טעותים
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: טעותים
ריכטיג קל מיינט עומד, און תרום איז די זעלבע משקל ווי תקום, תשוב.
תי"ו האית"ן, דערנאך די אותיות השרש. (עס איז פון די נחי העי"ן).
ותמה על עצמך, וואו איז די אות האית"ן? צו איז עס א עבר?
ועוד, האסט דאך אליין געשריבן ווייטער אז עס איז אזוי ווי "ירום" לזכר.
אלא מאי, דו מיינסט צו זאגן עס איז א עתיד פונעם פעול.
אבער דער פעול איז נאר דא בתואר, ווי ערקלערט דא

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אפילו און די פעך בלוי קאנטיס...
פעך איז דורכאויס שווארץ. פעך-שווארץ איז אן אויסדרוק אויף עפעס וואס איז שווארץ ווי ס'קען נאר זיין. אויף אנדערע קאלירן פאסט עס נישט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: טעותים
ער האט מסתמא געמיינט פעך מיט א פ' רפויה = וועך...
Re: טעותים
חוח בין השושנים האט געשריבן:ער האט מסתמא געמיינט פעך מיט א פ' רפויה = וועך...
האסטו נישט געזען אין וועלכן אשכול ער האט דאס אריינגעשריבן -- אין א הימל-בלויען אשכול!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: טעותים
גרשון האט געשריבן:"וענתה השירה הזאת לעד" איז א פסוק וואס באציט זיך אויף שירת האזינו. אויב מ'ניצט עס אלס מליצה אין אן אפיציעלן כתב, טוישט מען פון "שירה" (געזאנג) צו "שורה", מיינענדיג די פאלגנדע שורות. לעצטנס האב איך געזען מאנכע ברענגען דעם פסוק כצורתו, מיט'ן י', און ווי איך פארשטיי איז עס נישט ריכטיג.
בין איך גערעכט? דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען.
ביידע מאכן סענס, איך וואלט געלאזט השירה ווי די פסוק זאגט.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: טעותים
די קאנעקשנס און די וויו זענען איינגעגאנגען צו מאכן פורים לכבוד די עילקשאנס...
ידידנו בלא בלא בלא אין די מאנסי וויו!
גאנצע $2 צוזאמגעשטעלט דורך די קאמיוניטי קאנעקשנס!
ידידנו בלא בלא בלא אין די מאנסי וויו!
גאנצע $2 צוזאמגעשטעלט דורך די קאמיוניטי קאנעקשנס!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: טעותים
אופס...
- אטעטשמענטס
-
- IMG-9111.jpg (504.39 KiB) געזען 2365 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: טעותים
סאסוב אדער קאסוב?
און וואסי דאס בית מדשו ???
און וואסי דאס בית מדשו ???
- אטעטשמענטס
-
- NEIAS.JPG (53.47 KiB) געזען 2339 מאל
Re: טעותים
לעצטנס זיך אנגעשטויסן א שיינע פאר מאל אין שריפטן פון תלמידי חכמים וואו ס'ווערט אויפגעטוישט אם (אויב) מיט עם (מיט).
א תלמיד חכם מוז נישט קענען דקדוק, אבער אזויפיל מעג ער וויסן. (די גמרא אין עירובין [נג, ב] וואלט געמאכט צימעס פון אזא איינעם.)
א תלמיד חכם מוז נישט קענען דקדוק, אבער אזויפיל מעג ער וויסן. (די גמרא אין עירובין [נג, ב] וואלט געמאכט צימעס פון אזא איינעם.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: טעותים
טראפ/טראפן
א טראפ איז וואס פארציילט דעם ניגון פון דער תורה פאר'ן בעל קורא. א drop איז אין אידיש א טראפן, ווי אינעם "ביטערן טראפן", אדער "צוויי טראפנס וואסער" (אויב וואלט דאס ווארט געווען טראפ, וואלט געווען א דאפלטער אות פאר לשון רבים, סיי דער נ' און סיי דער ס'.)
ס'איז א גאנגבארער טעות צו ניצן טראפ אנשטאט טראפן, מסתמא אין איינפלוס פונעם ענגלישן drop.

"חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" -- קלוגע פרויען בויען זייער שטוב; "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" -- און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט די אייגענע הענט (משלי יד, א).
משום איזו סיבה ווערט דער פסוק אפט ציטירט אלס "חָכְמַת נשים" -- די קלוגשאפט פון פרויען. (קען זיין ווייל די קלוגע פרויען קענען משלי נאר פון דרשות.)
משום איזו סיבה ווערט דער פסוק אפט ציטירט אלס "חָכְמַת נשים" -- די קלוגשאפט פון פרויען. (קען זיין ווייל די קלוגע פרויען קענען משלי נאר פון דרשות.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: טעותים
יע יע.. און איך האב נאך געזעהן איינער האט מגיה געווען אין א ספר וואס איז געשטאנען חכמות צ"ל חכמת...
דערמאנט מיר פונעם חמר גמל...
דערמאנט מיר פונעם חמר גמל...
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: טעותים
דערמאנונג: ווען מ'מאכט קידוש צווישן 6-7 פירט מען זיך צו זאגן אב הרחמים וכו' ויציל נפשותינו מן השעות הרעות וכו'. נישט "אב הרחמן".
Re: טעותים
אין גמרא באציט זיך אלעמאל דאס ווארט "דין" אויף חושן משפט'דיגע שאלות. ווען האט מען עס אנגעהויבן ניצן אויף אנדערע זאכן? איז עס א היינטיגע גרייז אדער די פריערדיגע פוסקים שרייבן שוין אזוי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: טעותים
די חיי אדם איז אויסגעשטעלט מיט "כלל" און "דין". אנשטאט "סימן" מיט סעיף.
אין רמב"ם ריפט מען עס אויך אן "דין". ווען מ'ברענגט עפעס נאך פונעם רמב"ם שרייבט מען "הלכה" אבער ווען מ'רעדט זאגט מען "דין"
אין רמב"ם ריפט מען עס אויך אן "דין". ווען מ'ברענגט עפעס נאך פונעם רמב"ם שרייבט מען "הלכה" אבער ווען מ'רעדט זאגט מען "דין"
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: טעותים
זאג א גוטס האט געשריבן:דערמאנונג: ווען מ'מאכט קידוש צווישן 6-7 פירט מען זיך צו זאגן אב הרחמים וכו' ויציל נפשותינו מן השעות הרעות וכו'. נישט "אב הרחמן".
וואס איז די חילוק פון הרחמן מיט הרחמים?
און אויך, וואס איז די חילוק אין אנא בכח פון "רחמי" צדקתך און "רחמים" צדקתך?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: טעותים
גרשון האט געשריבן:פריערדיגע פוסקים שרייבן שוין אזוי
קעפלעך אין ש"ע: סימן א דין השכמת הבוקר
א.א.וו.
עס איז אפשר נישט קלאר ווער האט זיי געשריבן אבער א היינטיגע זאך איז עס נישט.
זיכער דא פריער אויך.
Re: טעותים
sheetrock האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון הרחמן מיט הרחמים?
און אויך, וואס איז די חילוק אין אנא בכח פון "רחמי" צדקתך און "רחמים" צדקתך?
דער שרייבער האט מסתם געמיינט צו קלאר מאכן פון וועלכע תפלה מ'רעדט, אז מ'זאל נישט זוכן עפעס וואס איז נישט דא.
אויב איר ווילט וויסן די חילוק אין טייטש, אב הרחמן מיינט אב וואס איז א רחמן (רחום), אב הרחמים איז טייטש דער אב פון רחמים (אזוי ווי בעל חסדים).
[גראדע איז אין תפלת עשי"ת דא 2 נוסחאות מי כמוך אב הרחמן אדער הרחמים און א הכרעה ע"פ קבלה ביי וועלכע תפלה צו זאגן יעדער פון זיי.]
רחמי / רחמם איז אויך 2 נוסחאות. רחמי צדקתך טייטש רחמים פון דיין צדקה, רחמם איז טייטש האב רחמנות אויף זיי.
Re: טעותים
אין איינע פון די אויסגאבעס, פאריגע פרייטאג.
די מחותן שרייבט זיך אונגער מיט אן עי"ן אנשטאטס אונגאר.
דער בחור הזעצער האט פארשטאנען אז די עי"ן גייט ביים אנפאנג נאמען
די מחותן שרייבט זיך אונגער מיט אן עי"ן אנשטאטס אונגאר.
דער בחור הזעצער האט פארשטאנען אז די עי"ן גייט ביים אנפאנג נאמען
- אטעטשמענטס
-
- Polish_20201227_134906704.png (76.25 KiB) געזען 2076 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
הליכה לערכאות
איסור הליכה לערכאות?
אזוי? מען טאר נישט גיין צום קאורט?
וואו שטייט דאס?
הליכה בערכאות?
הייסט עס מטאר נישט ארומוואקן אין קאורט נאר שטיין אויף איין פלאץ?
אפילו איסור כניסה לערכאות איז אויך נישט ריכטיג ווארום מען מעג אריינגיין אינעם בנין.
נאר וואסזשע דען וואלט געברויכט שטיין איסור תביעה בערכאות.
לכאורה קומט עס פון א פארגרייזטע איבערטייטש פון אידיש.
אפשר קען מברר זיין דעם ערשטן מקור פאר דעם אויסדרוק.

"יתוקן מה שפגמתי בספירה [שטיל שווייגעניש] ואטהר ואתקדש"
Re: הליכה לערכאות
ישרן האט געשריבן:איסור הליכה לערכאות?
אזוי? מען טאר נישט גיין צום קאורט?
וואו שטייט דאס?
הליכה בערכאות?
הייסט עס מטאר נישט ארומוואקן אין קאורט נאר שטיין אויף איין פלאץ?
אפילו איסור כניסה לערכאות איז אויך נישט ריכטיג ווארום מען מעג אריינגיין אינעם בנין.
נאר וואסזשע דען וואלט געברויכט שטיין איסור תביעה בערכאות.
לכאורה קומט עס פון א פארגרייזטע איבערטייטש פון אידיש.
אפשר קען מברר זיין דעם ערשטן מקור פאר דעם אויסדרוק.
ברמ"א חושן משפט סימן כ"ו ס"א מובא לשון כזה מי "שהלך" בערכאות של גוים. ואגב במחבר שם הלשון אסור "לדון" בפני דייני עכו"ם
א. ב. א. מ.
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: טעותים
מענטשן זינגען ביי שלש סעודות חזק מיחד (PAUSE) כאחד עשר ספירות
איך ווייס נאר פון צען ספירות, נישט עלף
איך ווייס נאר פון צען ספירות, נישט עלף
Re: טעותים
זאגן אז איינער "האלט נישט ביי גארנישט" איז פלעין פשוט נאנסענס..... ער האלט 'נישט'(??) ביי גארנישט מיינט אז ער האלט יא ביי עפעס
די ריכטיגע וועג פון עס זאגן איז "ער האלט ביי גארנישט"
די ריכטיגע וועג פון עס זאגן איז "ער האלט ביי גארנישט"
Fear is a liar... it activates the enemy