גרשון האט געשריבן:כל המוסיף גורע.
א קרייז באשטייט פון 360 גראד. דעריבער ווען איינער שטייט אויף א געוויסן פונקט, איז דאס ווייטסטע ארט פון אים 180 גראד. אין פיגוריטיוון זין קען מען דאס אויך זאגן אויף איינעם וואס איז ביי א געוויסער שטעלונג און ער טוישט זיין מיינונג צום אנדערן עקסטרעם אז ער האט געמאכט א שארפן 180 דריי. געוויסע ווילן עס מאכן נאך שטערקער, וועלן זיי זאגן אז ער האט געמאכט א 360 דריי. דאס מיינט אבער פאקטיש אז ער שטייט פונקטליך דארט וואו ער איז געווען פאר דעם.
אמת ער שטייט ווי ער איז געווען פארדעם, אבער ביים זיך דרייען 360 האט ער געזען א וועלט, איז צוריק קומענדיג אויף זיין פלאץ, האלט ער שוין ממש פארקערט ווי ביז איצט...