פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

פארענטשעס בארענטשעס
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיט א פ'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מהיות טוב האט געשריבן:
ששון האט געשריבן:קאליש'ס "פארענטשעס" איז זיכער נישט מסוכן. עס איז געשמאק צו הערן, ווען מען לייענט איבער פארענטשעס. וואס איז דער מקור פאר פארענטשעס מיט א פיי אנשטאט דעם ב'?

וואס איז די מקור פון בארענטשעס מיט א. *ב

ס'איז א טעות צווישן געוויסע אמעריקאנער אידן וואס מיינען אז די ווארט קומט פון די ענגלישע ווארט branches (צווייגן).
די ריכטיגע ווארט איז פארענטשעס און די עטימאלאגיע (ווארט אפשטאם) איז פון די פוילישע ווארט Poręcz (porench) וואס מיינט handrail אדער banister.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210527-162237__01.jpg
Screenshot_20210527-162237__01.jpg (174.11 KiB) געזען 2334 מאל
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

גרשון האט געשריבן:מיט א פ'.

אזוי האט מען אמאל געשריבן, היינט שרייבן רוב צייטאונגען מיט א 'ב'
( עס איז נישט קיין ראי' אז דאס איז די גערעכטע וועג,)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שר התורה האט געשריבן:אזוי האט מען אמאל געשריבן, היינט שרייבן רוב צייטאונגען מיט א 'ב'

ר' איד, איר מאכט א גרויסן טעות. (בניגון הידוע)

ווייז מיר סיי וועלכע צייטונג וואס שרייבט מיט א ב'.
אוועטאר
אידישיסט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 9:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישיסט »

שר התורה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מיט א פ'.

אזוי האט מען אמאל געשריבן, היינט שרייבן רוב צייטאונגען מיט א 'ב'
( עס איז נישט קיין ראי' אז דאס איז די גערעכטע וועג,)

פארענטשעס איז עס געווען און פארענטשעס וועט עס זיין!
אויסער קליינע קינדער און געציילטע אומוויסענדע ערוואקסענע הערט מען נישט וועגן ”ברענטשעס”
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אידישיסט האט געשריבן:

אז יודישיסט, און קלאצי זאגן אזוי צי איך צירוק, (אזוי האט זיך מיר געדאכט, מענטשן הער יא אסאך אזוי זאגן, פון אביסל מער ווי געציילטע אומוויסנדע,)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אתרוג בוים
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2020 4:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג בוים »

גרשון האט געשריבן:מיט א פ'.

גא'מ
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ס'ווענדט זיך וועלכע

די שטארקע מיט א פ'

די ווייעכע איז מיט א ב•

די גאר לויזע מיט א ב' (אן די פינטל)
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שר התורה האט געשריבן:
אידישיסט האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מיט א פ'.

אזוי האט מען אמאל געשריבן, היינט שרייבן רוב צייטאונגען מיט א 'ב'
( עס איז נישט קיין ראי' אז דאס איז די גערעכטע וועג,)

פארענטשעס איז עס געווען און פארענטשעס וועט עס זיין!
אויסער קליינע קינדער און געציילטע אומוויסענדע ערוואקסענע הערט מען נישט וועגן ”ברענטשעס”

אז יודישיסט, און קלאצי זאגן אזוי צי איך צירוק, (אזוי האט זיך מיר געדאכט, מענטשן הער יא אסאך אזוי זאגן, פון אביסל מער ווי געציילטע אומוויסנדע,)

איה"נ, ביים רעדן זאגן טאקע אסאך מיט א ב'.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אמאל פלעגן שרייבערס, שרייבן
'ליידיקע' ( נישט דוקא די ווארט) מיט א קוף היינט מיט א גימל,
וואסי פשט?
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

שר התורה האט געשריבן:אמאל פלעגן שרייבערס, שרייבן
'ליידיקע' ( נישט דוקא די ווארט) מיט א קוף היינט מיט א גימל,
וואסי פשט?

די מיינסט ליידיג(ק)ע פ(ב)ערענטשעס?
איך מיין אין קיין איין צייטונג וועסטו נישט טרעפן רעדן פון דעם.....
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

סעלפאן האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:אמאל פלעגן שרייבערס, שרייבן
'ליידיקע' ( נישט דוקא די ווארט) מיט א קוף היינט מיט א גימל,
וואסי פשט?

די מיינסט ליידיג(ק)ע פ(ב)ערענטשעס?
איך מיין אין קיין איין צייטונג וועסטו נישט טרעפן רעדן פון דעם.....

קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען מיין קשיא,
אמאל פלעגט מען שרייבן און זייער אסאך ווערטער, א קוף, וואס משרייבט היינט מיט א 'גימל'
יבוא בעלי ה'לענגוויסטן זיי וועלן וויסן פון וואס איך רעד,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

קאלטשען אדער גאלאטשען?
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שר התורה האט געשריבן:אמאל פלעגן שרייבערס, שרייבן
'ליידיקע' ( נישט דוקא די ווארט) מיט א קוף היינט מיט א גימל,
וואסי פשט?

אומריכטיקע אשכול...

זע דא א שמועס דערוועגן http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=45248#p45248

בקיצור אמאל האט עס אויך געהאט מיט דער וואוינארט, אנדערע פלעצער האבן אנדערש געשריבן. כיום האבן די יידישיסטן אדאפטירט דער קו"ף ווערסיע און אלע אנדערע האבן אדאפטירט דער גימ"ל... אבער דער שאלה איז בעצם נישט אזא שאלה זינט אידיש איז א שפראך וואס האט אייביג זיך אפדעיטעד.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אין רוסישע אידיש שרייבט מען אסאך ווערטער מיט א קוף אנשטאט א גימל.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שר התורה האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:אמאל פלעגן שרייבערס, שרייבן
'ליידיקע' ( נישט דוקא די ווארט) מיט א קוף היינט מיט א גימל,
וואסי פשט?

די מיינסט ליידיג(ק)ע פ(ב)ערענטשעס?
איך מיין אין קיין איין צייטונג וועסטו נישט טרעפן רעדן פון דעם.....

קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען מיין קשיא,
אמאל פלעגט מען שרייבן און זייער אסאך ווערטער, א קוף, וואס משרייבט היינט מיט א 'גימל'
יבוא בעלי ה'לענגוויסטן זיי וועלן וויסן פון וואס איך רעד,

קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען דעם תירוץ,
אמאל האט מען (ווער?) גערעדט מער א שטייפערע שפראך היינט רעדט מען א לויזערע,
אין שריפט איז עס אמאל אזוי און אמאך אזוי .
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פלאחותיך האט געשריבן:ס'ווענדט זיך וועלכע

די שטארקע מיט א פ'

די ווייעכע איז מיט א ב•

די גאר לויזע מיט א ב' (אן די פינטל)

ווער זאגט א ב' אן די פינטל? דאס האב איך שוין קיינמאל געהערט
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: פארענטשעס, בארענטשעס, ברענטשעס, ווי אזוי איז ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

פלאחותיך האט געשריבן:ס'ווענדט זיך וועלכע

די שטארקע מיט א פ'

די ווייעכע איז מיט א ב•

די גאר לויזע מיט א ב' (אן די פינטל)

שפתים ישק.
בפרט לפי המובא בבני יששכר דלכך האותיות שאחר אהו"י רפויים, כי אלו אותיות חסרים בזמן הגלות (כי יד על כ"ס י"ה) ולפיכך נגרם בהם רפיון עיי"ש, איז דאך פשוט אז די שוואכע ווארענטשעס געהערן צו זיין רפוי, ודי.
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:אזוי האט מען אמאל געשריבן, היינט שרייבן רוב צייטאונגען מיט א 'ב'
( עס איז נישט קיין ראי' אז דאס איז די גערעכטע וועג,)

ר' איד, איר מאכט א גרויסן טעות. (בניגון הידוע)

ווייז מיר סיי וועלכע צייטונג וואס שרייבט מיט א ב'.

טעגליך דער איד ה' שלח

סטאלינער אינגערמאן
ארויס ב”ה פון סכנה
מיט גרויס לויב צו השי”ת האט מען געהערט נעכטן אז איינער פון די סטאלינער יונגעלייט וואס זענען זייער שווער פארוואונדעט געווארן אין דעם פּארענטש צוזאמענפאל שבועות אויפדערנאכט ל”ע, איז ב”ה שוין ארויס פון די קריטישע “איי-סי-יו” אפּטיילונג אין שערי צדק שפּיטאל און אז ער אטעמט שוין ב”ה אליין אן הילף פון א מאשין. דער ציבור ווערט פונדעסטוועגן גערופן פארצוזעצן מתפלל צו זיין פאר יעקב בן גיטל פאר א פולקאמע רפו”ש בכל רמ”ח איבריו ושס”ה גידיו מתוך שאר חולי ישראל.
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

מאראליש האט געשריבן:טעגליך דער איד ה' שלח

סטאלינער אינגערמאן
ארויס ב”ה פון סכנה
מיט גרויס לויב צו השי”ת האט מען געהערט נעכטן אז איינער פון די סטאלינער יונגעלייט וואס זענען זייער שווער פארוואונדעט געווארן אין דעם פּארענטש צוזאמענפאל שבועות אויפדערנאכט ל”ע, איז ב”ה שוין ארויס פון די קריטישע “איי-סי-יו” אפּטיילונג אין שערי צדק שפּיטאל און אז ער אטעמט שוין ב”ה אליין אן הילף פון א מאשין. דער ציבור ווערט פונדעסטוועגן גערופן פארצוזעצן מתפלל צו זיין פאר יעקב בן גיטל פאר א פולקאמע רפו”ש בכל רמ”ח איבריו ושס”ה גידיו מתוך שאר חולי ישראל.

דאכט זיך אז דאס איז אומריכטיג געשריבן. זיי וואלטן געדארפט שרייבן פארענטשעס צוזאמפאל.

אויב יא פארענשט איז געפאלענע פארענטש ריכטיגער. פארענטש צוזאמפאל הערט זיך מיר מאדנע.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”