די אחראים: יאנאש ,אור המקיף ,אחראי ,געלעגער
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קנאפער ידען » מאנטאג יולי 26, 2021 3:06 pm
גרשון האט געשריבן: קנאפער ידען האט געשריבן: גרשון האט געשריבן: פארוואס שרייבן מאנכע ג-ט, אן דעם א'?
מען וויל נישט שרייבן שם השם אפילו בלשון אחר במלואו אלץ קדושה. (די זעלבע אין ענגליש וועט מען שרייבן G-d.)
אהא. אז מ'רעדט שוין, דו ווייסט צי ס'איז א הלכה, מנהג, אדער חומרא? און ווען מ'שרייבט גא-ט?
און אויב מ'שרייבט גאט, דארף מען עס היטן בקדושה? אזוי שטייט למעשה אין אלע אלטע אידישע טעקסטן. און אויב יא, דארף מען אויך אכטונג געבן אויף אמעריקאנער געלט?
עס איז זיכער א שאלה/פלוגתא להלכה, נישט זיכער וואס דער אנגענומענער פסק איז און צו עס איז דא אן ענין לחומרא. עס איז זיכער זייער א פארשפרייטע זאך אזוי צו טון.
דער משנ"ב - אורח פ"ה סק"י - פסק'ענט להתיר ווי עס איז פשטות ההלכה (אבער אינטערסאנט אז עס זעט אויס אז אלץ הזכרת שם שמים לבטלה האט ער יא א פראבלעם מיט שמות לועזיות.)
זע דא תשובה פון ר' שלמה זלמן אויערבאך זי"ע בענין, לכה"פ וועסטו זען אביסל די צדדים און שיטות:
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
"
אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » מאנטאג יולי 26, 2021 11:07 pm
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: גרשון האט געשריבן: בייליק אדער בייליג (אין אונזער דיאלעקט)?
איך קען עס אלס בייליג. בייליק ליינט זיך ווי זונטיק און הונגעריק...
אנדערע שפראך מבינים טענה'ן אז בייליק איז בעסער. מיר ליינט זיך גראדע אויך געשמאקער אזוי. ס'איז נישט גלייך צו הונגעריג און דארשטיג אד"ג (און זיכער נישט זונטאג), וועלכע פארמאגן אלע דעם -דיג סופיקס אלס אדיעקטיוו.
א זוך אויף אייוועלט טרעפט ביידע, הגם בייליג מער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך למדן וצדיק » דינסטאג יולי 27, 2021 1:08 am
כ'זע אז אין
הארקאווי'ס ווערטערבוך , וואס שטימט מער מיט אונזער אידיש און איז ארויסגעקומען נאך איידער יווא האט סטאנדארדיזירט זייער יידיש און נוצט אויך דעם סופיקס ־יג און נישט ־יק, שרייבט גאר
ביילעק .
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » דינסטאג יולי 27, 2021 8:15 pm
למדן וצדיק האט געשריבן: וואס איז דער לשון עבר פון "פארלענדן" און "פארבלענדן" פארלענדעט אדער פארלענדט, פארבלענדט אדער פארבלענדעט? אין די ווערטערביכער שטייט "פארלענדט" און "פארבלענדט" אזוי ווי "רעדן - גערעדט". כמיין אבער ביי אונז ניצט מען "פארלענדעט" "פארבלענדעט" אזוי ווי "גרינדן - געגרינדעט". ביי גרינדן איז דא ווערטערביכער וואס שטייט נאר געגרינדט און ס'דא וואס שטייט ביידע געגרינדט און געגרינדעט.
פארלענדט, פארבלענדט, געבילדט, אא"וו קומט עס אן דעם ע'.
געגרינדט/געגדרינדעט איז מסתמא א יוצא מן הכלל. ריכטיגער איז אפשר נאך אלץ אן דעם ע', אבער ס'איז פארשפרייט אויף ביידע וועגן.
אגב, ווען מ'פרעגט גוגל "געגרינדט/געגדרינדעט", איז דיין שאלה אויבן אויף דער ליסטע צו באהאנדלען די שאלה...
אטעטשמענטס
Annotation 2021-07-27 201801.png (15.91 KiB) געזען 654 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 28, 2021 1:04 am
גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך זאג א גוטס » דאנערשטאג יולי 29, 2021 3:17 pm
פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אסדר לסעודתא » דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm
זאג א גוטס האט געשריבן: פון דער נאנט אדער פונדערנאנט?
מ'קען שרייבן ביידע וועגן. די צווייטע איז מער גאנגבאר.
אזויווי פון דרויסן אדער פונדרויסן.
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » דאנערשטאג יולי 29, 2021 8:09 pm
למדן וצדיק האט געשריבן: גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.
מענין לענין איז געטויט/געטויטעט. ריכטיג איז צו שרייבן געטויט (אדער "געטייט", ווי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן "מות יומת").
(ס'איז לכאורה איין זאך, ווייל אויב שרייבט מען נישט קיין ע' צווישן דעם ד' און דעם ט', ווערן דא ביידע ט' איינס. משא"כ אויב שרייבט מען פארלענדעט, איז עס דא געטויטעט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » זונטאג אוגוסט 01, 2021 12:20 am
פעיק ניוז האט געשריבן: "פרייעט" אדער "פריידט"? איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד". איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.
געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?
געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך למדן וצדיק » זונטאג אוגוסט 01, 2021 4:27 am
גרשון האט געשריבן: למדן וצדיק האט געשריבן: גוט... איך האב מיך למעשה איינגעפירט נאר טאקע ביי גרינדן צו שרייבן "געגרינדעט". ביי אונז, דעם היימישן עולם, מיין איך איז זייער שטארק אזוי אנגענומען. ביי די אנדערע שרייב איך טאקע אן דעם ע'.
מענין לענין איז געטויט/געטויטעט. ריכטיג איז צו שרייבן געטויט (אדער "געטייט", ווי די רבי'ס אין חדר פלעגן טייטשן "מות יומת").
(ס'איז לכאורה איין זאך, ווייל אויב שרייבט מען נישט קיין ע' צווישן דעם ד' און דעם ט', ווערן דא ביידע ט' איינס. משא"כ אויב שרייבט מען פארלענדעט, איז עס דא געטויטעט.)
ריכטיג
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך רוסישע פרינץ » דינסטאג אוגוסט 03, 2021 1:22 pm
בעטן אדער בעהטן?
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך האלצשטיין » דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:39 pm
טון אדער טאן - געטון/געטאן?
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:42 pm
האלצשטיין האט געשריבן: טון אדער טאן - געטון/געטאן?
טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)
"
אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך האלצשטיין » דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:48 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: האלצשטיין האט געשריבן: טון אדער טאן - געטון/געטאן?
טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)
איך זע(ה..) אסאך מענטשן שרייבן טאן, אריינגערעכנט שמעון ראלניצקי אין די גלאק דעם חודש.
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:57 pm
האלצשטיין האט געשריבן: קנאפער ידען האט געשריבן: האלצשטיין האט געשריבן: טון אדער טאן - געטון/געטאן?
טון געטון (אדער גאר טוהן און געטוהן ביי די וואס שרייבן אלעס מיט א ה"א...)
איך זע(ה..) אסאך מענטשן שרייבן טאן, אריינגערעכנט שמעון ראלניצקי אין די גלאק דעם חודש.
עס איז געוויס נישט קיין אורטום (=טעות אין אידיש), נאר א צווייטע וועג פון שרייבן וואס געוויסע נוצן (געוויסע נוצן עס אויך אין רעדן, און פון דארט קומט עס מסתם.) אבער למעשה איז טון/געטון אסאך מער אנגענומען.
"
אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך יקום פורקן » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 2:55 pm
איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן". אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך יקום פורקן » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:02 pm
רוסישע פרינץ האט געשריבן: בעטן אדער בעהטן?
כ'פארשטיי אז די רעדטס נישט פון קיין בעטן אויף וואס מען שלאפט, ווייל דארט קומט זיכער נישט קיין ה'.
ביי די אלע ווערטער וואס די הברה פון ע' איז אזוי ווי A, דעמאלטס איז דא וואס שרייבן מיט א ה', צב"ש: בעהט, זעהט וכדו'. דאס ווערט אנגערופן "שטומע ה'ס", ווייל מען הערט עס נישט.
רוב שרייבערס היינט שרייבן נישט קיין שטומע ה'ס, אבער אין אלטע שרייבונגען איז דא פון זיי די והותר.
