וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

קענסטו גענוג גוט ׳לשון הקודש׳ אויף צו קענען אליין לערנען אדער פארשטיין פירוש המלות ביים דאווענען?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:16 pm

יא
74
87%
ניין
11
13%
 
סך הכל שטימען: 85

קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

אויב דו קענסט ׳לשון קודש׳ קענסטו צו גיין צום ספרים שאנק און מעיין זיין אין סיי וועלכע ספר, הלכה, מוסר, חסידות וכו׳ די ספרים אשר מפיהם אנו חיים וואס דינט ווי א בריק צום רייכן עבר, די אותיות מחכימות שאפט א קשר צו די צדיקים גאונים וקדושים פון אמאל.

איך ווייס נישט וויפל, אבער ס׳איז פארהאן א חלק ניכר פון ערוואקסענע, טאטע׳ס און זיידעס וואס קענען נישט גענוג גוט לשון קודש צו קענען מעיין זיין אין א ספר בינו לבין עצמו, פארשטיין פירוש המלות פונעם דאווענען וכו׳ - דאסיז שוין אפילו ער האט געקענט די לימודים אין חדר/ישיבה...

ס׳איז א הימל-וויי-געשריי, ס׳טאר אזא זאך נישט זיין!! א איד וואס קען נישט לשון קודש האט א גרויסע מאנגל אין עקסעס צו מים חיים, פון ווי צו שעפן חיות און שטילן דעם נשמה דארשט.

איך בין נתעורר געווארן איבער דעם, ווייל איך האב א אינג בחור׳ל די לימודים פון ישיבה קענער פיין, אבער ער קען נישט אליין פארשטיין א חסידיש ספר, פירוש המילות וכדו׳ ס׳טוט מיר זייער וויי...

וואס קען מען טוט דערצו??
לעצט פארראכטן דורך קנקן מלא אום דינסטאג אקטאבער 12, 2021 2:17 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

גיבט אים א סיפורי צדיקים/אידישע היסטאריע ספר, אדער עפעס אנדערש אין לשון קודש וואס קען אים זיין אינטערעסאנט, אדער לערנט צוזאמען מיט אים חסידישע ספרים/שבת'דיגע גליונות אין לשוה"ק, אזוי וועט ער זיך אויסלערנען.
אז מ'לערנט נישט קען מען נישט, פארפאלן.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

עס איז א טעות עס קען נישט זיין מער פון 100 אותיות
לכאורה האסטו געלייגט מער
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לשון קודש האט נישט אייביג מיט לערנען. ווייל בשעת ער וועט פונקטליך פארשטיין די חומש מיט די טייטש, קאן זיין אז עפעס צו וואס מןע דארף צולייגען מער קאפ, אז דארט וועט ער קריגען א ברעין פריעז.

די מערסט אויבערפלעכליכע לשון קודש, וואס דער בעיסיק בחור קאן, אפילו אויב פארשטייט ער יעדעס ווארט, איז בכלל נישט קיין פארברייטונג צו לערנען א ספר וואס עלט אויס עמקות דערצו.

א פשוט'ע פארשלאג, איז ווען דער טאטע איז א ביישפיל דערצו. ווען ער לערנט פאר (הייבט נישט גראד אן מיט צוזאמען" לערנען") א חסידיש ספר, און לערנט פאר נאר די לשון קודש צו ערשט, און נאכער נאכאמאל די לשון קודש מיט די טייטש. דאן קאן מען פרעגן דעם זון אויב ער האט פערשטאנען די תורה/טייטש דערפונען און אויך אויב ער האט פערשטאנען די לשון קודש ביים פארלערנען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט לשון קודש!
אזוי ווי ער קען עני אנדערע שפראך. און דאס איז א ווייטאג ווייל אויב מען קען ווען לשון קודש גוט וואלט זיך געלערנט געשמאקער און מען וואלט געקענט קונה זיין שנעלער
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

היינט געווען אין די "גוט מארגן"
gemura.JPG
gemura.JPG (45.37 KiB) געזען 1371 מאל
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

זילבערווערק האט געשריבן:גיבט אים א סיפורי צדיקים/אידישע היסטאריע ספר, אדער עפעס אנדערש אין לשון קודש וואס קען אים זיין אינטערעסאנט, אדער לערנט צוזאמען מיט אים חסידישע ספרים/שבת'דיגע גליונות אין לשוה"ק, אזוי וועט ער זיך אויסלערנען.
אז מ'לערנט נישט קען מען נישט, פארפאלן.


;l;p-

ווען איך בין אלט געווען בערך 10-11 יאר, האט מיין מלמד מיך אמאל צוגערופן צו זיין טיש'ל און געזאגט, איך זעה אז דו ליינסט און שרייבסט ב"ה א פיינעם יידיש, עס וואלט כדאי געווען אז דו זאלסט קענען אויך אביסל לשוה"ק, מיין עצה איז אז זאלסט דיך נעמען ליינען ביכלעך/סיפורי צדיקים וואס זענען געשריבן מיט א גרינגע לשוה"ק, וועסט נישט חרטה האבן...

כך הוה, איך האב זיך געזעצט ליינען א ספר מיט מעשיות פון חז"ל, דאכט זיך אז די ספר האט 5 בענדער און ס'איז אין די לעצטערע יארן געווארן איבערגעדרוקט... די ערשטע בלאט האב איך קוים עפעס פארשטאנען, אבער טיף אריין אינ'ם ביכל האב איך שוין געליינט פליסיג ב"ה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען דארף זיך אריינרייבן. געב אים גרינגע זאכן אין לשה"ק. זאכן וואס מען דארף נישט פאוקעסן אויף די הבנה שבו. צעביסלעך וועט ער זיך צולערנען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קינדליין האט אן אויסטערלישע גוטע קאלום פאר דעם, שטייט דארט א סיפור פון צדיקים אין לשון הקודש, און יעדע שווערע ווארט שטייט די טייטש, אזוי אויך האט עס וועכנטליך נאך א קאלום מיט א מעשה פון מדרש מיט טייטש, די עיקר וואס גייט אים מאכן קען לשון הקודש איז פראקטיצירן, דעריבער איז דאס א גוטע פלאץ דערפאר
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

יישר כח פאר אלע פארשלאַגן, ס׳איז איינס בעסער פונעם צווייטן...

כ׳בין אויך נייגעריג אויב איינער האט עקספיריענס מיט דעם:
https://haloshon.com/
ס׳איז געווען אדווערטייזט אויף קול מבשר
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

fiena nieas האט געשריבן:די מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט לשון קודש!
אזוי ווי ער קען עני אנדערע שפראך. און דאס איז א ווייטאג ווייל אויב מען קען ווען לשון קודש גוט וואלט זיך געלערנט געשמאקער און מען וואלט געקענט קונה זיין שנעלער

ס׳הערטסעך זייער מאדנע, אז נאכן פארברענגן אלע יוגענט יארן רוב שעות פון טאג מיט לימודים אויף לשון קודש זאל מען זיך נישט האבן אויסגעלערנט דעם הייליגן שפראך...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קנקן מלא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:די מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט לשון קודש!
אזוי ווי ער קען עני אנדערע שפראך. און דאס איז א ווייטאג ווייל אויב מען קען ווען לשון קודש גוט וואלט זיך געלערנט געשמאקער און מען וואלט געקענט קונה זיין שנעלער

ס׳הערטסעך זייער מאדנע, אז נאכן פארברענגן אלע יוגענט יארן רוב שעות פון טאג מיט לימודים אויף לשון קודש זאל מען זיך נישט האבן אויסגעלערנט דעם הייליגן שפראך...

מאדנע אהער מאדנע אהין רוב קענען נישט די שפראך גוט
Fluently אוודאי קען מען עס אבער נישט אזוי ווי יודיש אין ענגליש
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וויזוי זאגט מען איך האב געהאפט אז דו וועסט דא זיין ?
ב) איך האף אז דו קימסט?
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטון מיט מיין אינגל (היינט א גרויס בחור) איך האב אפגעשמועסט מיט מיין טאטע (ס'קינד'ס זיידע) אז מיין זון גייט אים שרייבן בריוון אין לשון קודש ווי אזוי ער קען, און ער גייט אים צוריק שרייבן מיט קארעקשענס מיט א רויטע פענע, מיין זוהן האט אנגעהויבן שרייבן און א ווארט וואס ער האט נישט געוויסט אין לשון קודש האט ער געשריבן אין אידיש, און מיין טאטע האט אים צוריק געשריבן מיט אלע קארעקשענס און דארט ווי ער האט געשריבן אין אידיש האט ער אים געשריבן די לשון קודש ווארט, און אזוי אלס איז עס געווארן בעסער און בעסער, און די בעסטע פון אלעם איז א לעצטענס האט מיר מיין זוהן געזאגט אז ער קען שרייבן און ליינען לשון קודש נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געשריבן מיטן זיידען.
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

׳שרייבן׳ איז שוין ׳נעקסט-לעוועל׳ כ׳רעד אז מ׳זאל עטליעסט קענען מעיין זיין אין א ספר און פארשטיין פירוש המילות... דערווייל אויף די וואלן זעיט אויס אז רוב עולם קען יא. נו, גיבט טאקע א באריכט וויזוי האסטעס געמאכט...

איך האב זיך אויסגעלערנט פשוט פון אסאך מעיין זיין אין ספרים פון גאר א אינגן עלטער, כ׳האב געהאט א דארשט צו ליינען און דאן איז נאכנישט געווען צוגעשטעלט אזוי-פיהל געשמאקע מאטריאלן אויף אידיש און אפגערעדט ׳קאמיקס׳!

די קאמיקס איז קלאר עפעס וואס מאכט די יוגנד פויל צו ליינען... ס׳זאך גרינגער און געשמאקער צו ליינען מיט בילדער.

ווען איך ווייס וויזוי, וואלטעך צוגעלייגט ביי די וואלן א שאלה צו מ׳זעט ביי די יוגנד א ירידה אין דעם הינזיכט...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנקן מלא האט געשריבן:די קאמיקס איז קלאר עפעס וואס מאכט די יוגנד פויל צו ליינען... ס׳זאך גרינגער און געשמאקער צו ליינען מיט בילדער.

ביי מיינע בנים זע איך אנדערש. ווען מען ווערט אביסל עלטער (7-8-9) ווערט מען פונקט אזוי געהוקט צו נארמאלע ביכער (אפילו היסטאריע וכדו'.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:די קאמיקס איז קלאר עפעס וואס מאכט די יוגנד פויל צו ליינען... ס׳זאך גרינגער און געשמאקער צו ליינען מיט בילדער.

ביי מיינע בנים זע איך אנדערש. ווען מען ווערט אביסל עלטער (7-8-9) ווערט מען פונקט אזוי געהוקט צו נארמאלע ביכער (אפילו היסטאריע וכדו'.)

דאס 5 פאלט נישט ווייט פון בוים...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

עבודת_הבורא האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטון מיט מיין אינגל (היינט א גרויס בחור) איך האב אפגעשמועסט מיט מיין טאטע (ס'קינד'ס זיידע) אז מיין זון גייט אים שרייבן בריוון אין לשון קודש ווי אזוי ער קען, און ער גייט אים צוריק שרייבן מיט קארעקשענס מיט א רויטע פענע, מיין זוהן האט אנגעהויבן שרייבן און א ווארט וואס ער האט נישט געוויסט אין לשון קודש האט ער געשריבן אין אידיש, און מיין טאטע האט אים צוריק געשריבן מיט אלע קארעקשענס און דארט ווי ער האט געשריבן אין אידיש האט ער אים געשריבן די לשון קודש ווארט, און אזוי אלס איז עס געווארן בעסער און בעסער, און די בעסטע פון אלעם איז א לעצטענס האט מיר מיין זוהן געזאגט אז ער קען שרייבן און ליינען לשון קודש נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געשריבן מיטן זיידען.

wow! מורא'דיגע איידיע דאס!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישטאמת האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטון מיט מיין אינגל (היינט א גרויס בחור) איך האב אפגעשמועסט מיט מיין טאטע (ס'קינד'ס זיידע) אז מיין זון גייט אים שרייבן בריוון אין לשון קודש ווי אזוי ער קען, און ער גייט אים צוריק שרייבן מיט קארעקשענס מיט א רויטע פענע, מיין זוהן האט אנגעהויבן שרייבן און א ווארט וואס ער האט נישט געוויסט אין לשון קודש האט ער געשריבן אין אידיש, און מיין טאטע האט אים צוריק געשריבן מיט אלע קארעקשענס און דארט ווי ער האט געשריבן אין אידיש האט ער אים געשריבן די לשון קודש ווארט, און אזוי אלס איז עס געווארן בעסער און בעסער, און די בעסטע פון אלעם איז א לעצטענס האט מיר מיין זוהן געזאגט אז ער קען שרייבן און ליינען לשון קודש נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געשריבן מיטן זיידען.

wow! מורא'דיגע איידיע דאס!

