אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:01 pm

גרשון האט געשריבן:"ווערן" איז דער זעלבער ווערב ווי "זיין", נאר אין לשון הווה. מ'קען משוגע ווערן און מ'קען זיין משוגע.

נישט ריכטיג. דער לשון עבר פון "זיין" איז "געווען", דער לשון עבר פון "ווערן" איז "געווארן". "משוגע" איז טאקע נישט געווען קיין גוטער משל וויבאלד בעצם איז עס אן אדיעקטיוו (משוגענער, משוגענעם, משוגענע) און יעדער אדיעקטיוו קען קומען מיט ביידע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:13 pm

גערעכט. אבער ס'באציט זיך טאקע צו צוויי עקסטערע זאכן. ווערן/געווארן איז אויפ'ן חלק בשעת דער מענטש ווערט (פטור אדער משוגע), בעת זיין/געווען גייט ארויף אויף דער צייט ווען ער איז אין דעם מצב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:15 pm

גרשון האט געשריבן:איי, פארוואס איז חשד מער שייך צום עצם מענטש ווי אהבה? א גוטע קשיא. אפשר טאקע ווייל ס'איז א לשה"ק ווארט. אבער דער כלל בלייבט טראץ די קשיות.

ס'פשוט ווייל מ'נוצט די לשה"ק ווארט וואס שטימט בעסער אזוי.
מ'זאגט 'איך בין חושד יענעם', גענוי אזוי וואלט מען געזאגט 'איך בין אוהב יענעם', 'איך בין שונא יענעם'.
מ'זאגט דאך 'איך האב א חשד', גענוי ווי מ'זאגט 'איך האב ליב' - וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס 'איך האב אן אהבה'.

אזויווי דו זאגסט 'אפשר טאקע ווייל ס'איז א לשה"ק ווארט'.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:20 pm

גרשון האט געשריבן:גערעכט. אבער ס'באציט זיך טאקע צו צוויי עקסטערע זאכן. ווערן/געווארן איז אויפ'ן חלק בשעת דער מענטש ווערט (פטור אדער משוגע), בעת זיין/געווען גייט ארויף אויף דער צייט ווען ער איז אין דעם מצב.

אודאי "ווערן" און "זיין" מיינט צוויי אנדערע זאכן (ווען נישט וואלט מען דאך נישט געדארפט האבן צוויי ווערטער פאר דעם...) ווען מ'רעדט אבער פון צאמגעשטעלטע ווערבן איז דא וואס קומען מיט "ווערן" און ס'דא וואס קומען מיט "זיין". פארוואס קומט דאס דוקא מיט דאס? איז אזוי ווי דו זאגסט, ס'איז א גוטער קשיא אבער אזוי איז עס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:29 pm

פארוואס איז עס א קשיא? דער חילוק איז מסתמא ווי איך שרייב אין דער פריערדיגער תגובה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:38 pm

'געזאלט' האב איך אלס געקענט פון ליינען, עס ווערט ווייניג באנוצט ביים רעדן.
למעשה האב איך לעצטנס געהערט מענטשן נוצן די אויסדרוק, און ס'איז א געשמאקע ווארט! ס'קומט אריין קלארער ווי למשל 'די פלאמבער האט געדארפט צו קומען'. מאן יימר ער האט געדארפט? ווייל דו האסט געוואלט?... אבער 'די פלאמבער האט געזאלט קומען' איז נאר אז ס'האט געהייסן אזוי אבער למעשה זיך געטוישט..

עספיעט האט נאכנישט עספייעט אריינצוקומען אינעם לעקסיקאן...
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:43 pm

גרשון האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:אין ישיבה איז געווען א שווייצער בחור וואס פלעגט זאגן "איך האב קאלט", "איך האב מיד", א.א.וו.

ס'איז מסתמא א טעות, נאר אינטערעסאנט פון וואו ס'נעמט זיך. אין דייטש זאגט מען "ס'איז מיר קאלט", "איך בין מיד."

ס'דא צענדליגע דייטשע דיאלעקטן (אידיש איז נאר איינס פון זיי), איך שטעל מיך פאר אז אזוי רעדט מען אין די געגנד פון וואו ער קומט.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:44 pm

גרשון האט געשריבן:פארוואס איז עס א קשיא? דער חילוק איז מסתמא ווי איך שרייב אין דער פריערדיגער תגובה.

ריכטיג כ'האב געמיינט בעיקר צו זאגן אז ווערבן וואס קומען מיט "זיין" זענען נישט די זעלבע מיט די וואס קומען מיט "ווערן", ס'איז צוויי אנדערע זאכן מיט צוויי אנדערע באדייטן, נישט אז איינער איז דער לשון עבר פונעם צווייטן. און די ווערטער וואס קומען מיט "זיין" קענען נישט קומען מיט "ווערן" און אזוי אויך פארקערט (חוץ משוגע ווי אויבן דערמאנט וואס איז אן אדיעקטיוו)
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:45 pm

חלב ישראל האט געשריבן:געגנד

געגנד אדער געגנט?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:46 pm

און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:50 pm

די בעלייכטונגען נוצט דאכצעך געגנטן.

אגב, עס בעלייכט אדער באלייכט?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:55 pm

נישטא ווי ווייט איך ווייס אזא פרעפיקס "בע־"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:35 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער

יא, ביי אונז זאגט מען טאקע "געגנטער", לויט דעם איז טאקע "געגנט" מער ריכטיג.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:43 pm

מן הסתם שוין געפרעגט געווארן,

נוצן אדער ניצן?

גוגל לאזט ביידע

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:57 pm

כהאב דא געשריבן דערוועגן, כווייס אבער נישט בכלל אויב כבין גערעכט, כמיין סהערשט ביי דעם א גאנצע צעמישעניש
למדן וצדיק האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט "ניצן"? כזע סדא אסאך וואס ניצן "נוצן" כ’מיין סאיז א פשוטע טעות, נאר ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס שם דבר שרייבט מען "נוצן" (דער נוצן).

ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס אדיעקטיוו (שם תואר) זע איך איז ווייטער דא א מחלוקה. אין די ווערטערביכער שטייט "ניצלעך", א. ראטה זע איך שרייבט יא "נוצליך" און ווי אויך "נוצלאז" און אין די ווערטערביכער איז בכלל נישטא אזא ווארט נישט "נוצלאז" און נישט "ניצלאז".

"צוניץ קומען" מיין איך זענען כו"ע מודה אז ס’קומט אזוי און נישט "צונוץ קומען".

אזוי אויך ביי "באניץ" זענען כו"ע ס’קומט מיט א י’ סיי ווען מבאניצט זיך מיט דעם אלס שם דבר (דער באניץ) און סיי אלס ווערב (באניצן זיך).
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 7:01 pm

ווי איך פארשטיי האט מעלות/א. ראטה אנגענומען ביי דעם ווארט דעם כלל אז דער לשון עבר טוישט זיך פון י׳ צו ו׳ אזויווי שפרינגען - געשפרונגען. ביי די ווערטער איז דער כלל אז ווען מען מאכט פונעם ווערב א שם דבר ניצט מען דעם לשון עבר, ״דער שפרונג״, ממילא אזוי אויך דא, ניצן - גענוצט, באניצן - באנוצט, דער נוצן, דער באנוץ. ווי אויך שרייבט זי נוצליך און נוצלאז.

אין וויינרייכ׳ס ווערטערבוך שטייט אלעס מיט א י׳ סיי לשון הווה סיי לשון עבר, סיי אלס שם דבר און סיי אלס אדיעקטיוו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 7:05 pm

פון יוו״א׳ס תקנות פון יידישן אויסלייג
צוגעלייגטע
6F73C5B7-51BA-4B29-9E9D-089231EA9A63.jpeg
6F73C5B7-51BA-4B29-9E9D-089231EA9A63.jpeg (181.45 KiB) געזעהן 263 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 8:36 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער

אין היימישע פובליקאציעס קען מען טרעפן ביידע, געגנטער און געגנטן. איך שרייב מיט'ן -ן סופיקס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:38 am

יישר כח למדן וצדיק.

א פארגענוגען [גוט?] צוריקצוקומען אמאל.
לעצט פאראכטן דורך הגות תבונות אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:57 am

פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:38 pm

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"איך בין קאלט" איז איבערגעטייטשט פון ענגליש.

כ'מיין ביסט נישט גערעכט. יעדער אדיעקטיוו קען בעצם פארוואנדעלט ווערן אין א ווערב אויב מ'שטעלט עס צוזאם מיט "זיין", למשל, שיין זיין, גוט זיין, שלעכט זיין אא"וו. "קאלט" איז אן אדיעקטיוו אלזא איז גארנישט שלעכט מיט אזא ווערב "קאלט זיין" וואס דער לשון הווה ערשטער פערזאן דערפון איז "איך בין קאלט". פונקט ווי "עס" קען זיין קאלט, אזוי אויך קען "איך" זיין קאלט. פארוואס איז "עס" א גרעסערער מיוחס ווי "איך"?

ס'מיינט נישט אז ס'שטימט נישט גראמאטיש, נאר אז מ'פלעגט עס אנדערש זאגן. במציאות וועט אן אמעריקאנער זאגן "איי עם קאלד", און א דייטש, "עס איזט מיר קאלט."


נו, אז מ'האט אנגעהויבן אנדערש זאגן, האט זיך עס געטוישט.
איך געדענק שוין נישט הערן זאגן "ס'איז מיר קאלט".

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:28 pm

הגות תבונות האט געשריבן:פון "דענסטוועגן".

פארהאן אזא ווארט?

פונדעסטוועגן =
מיט-דעם-אלעם
מכל מקום
עם כל זה
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:31 pm

"דענסטוועגן" מיינט פארקערט פון "פונדעסטוועגן", ווייל אל"ף און בי"ת דענסטוועגן- טאקע דערפאר - איז גימ"ל.

https://translate.google.com/#view=home ... t=deswegen

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:32 pm

פארגעניגן איז מיט א י' און אן דעם ע', זע דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:38 pm

פארוואס איז 'דעסטוועגן' נישט אזוי איינגעפירט ווי די פארקערטע?
קומט עס טאקע מיטן נ', און פונדעסטוועגן נישט?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט