די וועלט פון 'זילבעס'

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די וועלט פון 'זילבעס'

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:20 am

לעצטעס זענען מיר באשאנקען געווארן מיט די פאלגענדע תגובה פון דעם גרויסען ידען און שפראכנ-קענער
ידידינו מר. אידישיסט הי"ו.

יידישיסט האט געשריבן:דא פעלט אייגנטליך אויס א ידיעה אין די יסודות פונעם יידיש (אייגנטליך - דייטש), וואס האט געוויסע אייגנשאפטן וואס דערמיט שטייט עס אין גענצליכן קאנטראסט מיט העברעאיש אדער אנדערע סעמיטישע שפראכן, דאס איז "די וועלט פון די זילבעס". דאס הייסט, אז עס איז פארהאן אמאל א ווארט וואס צייגט אהן אויף א געוויסער פעולה, אבער טאקע די זעלבע פעולה קען באדייטן פארשידענע זאכן. אנשטאט אנצוהייבן מיט ענדלאזע ערקלערונגען איז כדאי גלייך צוצוברענגען דוגמאות: לאמיר נעמען אלס ביישפיל די צוויי קעגנגעזעצטע פעולות "כניסה" מיט "יציאה", מיר קענען דערין אוודאי טרעפן א געוויסן געמיינזאמען פונקט, אבער דאס וועט זיך ווענדן אין דער כוונה פונעם רעדנער. ווייל לאמיר נעמען אלס ביישפיל דאס ווארט "כניסה" - וואס א מענטש באנוצט צו באצייכענען די פעולה פון טוישן דאס פלאץ פון זיין אינדרויסן אויף זיך צו טרעפן אינעווייניג - אז מיר וועלן אריינקלערן וועלן מיר זעהן אז די גענויע פעולה וואס דער מענטש האט געטון איז נאך אומקלאר, דען אפילו נאכ'ן וויסן אז דער מענטש איז געווען פריער אינדרויסן און ער האט געטוישט דאס פלאץ זיך צו טרעפן אינעווייניג, דאך ווייס איך נישט גענוי וויאזוי די דאזיגע פעולה איז געמאכט געווארן: צו האט דאס יענער געטון דורך שפאצירן, דורך מארשירן, אדער דורך לויפן...

וואס וועט מען זאגן אויף יידיש? מען וועט גענוי באצייכענען די פעולה דורכ'ן צולייגן יענע ספעציפישע באגלייטונגס-פעולה, נעמליך - אויב האט יענער שפאצירט, דאן וועלן מיר זאגן "ער האט אריינשפאצירט", אויב האט ער מארשירט וועלן מיר זאגן "אריינמארשירט", און אויב איז ער אריינגעלאפן... וועט מען טאקע צושטעלן דעם אריינ - צום לויפן. ווי איז אויב האט ער ממש "געשטורעמט"? דאן וועט מען זאגן אז ער האט "אריינגשטורעמט". אויף העברעאיש וועט מען מוזן גענוי באצייכענען די פעולה מיט א ספעציעלן ווארט: "הוא נכנס בריצה", "הוא צעד פנימה".. א.ד.ג. דא וועט יעדער מודה זיין אז אונזער מאמע-לשון האט דא די אויבערהאנט אויף פיל אנדערע שפראכן, עס ווערט מיט דעם ממש א בויגזאמע שפראך, עס לאזט זיך דרייען און בייגן לויט'ן רצון פונעם רעדנער וואס וויל אז זיין כוונה זאל פונקטליך ארויסגעברענגט ווערן.

פון דא קומט יעצט אויס, אז כאטש "אריין" און "ארויס" זענען צוויי פארקערטע זאכן (און קענען למעשה אויך גענוצט ווערן אזוי טרוקענערהייט אלס פעולה), קענען זיי אויף יידיש גאר באצייכנט ווערן מיט דער זעלבער פעולה: "גיין"! דאס הייסט, סיי צו ער גייט אריין, און סיי צו ער גייט ארויס טוט ער דאך למעשה פיזיש איין זאך: ער גייט. און ממילא קענען די ביידע באקומען א געמיינזאמע פעולה מיט'ן אויסנאם פון דער פארזילבע וואס וועט זיך טוישן לויט זייער פארלאנג. ווי געזאגט איז דאס פון די זיסע אייגנשאפטן וואס אונזער מאמע-לשון באזיצט.

לאמיר נעמען א ביישפיל פונעם ווארט "חלוקה" אויף לה"ק, וואס אויף יידיש קען דאס איינגעטיילט ווערן אויף פארשידענע טייטשן: 1). צוטיילן [לחצות], 2). אויסטיילן, פארטיילן, 3). אפטיילן [להפריד], 4). איינטיילן [להקציב]. און עס איז נאך ווארשיינליך דא נאך באדייטן דערפאר. אדער נעם די יידישע פעולה פון "איבערשפרינגען", אפשר קענסטו מיר דאס איבערזעצן אויף העברעאיש? "קפץ מעליו"! הא? זייער שוואך קעגן דעם "איבערשפרינגען". די העברעאיש-באנוצער מוזן זיך באגיין אן אזעלכע ווערטער ווי "צושפרינגען ווערן", "זיך צופליען", אדער "זיך צורעדן", ווער רעדט נאך פון זיך "דורכשמועסן". אז א איד איז אין אן עת צרה חלילה און ער איז מיואש דאן "צעוויינט ער זיך", "צעכליפעט זיך". ביז ווען וועט ער נעבעך וויינען? ביז ער וועט זיך "אויסוויינען" (אויפ'ן היינטיגן העברעאיש האבן זיי פרובירט צו ערזעצן אט דאס הערצליכע ווארט מיט דעם ווארט "התבכיין" - זיך אויסגעוויינט). ווער רעדט שוין פון דעם "צופלויגענעם" שכן, וואס אויף אים איז גאר קיין ווארט נישטא אויף העברעאיש, און זיכער נישט מיט דעם חן. און נישט פארגעסן, אויך "צעווערטלען" קען מען זיך נישט אויף העבראיש (אך און וויי, אויך מיר אידן...).

אלזא, דאס ווארט "באשטיין" איז פונעם שורש פון "שטיין", און "באשטיין" הייסט "זיך האלטן" (האלטן הייסט אויך "שטיין" אדער "זיך שטעלן" אויף דייטש, זיך "אפצושטעלן" הייסט "האלטן". אויף ענגליש ווערט דאס אויך באנוצט אלס HOLD). יעצט, די ווערטער "זיך האלטן" אליין קענען ווערן פארשידנארטיג פארטייטשט. אבער ווי דער דרך פונעם יידיש/דייטש ווערן די פארשידנארטיגע באדייטן באצייכנט מיט פארזילבעס וואס קלארן אויס דעם באדייט פונעם ווארט צו דעם ספעציפישן באדייט וואס דער שפרעכענדער צילט צו זיי. דעריבער קען מען דערפון אויספארמען די פאלגענדע ווערטער: 1). אפהאלטן - (לעכב, לעצור), 2). פאַרהאלטן - (להשהות, להבליג), ענליך צו נומ. איינס, 3). פאָרהאלטן - "אהערנעמען" (לתבוע),

פון דעם איז ממילא אויך געשאפן געווארן אן ענליכן באדייט וואס ווערט אויך פארשידנארטיג דיריגירט דורך די פארשידענע פארזילבעס, דאס איז דער באדייט פון "האלטן – להחזיק":
4). אנהאלטן: א ווארט וואס האט אליין צוויי באדייטן וואס די פארזילבע (תחילית) "אנ.." דיריגירט אהין: איינס - אנכאפן (להחזיק, בתוספת התחילית "אנ..." שלא ניתן לתרגם), צוויי - זיך האלטן פעסט; נישט אונטערברעכן; (להחזיק מעמד). 5). אויסהאלטן (לשאת את הסבל, להחזיק מעמד), 6). אונטערהאלטן: אונטערשטיצן (לתמוך, לסייע בהחזקה). עס האט אייגנטליך נאך א געבארגטן באדייט "זיך פארוויילן" (להשתעשע, להתבדר),

פארהאן נאך א ווארט פון דער גרופע, וואס צוליב דעם ווארט האב איך דאס גאנצע צוגעברענגט: דאס ווארט "אנטהאלטן" – וואס הייסט האלטן אין זיך (האבן אינעם "אינהאלט") – "להכיל", "להחזיק (בתוכו)".

מעגליך אז עס זענען פארהאן נאך ווערטער וואס ווערן פון דעם אויסגעבויעט, עס איז אבער נישט ממש קיין נפקא-מינה. יעצט, אזוי-ווי דאס "האלטן" איז "זיך שטעלן", אדער יענעם העלפן "צו שטיין", אזוי בערך איז אויך מיט'ן ווארט "שטיין". פון דעם ווערן אויסגעבויעט "אויסשטיין" (ענליך צו "אויסהאלטן"), "אפשטיין", "אוועקשטיין" (להימנע, לעמוד מרחוק), און נאך ענליכע באדייטן.

דער הויפט באדייט פון "שטיין" איז "לעמוד" (אויפשטיין = לקום), און ממילא אויך "להתקיים" (צו עקזיסטירן). ווען א זאך "עקזיסטירט" (הוא קיים) דאן הייסט דאס אז עס "שטייט" אדער "באשטייט". ווען מען רעדט וויאזוי עס שטייט, און פון וואס עס איז "צוזאמגעשטעלט" הייסט דאס אז מען רעדט פון דעם באשטאנד פון דער זאך. "צוזאמשטעל" איז דער היכי תמצא וויאזוי די זאך איז צושטאנד געקומען, און פון וואס ער באשטייט (שטאנד איז דער שם-דבר וואס איז אויסגעבויט פון "שטיין", אזוי-ווי "מעמד" אדער "עמדה" פון "עמידה", אדער "מצב" פון יציבה. פון דעם איז "צושטאנד – מצב", און "באשטאנד – הרכב, תכולה,").

דעריבער רופט מען "רכיבים" (INGRIDIENTS) אויף יידיש: "באשטאנדטיילן" – דאס הייסט: "די טיילן פון וואס די ספעציפישע זאך באשטייט". די אלע באשטאנדטיילן שטעלן למעשה אוועק דעם עקזיסטענץ פון דער זאך.

יעצט וועט שוין – דאכט זיך – אויטאמאטיש פארשטענדליך ווערן אלע פארשידנארטיגע זאצן וואס איר האט צוגעברענגט: ווען מען זאגט אז די זאך באשטייט "אין" דעם, דאן מיינט מען אז דער גאנצער עקזיסטענץ (קיום) איז אין דעם. אין אנדערע ווערטער, - עס איז געוואנדן (תלוי) אין דעם.

ווען מען וועט אבער זאגן אז עס "באשטייט פון", וועט מען טאקע מיינען אז דאס איז "צוזאמגעשטעלט פון דעם". צום ביישפיל – דאס אז מדינת ישראל באשטייט פון זעקס מיליאן איינוואוינער, מיינט אין אנדערע ווערטער אז פון די אלע ווערט געשאפן אינאיינעם דער עקזיסטענץ פונעם לאנד, דורך דעם וואס עס איז צוזאמגעשטעלט פון אלע צוזאמען.

