אליעזר לאנדא האט געשריבן:אויב דאברא קומט פון דבורה, איז נישט דא דער וואס האלטען אז עס קומט מיט א ה ? כמדומה לי אז דער פוסקים רעדען וועגען דעם אצל השם סערקא
לבי אומר לי אז 'דאברא' קומט פון פוילישן 'דאברא', וואס באדייט 'גוט'. און איז פאראלעל מיט גיטל, וואס קומט פון דייטש. ענליך צו דעם זענען: בילא (ביילא) = ווייס. אין לאטייניש מיינט עס שיין. טשארנא = שווארץ (קעגן עין הרע?). מאלא (מליא) = קליין (כינוי לחיבה).

אין טיב גיטין שטייט טאקע אז בדר"כ איז עס א נאמען בפנ"ע וואס דאס מיינט גוט כמש"כ, אבער אמאל קומט עס פון דבורה
'אריה' טאקע נישט. אבער די שם החול פון אריה, ליאון, דאס שטייט שוין אין רמ"א סעיף ט"ז און איז שוין געווען ברייט פארשפרייט ציווישן די אשכנז'ישע יודענטום הונדערטער יארן פריער. בכלל איז דא היבש נעמען וואס די שמות החול זענען געווען אין באנוץ פריער. און שפעטער האט מען צוגעלייגט די שם הקודש. (כ'רעד נישט פון די מאדערענע נעמען העבראנייזאציע פון די עולי איירופע אין ארץ ישראל). אין די פאל פון ליאון, אדער שפעטער ליב, איז דער שם קודש געווען יהודה, נישט אריה.
עזרא האט געשריבן:'אריה' טאקע נישט. אבער די שם החול פון אריה, ליאון, דאס שטייט שוין אין רמ"א סעיף ט"ז און איז שוין געווען ברייט פארשפרייט ציווישן די אשכנז'ישע יודענטום הונדערטער יארן פריער. בכלל איז דא היבש נעמען וואס די שמות החול זענען געווען אין באנוץ פריער. און שפעטער האט מען צוגעלייגט די שם הקודש. (כ'רעד נישט פון די מאדערענע נעמען העבראנייזאציע פון די עולי איירופע אין ארץ ישראל). אין די פאל פון ליאון, אדער שפעטער ליב, איז דער שם קודש געווען יהודה, נישט אריה.
כלומר לייב איז נישט דער שם החול פון אריה נאר אריה איז דער שם הקודש פון לייב וואס איז דער שם החול פון יהודה, וה"ה לצבי, זאב, ודוב (נישט קיין נפק"מ וואס דער ארגנעלע באדייט פון בער איז), וע"ז שאלתי ווען האט זיך דאס אנגעהויבן
טייבעלע האט געשריבן:עס איז געווען רב ישראל גאון ווערט גברענגט אין ספר האשכול הלכות ביהכ"נ און אין פסקי אור זרוע ב"ק אות ע'.
ייש"כ גדול! וואס איז מיט די אנדערע נעמען?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פון אלס קינד ווינדערט מיר איבער די השתלשלות פון נעמען איבער די יארן, נעמען וואס ערשיינען אין תנ"ך, דערנאך ווערן זיי ווי נעלם פאר אפאר טויזענט יאר און היינט זענען זיי גאר באקאנט.
דער נאמען אלימלך האט מען יעצט געהאט אין מגילת רות, זינט דאן איז נישט דא קיין תנא, אמורא אדער אפילו א ראשון ביז דעם ר"ר אלימלך זי"ע, אזוי אויך דער נאמען ישראל איז אינטערסאנט ס'איז נישט געווען פון יעקב אבינו ביז די תקופת האחרונים? אברהם זינט די תורה ביז די ראשונים איז דער נאמען נישט געגעבן געווארן? די נעמען יצחק, יעקב, יוסף, שמעון, שמואל, יהודה, לוי, אליעזר, יהושע, אלעזר ועוד זענען באקאנט אין אלע תקופות משה, אהרן, דוד אזוי ווי אברהם דענק איך נישט די נעמען אין משנה אדער גמרא (ממשה עד משה לא קם עוד כמשה איז דאך מער ווי בלויז א מליצה לפי"ז)
עיין מזה בשם הגדולים להחיד"א מערכת א רב אברהם גאון ובמערכת מ רב משה גאון.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
זיי ברענגען איבער א גאון רב משה וועם מען האט גערופעו משרשיא... אולי איז דאס א פתח אויף נאך נעמען פון אמוראים אז ס'איז געווען צינעמען
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
עס האט א מאהל איינער באגעגנט א ווייבערישע נאמן פעטל אדער פעטלא? איך טרעף עס כמעט אך ורק אויף JRI אין לובלינער געגענט.
(איינע פון די פעטלא'ס איז געוועהן די אומ-באקאנטע שוויגער פון א גאון וקדוש מפורסם, אבער איך זעה אז די כותבי התולדות האבן באשלאסן אז זי האט געהייסן 'פערל'; אבער מען טרעפט עס צו פיל מאהל דווקא אין איהר משפחה און שטאט אס עס זאל זיין א טעות.)
הסרפד האט געשריבן:עס האט א מאהל איינער באגעגנט א ווייבערישע נאמן פעטל אדער פעטלא? איך טרעף עס כמעט אך ורק אויף JRI אין לובלינער געגענט.
איך האב געפרעגט גוגל, געבט ער מיר דער מציבה כנראה איז נאך געוועהן אזא נאמעו בשנת תשס"ה
מיר האט ער נישט געענפערט... חאטש א נאך א סמך אז עס נישט סתם א פוילישער שרייבערס א גרייז.
איר האט נישט געכאפט? דא שטייט 'עטל'. די פ בעפאר די ווארט דאס דארף צו זיין די ר"ת פ"נ - באמערקט די נ סוף פון די שורה ווי אויך איז די פ גרעסער אזוי ווי די נ סוף שורה ודי