מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מוצא שבועות שנת תשפ"א

אין די לעצטערע טעג בין איך גאנץ ווינציג געשלאפן, ממילא איז מעגליך אז וואס איך שרייב איצטער איז הוילע שטותים אדער פוסטע הבלים, (אדער גאר הוילע הבלים, לשון נופל על לשון. אבער דא איז שוין די נפילה מיט אזא שטארקיייט אז ער צודריקט דעם צווייטן אינגאנצן, און אנשטאט צוגעבן צו דעם תפארת הלשון, איז ער גאר משחית את יפיו.) א קיצור, ס'איז גאר מעגליך אז די דאזיגע רייד וואס איך טו יעצט שרייבן האבן נישט קיין שום האפט, און זיי טראגן נישט מיט זיך קיין שום ווערד, אבער וואס זאל איך טון אז עס איז מיר איינגעפאלן, און איצטער עגבערט עס אינערווייניג, עס גרידשעט אין קאפ, עס עסט די געוויסן ביסן, און עס פלאגט די מח.

אלזא, באין ברירה, כדי פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש וואס האט באטראפן מיין מח'ל, טו איך דא אויסגיסן מיינע מחשבות, מיטן האפענונג אז עס וועט מיר העלפן מאכן סדר דארטן אינערווייניג. דערווייל זע איך גאר אז וואס מער איך שרייב איז דער אנשיקעניש פורה ורובה ראש ולענה. (פארוואס טאקע שטייט נישט פורה ורובה ראש ולענה? קאן זיין אז די לשון רבה איז נאר שייך ווען איין מין גיבט ארויס נאך פון זיין מין, דאס הייסט אז ער מערט זיך, מה שאין כן די לשון פרה, וואס באדייט אז ער גיבט ארויס פירות, אבער די פירות זענען לאו דוקא דומה צו אים, א מענטש וואס איז מוליד בדומה טוט ביידע צוזאמען, ער איז פרה ורבה, א שורש וואס גיבט ארויס פארפוילטע פירות איז נאר פורה ראש ולענה. כנלענ"ד כעת.) [דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן (נאך די געקעסטלטע), איז א המשך צו דאס וואס איך האב געשריבן פאר די איינגערינגעלטע.] דאכט זיך מיר אז פון בעלזער רב ז"ל זאגט מען נאך (פרעג נישט וועלעכע, ווייל איך ווייס נישט, דער וואס האט מיר עס נאכגעזאגט האט אויך געזאגט בעלזער רב ז"ל אן מפרש זיין וועלעכע.) אויפן פסוק "הכל בכתב מיד ד' עלי השכיל" אז ווען מ'פארשרייבט א זאך ווערט די דעת נתרבה, און עס פאלט איין פרישע זאכן געבויעט אויף דעם ענין וואס מ'שרייבט.

על כל פנים, שטייט מען דאך יעצט מוצאי שבועות, און בשעת'ן פארפאקן די שבועות ביימעלעך איז א פויגל פון דארט אראפ און איז אריין אין מיין קאפ, און ער לאזט נישט מנוחה, ער טענה'ט אז שרייבן מוצאי שבת איז גרייזיג, עס נעמט זיך פון דעם וואס עס שטייט אין גמרא "מוצאי שבתות", אבער ווען מ'רעדט פון איין שבת דארף מען שרייבן מוצא שבת.

איך וויל זיך טענה'ן מיט אים, אבער איך בין שפראכלאז, איך ווייס נישט וואס אים צו ענטפערן, און דערווייל זשומעט ער ווי א פליג און טשיפשעט ווי א פויגל (נישט פארטוישן מיט שעפשעט, דאס געהערט צו די מעטשהייט.) נא, וואזשע טוט מען?

איז מיר איינגעפאלן אזא פשט, יעדע שבת האט אפאר מוצאות, פופציג, זעכציג, צוויי אין זיבעציג, ניינציג, זעקס אין ניינציג, וכולה. ועל שם זה רופט מען די נאכט מוצאי שבת.

האטס מיר אלע א געזונטע זוממער!

אלו דברי ידידכם, (כמעט געשריבן ידיכם)
משה כתוב
בעמח"ס שו"ת משפט כתוב, חתום באוצרותי עה"ת ומועדים
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

כתוב וחתום האט געשריבן:מוצא שבועות שנת תשפ"א

כ'קלער יעצט אז ס'קאן זיין אז מוצאי שבועות קומט יא צו שרייבן מוצאי, ווייל שבועות אז דאך ל' רבים, ויל"ע.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אינטערסאנט אבער אז ערב שבת שרייבט מען ביחיד אפי' אין משנה שטייט ערבי, ווידעראום בערבי פסחים זע איך ווי אידן שרייבן ערבי (ספעציעל די וואס ווילן שרייבן פראפעסיאנאל).

לפי דברינו קען זיין אז מלאכות הערט יעדער אויף ביי די שקיעה (עכ"פ בפרהסיא...) איז ערב, ווידעראום (ווייסעך נישט וואס די ווארט מיינט אדער פון וואו ס'קומט, אבער דאכט זיך אז דא קומט אים צו ניצן [- ער קומט צוניץ]) ערב/ערבי פסח אידאך דא א מחלוקת ר"מ ור"י...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער לשון "מוצאי שבת" איז א פריערדיגער, מ'טרעפט עס אין ראשונים און נאך פריער.

אלא מאי, איז דער איד יו"ד נישט קיין יו"ד הריבוי, נאר א יו"ד היחס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'פארשלאפן ועוד לקרא

ברכות פ"ב משנה ה
חָתָן פָּטוּר מִקְּרִיאַת שְׁמַע בַּלַּיְלָה הָרִאשׁוֹן עַד מוֹצָאֵי שַׁבָּת
אין ברכות כז: כמה פעמים
שֶׁל מוֹצָאֵי שַׁבָּת בְּשַׁבָּת

ועוד ועוד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

עיין שם.

יו"ד היחס קומט נישט אהער.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

כתוב וחתום האט געשריבן:אינטערסאנט אבער אז ערב שבת שרייבט מען ביחיד אפי' אין משנה שטייט ערבי, ווידעראום בערבי פסחים זע איך ווי אידן שרייבן ערבי (ספעציעל די וואס ווילן שרייבן פראפעסיאנאל).


תלוי בשני פירושי התוספות ריש פרק ערבי פסחים, דלפירוש ראשון הכוונה כמו שאמרת, ואילו לפירוש שלישי הלשון מכוון לערבי פסח ראשון ושני
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

כתוב וחתום האט געשריבן:מוצא שבועות שנת תשפ"א

? קאן זיין אז די לשון רבה איז נאר שייך ווען איין מין גיבט ארויס נאך פון זיין מין, דאס הייסט אז ער מערט זיך, מה שאין כן די לשון פרה, וואס באדייט אז ער גיבט ארויס פירות, אבער די פירות זענען לאו דוקא דומה צו אים, א מענטש וואס איז מוליד בדומה טוט ביידע צוזאמען, ער איז פרה ורבה, א שורש וואס גיבט ארויס פארפוילטע פירות איז נאר פורה ראש ולענה. כ


בפר' בראשית על הפסוק 'פרו ורבו' פירש רש"י: פרו שיהא מוליד אחד, ורבו שיהא אחד מוליד הרבה (וזה בעצם מכוון למה שאמרת, ש'פרה' קאי על עצם היכולת לפרות, ו'רבה' פירושו התרבות ההפריה).

בפר' בחוקותי עה"פ 'והפרתי אתכם והרבתי אתכם' שם פירש רש"י דהרבתי הוא מלשון גדולה (דתיבת 'רב' יש לו שני משמעיות, האחד משורש הרבה [רב לכם שבת בהר הזה] והשני מלשון גדולה [רב לכם בני לוי])
לעצט פארראכטן דורך מיכל אום דאנערשטאג מאי 20, 2021 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

farshlufen האט געשריבן:דער לשון "מוצאי שבת" איז א פריערדיגער, מ'טרעפט עס אין ראשונים און נאך פריער.

אלא מאי, איז דער איד יו"ד נישט קיין יו"ד הריבוי, נאר א יו"ד היחס.


א יו"ד איז בכל אופן א ריבוי, דאס צו עס איז 'בלויז' א ריבוי אדער 'אויך' א יחס ווענדט זיך צו די נקודה איז א פתח אדער א צירי, ווי אויך אין דעם אות השימוש דערנאך.
צום ביישפיל:
אח = ברודער
אחים = ברידער
אבער עס איז נישט די מ"ם וועלכער מאכט אים פאר א רבים נאר דער יו"ד, והראיה:
אחי יוסף = די ברידער פון יוסף
אַחֵינו = אונזערע ברידער
אַחֵיכם = ענקערע ברידער
וכו'
אלזא דער יו"ד איז דער לשון רבים, און די לעצטע אות איז א שימוש וועלכע טוישט זיך כפי הענין.
(כל זה באופן כללי, לגבי תיבת במוצאי עדיין אני נבוך)

לפי האמור, א יוד היחס וועט מען נאר געפינען ביי א ל' רבים און נישט ביי א יחיד.
לדוגמא:
בתי ישראל = די הייזער פון אידן
ביֵת אהרן = די הויז פון אהרן (אנדערש ווי געווענליך וואס דער ווארט בית פארמאגט א פת"ח אונטער'ן יוד, וועט עס דא זיין מיט א צירי בכדי צו צייגן אויף דעם יחס, אבער עס וועט נישט האבן א צוגעלייגטע יו"ד)
לעצט פארראכטן דורך מיכל אום דאנערשטאג מאי 20, 2021 4:44 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בדרך צחות: ס'קומט מרמז זיין די עטליכע זמנים פון אויס שבת, כל אחד כפי מנהגו, הה"ד "מוצאי שבת".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:בדרך צחות: ס'קומט מרמז זיין די עטליכע זמנים פון אויס שבת, כל אחד כפי מנהגו, הה"ד "מוצאי שבת".

שכל האסט געטשידט און געליינט צו שנעל. :wink:
כתוב וחתום האט געשריבן:איז מיר איינגעפאלן אזא פשט, יעדע שבת האט אפאר מוצאות, פופציג, זעכציג, צוויי אין זיבעציג, ניינציג, זעקס אין ניינציג, וכולה. ועל שם זה רופט מען די נאכט מוצאי שבת


משה כתוב, שרייבסט פיין! —-_=—
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענקעל האט געשריבן:שכל האסט געטשידט און געליינט צו שנעל. :wink:

בושות...

ברויך מען ליינען שטייטער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ארויף אין ליכט פון טעמטי'ס צולאזעניש...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מ'גייט שוין באלד זאגען במוצאי מנוחה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”