אגב, זיך צו באקענען נענטער מיט דער וועלט פון די זילבעס וואלט כדאי געווען איר זאלט אויך א קוק טון אינעם אשכול פון 'אינטעליגענט': "ווערטער מיט דער נאכזילבע '"ליך"", ווי די געדאנקען דארט זענען אויך באזירט אויף דעם.


לאור פון די תגובה, שאף איך דא דעם נייעם אשכול ווי אזעלכע 'זילבעס' קענען אויסגעשמועסט ווערן, איך וועל נאכפאלגען מיט א תגובה אלס המתחיל אומרים לו גמור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:33 am

דאס ווארט 'צייט' וועלכע באדייט איינפאך 'זמן' = 'TIME' קען דורך די חכמה פון זילבעס ווערן גענוצט אויף פארשידנארטיגע טערמינען, איך וועל פרובירען אויסצורעכענען א טייל, וכל המוסיף מוסיפין לו.

צייטליך:איינער קומט אן 'צייטליך' 'פון צייט-צו-צייט, אן אנדערער איז א 'צייטליכער' בעצם. (דאס איז אויסער אונזער ידיד 'צייטליך' פון קנ"א)

באצייטנס: בעוד-מועד, מ'ברויך נעמען שריט 'באצייטנס' איידער ס'איז צו שפעט.

פארצייטנס: אמאל, 'פארצייטנס' איז נאכנישט געווען קיין אויטאס, מ'האט זיך באנוצט מיט פערד-און--וואגן צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן.
א 'פארצייטישער' איד ווייסט נישט וויאזוי צו נוצן קיין קאמפיוטער, און עראינירט זיך מיט זכרונות פון ווען פאטעיטא-צ'יפס האט נאך געקאסט א ניקל.

צייטווייליג: טעמפארערי, דאס איז נאר א 'צייטווייליגער' דורכגאנג, מיר האפן ענדגילטיג צו לעזן דעם פראבלעם בקרוב.

צייטונג: עיתון, די 'צייטונגען' שרייבן גאר ברייט איבער די מומביי טעראר-אקט.

צייטיגען: הבשילו, די פרוכט זענען שוין גע'צייטיג'ט, אנדערע ברויכן זיך נאך צייטיגען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 2:06 pm

יישר כח ר' מיללער יקירינו פארן אפירבראכן די תגובה. אזוי ארום האב איך באקומען די מעגליכקייט אריינצושפרינגען אין א נושא אנע שום בעפארברייטונג דערצו. כמובן קומט זיך בעיקר דעם יישר כח פאר דעם פערפאסער פון דער תגובה, ר' יידישיסט, וועלכער שפארט נישט קיין צייט און מיה און גיבט זיך אוועק שעות על גבי שעות לטובת די חברי הקרעטשמע, מיטן זיך אפגעבן אראפצוגעבן און אונז לערנען די יסודות פון אונזער אזוי באליבטע מאמע-לשון.

אזוי ווי איך בין נאך א היבשער גרינער אין דעם נושא, וואלט איך זיך ערלויבט צו פרעגן אייניגע פראגן:

ערשטענס, וואס איז דער שורש פון דעם ווארט 'זילבע'? ווי קומען די בייג פאר/נאך, וועלכע טוען באצייכענען די פעולות פון א ווארט, צום טערמין פון 'זילבע'?

צווייטנס, בשייכות צו דער אויבנגעברענגטער תגובה. ווי איך זע איז דער משל נישט ממש דומה לנמשל. דער כניסה/יציאה משל איז אביסל אנדערשט און איז נישט ממש דומה צום נמשל, וועלכער איז געצילט צו אן ערקלערונג איבער דעם באדייט פון דעם ווארט 'שטיין'. רוב פון די 'זילבעס' וועלכע ווערן דערמאנט אינעם משל פון כניסה/יציאה, וואלט איך גיכער אנגענומען אז דאס זענען א שמאלץ פון צוויי 'גאנצע' ווערטער ווי איידער א 'זילבע'.

אריין/ארויס שפאצירט, אריין/ארויס געלאפן אא"וו, די אלע ווערטער זענען אין אמת'ן צוויי ווערטער, וועלכע איינס טוט באצייכנען די פעולה פון כניסה/יציאה – אריין/ארויס, און דאס צווייטע קומט צו באצייכענען דעם אופן וויאזוי די פעולה איז געטון געווארן; צב"ש בריצה או בנחת אין העברעאיש, און געגאנגען אדער געלאפן אין אידיש. דאס טייטש בסך הכל דער חילוק אז אין אידיש קומען די צוויי אויבנדערמאנטע געזאגט: "אריין/ארויסגעגאנגען, אריין/ארויסגעלאפן", און אין העברעאיש וואלט מען זיי געזאגט: "נכנס/יצא בריצה נכנס/יצא בנחת". דער גאנצער חילוק וואס איך זע דערין איז, אז אין העברעאיש זאגט זיך עפעס נישט צוזאם די צוויי ווערטער פון 'נכנס-בריצה' אזוי גוט ווי אין אידיש דאס אריינ-געלאפן. (אפשר טייטש דאס אויך זילבע?)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:03 pm

ר' זארעך יקירי,

איך ווארט מיט שפאנונג ווען דער געערטער יידישיסט אונזער לערער וועט קומען זאגן א פרישע לעקציע אין הל' זילבעס, וואס וועט פילייכט פארענטפערן אלע; דיינע, מיינע און אונזערע ספיקות און פראגעס.

ביני לביני וועל איך פרובירען צו זאגען מיין מיינונג אינעם נושא וועלכע איז באזירט אויסדריקליך אויף 'עניות דעתי' וועל מיר זעהן וואס אנדערע זאגן דערויף.

אויף ענגליש איז פארהאן א ווארט Syllable וואס איך מיין אז דאס איז די זעלבע ווי חתן-דנן הרב 'זילבע'. והוא, אז יעדע אפטיילונג פון א ווארט וואס לויפט אויף איין דירעקציע ווערט אנגערופען א 'זילבע' (לדוגמא דאס ווארט 'זיל-בע' פארמאגט צוויי זילבעס)

פון דעם זעלבן שורש איז אויף אידיש פארהאן די צוויי ווערטער 'פארזילבע' און 'נאכזילבע' וועלכע ווערן גערופען אויף ענגליש 'פריפיקס' און 'סאפיקס' וואס דער באדייט דערפון איז א 'נספח' צו אן עזעסטירנדן ווארט וואס דערמיט ווערט דער ווארט געטוישט מיינונג און באגריף.

ארויפ-גיין, אראפ-גיין, ארויס-גיין און אריינ-גיין, זענען טאקע אלע ווערטער וואס דער עצם ווארט 'גיין' האט באקומען א 'פארזילבע' (ארויף, אראפ, אריין, ארויס) וואס דער פארזילבע זעלבסט איז א ווארט פאר זיך, אבער אין די פאל איז עס משמש אלס א פארזילבע, און קאנטראסט צום נאכזילבע 'ליך' (וואס מיר האבן זוכה געווען צו א באזונדערע אשכול) וואס פאר זיך אליינס איז ער נישט קיין ווארט.

מיר רעדן דא פון דעם אז אנשטאט צו שרייבן באריכות מיט צוויי ווערטער (הלך החוצה) קומט דער חכמה פון זילבעס און מאכט דערפון איינס (ארויסגעגאנגען) הגם דאס מאל סעיווט עס נאר א 'ספעיס' צווישן 'ארויס' און 'געגאנגען' אבער צומאל סעיווט עס א ווארט און אפי' מער (אויס-גיין, איינ-גיין, צו-גיין, בא-גיין וכדו')

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:42 pm

א יישר כח הער מיללער פאר דיינע ערקלערונגען.

היות איך בין דאך ממש א גרינער דערין, ממילא וועל איך מוזן מקבל זיין דבריך כמו שהיא. ווייל, אין אמת געשמוסט פארשטיי איך נישט פונקטליך דיין הסבר.

ביי נאכזילבעס גיב איך דיר רעכט. אבער, אונזער דיון איז דאך לגבי פארזילבעס, וואס טאקע אט ביי דעם האב איך געשטעלט מיינע פראגעס. עס זענען פאראן פארזילבעס וואס דו האסט הונדערט פראצענט רעכט, א שטייגער ווי די דוגמאות פונעם נמשל ביי דאס ווארט 'שטיין', אבער דא ביי דעם ווארט 'גיין' איז די מעשה גאר אנדערשט, וטאקע על כוונה זו פתחתי הדיון.

דאס ביסטו איינמאל מודה אז ביי אריינגיין/ארויסגיין איז דער גאנצער אויפטו בלויז א 'ספעיס', זאגסט נאר אז ביי איינגיין, איינשטיין, אויסגיין וכו' וכו', דארט וועט שוין כאפן א חידוש אינעם פארזילבע. איך בין נישט אין דער גוסטע פון גיין איינס בייאיינס (פארזילבע...) און דיר איבערצייגן אז די אלע ווערטער האבן אין היברעאיש (און צומאל אין אידיש אויך) א טערמין פאר זיך. למשל, 'אויסגיין' איז אין העברעאיש 'גוע', 'איינגיין' – 'הסכים', אא"וו. איך וואלט זיך אפילו ערלויבט צו זאגן פארקערט, אז די זילבעס זענען געשאפן געווארן אין די פעלער טאקע מחמת איר ארעמקייט אין ווערטער. במקום וואס אין אנדערע שפראכן האבן די אלע אויסדריקן א באשטימט ווארט פאר זיך, מוז מען אין אידיש נעמען א ענדליך ווארט, וואס דער משמעות הערט זיך אן ענדליך צום ענין, און צושטעלן דערצו א פארזילבע.

א ראי' האסטו פון די אלע עבר/עתיד נוכח/נסתר אויסדריקן, וואס אין לשון קודש זאגט מען הלכתי, הלכת, אלך וכדומה, בעת ווען אין אידיש, צוליב דאס ארעמקייט אין אויסדריקן, קומען זיי געזאגט און צוויי און צומאל אין דריי באזונדערע ווערטער. הלכתי – איך בין געגאנגען, אלך - איך וועל גיין. די פלא איז נאר, פארוואס האט מען פון די עבר/עתיד און נוכח/נסתר אויסדריקן נישט געשאפן דערפאר א 'זילבע', כלומר דאס געמאכט פאר איין ווארט תחת הטערמין של איזה זילבע או שם אחר.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:27 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:ערשטענס, וואס איז דער שורש פון דעם ווארט 'זילבע'? ווי קומען די בייג פאר/נאך, וועלכע טוען באצייכענען די פעולות פון א ווארט, צום טערמין פון 'זילבע'?

איך וויל נישט אריינרעדן אין א מקום וואס באלאנגט נישט צו מיר, אזוי ווי הרב מסקרענטאן האטש שוין ערווענט.
מיללער האט געשריבן:
איך ווארט מיט שפאנונג ווען דער געערטער יידישיסט אונזער לערער וועט קומען זאגן א פרישע לעקציע אין הל' זילבעס, וואס וועט פילייכט פארענטפערן אלע; דיינע, מיינע און אונזערע ספיקות און פראגעס.