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:04 pm
יקום פורקן האט געשריבן: איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן". אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".
מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייטש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.
היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך רוסישע פרינץ » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:55 pm
יקום פורקן האט געשריבן: רוסישע פרינץ האט געשריבן: בעטן אדער בעהטן?
כ'פארשטיי אז די רעדטס נישט פון קיין בעטן אויף וואס מען שלאפט, ווייל דארט קומט זיכער נישט קיין ה'.
ביי די אלע ווערטער וואס די הברה פון ע' איז אזוי ווי A, דעמאלטס איז דא וואס שרייבן מיט א ה', צב"ש: בעהט, זעהט וכדו'. דאס ווערט אנגערופן "שטומע ה'ס", ווייל מען הערט עס נישט.
רוב שרייבערס היינט שרייבן נישט קיין שטומע ה'ס, אבער אין אלטע שרייבונגען איז דא פון זיי די והותר.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 8:51 pm
גרשון האט געשריבן: יקום פורקן האט געשריבן: איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן". אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".
מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייט ש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.
היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".
ווי געזאגט איז עס נישט בלויז אין שריפט וואס געוויסע וועלן נוצן טאן/געטאן נאר אפילו אין רעדן איז דא (אפילו אזאנע וואס דער נארמאלע מלאופם וועלן זיי זאגן ווי א חיריק) וואס זאגן עס אזוי. (מער מצוי ביי "אנגעטאן" וכדו'.)
"
אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הלבלר בקולמסו » מיטוואך אוגוסט 04, 2021 11:04 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: גרשון האט געשריבן: יקום פורקן האט געשריבן: איך מיין אז דער "טון" איז א מלאופם, וואס ביי חסידים לייענט מען עס ווי "טין", און אנדערע לייענען עס ווי "טאן". אויב מיין הנחה איז ריכטיג, איז שרייבן "טאן" לכאורה א טעות, מען דארף שרייבן "טון" און יעדער לייענט עס לויט זיין הברה, פונקט אזויווי "און".
מסתמא ביסטו גערעכט בשורש, ווייל אין דייט ש איז עס "tun", אבער למעשה איז "טאן" א לעגעטימער און פארשפרייטער וועג.
היינט איז זיכער בעסער צו שרייבן "טון".
ווי געזאגט איז עס נישט בלויז אין שריפט וואס געוויסע וועלן נוצן טאן/געטאן נאר אפילו אין רעדן איז דא (אפילו אזאנע וואס דער נארמאלע מלאופם וועלן זיי זאגן ווי א חיריק) וואס זאגן עס אזוי. (מער מצוי ביי "אנגעטאן" וכדו'.)
די זעלבע וואס זאגן שמוץ/שמאץ
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעיק ניוז » דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 1:21 pm
גרשון האט געשריבן: פעיק ניוז האט געשריבן: "פרייעט" אדער "פריידט"? איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד". איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.
געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?
געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון » דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 2:08 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: גרשון האט געשריבן: פעיק ניוז האט געשריבן: "פרייעט" אדער "פריידט"? איך רעד נישט פון די 'שם דבר' פון שמחה, אזוי ווי, 'די גרויסע פרייד'. וואס דאס שרייבט מען פארשטייט זיך, "פרייד". איך רעד פון די 'שם פעולה' פון שמחה. אזוי ווי, 'וואס פרייעט/פריידט איר זיך', 'ער האט זיך געפרייעט/געפריידט'.
געפריידט איז זיכער א טעות, ווייל דער ווערב איז "פרייען", אלזא ווי אזוי קומט אריין א ד' אינעם לשון עבר?
געפרייעט איז אויך נישט ריכטיג, נאר געפרייט.
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און 'גערעדט'?
דארט איז דער ווערב
רעדן . בלשון עבר שניידט מען אוועק דעם ן', און מ'לייגט צו גע- פון אנפאנג און -ט צום סוף, האבן מיר
גערעדט .
ווען מ'טוט די זעלבע זאך מיט
פרייען , בלייבט מען מיט געפרייעט. נאר געווענליך ביי אזעלכע ווערטער פאלט אויך אוועק דער ע', ממילא איז
געפרייט .
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעיק ניוז » דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 2:20 pm
איך פארשטיי.