גאר גוט! (דארף מען נאר האבן דער זיידע דערפאר...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטון מיט מיין אינגל (היינט א גרויס בחור) איך האב אפגעשמועסט מיט מיין טאטע (ס'קינד'ס זיידע) אז מיין זון גייט אים שרייבן בריוון אין לשון קודש ווי אזוי ער קען, און ער גייט אים צוריק שרייבן מיט קארעקשענס מיט א רויטע פענע, מיין זוהן האט אנגעהויבן שרייבן און א ווארט וואס ער האט נישט געוויסט אין לשון קודש האט ער געשריבן אין אידיש, און מיין טאטע האט אים צוריק געשריבן מיט אלע קארעקשענס און דארט ווי ער האט געשריבן אין אידיש האט ער אים געשריבן די לשון קודש ווארט, און אזוי אלס איז עס געווארן בעסער און בעסער, און די בעסטע פון אלעם איז א לעצטענס האט מיר מיין זוהן געזאגט אז ער קען שרייבן און ליינען לשון קודש נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געשריבן מיטן זיידען.

wow! מורא'דיגע איידיע דאס!

גאר גוט! (דארף מען נאר האבן דער זיידע דערפאר...)

ווען איך בין געווען אין כיתה ח' (12 יאר), פלעג איך אראפשרייבן אין לשון-קודש די תורות אויף דער סדרה וואס מיין מלמד האט געזאגט. דערנאך פלעג איך דאס ווייזן פאר מיין טאטן אדער ברידער אז זיי זאלן מיר פאררעכטן וואו איך האב געמאכט א גרייז.

דאס איז פאר עמיצן וואס וויל אליין קענען. באמת וואלטן די ישיבות געדארפט טון עפעס אז כאטש רוב בחורים זאלן קענען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

גרשון האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן וואס איך האב געטון מיט מיין אינגל (היינט א גרויס בחור) איך האב אפגעשמועסט מיט מיין טאטע (ס'קינד'ס זיידע) אז מיין זון גייט אים שרייבן בריוון אין לשון קודש ווי אזוי ער קען, און ער גייט אים צוריק שרייבן מיט קארעקשענס מיט א רויטע פענע, מיין זוהן האט אנגעהויבן שרייבן און א ווארט וואס ער האט נישט געוויסט אין לשון קודש האט ער געשריבן אין אידיש, און מיין טאטע האט אים צוריק געשריבן מיט אלע קארעקשענס און דארט ווי ער האט געשריבן אין אידיש האט ער אים געשריבן די לשון קודש ווארט, און אזוי אלס איז עס געווארן בעסער און בעסער, און די בעסטע פון אלעם איז א לעצטענס האט מיר מיין זוהן געזאגט אז ער קען שרייבן און ליינען לשון קודש נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געשריבן מיטן זיידען.

wow! מורא'דיגע איידיע דאס!

גאר גוט! (דארף מען נאר האבן דער זיידע דערפאר...)

ווען איך בין געווען אין כיתה ח' (12 יאר), פלעג איך אראפשרייבן אין לשון-קודש די תורות אויף דער סדרה וואס מיין מלמד האט געזאגט. דערנאך פלעג איך דאס ווייזן פאר מיין טאטן אדער ברידער אז זיי זאלן מיר פאררעכטן וואו איך האב געמאכט א גרייז.

דאס איז פאר עמיצן וואס וויל אליין קענען. באמת וואלטן די ישיבות געדארפט טון עפעס אז כאטש רוב בחורים זאלן קענען.

יא יא, פין די חדרים וואלט געווען גוטע זאך צו טון אזא פראגראם אנשטוטס די זיידע זאל די פארהערער דינען אלץ די זיידע
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מיין טאטע האט מיר ביי די 9 יאר געוויזען א קורצע תורה אין חתם סופר, און איך האב דאס געדארפט זאגן ביים טיש (דאנט ווארי... ער האט מיך נישט באקלאפט אויב נישט..) יעדע וואך איז עס אביסל געוואקסן, און דאס האט מיך געלערנט ליינען לשון קודש.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

גרשון האט געשריבן:ווען איך בין געווען אין כיתה ח' (12 יאר), פלעג איך אראפשרייבן אין לשון-קודש די תורות אויף דער סדרה וואס מיין מלמד האט געזאגט. דערנאך פלעג איך דאס ווייזן פאר מיין טאטן אדער ברידער אז זיי זאלן מיר פאררעכטן וואו איך האב געמאכט א גרייז.

דאס איז פאר עמיצן וואס וויל אליין קענען. באמת וואלטן די ישיבות געדארפט טון עפעס אז כאטש רוב בחורים זאלן קענען.

מיין מלמד אין כתה ט' פלעגט דאס פארלאנגען.

אגב, מיין טאטע האט מיר געגעבן צו ליינען עטליכע בענדער חסידישע מעשיות [דאכט זיך עס האט געהייסןו אור יקרות] ביי די צען יאר, זינט דאן קען איך ב"ה א פיינע לשה"ק.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אגב. זיך אויסלערנען א שפראך קומט נישט פון עס לערנען. עס קומט פון עס "נוצן".

איך וועל געבן איין דוגמא. סאטמארער אינגלעך אין ירושלים קענען (ליידער) סאך א בעסערן עברית ווי דעם ענגליש וואס סאטמארער אינגלעך אין וויליאמסבורג קענען, אין דער צייט וואס אין וויליאמסבורג לערנען זיי יעדן טאג א שעה ענגליש און אין ירושלים איז דאס לערנען עברית חס מלהזכיר. נו, פארוואס? ווייל דער וויליאמסבורגער אינגל הערט ענגליש רעדן בלויז ווען ער איז ביי א דאקטאר'ס אפוינטמענט אדער פון א גוי'אישן טאקסי דרייווער. דער ירושלימ'ער אינגל הערט עברית אין אלע גאסן. ווען ער גייט אין גראסערי, ווען ער גייט שפאצירן, און (זאל נישט אויסגערעדט זיין) ווען ער קומט אין סאטמארער בית המדרש.

די סיבה פארוואס "נאכן פארברענגן אלע יוגענט יארן רוב שעות פון טאג מיט לימודים אויף לשון קודש זאל מען זיך נישט האבן אויסגעלערנט דעם הייליגן שפראך" איז ווייל נישט דאס איז פאקטיש די שפראך וואס מ'רעדט. ווען דער מלמד אדער מגיד שיעור זאל ווען רעדן צו די קינדער אויפן לשון קודש, וואלט מען זיך פיין אויסגעלערנט. "מי שיאחר מחר לבוא לסדר הבוקר, ישלם שלשה דאללער קנס". למעשה, יעדעס ווארט טייטשט דאך דער מגיד שיעור איבער אויף אידיש. איז דאס נישט קיין שפראך וואס מ'נוצט.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: וואלן צוגעלייגט: פארשטיי איך/מיין קינד לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

האב איך געהאט א רבי אין כיתה ט' וואס פלעגט פרייטאג אדער אנדערע אזאלכע קורצע טעג אויסלערנען די כללים פון לשון קודש אויפן טאוועל אויף די וואנט, אין דער גאנצע עולם פלעגט נאכשרייבן אויף צעטלעך,
שפעטער פלעגט ער פארשרייבן זאצן אדער גאנצע בריווען אויפן טאוול אין דער עולם פלעגט דאס דארפן נאכשרייבן אין לשון קודש, דערנאך פלעגט ער עס צייכענען אין פארעכטן, אין פארשטייט זיך צושרייבן סתם קאמפלימענטן אויף די גאנצע וואך,
דער עולם פלעגט ארויס קוקען אויף דעם גאר שטארק,
ווי אויך פלעגט ער ברענגן גרינגע לשון קודש'דיגע מעשה ביכלעך אין געבן בין הסדרים צו ליינען, אין עס האט פיין געארבעט,

ווען א יעדער מלמד טוט דאס ווען וואלט געוועהן א תיקון השלם,
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”