און איך בין פולשטענדיג מסכים אז הער יידישיסט איז דער בקי נפלא בינינו וואס איז בלי ספק דער ריכטיגער פערזאן קלאר צו מאכן די פארצווייגטע עניינים, אבער פון דעסנט וועגן וועל איך זאגן וואס מיר ליגט אויפן מאגן, בפרט, ווי עס ליגט מיר אין קאפ האט הער יידישיסט מתחלה כלל נישט גענוצט דעם ווארט "זילבע" נאר אנשטאט האט ער גענוצט "טיילכל".

איז אזוי, איך האב דאס ערשטע מאל באגעגנט דאס ווארט "זילבע" אין "מעלות", וואס באמת איז דאס א ריין דייטשע ווארט SILBE א צווילינג מיטן ענגלישן ווארט Syllable וואס הרב מיללער האט שוין ערווענט.
און אויף אן אמת איז מיר תמיד שווער געווען דאס ענין, ווייל אין ענגליש איז דער באדייט פון "סיליבעל" "א תנועה\הברה" דאס הייסט אן ארויסזאג, צב"ש דאס ווארט "זיל-בע" איז צוויי סיליבעלס, ווי מיללער האט שוין ערווענט, איז לכאורה אין דייטש "סילבע" דאס זעלביגע, אם כן, איז מיר תמיד קשה געווען אויף רעביצין א. כ"ץ שתליט"א [וואס איז אגב דער טיילווייז בארעכטיגטע אומגעקרוינטע קעניגן פון אידיש אינעם היינטיגע עפאכע, (לפי רוב אינטעליגענציע און גלייכע פארשטאנד וואס דער באשעפער האט אין דעם פערזענליכקייט אריינגעשטעלט איז עס מיט רעכט, אבער נאך אלעמען מיינט עס "מלך פורץ גדר" וואס דארף קיינעם נישט געבן קיין דין וחשבון ווען ער איז מחליט, והבן לענייננו...)] פארוואס די יעניגע האט אפגעמאכט אז די אידישע "זילבע" איז די באדייט פון א צוטשעפע צו א עקזעסטירנדע ווארט, בעת וואס די דייטשע "סילבע" איז איינס און די זעלבע מיט די ענגלישע "סיליבעל" וואס באדייט א "תנועה", ועוד קשה, וועלכע ווארט בלייבט רעזערווירט אין דייטש פארן ענגלישן "סיליבעל" אויב האט מען שוין אויסגעכאפט דעם "סילבע".
און באמת, אין איינע פון די לעצטע בענדער פון מעלות, האט די פלונית תחי' מחדש געווען אז אין אידיש במקום דעם ענגלישן "סיליבעל" וועט מען ניצן "סילאבע"! גיי פרעג קשיות... מעגליך אז דאס האט עפעס א יסוד אין דייטש, אבער פאר דעם מוז איך שוין ווארטן אויף הער יידישיסט וואס דארט איז ער ידו על עליונה... אבער בכל אופן אפילו מ'וועט אויסטרעפן - ענליכס צו סילאבע - אין דייטש, בלייבט א פלא, דאס וואס די יעניגע האט אוועקגענומען דעם דייטשן "סילבע" [וואס באדייט די ענגלישע "סיליבעל"] און צוגעטיילט פארן טיילכל וואס איז א צוטשעפע צו א ווארט, בעת פארן מקורית'דיגע דייטשע "סילבע" וואס איז דער איבערטייטש פון "סיליבעל" אין ענגליש, האט מען מחדש געווען א נייע נאמען, ויקרא שמו בישראל "סילאבע"...
[נ.ב. איך קום נישט ח"ו מזלזל זיין אין די הערליכע ריינע אויסגאבע "מעלות" וואס איז א ריכטיגע סימבאל פון ערליכקייט וואס גייט גלייכצייטיג סינאנים מיט א באלאנס פון גלייכע פארשטאנד, איך קום נאר זאגן וואס ס'איז מיר שווער און דעם נושא, און אדרבה, ווער עס האט געדולד און אפשרייבן אין א בריוו צו "מעלות" די אויבערדערמאנטע, וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין, און אז ער וועט מיר שיקן אין אישית, האב איך נאך אסאך שטאף צו שיקן צו די מעלות, הערות וכדו', נאר מחמת וואס זיי נעמען נישט אן קיין פעקס, קומט מיר אן זייער שווער צו שיקן].
לעצט פאראכטן דורך אינטעליגענט אום דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:52 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:
צווייטנס, בשייכות צו דער אויבנגעברענגטער תגובה. ווי איך זע איז דער משל נישט ממש דומה לנמשל. דער כניסה/יציאה משל איז אביסל אנדערשט און איז נישט ממש דומה צום נמשל, וועלכער איז געצילט צו אן ערקלערונג איבער דעם באדייט פון דעם ווארט 'שטיין'. רוב פון די 'זילבעס' וועלכע ווערן דערמאנט אינעם משל פון כניסה/יציאה, וואלט איך גיכער אנגענומען אז דאס זענען א שמאלץ פון צוויי 'גאנצע' ווערטער ווי איידער א 'זילבע'.

אריין/ארויס שפאצירט, אריין/ארויס געלאפן אא"וו, די אלע ווערטער זענען אין אמת'ן צוויי ווערטער, וועלכע איינס טוט באצייכנען די פעולה פון כניסה/יציאה – אריין/ארויס, און דאס צווייטע קומט צו באצייכענען דעם אופן וויאזוי די פעולה איז געטון געווארן; צב"ש בריצה או בנחת אין העברעאיש, און געגאנגען אדער געלאפן אין אידיש. דאס טייטש בסך הכל דער חילוק אז אין אידיש קומען די צוויי אויבנדערמאנטע געזאגט: "אריין/ארויסגעגאנגען, אריין/ארויסגעלאפן", און אין העברעאיש וואלט מען זיי געזאגט: "נכנס/יצא בריצה נכנס/יצא בנחת". דער גאנצער חילוק וואס איך זע דערין איז, אז אין העברעאיש זאגט זיך עפעס נישט צוזאם די צוויי ווערטער פון 'נכנס-בריצה' אזוי גוט ווי אין אידיש דאס אריינ-געלאפן. (אפשר טייטש דאס אויך זילבע?)

מיר איז אויך שווער געווען דברי יידישיסט אין דעם ענין, ווייל גאנץ רעכט ווען די דיון זאל זיין צב"ש "שטעלן" וואס ניצט א רייע מיט זילבעס צו שאפן נייע טערמינען צב"ש אויפשטעלן אפשטעלן וכו', פאסט זיך צו זאגן ביחס צו זיי אז אויך דער "אריינ-שטעלן" איז א זילבע, ווידעראום אבער ווען עס קומט צו "אריינ-גיין אריינ-שפאצירן [אגב, לכאו' גייט דאס שפאנ-צירן מלשון שפאנען, און די "ירן" זילבע איז ווי שפיאנ-ירן, פראב-ירן, וכו', און דער "צ" איז לכאו' ארייגעפאלן שלא במקומו ווי פול אנדערע פעלער] אריינלויפן וכו'" און מ'וויל דן זיין אויף די פארשידנארטיגע אופנים וויאזוי דער "אריין" קען זיך אפשפילן, דאן ווערט דאס לכאו' באטראכט ווי צוויי באזונדערע ווערטער, כאטש אויב מ'וועט דן זיין כלפי אריינגיין, אויסגיין, צעגיין, וכו" וועט זיך יא פאסן צו זאגן ביחס להם, דאס אויך דער "אריין" איז א זילבע, אנדערש ווי די ווערטער-טיילן וואס ווערן קיינמאל נישט באניצט ווי א זעלבסטשטענדיגע ווארט, צב"ש: 'יג, 'יש, גע', דער', פאר', 'ונג, 'ליך, ועוד, וואס די זענען שטענדיג א זילבע.
לעצט פאראכטן דורך אינטעליגענט אום דינסטאג דעצמבער 16, 2008 6:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:59 pm

יידישיסט האט געשריבן:די העברעאיש-באנוצער מוזן זיך באגיין אן אזעלכע ווערטער ווי "צושפרינגען ווערן", "זיך צופליען", אדער "זיך צורעדן", ווער רעדט נאך פון זיך "דורכשמועסן". אז א איד איז אין אן עת צרה חלילה און ער איז מיואש דאן "צעוויינט ער זיך", "צעכליפעט זיך". ביז ווען וועט ער נעבעך וויינען? ביז ער וועט זיך "אויסוויינען" (אויפ'ן היינטיגן העברעאיש האבן זיי פרובירט צו ערזעצן אט דאס הערצליכע ווארט מיט דעם ווארט "התבכיין" - זיך אויסגעוויינט). ווער רעדט שוין פון דעם "צופלויגענעם" שכן, וואס אויף אים איז גאר קיין ווארט נישטא אויף העברעאיש, און זיכער נישט מיט דעם חן. און נישט פארגעסן, אויך "צעווערטלען" קען מען זיך נישט אויף העבראיש (אך און וויי, אויך מיר אידן...).


נאר א קליינע הערה: לפי פסקי הרבנית מ"מעלות", גייען די אלע ווערטער - וואס ווערן דא אויסגערעכנט - מיט אן עי"ן, דהיינו: צעשפרינגען ווערן, צעפליען, צערעדן, צעפלויגען, וכו', וואס לפי וואס זי תחי' איז משער איז דאס נשתרבב געווארן פונעם דייטשן פארזילבע "צער" וואס דייט אן "צער-טיילונג", און אויף דעם שניט זענען אלע אויבערדערמאנטע ווערטער, [צעשפרינגען, צעפליען, זענען דאך פשוט, "צערעדן" איז ווארשיינליך דער ענין מכח ווייל עס גייט ארויס פון קאנטראל, עס טיילט זיך פונעם מענטש'ס קאנטראל, וזה פשוט].

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:42 am

האמת אגיד,
דער עיקר כוונה מיינער איז געווען אז דער קריינא דאיגרתא הבקי היידישיסט יר"ה זאל זיין כפרוונקא, און ארויפקומען אויפן פאדיום מיט א הסבר אויף זיינע באהויפטינגען, דערווייל האבן מיר סטודענטן זיך גענומען פרובירען דן זיין כתלמיד הדן און זאגן מיינונגען אין די 'זילבע' טעמע, והשתא דאתי להכי אימר בה מילתא.

זארעך,
דיין קשיא כלפי לשה"ק ווי מיט איין 'אות-השימוש' קען מען מהפך זיין א ווארט מהמשמעות סיי פאר א ווארט (ב'אברהם, ה'אברהם, ו'אברהם, כ'אברהם, ל'אברהם, מ'אברהם, ש'אברהם וכדו') און סיי נאך א ווארט (לי, לו , לה, לך וכדו') וואס אויף אידיש איז דאס נישטא. דאס איז אלעס אמת אין דאס איז די אייגנארטיגקייט פון לשה"ק.

לעומת זה האט אידיש (קען זיין מחמת ארעמקייט אינעם שפראך ווי איר ערווענט) דער ענין פון פאר-זילבעס און נאכ-זילבעס, וואס מ'טרעפט נישט אין לשה"ק, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

אינטעל.,
דאס וואס איר זענט ארויס בחרב ובחנות קעגן הרבנית ממעלות יצ"ו תליט"א, קען צוגעשריבען צו אונזער אלטע מחאה (קרעמער; א לינק ביטע) קעגן די מעלות און זייער אייגן-געשאפענע סאטאוס פון די אידיש-טאטעס (מאמעס..).

איך זעה נישט פארוואס דער זעלבער 'זילבע' קען משמש זיין סיי אלס א פאר-זילבע און סיי אלס 'סיליבעל', הגם א פאר-זילבע אליינס קען געשאפן ווערן פון צוויי 'סיליבעלס', איז עס אבער א שמם-המושאל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:58 am


אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:18 pm

מיללער האט געשריבן: אינטעל.,
דאס וואס איר זענט ארויס בחרב ובחנות קעגן הרבנית ממעלות יצ"ו תליט"א, קען צוגעשריבען צו אונזער אלטע מחאה (קרעמער; א לינק ביטע) קעגן די מעלות און זייער אייגן-געשאפענע סאטאוס פון די אידיש-טאטעס (מאמעס..).

הער מיללער, איך מיין דו האסט מיך נישט ריכטיג פארשטאנען, איך בין ח"ו נישט ארויס געקומען קעגן "מעלות", איך האב בדוקא עורך געווען מיין ערשטע רעאקציע מחמת וואס ס'איז געווען געשריבן אין א צורה וואס מ'קען זיך טועה זיין לזלזול, ס'איז אמת אז ס'איז אומבא'טעמ'ט אדער אפילו אומ'יושר'דיג זיך אונטערווארפן אונטער א זעלבסט געקרוינטע שפראך-פאן-טרעגערין, אבער מאידך גיסא הערשט היינט א מצב וואס יעדער שרייבער פירקלט אנע כללים און אנע נוצבארע אידישע ווערטער וואס פארקורצן לאנגע זאצן, אדער ווי אנדערע ווילן עס רופן "הויכשטאפלערישע" ווערטער, אזוי אז פול נוצבארע ווערטער און אפילו טערמינען פאלן ארויס פון אידיש, און אין דעם הינזיכט האט הרבנית ממעלות געבראכט א היבשע תיקון, עס ווייזט פאר אלעמען דאס מ'ברויך נישט זיין קיין יידישיסט צו אנערקענען אז אונזער מאמע-לשון איז רייך סיי מיט געשמאקע אויסדרוקן, סיי מיט קלארע כללים, און אזוי אויך מיט קורצע ווערטער וואס אנטהאלטן אסאך, נעם פאר א דוגמא דאס וואס איך האב ערווענט בנוגע דעם זילבע "צע", איך האב באמערקט דאס זינט די מעלות האט מחדש געווען דעם ענין, האבן פול שרייבער אנגעהויבן ניצן דעם "צע" וואו עס באלאנגט [און אויך וואו נישט...], וואס איך מיין צו באהויפטן איז, דאס וויבאלד ס'איז נישטא קיין באזע וואו מ'זאל קענען אנצייגן "אט אזוי דארף מען שרייבן", [אודאי איז דא פארצייטישע כללים, אבער מ'קען נישט גיין מיט קאפ אין וואנט, זאכן טוישן זיך מיט אמעריקאניזירן ווערטער וכדו', און דאס דארף האבן אנווייז-שטריכן בכדי מ'זאל נישט פארפארן], א"כ אפילו לאמיר זאגן אז מעלות איז מחדש מכרס דברים חדשים וואס מוזן נישט זיין אלעמאל וואר, און האט פיל מאל שוואכע גרונדן, אבער סוף כל סוף, אויב רוב היימישע אידיש רעדנדע האלטן זיך צו איין מהלך, טייטשט דאס אז דאס ווערט באמת די היינטיגע אנגענומענע אידיש, נו וואס איז די פראבלעם?

מיללער האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דער זעלבער 'זילבע' קען משמש זיין סיי אלס א פאר-זילבע און סיי אלס 'סיליבעל', הגם א פאר-זילבע אליינס קען געשאפן ווערן פון צוויי 'סיליבעלס', איז עס אבער א שמם-המושאל.

ס'איז גאנץ מאדנע צו זאגן דאס אין רייכן דייטשע שפראך [דער מוטער פון אידיש און אויך אין מערסטנטייל פון ענגליש] זאל מען דארפן בארגן פון שכנים אזעלכע נויטיגע ווערטער.
ועוד, אויב די מעלות האט אפגעמאכט אז דער ענגלישע סיליבעל וועט באקומען איר נאמען אין אידיש "סילאבע", איז לכאו' דער מקור פון דייטש, נו מאך דעם חשבון, דער דייטשע זילבע וואס דאס איז דער פארטייטשונג פונעם ענגלישן "סיליבעל" האט מען אויסגעבארגט פאר פאר\נאך-זילבע, און ווען עס קומט צום בעה"ב אליין, דהיינו ווען דער סילבע וויל זיך באנוצן פאר זיין אייגענע געברויך [אזוי ווי סיליבעל אין ענגליש] דאן שאפט מען אים א נייע ווארט "סילאבע"? הלזאת "מושאל" יקרא? און אויב איז דער סילאבע גארנישט קיין דייטשע ווארט, דאן איז דער אבסורד נאך גרעסער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:13 pm

איך זעה דאך אז אונזער באגאבטער פראפעסאר איז אויף אורלויב וועל איך מיך ערלויבן צו ברענגען נאך טרוקענע 'זילבע' דוגמאות בעת וואס איך טוה נאך האפן אויפן אומקער פון יידישיסט ווי ער וועט ערקלערן די יסודות.

רעדן
רעד,רעדט, רעדן, גערעדט
אויסרעדן, איינרעדן, בארעדן, צורעדן,
רעדע, רעדנער

זאגן
זאג, זאגט, זאגן, געזאגט
אויפזאגען, צוזאגען, אויסזאגען, צוזאגען, פארזאגען, מיטזאגען

גיין
גיי, גיין, גייט, געגאנגען
אויסגיין, איינגיין, באגיין, צוגיין, פאָרגיין, פאַרגיין (דעם אפעטיט), נאכגיין, מיטגיין, (ארויפגיין, אראפגיין, ארויסגיין, אריינגיין)
גאנג, גייער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 6:22 pm

מיללער, ''צוזאגן'' קאסט נישט קיין געלט, און אז עס איז אומזינסט נעמט מען צוויי?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 12:32 am

מיללער, ''צוזאגן'' קאסט נישט קיין געלט, און אז עס איז אומזינסט נעמט מען צוויי?


ליישב דברי הרב פיות [מיילער] שליט"א דאית צוזאגן ואית צוזאגן,

פירוש

1) בדרך הבטחה, איך קען דיר צוזאגן אז אונז גיימיר געווינען...

2) בדרך ביאור, ער מיינט צוזאגן. לאמר, אזוי צוזאגן...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 9:46 am

פארשלאפן,
איך האב מיך טועה געווען און נישט געהאט קיין ספעציעלע כוונה דערביי, אבער טאמער איז דערפון ארויסגעקומען אז איר זאלט מאכן שמייכלען, מיר און נאך אנדערע אידן, האט זיך אלעס געלוינט און איך וועל עס טאקע נישט מעריך זיין.

זיידעניו,
לא לזה התכוונתי, איך מיין אז אויב וויל מען זאגען "ער מיינט צו זאגען" טיילט מען אפ דעם 'צו' פון דעם 'זאגען' און עס איז נישט קיין 'פארזילבע', די טעם איז פשוט ווייל עס איז נישט משנה דעם באדייט פון דעם עצם ווארט 'זאגען' אזוי ווי ביי 'צוזאגען=הבטחה' ווי דער עצם 'זאגען' ווערט ארויסגענומען פון קאנטעקסט, ודו"ק.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 11:28 am

טוהן
טוה, טוהן, טוט, טוהער,
אפטוהן, אויפטוהן, אנטוהן, אויסטוהן, אריינטוהן, פארטוהן, נאכטוהן, מיטטוהן, צוטוהן,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 12:58 pm

זיידעניו האט געשריבן:טוהן
טוה, טוהן, טוט, טוהער,
אפטוהן, אויפטוהן, אנטוהן, אויסטוהן, אריינטוהן, פארטוהן, נאכטוהן, מיטטוהן, צוטוהן,


וואס מיינט 'מיטטוהן'?

אגב, עס איז דא וואס לייגן אויס דעם ווארט 'טאן'.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 3:13 pm

טוהן א זאך בשותפות, כמו: מיטגעטוהן מיט אים טריט ביי טריט, דו זאלסט מיטטוהן מיט יעדען וואס יעדער טוט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 4:43 pm

איך האב ניכנישט געזעהן געשריבען אזא אויסדריק, אבער אז איר שרייבט מן-הסתם האט איר עס געלייענט ערגעצוואו.

(דאס אז מענטשן זאגן עס, איז נישט קיין ראי', קודם אפשר איז עס צוויי ווערטער, און קען זיין אז ליטעראטוריש איז עס נישט אויסגעהאלטן)

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:38 am

מיללער שרייבט:
איך זעה דאך אז אונזער באגאבטער פראפעסאר איז אויף אורלויב


קודם כל א שיינעם דאנק הרב מיללער פארן עפענען דעם אשכול, ממש וואונדערבאר! א דאנק איז נישט דאס ווארט, דאס איז גאר א פיינער נושא וואס מען קען אקערן דערין כמעט אן א סוף. איך קען נישט גלייבן אז איך האב דאס ביז יעצט נישט באמערקט (איך האב ווייזט אויס געעפנט שטענדיג דעם פארום דורכ'ן קליקן אויף "ווייז דיינע הודעות" אנשטאט אריינצוגיין נארמאל). ווען איך וואלט ווען געוואוסט וואס דא גייט פאר וואלט איך אוודאי מבטל געווען מיינע וואקאציע -פלענער. איך וואלט טאקע געוואלט בעטן אז אויב עס פאסירט נאכאמאל אן ענליכע זאך זאל מיר עמיצער שיקן א פריוואטע הודעה. געווענליך קוק איך כסדר צו עס זענען פארהאן נייע אינטערעסאנטע אשכולות, אבער ווייזט אויס אז איך האב דאס דאך פארזעהן. איך וועל פרובירן יעצט אנצויאגן וואס איך האב פארפאסט:

די שאלות פון זארעכפעפער זענען מער-ווייניגער פארענטפערט געווארן דורך הרב מיללער, תשוח"ח לו. ביי דעם ענין פון די זילבעס האט זיך דער שמועס אויסגעברייטערט, איך ווייס נישט צו עס איז נאך געבליבן עפעס צו רעאגירן, אבער עס שאדט נישט צו פרובירן.

מיללער שרייבט:
אויף ענגליש איז פארהאן א ווארט Syllable וואס איך מיין אז דאס איז די זעלבע ווי חתן-דנן הרב 'זילבע'. והוא, אז יעדע אפטיילונג פון א ווארט וואס לויפט אויף איין דירעקציע ווערט אנגערופען א 'זילבע' (לדוגמא דאס ווארט 'זיל-בע' פארמאגט צוויי זילבעס)


אזוי שרייבט אויך אינטעליגענט
איך האב דאס ערשטע מאל באגעגנט דאס ווארט "זילבע" אין "מעלות", וואס באמת איז דאס א ריין דייטשע ווארט SILBE א צווילינג מיטן ענגלישן ווארט Syllable וואס הרב מיללער האט שוין ערווענט.
און אויף אן אמת איז מיר תמיד שווער געווען דאס ענין, ווייל אין ענגליש איז דער באדייט פון "סיליבעל" "א תנועה\הברה" דאס הייסט אן ארויסזאג, צב"ש דאס ווארט "זיל-בע" איז צוויי סיליבעלס, ווי מיללער האט שוין ערווענט, איז לכאורה אין דייטש "סילבע" דאס זעלביגע,


דאס איז ריכטיג. דאס ווארט "זילבע" באדייט "א הברה", און ממילא איז יעדעס ווארט צוזאמגעשטעלט פון פיל זילבעס, כאטש טאקע דאס ווארט קען נישט צוטיילט ווערן אויף קיין פאל. דאס ווארט "זילבע" מיינט נישט קיין "סופיקס/פרעפיקס", נאר ענדערש דער "סופיקס/פרעפיקס" אליין איז א זילבע. איך האב דאס טאקע גערופן מתחילה מיט פארשידנארטיגע נעמען צוליב דעם פראבלעם, ביז איך האב מיך צום סוף אונטערגעגעבן צו דעם נאמען וואס עס האט דא באקומען אין דעם פארום.

אינטעליגענט האט דערויף געשריבן:
און איך בין פולשטענדיג מסכים אז הער יידישיסט איז דער בקי נפלא בינינו וואס איז בלי ספק דער ריכטיגער פערזאן קלאר צו מאכן די פארצווייגטע עניינים, אבער פון דעסנט וועגן וועל איך זאגן וואס מיר ליגט אויפן מאגן, בפרט, ווי עס ליגט מיר אין קאפ האט הער יידישיסט מתחלה כלל נישט גענוצט דעם ווארט "זילבע" נאר אנשטאט האט ער גענוצט "טיילכל"
.

אינטערעסאנט אז איינער האט באמערקט אז איך האב עס אין אנהויב גערופן טיילכל. למעשה, האב איך אליין נישט געוואוסט גענוי וואס א ווארט צו נוצן, ווייל כאטש טאקע דאס ווארט "זילבע" איז גאנץ זיכער נישט דער ריכטיגער אפטייטש, האב איך נישט געוואוסט וויאזוי יא צו זאגן. דאס ווארט "טיילכל" האט נישט קיין מקור צו נוצן אויף דעם פאל, עס מיינט פשוט "א קליינער טייל", און איך האב געמיינט דערמיט אנצורופן דאס "זילבעלע" וואס איז א קליינער טייל פונעם ווארט. א "פארזילבע" האב איך גערופן "א פאָרטייל" אדער "פריערטייל" (אדער עפעס ענליכס) און א "נאכזילבע" האב איך גערופן "אן ענדטייל".
יעצט לגבי דעם ווארט "טיילכל" בין איך נישט זיכער צו דאס איז רעכט צו ווערן אנגערופן אזוי, וויבאלד די זילבע (אין דעם באדייט ווי מיר נוצן עס דא) איז איינפאך א טייל פונעם ווארט, און נישט דווקא א "קליינער טייל". אפשר די זילבע "ליך" איז טאקע נישט מער ווי "א טיילכל" (טאקע נישט מער ווי "א הברה", - איין זילבע), אבער וואס טוט זיך מיט "דעמא-קראטיע", אדער "איבער-לויפן", וואס עס איז ענדערש "א טייל" פונעם ווארט, און נישט דווקא "א טיילכל" (א ווארט וואס ווערט באנוצט צו באצייכענען די מאלעקולן פון וואס יעדער געגנשטאנד איז צוזאמגעשטעלט).

איך האב דעריבער באשלאסן שפעטער עס צו רופן "א ווערטל" (א קליין ווארט), אלס אן איבערזעצונג פונעם ווארט "מילית" אויף העברעאיש וואס באצייכנט אזא ערשיינונג. דאס וואלט אפשר געקענט זיין א פיין ווארט, ווען נישט וואס מען וואלט געקענט מיינען אז איך רעד פון א "גוט-ווארט", וואס מיר רופן "א ווערטל" (א קליין ווארט). איך האב דעריבער – נישט האבנדיג קיין אנדערן אויסוואל – געמוזט אננעמען דאס ווארט וואס מען האט דא פארגעלייגט. און כאטש טאקע וואס דאס ווארט "זילבע" מיינט אויסדרוקליך "א הברה", איז דאך דאס געווענליך אזוי, אז דאס "ווערטל/טיילכל" איז נישט מער ווי א זילבע. נו, אויב אזוי קען מען דאך רעדן פון דער זילבע "ליך", און פון דער זילבע "אפ", אן דעם וואס מען זאל האבן געזאגט ליגנט. אויב אזוי וואלט מען דאס געקענט דורכשטופן ווילאנג מ'האט נישט קיין אנדער ווארט דערפאר. עס איז אבער קלאר אז מען קען אזוי נישט אנגיין צו לאנג, און אוודאי עס נישט נוצן אפיציעל, וויבאלד עס מיינט נישט דאס, און מען קען נישט זיין 'חויזק'. אלזא, אנשטאט די ווערטער "פארזילבע/נאכזילבע" וואלט מען דאך פשוט געקענט זאגן "פארטייל/ענדטייל" (ענליך צו העברעאיש "תחילית/סופית", אדער ווי אויף לאטייניש "פרעפיקס/סופיקס"), דער פראבלעם איז נאר מיט א ווארט וואס זאל באצייכענען "דאס ווערטל/טיילכל" אליין, אן דעם וואס מען זאל דארפן מגדיר זיין צו עס איז די רעדע פון א פארטייל אדער ענדטייל.

למעשה אזוי-ווי הרב מיללער האט אויפגעברענגט די לאטיינישע טערמינען פאר דעם ווארט "פרעפיקס/סופיקס" האב איך געזעהן אז אויך אין די יידישע און דייטשע ווערטערביכער זענען דאס די באשטימטע טערמינען פאר די ווערטער. יעצט, עס איז אוודאי קלאר אז פונקט ווי נאך אנדערע הונדערטער און אפשר טויזנטער אינטערנאציאנאלע ווערטער וואס זענען לאטייניש-אפשטאמיגע, האבן דאך די ווערטער אוודאי אויך רעכט צו פיגורירן אלס אינטערנאציאנאלע און זיך אהערשטעלן אויך אלס די דייטשע און יידישע ווערטער פאר דער זאך. עד היום איז מיר פשוט נישט איינגעפאלן צו עפענען דאס ווערטערבוך צו זעהן וויאזוי זיי דעפינירן דאס (אינטערעסאנט איז וואס איך האב געטראפן ביים ווארט "סופית" אז דער טייטש וואס ער גיט אן "סופיקס" איז געווען אויסגעשטראכן מיט א בליי, און איך האב אמאל דארט צוגעשריבן "ענדגילטיג". איך האב דאס ווייזט אויס געטון אלס בחור מיינענדיג אז דאס ווארט "סופיקס" איז א צוזאמשטעל פון לה"ק-יידיש [פון דעם שורש פונעם ווארט "סוף – ענדע" אויף לה"ק], און דער זעצער מיינט דערמיט דאס ווארט "ענדגילטיג" [דער ענדטייל "יקס" האב איך פארשטאנען ווי אינעם ווארט "ריכטיק" וואס ווערט אזוי אויסגעלייגט אינעם רוסיש/פוילישן יידיש. אזוי האט מען אויך געקענט מאכן פון "סופית" – סופיקס, דער ס' קען זיין ווי אינעם ווארט "גוטס"]. דען דאס איז דאך קלאר אז דאס ווארט "סופית" קען אויך גענוצט ווערן אלס אדווערב (תואר הפועל) וואס באדייט "ענדגילטיג", נאר אין דעם פאל האט דאס גאר קיין שייכות נישט געהאט מיט דעם, און עס האט גראדע געמיינט א "שם תואר" (שם עצם) פון א זאך וואס הייסט "סופית" – מיינענדיג דעם לאטיינישן "סופיקס". עס איז טאקע א פעלער פון דעם ווערטערבוך וואס עס ווערט גארנישט דערמאנט דער צווייטער – און אפילו מער נוצליכער – באדייט פונעם ווארט "סופית" אלס אן אדווערב וואס באדייט "ענדגילטיג"). לויט דעם וועט מען רופן דאס "ווערטל/טיילכל" מיט'ן נאמען "אַפיקס" ווי דאס הייסט אויף לאטייניש, און "פרעפיקס/סופיקס" (וואס האט למעשה ווארשיינליך נישט קיין שייכות מיט'ן העברעאישן "סוף", וויבאלד דער "פ" פון "סופיקס" איז פונעם שורש פון "אפיקס", און דער "סו" אליין באצייכנט דעם "סוף") אלס "פארטייל/ענדטייל".

איך האב אבער דאך באשלאסן צו זוכן א מער יידישליך ווארט צו זעהן צו עס איז בנמצא, בפרט אז עס איז אזוי פשוט עס צו זאגן אויף יידיש – ווי אין די דערמאנטע דוגמאות – אז עס האט זיך מיר נישט געגלייבט אז מען זאל נישט קענען טרעפן ריינערע יידיש-דייטשישע ווערטער פאר די זאכן. אלזא, אין די ווערטער-ביכער האב איך טאקע נישט געפונען, אבער "יגעת ומצאת תאמין", און איך האב דאס געפונען אין א בוך פון נחום סטוטשקאוו וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך "ייווא" אונטער דער רעדאקציע פון מאקס וויינרייך. דארט האט ער אויסגערעכנט כל-ערליי אויסדרוקן וואס קענען באנוצט ווערן פאר איין זאך. איך האב דעריבער געזוכט אונטערן קעפל "שפראך" אדער "גראמאטיק", און דארט ברענגט ער אזעלכע ווערטער ווי "פאָרשטעל", "פאָרטראַף", צו דער זייט פון "פרעפיקס", און נאָכשטעל, נאָכטראַף, צו דער זייט פון "סופיקס". פארן ווארט "אפיקס" גיט ער אויך אן דאס פשוטע ווארט "צושטעל". (דאס ווארט "טראַף" מיינט אייגנטליך "א הברה", סינאנים צו "א זילב". לויט דעם קומט אויס אז דאס ווארט "נאכטראף/פארטראף" איז סינאנים צו "נאכזילבע/פארזילבע". לויט דעם קומט אויס אז "די מעלות" איז גאר נישט אזוי ארויס פון פלאץ, ווייל אויב נחום סטוטשקאוו מעג רופן אן "אפיקס" מיט'ן נאמען "הברה" – וויבאלד עס איז געווענליך א זילבע – מעג דאך "די מעלות" זיכער.)

ביז אהער איז פלפול, לגבי הלכה למעשה – שיינט אז עס איז ריכטיג זיך צו באנוצן מיט די לאטיינישע ווערטער וואס זענען אינטערנאציאנאל און עס איז נישט אנדערש פון רוב ווערטער וואס האבן צוטון מיט גראמאטיק – ווי דאס ווארט גראמאטיק אליין – וואס זענען לאטיינישע. די ווערטער "אדווערב", "אדיעקטיוו", "סובסטאנטיוו" (זאכווארט), "פראנאם", און טאקע דאס ווארט "זילבע" אליין, וואס איז א גריכישעס (אריגינעל אויף גריכיש "סילאבע"). איז וואס א חילוק צו מען נוצט "זילבע" אדער "אפיקס"? ווייל דאס ווארט זילבע האט שוין באקומען אן אייגענעם דייטשן פארעם? עס איז נאך אלס נישט מער ווי א גריכיש ווארט אין א דייטשע ווערסיע. נאר נאך אלעם באצייכנט "אפיקס" פיל פונקטליכער דאס וואס מיר מיינען ("אפיקס" מיינט "א באהאפטענער טייל", און נישט איינפאך "א הברה").

אינטעליגענט שרייבט:
און באמת, אין איינע פון די לעצטע בענדער פון מעלות, האט די פלונית תחי' מחדש געווען אז אין אידיש במקום דעם ענגלישן "סיליבעל" וועט מען ניצן "סילאבע"! גיי פרעג קשיות... מעגליך אז דאס האט עפעס א יסוד אין דייטש, אבער פאר דעם מוז איך שוין ווארטן אויף הער יידישיסט וואס דארט איז ער ידו על עליונה...


עס איז שוין ממילא קלאר געווארן דער ספק אויך אין דער באהאנדלונג ביז אהער. "זילבע" אויף דייטש מיינט אויסדרוקליך "א הברה" ווי דער ענגלישער "סיליבעל", און "סילאבע" איז דער אריגינעלער פארעם אויף דייטש. פארוואס "די מעלות" האט אזוי באשלאסן זיי אפצוטיילן איז ווי איר זאגט "גיי פרעג קשיות"... (ווי איר לייגט פאר וועל איך אפשר טאקע פרובן אריינשיקן די קשיות שריפטליך אויב עס וועט זיך מיר מאכן א געלעגנהייט, עס איז אבער נישט מוכרח אז עס איז פארהאן א תשובה דערויף).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:38 am

הרב אידישיסט אין שטיי און שטוין, ווי אזוי מען קען זיך איינקויפן אזא רבי'ן מיט פשוט אריינקוקן אין זיין תגובה, איך באלעק מיר מיט יעדע אות ותג פון דיר, איך האב עטליכע פראגן וואס כוועל בעזר ה' צוריק קומען דערצו,

און נאכאמאל א גראזיענדען יישר כח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:20 pm

יידישיסט,
איך וועל אייך זאגן דעם אמת, די אלע טעג וואס איך זעה אז איר זענט מגיב בתוכינו נאך אייער אומקער, צאפלט מיר דאס הארץ פארוואס האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו א געהעריגע תגובה איבער 'זילבעס' והמתסעף, ווען איך ווייס ווען אז מיר זענען איין 'אישית' אוועק פון אזא מאכטפולע רעאקציע, וואלט איך געוויס געטאן די פיצינקע זאך פון שרייבן א בריוועלע.

אייער תגובה האט זיך בעיקר באצויגן צום טייטש און מקור פונעם ווארט 'זילבע' און איר משפחה (פארזילבע/נאכזילבע) מיר ווערטן יעצט צו הערן מער איבער אייער באהויפטינג איבער די 'וועלט פון זילבעס' אז דאס אידישע שפראך פארמאגט אן אייגנארטיגקייט דערמיט וואס די פארזילבעס און נאכזילבעס דיריגירען די באדייט פון א ווארט וכדו'.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 9:49 pm

ס'געפעלט מיר ווי איר מאכט א גאנצע פשט'ל אויף א מעשה ילדות.

ילדות היתה בכם, איר האט כלל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט "סאפיקס", און איר האט געוואוסט פון ערגעץ אנדערש-ווי אז "סופית" איז די העברעאישע ווארט פאר "ענדגילטיג", האט איר זיך מיישב געווען און פארמעקט דעם מאדנעם "סאפיקס" און אנשטאט צוגעשריבן "ענדגילטיג", און מיט דעם געמאכט א החלטה סופית... עכ"פ אזוי האט איר געמיינט... יעצט האט איר ווידעראמאל באזוכט דעם בלעטל מיט עלטערע מוחין, און גאר אנדערש פארשטאנען פשט אינעם אויסגעקריצטן ווארט...

האב איך רעכט?

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 11:23 pm

גענוי דאס האב איך געשריבן אז דאס איז געווען דעמאלט מיין טעות, מיינענדיג אז פשט איז ווי אין דעם פשעטיל (איך האב נישט געשריבן יעצט פשט אויף דעמאלט, נאר דאס איז זיכער געווען דער מקור פון מיין טעות דעמאלט). עס איז אינגאנצן נישט וויכטיג צום ענין, איך האב עס נאר אגב דערמאנט, וויבאלד איך האב דאס אזוי געטראפן אין מיין ווערטערבוך. עס איז אבער טאקע א פעלער פון יענעם ווערטערבוך אז דאס ווארט "סופית" אלס אדווערב ("ענדגילטיג") ערשיינט גארנישט.

אגב, דאס ווארט "SUFIX" שרייבט זיך "סופיקס" מיט א ו' אזוי-ווי יעדער U וואס ווערט ערזעצט אויף יידיש מיט א ו' (נאר אזוי האב איך געקענט מאכן דעם דערמאנטן טעות, מיינענדיג אז עס איז די רעדע פונעם העברעאישן "סוף").

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 5:06 am

זארעכפעפער שרייבט:
דאס ביסטו איינמאל מודה אז ביי אריינגיין/ארויסגיין איז דער גאנצער אויפטו בלויז א 'ספעיס', זאגסט נאר אז ביי איינגיין, איינשטיין, אויסגיין וכו' וכו', דארט וועט שוין כאפן א חידוש אינעם פארזילבע. איך בין נישט אין דער גוסטע פון גיין איינס בייאיינס (פארזילבע...) און דיר איבערצייגן אז די אלע ווערטער האבן אין היברעאיש (און צומאל אין אידיש אויך) א טערמין פאר זיך. למשל, 'אויסגיין' איז אין העברעאיש 'גוע', 'איינגיין' – 'הסכים', אא"וו. איך וואלט זיך אפילו ערלויבט צו זאגן פארקערט, אז די זילבעס זענען געשאפן געווארן אין די פעלער טאקע מחמת איר ארעמקייט אין ווערטער. במקום וואס אין אנדערע שפראכן האבן די אלע אויסדריקן א באשטימט ווארט פאר זיך, מוז מען אין אידיש נעמען א ענדליך ווארט, וואס דער משמעות הערט זיך אן ענדליך צום ענין, און צושטעלן דערצו א פארזילבע.


"ארעמקייט"? כל-זמן מען קען זיך אויסדרוקן אן קיין פראבלעם איז פשוט נישט שייך צו זאגן אז עס ליידט פון ארעמקייט. צו איז אן אונטערשייד פאר דעם רעדנער צו ער זאגט "נכנס" אדער "אריינגעגאנגען"? ווילאנג ער האט אן אויסדרוק פאר דער זאך וואס ער וויל דערוועגן רעדן הייסט דאס אז "עס פעלט אים גארנישט". עס ווייזט – דעריבער – אוודאי נישט אויף קיין ארעמקייט אין דער שפראך.

וואס איר האט אבער געמיינט איז ווי איר שרייבט אז עס איז פארהאן "אן ארעמקייט אין ווערטער", דאס הייסט אז כאטש וואס אין שפראך פעלט גארנישט, דאך איז די אורזאך צו דער 'זילבע-ערשיינונג' מחמת אן ארעמקייט אין ווערטער-אוצר. אין אנדערע ווערטער: די שפראך איז טאקע זייער רייך, אבער דאס איז נישט צוליב א רייכן ווערטער-אוצר, נאר צוליב דעם וואס עס איז געמאכט מיט קלוגשאפט אויסצונוצן דעם רעלאטיוו-ארעמען אוצר אויפ'ן בעסטן אופן. און צוליב דעם פראבלעם (דהיינו, א מאנגל אין ווערטער) איז געשאפן געווארן דער געדאנק פון דרייען די ווערטער מיט די זילבעס.

אויב דאס איז וואס איר זאגט פארשטיי איך נישט ממש אייער פראבלעם, דען לאמיר צונעמען די זאך אויף קליין-געלט: קיין ארעמקייט אין דער שפראך איז דאך נישטא ווי מיר האבן קלארגעשטעלט, ווידער אן ארעמקייט אין ווערטער-אוצר האט למעשה צוגעברענגט אן אינטערעסאנטע ערשיינונג אז מען זאל זיך "אויסלערנען" אויסצונוצן די ווערטער אויפ'ן בעסטן אופן, און מען קען נוצן יעדעס ווארט אויף אונצאליגע אופנים. נו, פון יעצט און ווייטער וועט שוין לכאורה מוזן וואקסן די רייכקייט פון דער שפראך פילפאכיג. פארוואס? גאנץ פשוט. לאמיר זאגן אז אויף אראביש איז דא צען טויזנט ווערטער (סתם אלס ביישפיל), און אויף דייטש נאר פינף טויזנט. יעצט צוליב דעם פראבלעם לערנען זיך די דייטש-שפרעכענדע מענטשן איבערצונוצן יעדעס ווארט צען מאל. וואס קומט אויס? ווער בלייבט מיט מער ווערטער-מעגליכקייטן אין זיין אוצר?

יעצט נאך אלעם איז בפשטות די מעשה גאר פארקערט, אז ווייל דייטש האט די אייגנשאפט פון די זילבע-צושטעלונגען דעריבער האט עס נישט פארלאנגט קיין אנטוויקלונג פון באזונדערע ווערטער פאר אומבאשטימטע זאכן, וויבאלד יעדע זאך איז גאנץ לייכט באשטימט געווארן דורך דעם עקזיסטירנדן אוצר. פארוואס קלער איך אזוי? פשוט, וויבאלד יעדע שפראך איז דאך אליין געשאפן געווארן לויטן געברויך פון אירע באנוצער, און אויב עס איז געווען א מאנגל אין ווערטער האט זיך דאך אנטוויקלט פרישע ווערטער פונקט ווי די ערשטע זענען אנטוויקלט געווארן. אין דעם פאל פון דייטש איז נישט מער ווי דאס אז פרישע ווערטער האבן נישט אויסגעפעלט געשאפן/אנטוויקלט צו ווערן. חוץ פון דעם איז דאך די 'צושטעל-ערשיינונג' אן אינטעגראלער טייל פון דער שפראך, דאס איז פון די פונדאמענטן פון דער שפראך, און עס האט זיך נישט געמאכט בלויז ביי טייל ווערטער, דעריבער ווייזט אויס אז אזוי איז מתחילה די שפראך פונעם יסוד אויס – נאך פון דער הפלגה, און נישט אז דאס איז שפעטער געשאפן געווארן צוליב א מאנגל פון ווערטער (זעה אויך באלד די דריטע סיבה פון דעם געווינס פון די ווערטער-צושטעלונגען וואס דאס ווייזט אויך איבער אז אזוי קומט עס אוודאי אריגינעל, דען אזוי איז דאך עס פיל בעסער און פשוטער. און אויב עס איז מער יושרדיג, דאן איז דאך פשוט מען זאל עס בעפארצוגן איבער ווילד-פרעמדע ווערטער, און עס ווערט גאר שווער פארקערט, פארוואס זאל נישט אין אלע שפראכן זיין בערך אזוי).

יעצט, איר זאגט אז פיל ווערטער וואס זענען אויף יידיש "באזילבעט" איז פארהאן אן איינפאכיג ווארט אויף לה"ק. נאך דער הקדמה וועט זיין קלארער צו פארשטיין פארוואס די אייגנשאפט פון "די זילבעס-צושטעלן" איז אזא ברכה, און דאס איז צוליב דריי אדער פיר סיבות:

ערשטנס, ווי געזאגט איז דער מציאות פון אזא ערשיינונג א ברכה פאר די שפראך-באנוצער, ווייל אזא מעגליכקייט פון זילבעס גיט דעם רעדנער א מעגליכקייט פון פרייען אויסדרוק. פארוואס? ווייל למעשה אזוי-ווי ער האט אזא אוצר אין דער האנט קען ער עס פון היינט באנוצן אויף טויזנטער אופנים וואס זאלן אים שיין צופירן צו דעם פונקטליכן באדייט וואס ער וויל ארויסברענגען, און דאס וועט אים שטארק צונוצקומען אין פעלער וואס ביי אנדערע שפראכן איז גאר נישט פארהאן אזא גענויע הגדרה אויף די ספעציפישע זאכן.

לאמיר נעמען צוערשט די אויבנדערמאנטע דוגמא פון "אויסטיילן/איינטיילן" וואס ווערט אויף לה"ק באצייכנט בלויז מיט איין ווארט "לחלק". אדער לאמיר נעמען נאך א ביישפיל: דאס ווארט "נפל" מיינט "פאלן" (אראפפאלן/ארויספאלן/אריינפאלן א.א.וו.), יעצט ווען איך הער איינעם זיך באקלאגן אויף העבראיש מיט'ן ווארט "נפלתי" – כאטש איך זעה לויטן ענין אז ער מיינט נישט קיין פיזישן פאל, נאר ער דרוקט זיך אויס מעטאפאריש, מיינענדיג א גייסטישן פאל - ווייס איך דאך נישט צו ער מיינט צו זאגן "איך בין אריינגעפאלן" – וואס דאן מיינט דאס אז ער האט חרטה אויף דער זאך, אדער ער מיינט צו זאגן "איך בין דורכגעפאלן", און דאס מיינט אז עס נישט אזוי געפערליך, איך בין נאר פשוט דורכגעפאלן. אדער מיינט ער גאר "איך בין געפאלן" א שטאפל, און נישט מוכרח אז ס'שטערט אים, ער דערציילט נאר א געשעהענעם פאקט (איך האב פיל מאל שייכות מיט קירוב-זאכן, און די פראגע איז ביי מיר א למעשה'דיגע, וויבאלד איך הער דעם אויסדרוק פון פרייע כסדר).

אדער זייט אזוי גוט און זאגט מיר וויאזוי וועט איר זאגן אויף לה"ק אז א מענטש איז "אנטלאפן" פון די פאליציי? "הוא ברח"! ריכטיג? אויב אזוי, וויאזוי וועט איר דאן ערקלערן אז דאס אינגעלע איז אוועקגעלאפן פון זיין מאמען? אויך "הוא ברח"! שטימט? נו, צו איז דען "אנטלויפן" מיט "אוועקלויפן" די זעלבע זאך? אוודאי נישט! אבער דאס קען מען שוין פארשטיין לפי הענין (אויפן היינטיגן העברעאיש האבן זיי געשאפן אן עקסטער ווארט פאר'ן אנטלויפן פון מיליטער: "עריקה", עס איז אבער היימישע פראדוקציע – גענומען פון אראמיש דאס זעלבע ווארט ווי "בריחה", און געשאפן א נייעם מושג באזונדער פאר מיליטער). ווען איך זאג "לקבל" אדער "לקחת" מיינט עס "באקומען" אדער "נעמען", וויאזוי וועל איך אבער וויסן ווען ער מיינט "איבערנעמען" פון מיר? אויף העברעאיש ווערט דאס פשוט נישט עקסטער באצייכנט, דען נעמען מיט איבערנעמען ווערט נישט באטראכט פאר עפעס אנדערש, אבער קיינער וועט נישט לייקענען אז עס איז פיל געשמאקער ווען מען האט די קלארקייט אין דעם. אזוי זענען נאך פארהאן פיל ווערטער וואס אויף אנדערע שפראכן איז נישט פארהאן קיין גענוי ווארט פאר דעם אליין, נאר דער מיטשמועסער דארף אליין באטראכטן ווי דער חמרא שטייט איין, איך וועל זאגן "נפל" אדער "חילק" און יענער וועט דארפן פארשטיין לויטן ענין.

דער זעלבער פראבלעם איז דא פארקערט אויך. דאס הייסט אזוי: אין די דערמאנטע דוגמאות פון "חילק" מיט "נפל" ווייסן מיר אז מען רעדט פון "פאלן" אדער "טיילן", מיר ווייסן נאר נישט פון וואספארא טיילן מען רעדט, צו פון איינטיילן דעם קוכן אין דריי חלקים, אדער פון אויסטיילן די קוכן פאר אלע קינדער. אדער ווייסן מיר נישט פון וואספארא "פאלן" מען רעדט. עס איז אבער קלאר אז מען רעדט פון טיילן/פאלן. ווי איז אבער אז איינער זאגט אויף העברעאיש "זה נשמט". דא איז פארהאן א פארקערטער פראבלעם, אז איך ווייס טאקע אז מען רעדט פון עפעס וואס איז "אוועק", איך ווייס אבער נישט צו דאס האט פאסירט דורך דעם וואס די זאך איז זיך אליין ארויסגעפאלן (הבורג נשמט), אדער צו דאס איז געטון געווארן דורך איינעם בכוונה (נשמט בידי אחר). אויף יידיש וועט דאס ערשטע הייסן "ארויספאלן" אדער "זיך ארויסגליטשן", און דאס צווייטע "ארויסגעפליקט", "ארויסגעריקט", אדער "ארויסגעווארפן געווארן". אין אנדערע ווערטער, ביי דעם ווארט "נשמט" איז דער ערשטער טייל פונעם יידישן ווארט קלאר (דער ערשטער אפיקס "ארויס..."), עס איז אבער נישט אינגאנצן קלאר דער צווייטער טייל פונעם יידישן ווארט (דער צווייטער אפיקס: ארויס...געפאלן? ארויס..געווארפן?, און אפילו אויב דו וועסט זאגן אז עס איז אליין "נשמט" געווארן, צו איז דאס געשען דורך "פאלן" אדער "גליטשן", נעמליך – ארויס...געפאלן אדער ארויס...געגליטשט?). דאס איז פארקערט פון די פריערדיגע דוגמאות ווי דער צווייטער אפיקס אינעם יידישן ווארט (פאלן/טיילן/לויפן) איז גראדע געווען קלאר, און נאר דער ערשטער טייל איז געווען אומקלאר.

אין דעם פאל אבער איז אלעמאל שייך צוצולייגן א ווארט וואס זאל ערקלערן דעם זין פון דעם רעדנער, אזוי-ווי אין דעם ביישפיל פון "נכנס בריצה" וואס כאטש "כניסה" באצייכנט נישט דעם אופן וואס ער איז אריין קען עס דאס נעקסטע ווארט קלארמאכן. אזוי איז אויך מיט "נשמט" וואס מען קען צולייגן "נשמט מאליו" אדער "בידי אחר". דאך, מיט דעם אלעם ווערט עס דאך דורך דעם ווארט אליין נישט באצייכנט. און כאטש עס איז מעגליך צו באצייכענען פונקטליך אויף לה"ק אויך, דאך האט א באזונדערע מעלה דאס ווארט "אריינגיין" וואס קלעבט צו צו זיך דאס גיין. ווייל אין אמת'ן אריין קען מען אויך זאגן אויף יידיש "ער איז אריין" און מען מוז דאך נישט מפרט זיין אז ער איז אריינגעגאנגען". אבער דאך, איז פארהאן א מעגליכקייט - נוצנדיג די אייגנשאפט פון "די זילבעס" – צו ערקלערן אין איין ווארט די פעולה פון דעם וואס איז אריין, דורכ'ן זאגן "אריינגעגאנגען/אריינגעלאפן". אגב, אריגינעל ווערט טאקע – אינעם ווארט "אריינגיין" - נאר צוגעטשעפעט א זילבע וואס איז אפילו נישט קיין ווארט פאר זיך, און דאס ווערט געזאגט אויף דייטש "איינגיין" (EINGEHN), אויף יידיש איז דאס פארלענגערט געווארן צו "אריינגיין". מיר זאגן אבער אויך "איינטריט" און נישט "אריינטריט". דאס זעלבע איז מיט "ארויסגיין" וואס איז אויף דייטש "אויסגיין" (AUSGEHN). (ווי שוין דערמאנט אין א צווייט פלאץ איז דאס ווארט "אריין" א צוזאמשטעל פון "הער-איין" וואס דער עיקר איז טאקע נאר די זילבע "איין", ענליך צו דעם ווארט IN אויף ענגליש.)

אבער אפילו ס'זאל יא זיין א געווענליך ווארט וואס ווערט אין דעם פאל צוגעטשעפעט איז עס אבער דאך "א באנוס" פון א מעגליכקייט וואס איז נישט פארהאן אויף אסאך אנדערע שפראכן, דען אנשטאט צו זאגן "ער איז אריין דורכ'ן גיין" (נכנס בהליכה) אדער "דורכ'ן לויפן" (בריצה) קען מען איינפאך זאגן אין איין צוזאמגעשטעלטן ווארט "אריינגעגאנגען". דער באנוס דערפון איז גאנץ קלאר, אנשטאט צו זאגן א גאנצן זאץ באקומסטו א רעכט צו שאפן איין ווארט פון צוויי וואס זאל דיר איינשפארן די ארבעט.

צוויי: יעצט, חוץ פון דעם זענען דא נאך ווערטער וואס נישט נאר וואס דער רעדנער באצייכנט נישט קלאר זיין כוונה מיט'ן ווארט אליין, נאר עס איז גאר נישט מעגליך בכלל עס צו באצייכענען נאר אויף יידיש, קודם כל נעם אלס ביישפיל די דוגמאות וואס איך האב צוגעברענגט: "זיך צעוויינען", "זיך צעזינגען", "זיך צוטאנצן" צו קענסטו איבערזעצן דעם באדייט וואס די זילבע "צע" גיט צו אין די דוגמאות. עס גיט צו פיל הארץ צו די ווערטער, דען דער יעניגער האט נישט סתם געוויינט, אדער "אנגעהויבן צו וויינען", נאר ער האט זיך פשוט "צעוויינט", אדער אין א פרייליכן מאמענט האט ער זיך פשוט צוזינגען. אדער וויאזוי וועט איר באצייכענען "אז משה איז אפגעלאפן צעהן מייל צופיס" אדער אז ער איז שוין "אפגעגאנגען" א שטיק וועג. דו קענסט זאגן "הוא רץ הרבה זמן" אבער דאס האט גאר נישט דעם באדייט פון "אפלויפן" וואס באצייכנט די שוועריגקייט אינעם לויפן/גיין, אז ער איז עס "אפגעגאנגען", און נישט סתם דורכגעגאנגען. און וואס איז מיט "אפעסן" שנעל, "אפדאווענען" פאר'ן פאָרן, אדער "אפכאפן" א פרישטאג, וואס דא באצייכנט דער "אפ" אז עס איז געמאכט געווארן שנעל, נישט געפעניעט.

ווי וועט זיין אז איך וויל רעדן פון דעם אז מיין אויטא איז "צוגעפארן" צו דעם געוואונטשענעם פלאץ, אדער אז איך האב "צושפאצירט" צופיס ביז אהין. דא באצייכנט די זילבע "צו" דעם פאקט אז איך בין נישט געווען ווייט פון דעם ציל און איך האב מיך "צוגעריקט" אהין. וויאזוי וועסטו דאס זאגן אויף העברעאיש? דאכט זיך מיר אז עס אינגאנצן נישטא קיין ערזאץ דערפאר וויבאלד איך רעד טאקע פון "פאָרן" אדער "שפאצירן" און עס איז נישט די רעדע פון אן אנדערע פעולה, עס קומט נאר פשוט צולויפן די זילבע מיר צו ערקלערן נאך א פרט אין טאקע אט דעם טאט, דהיינו, אז דער שפאצירער איז גארנישט געווען ווייט פון זיין ציל. אויף העברעאיש וועסטו דאס דארפן ערקלערן שיין מיט א גאנצע רייע ווערטער, ביז עס וועלן אויפקומען עפעס "סלענגס" דערפאר. זיך "אריבערכאפן" צו א חבר אויף א נאכטמאל קען מען אויך נישט פונקטליך באצייכענען אויף העברעאיש. מען קען ברענגען אן-א-שיעור דוגמאות. די אונטערשטע שורה איז - ווי געזאגט - אז דאס גיט גאר שטארקע בויגזאמקייט פאר דער שפראך אז עס זאל זיך לאזן פארמען גענוי ווי דער רעדנער באשטעלט דאס.

דריי: לויט ווי איך קוק אויף דעם – און איר מעגט האלטן אנדערש – איז דאס פיל פראקטישער און מער אויסגעהאלטן צו נוצן דעם סיסטעם, ווי איידער צו באצייכענען ענליכע פעולות מיט גאנץ אנדערע ווערטער. ווי צום ביישפיל, ווען איך וויל זאגן "איך שטיי" זאג איך אויף לה"ק "אני עומד", יעצט ווי איז אז איך שטיי אויף? דאן זאג איך "אני קם". וואס האט קימה מיט עמידה? פון א גראמאטישן שטאנדפונקט האבן זיי נישט קיין שום שייכות כאטש וואס אז מיר זאלן קוקן אויף דעם פיזישן אקט איז דאך דאס לכאורה גאר פארבינדן, דען דער וואס שטייט אויף הייבט דאך אן צו טון דעם טאט פון "שטיין".
אדער לאמיר נעמען א ביישפיל פון דעם ווארט "געבן" וואס הייסט אויף לה"ק "נתינה". וויאזוי הייסט אבער "צוריקגעבן"? "החזרה"! פארוואס? צו דען איז א חילוק אין דער פעולה צווישן די לעצטע צוויי? ביידע גיבן דאך למעשה, נאר דער גיט עס אהין פון זיין גוטן ווילן, און דער אנדערער גיט עס יענעם, וויבאלד עס געהער יענעם, און ער האט עס נאר געבארגט פון אים. אויף ענגליש ווערט אויך אפגעטיילט אזוי צווישן די צוויי – אזוי שטארק פארבינדעטע, דען געבן הייסט "TO GIVE", בעת וואס צוריקגעבן הייסט "TO RETURN". (אויף ענגליש קען מען גראדע אויך זאגן "TO GIVE BACK", אבער אויף לה"ק איז דאס נישט אויסגעהאלטן לויט'ן "צחות הלשון", כאטש באנוצער פון ביליגער שפראך וועלן אפשר זאגן "לתת בחזרה").

מען קען אמאל טרעפן אזא ערשיינונג אויך אויף דייטש ווי מיר זעהען אין די צוויי פארשידענע ווערטער פון "זעהן" אדער "קוקן". איך וואלט ערווארטעט פון דייטש אז זיי זאלן ענדערש צושטעלן דאס זעלבע ווארט מיט'ן טויש פון א זילבעלע, און מען זאל זאגן – צום ביישפיל - "זעהן" און "אנזעהן", וויבאלד "קוקן" איז דאך למעשה די פעולה פון "זעהן" נאר אויף א טיפערן אופן פון באטראכטן (אגב, אויף דייטש הייסט קוקן "LOEGEN" – וואס פון דעם איז דער ענגלישער LOOK - עס איז אבער אויך אנדערש ווי "זעהן"). נאך א דוגמא איז "צינדן/אנצינדן" וואס הייסט מאכן עס זאל אנהייבן ברענען, און די פעולה פון ברענען אליין הייסט "ברענען". דא איז אויף לה"ק גראדע פארקערט, אז "להדליק/להבעיר" (אנצינדן) קען אויך זיין "לדלוק/לבעור" (ברענען), כאטש עס איז אויך פארהאן א ספעציעל ווארט פאר צינדן (להצית). איך גלייב אבער אז די סיבה וואס אויף דייטש איז עס אנדערש אין דעם פאל, איז ווייל דער מקור פון "צינדן" איז פון א צווייטע שפראך, ווי דארט מיינט עס א פייער (אויף די לאטיינישע שפראכן איז דאס דער נאמען פון א פייער – INCENDIOאדער INCENDIE).

פאר די וואס זענען נאכנישט איבערצייגט וועל איך געבן נאך א ביישפיל: וויאזוי זאגט מען "שלאפן"? לישון! און וויאזוי איז "איינגעשלאפן"? נרדם! (אגב, זיך "אויסשלאפן" איז גארנישט מעגליך אויף לה"ק, חוץ אויב דו ביסט גרייט אפצוזאגן די קומענדיג דרשה "הוא ישן כל צרכו", און הערשט איז עס נישט דאס... ווייזט אויס אז אויף לשון-הקודש דארף מען לערנען און נישט זיך אויספּאָפן :P) דאס איז שווער צו פארשטיין פארוואס עס זאל זיין אזוי, וויבאלד דאס "איינשלאפן" איז נישט מער ווי אן אנהייב פון שלאפן. דאס זעלבע איז מיט "לשמוע" וואס איז הערן, און "להקשיב" – צוהערן (א שטערקערער אופן פון הערן). "דערהערן" איז גאר נישט מעגליך צו זאגן אויף לה"ק.

די ליסטע פון אזעלכע ביישפילן איז גאר לאנג. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס אז אויף יידיש וועלן מיר געווענליך רופן א פעולה מיט איר אייגענעם נאמען אלעמאל, כאטש א געוויסער זייטיגער פאקט איז דא אריינגעמישט. צו איז דען נישט אזוי פיל ריכטיגער? איז צו וועט זארעכפעפער נאך אלץ זאגן אז די 'צושטעלונגען' שטאמען פון "ארעמקייט" אינעם ווערטער-אוצר? דאס איז דאך נישט מער ווי יושר אז די פעולה זאל נישט געטוישט ווערן צוליב א זייטיגע זאך, און אויב דייטש האט א מעגליכקייט פון צושטעלונגען איז דאך אוודאי גוט אז זיי זאלן עס גוט אויסנוצן אין די פאלן.

זארעכפעפער שרייבט:
א ראי' האסטו פון די אלע עבר/עתיד נוכח/נסתר אויסדריקן, וואס אין לשון קודש זאגט מען הלכתי, הלכת, אלך וכדומה, בעת ווען אין אידיש, צוליב דאס ארעמקייט אין אויסדריקן, קומען זיי געזאגט און צוויי און צומאל אין דריי באזונדערע ווערטער. הלכתי – איך בין געגאנגען, אלך - איך וועל גיין. די פלא איז נאר, פארוואס האט מען פון די עבר/עתיד און נוכח/נסתר אויסדריקן נישט געשאפן דערפאר א 'זילבע', כלומר דאס געמאכט פאר איין ווארט תחת הטערמין של איזה זילבע או שם אחר.


מה ענין שמיטה אצל הר-סיני? דאס וואס איר ערווענט איז טאקע זייער א גרויסע מעלה פון לה"ק וואס מיר געפונען געווענליך ביי די סעמיטישע שפראכן, אז אנשטאט צו זאגן "איך בין געגאנגען" קען עס געזאגט ווערן אין איין ווארט. דאס האט אבער איבערהויפט נישט צוטון מיט רייכקייט/ארעמקייט פון א שפראך, נאר עס האט צוטון מיט דעם וואס דער גאנצער בנין פון די צוויי שפראכן זענען גאנץ אנדערש. א שורש אויף לה"ק איז עפ"י רוב דריי אותיות, און אויף דעם איז דא דער סיסטעם פון די אותיות השימוש (יתאו"ה בכל"ם) וואס דאס שאפט די גאנצע שפראך. עס זענען פארהאן צען בנינים וואס דרייען מיט'ן שורש און פארלענגערן אביסל דאס ווארט לעת הצורך (הפעיל, התפעל, א.ד.ג.), און איבער דעם דרייט זיך די שפראך. נו, קיינער איז טאקע נישט מחולק אויף דעם אז לה"ק האט זיך איר אייגנארטיגקייט אין קורצקייט (גראדע איז טאקע דייטש א שפראך וואס "צייכנט זיך אויס" מיט אירע לאנגע ווערטער – זעה דערוועגן ווייטער – עס האט אבער נישט צו טון מיט דעם ענין, וויבאלד יענע לאנגע ווערטער שאפן זיך גראדע פון די "פארקירצונגען" פון דעם גאנצן זאץ וואס ווערט אריינגעשטופט אין איין ווארט, און שפארט למעשה אנדערע שייכות-ווערטער). דאס אז יידיש האט נישט די אייגנשאפט – וואס איז הויפטזעכליך א סעמיטישע אייגנשאפט – דאס מאכט דאס נישט מיט קיין האר ארימער ווי שוין דערמאנט אויבן, דאס איז פשוט אן אנדערער אופן וויאזוי די שפראך איז געבויט.

מען קען אפשרייבן גאר פיל איבער די פילע מעלות פון לשון-הקודש וואס איז גאר א וואונדערליכע שפראך, און דווקא די שרשים שאפן גאר א ברייט פעלד פאר פילאלאגיע און שפראך-פארשונג (זעה אלס ביישפיל דעם אשכול איבער דעם טייטש פון סליחות און פיוטים). אבער דאך אז מיר וועלן רעדן פון בויגזאמקייט און עלאסטיציטעט האט דווקא יידיש די אויבערהאנט.

עס איז אמת אז צו שרייבן א שירה קען זיין פיל שענער און העכער ווען דאס ווערט געשריבן אויף לה"ק, וויבאלד לה"ק מיט דער אייגנשאפט פון "קורץ-און-שארף" און מיט די הויכע אויסדרוקן איז דאס בעסטע געאייגנט פאר העכערע ענינים. ווען עס קומט אבער צו דער טאג-טעגליכער שפראך, צו פאמיליארישקייט און הארציגקייט, איז צומאל דא פיל מער מעגליכקייטן אויף יידיש ווי אויף לה"ק.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט