אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 2:15 pm

ייש"כ הרב אדמיראל און הרב קלאצקאפ!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך loyodea » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 3:24 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:חוץ די ווארט דאקטויר-ים וואס איז אן אויסנאם אין אידיש

אויך נאראנים


http://yiddishworld.com/forum/viewtopic ... 156#p40662
https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... 579_69.pdf

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:04 pm

למעשה וויאזוי זאל איך שרייבן "די דייטשע קייזערס זענען געווען שלעכט צו די אידן"? ס'מאכט נישט קיין סענס, כמיין כגיי שרייבן קיסרים און פארטיג סוכ"ס איז עס דאך אויך א לשה"ק'דיגע ווארט וואס שטייט אין גמרא און מדרשים, די שאלה איז זאל איך יעצט איבעראל טוישן פון קייזער צו קיסר? באשעפער העלף מיר
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:26 pm

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:32 pm

קייזערס קליקט מער ביים ליינען ווי קיסרים
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך loyodea » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:58 am

למדן וצדיק האט געשריבן:למעשה וויאזוי זאל איך שרייבן "די דייטשע קייזערס זענען געווען שלעכט צו די אידן"? ס'מאכט נישט קיין סענס, כמיין כגיי שרייבן קיסרים און פארטיג סוכ"ס איז עס דאך אויך א לשה"ק'דיגע ווארט וואס שטייט אין גמרא און מדרשים, די שאלה איז זאל איך יעצט איבעראל טוישן פון קייזער צו קיסר? באשעפער העלף מיר

קענסט ווען שרייבן 'דער דייטשער קייזער איז געווען שלעכט צו אידן' אדער, 'איז אלץ געווען שלעכט'
אבער אויב עפעס לשון רבים , אודאי קיסרים

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:00 pm

קוק אן ווי שנעל דער אויבערשטער האט זיך צוגעהערט צו מיינע תפילות, מעלות פון דעם חודש
צוגעלייגטע
F976264C-DD01-45FE-BA95-E44E2DB7863F.jpeg
F976264C-DD01-45FE-BA95-E44E2DB7863F.jpeg (615.81 KiB) געזעהן 849 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:55 am

גרשון האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי איז בעסער צו שרייבן: 'טוהן' אדער 'טון'?
'טוהט' אדער 'טוט'
(קען זיין שוין געווען דא אבער איך ווייס נישט ווי אזוי צו זוכן)
יישר כח!

אן דעם ה' איז בעסער (אזוי אויך אלע אנדערע ווערטער וואס מאנכע שרייבן מיט'ן שטומען ה'). ס'איז אן איבריגער אות וואס גוטע שרייבערס האבן שוין לאנג ארויסגעשניטן.

בכלל פון דעם איז אויך "איך זע" אדער בעסער צו שרייבן "איך זעה"?

 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך  פיש כאפער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 8:36 am

למדן וצדיק האט געשריבן:למעשה וויאזוי זאל איך שרייבן "די דייטשע קייזערס זענען געווען שלעכט צו די אידן"? ס'מאכט נישט קיין סענס, כמיין כגיי שרייבן קיסרים און פארטיג סוכ"ס איז עס דאך אויך א לשה"ק'דיגע ווארט וואס שטייט אין גמרא און מדרשים, די שאלה איז זאל איך יעצט איבעראל טוישן פון קייזער צו קיסר? באשעפער העלף מיר


דער באשעפער העלפט. עס איז פארהאן א ספעציעל קנעפל וואס טוישט אויף איינמאל אלע קייזער צו קיסר.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:45 pm

זענדל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי איז בעסער צו שרייבן: 'טוהן' אדער 'טון'?
'טוהט' אדער 'טוט'
(קען זיין שוין געווען דא אבער איך ווייס נישט ווי אזוי צו זוכן)
יישר כח!

אן דעם ה' איז בעסער (אזוי אויך אלע אנדערע ווערטער וואס מאנכע שרייבן מיט'ן שטומען ה'). ס'איז אן איבריגער אות וואס גוטע שרייבערס האבן שוין לאנג ארויסגעשניטן.

בכלל פון דעם איז אויך "איך זע" אדער בעסער צו שרייבן "איך זעה"?

זע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 5:47 pm

ליגנט אדער ליגן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:15 pm

אין האכדויטש זאגט מען lügen, אויך אין אידיש רופט מען א מענטש וואס זאגט כסדר ליגנט א "ליגנער" און נישט "ליגנטער", אבער אפשר איז יא כדאי צוצולייגן דעם טי"ת צו פונאנדערשיידן פון רבי ישעיהלעס ליגן (לייגן בייגן).

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 12:50 am

אה..חחח...
===
וואס איז דער לשון יחיד פון "גיטער" (פון די פריצים) גיט? ניין? אינעם ווערטערבוך שטייט "גוט", מאדנע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך loyodea » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 1:40 am

למדן וצדיק האט געשריבן:אה..חחח...
===
וואס איז דער לשון יחיד פון "גיטער" (פון די פריצים) גיט? ניין? אינעם ווערטערבוך שטייט "גוט", מאדנע

גוט, גיטער, אזוי קומט עס
א גוט-באזיצער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 1:46 am

אה אקעי, ייש"כ, מיר האט זיך נישט אזוי געדאכט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זענדל » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 5:39 am

גרשון האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי איז בעסער צו שרייבן: 'טוהן' אדער 'טון'?
'טוהט' אדער 'טוט'
(קען זיין שוין געווען דא אבער איך ווייס נישט ווי אזוי צו זוכן)
יישר כח!

אן דעם ה' איז בעסער (אזוי אויך אלע אנדערע ווערטער וואס מאנכע שרייבן מיט'ן שטומען ה'). ס'איז אן איבריגער אות וואס גוטע שרייבערס האבן שוין לאנג ארויסגעשניטן.

בכלל פון דעם איז אויך "איך זע" אדער בעסער צו שרייבן "איך זעה"?

זע.

ייש"כ!
ובעבר כ'האב 'געזען'?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 6:25 am

איך פארשטיי נישט וואס איז שלעכט מיט קייזערן אדער קייזער'ן
להוציא מלשון נקבה?

יענץ איז דאל מיט א יודעלע קייזערין
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 8:37 pm

וויאזוי זאגט מען אין אידיש "סאשל לייף"? איז דא בכלל אין אידיש א נארמאלע אויסשפראך אויף דעם?

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:47 pm

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש "סאשל לייף"? איז דא בכלל אין אידיש א נארמאלע אויסשפראך אויף דעם?
צוגעלייגטע
30B5874D-C1A8-4742-B525-C87DA46103AF.jpeg
30B5874D-C1A8-4742-B525-C87DA46103AF.jpeg (74.92 KiB) געזעהן 767 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:49 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש "סאשל לייף"? איז דא בכלל אין אידיש א נארמאלע אויסשפראך אויף דעם?

יא, אבער מ'ניצט עס נישט עכט...

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:15 pm

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער דער א' אין סאך קומט זיכער אפי' לשטותם.

לשטותם לשיטתם. צי דו ווילסט צי נישט, זיי האבן געהאט כללים, מיר האבן נישט.

ייווא לייגט אויס א סך. "מעלות" פלעגט אויך אמאל אזוי אויסלייגן.

איך האב געשריבן "אמאל" זיך ארויסצוציען מידי ספק. למעשה האב איך געזען אזוי אין זייער לעצטן קאלום.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:23 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא.

איך שרייב אסאך מאל לענגערע זאכן אבער איך ווייס נישט ווי מען לייגט קאמעס, און פיריעדס, אד"ג, איז דא ערגעץ דא ווי מען שמועסט דאס אויס, אדער קען איינער זיין אזוי גוט אין אויסשמועסן.

יישר כח

איך גלייך פערזענליך The Punctuation Guide.

אין קורצן בנוגע פינטלעך און קאמעס: א פינטל קומט צו ענדיגן א זאץ. א זאץ איז נישט קיין פאראגראף, ווי טייל מישן אויס. א פאראגראף איז א גאנצע שטיקל טעקסט, בעת א זאץ איז איין זאך וואס מ'זאגט; אין איין פאראגראף זענען געווענליך דא מערערע זאצן.

א קאמע איז א הפסק אינמיטן א זאץ. ס'איז שווער צו זאגן אויף איין פוס ווען צו לייגן אזא סארט הפסק, אבער דער אלגעמיינער כלל איז צו עס לייגן ווען אן דעם קען דער ליינער זיין צומישט און נישט וויסן ווי אזוי צו ליינען. ס'איז מערקבאר ביי א גוטן שרייבער אז די זאצן ליינען זיך פליסיג, בעת ביי א שלעכטן שרייבער דארף מען צומאל איבערליינען עטליכע מאל צו כאפן דעם מכוון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך יוסיף דעת » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:03 am

גרשון האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא.

איך שרייב אסאך מאל לענגערע זאכן אבער איך ווייס נישט ווי מען לייגט קאמעס, און פיריעדס, אד"ג, איז דא ערגעץ דא ווי מען שמועסט דאס אויס, אדער קען איינער זיין אזוי גוט אין אויסשמועסן.

יישר כח

איך גלייך פערזענליך The Punctuation Guide.

אין קורצן בנוגע פינטלעך און קאמעס: א פינטל קומט צו ענדיגן א זאץ. א זאץ איז נישט קיין פאראגראף, ווי טייל מישן אויס. א פאראגראף איז א גאנצע שטיקל טעקסט, בעת א זאץ איז איין זאך וואס מ'זאגט; אין איין פאראגראף זענען געווענליך דא מערערע זאצן.

א קאמע איז א הפסק אינמיטן א זאץ. ס'איז שווער צו זאגן אויף איין פוס ווען צו לייגן אזא סארט הפסק, אבער דער אלגעמיינער כלל איז צו עס לייגן ווען אן דעם קען דער ליינער זיין צומישט און נישט וויסן ווי אזוי צו ליינען. ס'איז מערקבאר ביי א גוטן שרייבער אז די זאצן ליינען זיך פליסיג, בעת ביי א שלעכטן שרייבער דארף מען צומאל איבערליינען עטליכע מאל צו כאפן דעם מכוון.

שכח
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פנחס זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:26 pm

דאקטורים,
איז עס גוט געספעלט?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:28 pm

פנחס זיסקינד האט געשריבן:דאקטורים,
איז עס גוט געספעלט?

דאקטוירים


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט