אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:40 pm

איך געדענק עס נישט זעהן געשריבן, אבער אזוי האב איך עס געהערט פון עלטערע אידן "דענסטוועגן" מיט א נו"ן, ס'קומט ווארשיינליך פונעם זעלבן ווארט ווי דאס דייטשע ווארט deswegen.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:48 pm

.
לעצט פאראכטן דורך הגות תבונות אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:50 pm

גרשון האט געשריבן:פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.


אה, כ'וואלט עס געקענט פושט זיין פון דיין חתימה

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:11 pm

הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

סאיז איין ווארט (א קאניוקציע און אן אדווערב) ״פונדעסטוועגן״
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:11 pm

הגות תבונות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.


אה, כ'וואלט עס געקענט פושט זיין פון דיין חתימה

:grin:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:19 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

סאיז איין ווארט (א קאניוקציע און אן אדווערב) ״פונדעסטוועגן״

אה כזע הרב @זאג א גוטס האט שוין געענטפערט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 11:45 am

זיין פאטער איז אנ'אויבסטחורטאווניק.
וואס מיינט דע ווארט?
איך האב עס געזעהן אין א פוילישע צייטונג.
צוגעלייגטע
‏‏לכידה.JPG
‏‏לכידה.JPG (10.38 KiB) געזעהן 380 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:41 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:זיין פאטער איז אנ'אויבסטחורטאווניק.
וואס מיינט דע ווארט?
איך האב עס געזעהן אין א פוילישע צייטונג.


הכוונה ליבואן פירות אויבס זה פירות (שבת הויבס), הורטובניק זה יבואן.
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

תלמוד בבלי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:21 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך תלמוד בבלי » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:06 pm

פארוואס שרייבט מען חאטש מיט א ח'?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:13 pm

ס'איז אדער א טעות, אדער פון די צייטן ווען אידישע כללים זענען נאכנישט געווען געהעריג עטאבלירט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:23 pm

מען שרייב עס נישט אזוי, די אות ח' ווערט כמעט נישט גענוצט אין אידיש. די ריכטיגע אויסלייג איז 'כאטש'.

אהה, נישט באמערקט ר' גרשון.

פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פנחס זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:57 pm

ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:25 pm

מינדליך אדער מונדליך?

מיר ליגט אין קאפ מונדליך, און כ'האב מיר אפי' איינגעוואוינט עס צו ליינען מאנדליך מיט א קמץ.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:28 pm

מונדליך, פון mündlich בשפת אשכנז

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:48 pm

מ'האט זיך שוין גע'טענה'ט אויף דעם.

אידיש איז נישט דייטש. אין אידיש זאגט מען מינדליך, פונקט ווי אנדערע אדיעקטיוון וועלכע פארוואנדלען א ו' אין א י' (פונקט = פינקטליך, נאטור = נאטירליך, אא"וו).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פנחס זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 2:28 pm

פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 3:30 pm

פנחס זיסקינד האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???

ביידע זענען ריכטיג. אזוי אויך כח/כוח.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פנחס זיסקינד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:27 pm

גרשון האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???

ביידע זענען ריכטיג. אזוי אויך כח/כוח.

וויאזוי וואלט אבער א פראפעשאנעל געשריבן?
וויאזוי שרייבסטו למשל?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:38 pm

איך בין אליין נישט זיכער. דאכט זיך מיר אז רוב מענטשן וועלן שרייבן אן א ו', מח/כח, אבער בלשון רבים וועט זיך דער ו' אנרוקן, מוחות/כוחות, עפעס וואס איז למעשה א סתירה.

איך קען באשטיין צו הערן פון אנדערע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:43 pm

אז מ'רעדט פונעם ו' ביי לשון רבים.
אין ארץ ישראל שרייבן זיי חודשים (נישט ביי 2 וואס איז חודשיים).
און מ'זאגט עס טאקע מיט א חולם ח', שוא ד', אנדערש ווי דאהי וואס מ'זאגט דעם ח' מיט א (חטף) קמץ אדער פתח, און קמץ ד'.
וועלכעס איז ריכטיג?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 6:13 pm

ריכטיג איז מיט א קמץ, ווי מיר געפינען אין דער תורה "לחדשי השנה", און אזוי זאגן מיר אויך ביים דאוונען, "ראשי חדשים לעמך נתת."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך ארגאן » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:47 pm

פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?


לאמיר באקוקן אויף די נומערן:

אין אייוועלט האט מען אויסגעלעגן "כח" מיט א ו"ו 26144 מאל (25%), און אן א ו"ו 77377 מאל (75%).

מען האט אויסגעלעגן "מח" מיט א ו"ו 19365 מאל (10%), און אן א ו"ו 179530 מאל (90%).

לכאורה לייגט מע אויס ווערטער ווי כח און מוח מיט א ו"ו געוויינטליך. אט די ווערטער האבן געשטאמען דורך ל"ק. דעריבער ס'איז מיר נישט קלאר גענוי וויפיל פון די דאזיקע ווערטער שטאמען פון ספרים (און נישט פון געוויינטלעך אידיש).

תלמוד בבלי האט געשריבן:פארוואס שרייבט מען חאטש מיט א ח'?


אגב, מע האט אויסגעלעגן "כאטש" דא מיט א כ"ף 26476 מאל (98%), און אן א חי"ת 607 מאל (2%).
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:01 pm

ארגאן האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?


לאמיר באקוקן אויף די נומערן:

אין אייוועלט האט מען אויסגעלעגן "כח" מיט א ו"ו 26144 מאל (25%), און אן א ו"ו 77377 מאל (75%).

מען האט אויסגעלעגן "מח" מיט א ו"ו 19365 מאל (10%), און אן א ו"ו 179530 מאל (90%).

לכאורה לייגט מע אויס ווערטער ווי כח און מוח מיט א ו"ו געוויינטליך. אט די ווערטער האבן געשטאמען דורך ל"ק. דעריבער ס'איז מיר נישט קלאר גענוי וויפיל פון די דאזיקע ווערטער שטאמען פון ספרים (און נישט פון געוויינטלעך אידיש).

פון דער אנדערער זייט ווערן מוחות און כוחות אויסגעלייגט דא אויף אייוועלט אין 96% פעלער מיט א ו'! ווי קען מען אנכאפן דעם שטריק פון ביידע עקן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך ארגאן » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:24 pm

פארשטייט זיך, סע קען זיין אז מע שרייבט געוויינטליך מח—מוחות אא"וו. נח איז מער פארשפרייט פון נוח אויכעט.
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:53 pm

ארגאן האט געשריבן:פארשטייט זיך, סע קען זיין אז מע שרייבט געוויינטליך מח—מוחות אא"וו. נח איז מער פארשפרייט פון נוח אויכעט.

נאר צו צימבלען אביסל
דאס איז איינמאל זיכער אז סע און מע טרעפט מען קיין איינמאל אויף אייוועלט...
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט