדע, בפרט ביי לשוה"ק ווען מ'לייגט צו א אידישע ס'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:און אידישקייט וואקסט און בליט ב"ה אזוי אויך...

ארויס פון דעם פארום... :lol:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'מיין צו זאגן אז מ'שרייבט סייווי וויאזוי מ'איז באקוועמער, קיינער גייט נישט יעצט אנהייבן שרייבן צעהלים'ער רב, אדער יוחננ'ס זון, ווייל עפעס א ווערטערבוך האט אזוי מחליט געווען.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער מגיה הרב סורקיס (בעל הניק 'אידיש') האט מיר אמאל געשריבן ווי גרשון, אז מ'טוישט עס צו א געהעריגן אות, מהאי טעמא.

אבער נישט אזוי פירט זיך די וועלט. רוב לאזן עס מיט די ענדע, בפרט ביי לשוה"ק ווען מ'לייגט צו א אידישע ס'.

כלל א' ביים שרייבן איז צו זיין שטענדיג קאנסעקווענט (consistent). מ'מעג באשליסן דעם כלל אנדערש, אבער טון יעדעס מאל אנדערש איז נישט פראפעסיאנעל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”