אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג יולי 02, 2020 4:54 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען This אין אידיש? ווי למשל "This voting place".

איך שרייב "דיע", וואס איז די ריכטיגע ווארט?

דער, דאס, די, אדער דעם, געוואנדן אינעם דזשענדער (לשון זכר, לשון נקיבה, נייטראל), צאל (לשון רבים/יחיד), און גראמאטיק (בייגפאל, case). פלאץ איז לשון זכר, קומט אלזא "דער שטים פלאץ".

כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיין געהעריגער חילוק צווישן דעם ענגלישן the און this. העכסטנס קען מען זאגן דער דאזיגער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך ארגאן » פרייטאג יולי 03, 2020 3:35 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען This אין אידיש? ווי למשל "This voting place".

איך שרייב "דיע", וואס איז די ריכטיגע ווארט?


ווי גרשון האט געשריבן, מע קען שרייבן דעם באשטימטן ארטיקל (מע זאגט עס ארויס מיט דעם טראפ). פונדעסטוועגן זענען דא ספעציעלע ווערטער וואס מען שרייבט ביי דעם באשטימטן ארטיקל בפירושדיק: אָט, אָ (אדער צוזאמען: אָטאָ), דאזיקער (סע בייט זיך ווי דאזיקע אא"וו). מען קען קאמבינירן זיי כדי צו פארשטארקן אז מען מיינט ממש די זאך.

צום ביישפל:
"דעם דאזיקן מענטש זע איך"
שטארקער: "אט דעם מענטש זע איך"
נאך שטארקער: "אט דעם מענטש זע איך"
...
סאמע שטארקסטער: "אט א דעם דאזיקן מענטש זע איך"
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 8:09 pm

קרעטשמער האט געשריבן:די "שטי"ם בודקע" (קומט עס דען מיט א יו"ד?)

יא, מלשון שטימע. זאלסט נאר נישט שרייבן שטום בודקע, ווייל דעמאלטס וועט מען פארלירן דעם חוש הדיבור ווי נאר מ'טרעט אריין אינעם ביידל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יולי 07, 2020 8:10 pm

כ'האב שוין געענטפערט דארט.
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך להודות ולהלל » מיטוואך יולי 15, 2020 7:18 pm

כ'האפ אז איך פרעג אין דעם ריכטיגע אשכול.

ווייסט איינער וואס מיינט די דריי ווערטער?
א. פאוויאטאווע
ב. הנאטשאלסטווא
ג. בעדנארקע
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (34.92 KiB) געזעהן 763 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

פוילישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך יולי 15, 2020 9:26 pm

פאוויאטאווע זעהט אויס צו זיין די נאמען פון די שטאט.

נאטשאלסטווא מיינט די פירערשאפט (טראכט פון נאטשאלניק = פירער). https://glosbe.com/pl/en/naczalstwo

בעדנארקע הייסט אין ענגליש stave. https://translate.google.com/#view=home ... t=bednarka

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך ארגאן » מיטוואך יולי 15, 2020 10:44 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:כ'האפ אז איך פרעג אין דעם ריכטיגע אשכול.

ווייסט איינער וואס מיינט די דריי ווערטער?
א. פאוויאטאווע
ב. הנאטשאלסטווא
ג. בעדנארקע


סע דאכט זיך מיר אז פאוויאטאווע איז אפשר Powiatowe, א מין ראיאן אין פוילן.
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

בעל הנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך בעל הנס » דאנארשטאג יולי 23, 2020 1:38 pm

פארוואס שרייבן אסאך מענטשן אן אומנויטיגע ע' ביי פילע ווערטער? למשל:
משה האט געבויעט
משה האט געהאט וואס לייענען
משה האט געטוען צום זאך

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יולי 23, 2020 2:06 pm

בעל הנס האט געשריבן:פארוואס שרייבן אסאך מענטשן אן אומנויטיגע ע' ביי פילע ווערטער? למשל:
משה האט געבויעט
משה האט געהאט וואס לייענען
משה האט געטוען צום זאך

די פוילישע/גאליציאנע רעדן אייגנטליך אזוי, זיי זאגן ארויס דעם ע'
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: פוילישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך להודות ולהלל » פרייטאג יולי 24, 2020 3:27 am

חלב ישראל האט געשריבן:פאוויאטאווע זעהט אויס צו זיין די נאמען פון די שטאט.

נאטשאלסטווא מיינט די פירערשאפט (טראכט פון נאטשאלניק = פירער). https://glosbe.com/pl/en/naczalstwo

בעדנארקע הייסט אין ענגליש stave. https://translate.google.com/#view=home ... t=bednarka


stave - משענת
יישר כח!
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש יולי 25, 2020 11:08 pm

באמערקט אז דער איד האט אנגעהויבן שרייבן "שפיטאלעזירט" אשטאטס "האספיטאלעזירט".
מירון לא היה מירון, שבועות לא היה שבועות. בעזרת השם תשעה באב לא יהיה תשעה באב. אכי"ר

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש יולי 25, 2020 11:10 pm

דער איד איז א דיזעסטער ווען ס'קומט צו אידיש-ענגליש. האלב צייטונג איז ענגליש געשריבן אויף אידישע בוכשטאבן. אפי' זייערע העדליינס זענען אפטמאל ענגליש.

בעל הנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך בעל הנס » דינסטאג יולי 28, 2020 11:30 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער איד איז א דיזעסטער ווען ס'קומט צו אידיש-ענגליש. האלב צייטונג איז ענגליש געשריבן אויף אידישע בוכשטאבן. אפי' זייערע העדליינס זענען אפטמאל ענגליש.


און די אין די בלאט האב איך לעצטע וואך געזען זיי שרייבן אגענסי אנשטאט אגענטור... יעדער האט מעלות און חסרונות.
(אז מ'רעדט שוין דארף מען באגריסן די בלאט'ס נייע סייז.)

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אלטער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:04 pm

קען זיין מ'האט שוין דא גערעדט דערפון, אבער איך האב עס נישט געטראפן וועל איך עס דא אנפרעגן.

איך בין גאנץ ווייט אויסגעקאכט אין ספעלן... די לעצטע פאר חדשים וואס איך שפאציר דא ארום האב איך היבש אסאך געלערנט... האב איך אויך אנגעהויבן באמערקן זאכן ווען איך ליין...

וויל איך וויסן ווי אזוי ס'קומט צו שרייבן ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט 'צו' למשל, צופראסקעט אדער צעפראסקעט, צוקלאפט אדער צעקלאפט, אא"וו
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:06 pm

ביידע זענען ריכטיג

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אלטער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:10 pm

האב עס אנדערע משמעות?
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:28 pm

ניין

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 2:31 pm

אלטער האט געשריבן:האב עס אנדערע משמעות?

ווי קענטאקי זאגט, איז נישטא קיין עכטע חילוק.

ס'דא וואס מאכן א חילוק צווישן א פאזיטיווע אנטוויקלונג און נעגאטיוו. פאזיטיוו איז מיט א ו' און פארקערט מיט אן ע'. צעפראסקעט, צעווארפן, צעשאסן, צעפאלן, וכדו'. אלע נארמאלע אנדערע ווערטער זענען מיט א ו'. ווי צואוואקסן, צולאכט, צושמייכלט וכו'. פשט פון דעם חילוק, ווייס איך אויך נישט.

אנדערע שרייבן אן ע' ווען ס'שווער מיט א ו', למשל צעווארפן, צעוואקסן, צעווילדעוועט, וכדו'.

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך שאשא » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:53 pm

עס איז אוועק א רבי די וואך ,עס שרייבט זוך אין אלע אויסגאבעס אדמו"ר מבוקארע"ש"ט ,אויב איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס שטייט עס מיט א "ש" אין נישט מיט א "ס"
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:58 pm

ס'איז א שׂי"ן, נישט קיין שׁי"ן, פאר די פרייע שרייבער האבן סטאנדאזירט די אידישע שפראך פלעגט מען נוצן דעם אות שׂי"ן אין אידיש, מן הסתם איז עס אן איבערבלייבעניש פון בעפאר יענע תקופה.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:01 pm

אויף רומעניש זאגט מען עס באקארעשׁטי

--------
חלב האקט, דאס איז נישט דער תירוץ

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:03 pm

גערעכט, דא איז וויאזוי מ'זאגט עס אין רומעניש.

אגב, איך זעה ווי דער עולם נוצט אסאך דעם אויסדרוק "ער האקט", וואס איז די ליטערל אפטייטש דערפון? און וואס דארף עס צו באדייטן?

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך שאשא » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:10 pm

יעצט באמערקט אין א געוויסע אויסגאבע געשריבן בוקארעסט
[size=85]בארא פארק - דעם מאנטאג איז נפטר געווארן הגה"צ רבי בן ציון דייטש זצ"ל, בוקארעסטער רבי. ער איז געווען א זון פון רבי שמואל דייטש זצ"ל און געשטאמט פון א רבני'שע משפחה
וועלכע זענען געווען שטאט'ס רבנים אין די שטאט קרעטשניף. ער איז געווען א יונג קינד ביי די מלחמה און האט איבערגעלעבט זייענדיג אין ראמעניע. נאכן קריג איז זיין פאטער פארבליבן
וואוינען אין ראמעניע און זיי האבן ווייטער געהאלטן אידישקייט מיט מסירות נפש אונטער די קאמוניסטן.[/size]


JD Media
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:12 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אגב, איך זעה ווי דער עולם נוצט אסאך דעם אויסדרוק "ער האקט", וואס איז די ליטערל אפטייטש דערפון? און וואס דארף עס צו באדייטן?


פשוט, ער האקט אריין אינמיטן רעדן

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:46 am

ווי אזוי שרייבט מען
אין איין צי
אדער אין איין צו
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט