א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שוין יארן וואס קוועטשט מיך, נישט ווייל ס'גייט מיך עכט אן, אבער דאך, הלמאי אז אזא פארדריסליכע גרייז האט זיך אריינגעכאפט ביי די "זעמל מעל און אויל" (מסלתה ומשמנה) פון אונזערע אלץ-ווייסער אין די וועלט פון ריין אידיש.

אנגעהויבן האט זיך דאס ווען כ'האב מיך אזוי מתבונן געוועזן אז אין אידיש טוט א למ"ד ביים ענדע פונעם ווארט קלענער מאכן די זאך/קאנצעפט וועלכע די ווארט באדייט.

צום ביישפיל:
ווארט - ווערטל
ראק - רעקל
טאפ - טעפל
הינט - הינטל
אינג - אינגל
בחור - בחור'ל
(ביי א אינגערמאן לייגט מען צו דעם "טשיק'ל)

אויב לייגט מען צו אן "ע" נאכן למ"ד ווערט דאס גאר קליין

טעפעלע
הונטעלע
אביסעלע
אינגעלע
א טראפקעלע

אויב מען ענדיגט מיט א "י" ווערט דאס מיקראסקאפיש.

"גיב מיר אביסל טיי, איך גלייך עס נישט, אבער אלס חמין במוצש"ק וויל איך טרינקען ממש נאר אלץ ענין."

"סוא דארפסט אביסל אדער אביסעלע?"

"נע, ממש נאר א "טראפקי" מער פון דעם איז בל תשחית."

איך מיין אז "טראפקי" איז היבש קלענער פון "טראפעלע" און א "קעצי" איז קלענער פון א "קעצעלע".

איך קען מיך קויפן א שיינע נייע הויזן אויף יו"ט, אבער פאר מיין דריי יעריגס קען איך דאס נישט קויפן. פאר אים קען איך נאר:
"אה אברמעלע (אדער אפשר אברמי), קוק שיין מ'האט דיר געקויפט א נייע הויזעלע פאר פסח," (פרעגטס מיך נישט ווי די "ניען" איז א פארלארן געגאנגען.)

טראכטנדיג וועגן דעם האב מיך געכאפט א געוואלדיגע שיינע געדאנק. אלע ווייסן אז לכתחילה ווילן מיר נישט זיין אויפן אינטערנעט, מיר ווילן נישט צו סאך רעדן דערפון, נישט און די צייטונגען און נישט אויף ק"מ א.א.וו., איז עימיצר אויפגעקומען מיט א וואזשנעם הצעה, די חרדי'דישע אידן גייען צולייגן א למ"ד צום "וועבסייט" כדי דאס ממעט צוזיין, כדי ארויסצוברענגען די נישט וויכטיגקייט דערפון. ניין, ניין און נאכאמאל ניין, מיר קיינמאל נישט ארויסזאגן/שרייבן דאס שמוציגע ווארט "וועבסייט" אויך נישט "וועבזייט". אונז זאגן "וועבזייטל". אזוי אז דאס ענדע-למ"ד זאל דערקלערן אומוועלענדיג אז דאס גאנצע געשעפט איז אזוי אומאפיציעל, בטעות ובדוחק.

ס'איז נישט א געהעריגע זאך ווי א "וועבזייט", סאיז א מינדערוויכטיג און נישט חשוב, ס'איז א "וועבזייטל" און פערטיג.

איר האלט נישט אז "וועבזייט'עלע" וואלט מער אויפגעטאהן? ווער ווייסט.

אבער לאז מיר אין א "זייט" לייגן דעם הומאר דערפון און פרעגן זיך אליין.

וואס איז דאס "וועבזייט"? איז "וועב" א ווארט בכלל? איז דאס אן אפטייטש פון web?

פון וועלכע "זייט" רעדט מען דא? איז דאס די אפטייטש פון דאס ענגלישע " SITE מיט א "T"?

אויף "וועב" וועל איך לאזן א צווייטן ארבייטן צו ס'דארף ווען הייסן "נעץ" געוועב" וועבן" וועבעלע" א.א.וו.

מיר וואונדערט דעם "זייט" זייטל" "זייטי". ווי אין די וועלט זענען מיר אנגעקומען דערצו?

ס'איז פארהאן אין ענגליש דריי ווערטער וואס הערטס גאנץ ענליך.

Side (page) - זייט - צד
Sight - זעהן - ראיה
Site - פלאץ - מקום (אתר)

איצט א "webpage" וואלט געדארפט צו הייסן "וועבזייט" דאס פארשטיי איך.

" אבער א website" איז ווארשיינליך א "וועבפלאץ" איך זעה נישט קיין בעסערע טריקענע אפטייטש.

אין העברעיש רופט מען דאס אתר וועלכע איז די ארמ'ישע אפטייטש פון מקום/פלאץ, ווייס איך נישט פארוואס זיי האבן דאס בוחר געווען אין ארמ'יש און ס'איז אונז נישט נוגע די פרטים פון זייער טריפענע שפראך. איך זעה נאר אזויפיל אז טייטשן אפ דעם SITE אלץ "פלאץ" אזויווי דער אמת איז.

איך ווייס נישט אויב די גרייז האט זיך אנטוויקלט ביי היימישע אידן, צו ביי די פרייערע אידישיסטן צו גאר ביי דייטשלאנד. אדער מעגליך אז איך בין נישט גערעכט.

מכאן הקריאה יוצאת, אדער קען מען קלארשטעלן וואס דא גייט פאר, ווי קומט דאס ווארט "זייטל" דא אהער. אדער פארעכט מען דאס מהיום והלאה אנגעהויבן דא אין קרעטשמע ביז ס'שפרייזט אריבער צו די היימישע אויסגאבעס, ס'איז "וועבפלאץ", פינטל.

און טאמער וויל מען דאס קלענער מאכן ארויסצוברענגען די פחיתות הכבוד דערפון, קען מען דאס אנרופן "וועבפלעצל" "וועבפלעצי" אדער גאר "וועבפלעצקעלע". עכ"פ לאז מיר איינמאל פאר אלעמאל דאס פאררעכטן און עס מאכן פאר די נייע נארמע.

כלנו למערכה.
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

א גוטע פאינט('עלע/י). מאכט טאקע נישט קיין סענטס.

וויאזוי שרייבן די אידישיסטן?

גוגל טראנסלאט, טראנסאלירט עס אויך אזוי. והוא פלא.
אטעטשמענטס
Polish_20210322_084614729.png
Polish_20210322_084614729.png (54.9 KiB) געזען 1484 מאל
לעצט פארראכטן דורך קלאנג אום מאנטאג מארטש 22, 2021 8:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- ;l;p- נעווער מיינד די פאונט, די שפראך איז ווערט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וועב-פלאצטי!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

;l;p-
פרישע קוגל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- נעווער מיינד די פאונט, די שפראך איז ווערט...
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

פרישע קוגל האט געשריבן: ;l;p- ;l;p- - נעווער מיינד די פאונט, די שפראך איז ווערט...
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

;l;p-
פרישע קוגל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- נעווער מיינד די פאונט, די שפראך איז ווערט...
לייבקע יענטע'ס
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבקע יענטע'ס »

די ווארט ”וועבזייטל” שטאמט פון די יודישיסטען, אינטערסאנט אז די ווארט ”אינטערנעצ” (פאר ”אינטערנעט”) איז נישט אנגעקימען און אינזער דיקשאנערי און וועבזייטעל יא, האט לכאורה צוטוהן מיט אי זענען הויכע געלערנטע צייטונג/מאגעזין שרייבער
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

איז נישט ענדערשער "ארט" (א' קמוצה) דאס אידישער ווארט פאר site?
למען לא ניגע לניק (ליפא)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:די ווארט ”וועבזייטל” שטאמט פון די יודישיסטען, אינטערסאנט אז די ווארט ”אינטערנעצ” (פאר ”אינטערנעט”) איז נישט אנגעקימען און אינזער דיקשאנערי און וועבזייטעל יא, האט לכאורה צוטוהן מיט אי זענען הויכע געלערנטע צייטונג/מאגעזין שרייבער

נו, ווי קומט צו זיי די טעות און פארוואס זאלן מיר דאס נאכטאהן?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

סענסיטיוו האט געשריבן:איז נישט ענדערשער "ארט" (א' קמוצה) דאס אידישער ווארט פאר site?

יא, ווארשיינליך האסטו א פונקט.

עס איז באגריסנסווערד דעם עולם'ס פאזיטיווע תגובות, דערווייל זעה איך אז אלע האלטן מיין נקודה איז גערעכט.

ווי ריקט מען עס ווייטער?

וויאזוי ווערט דאס דאס נייע ווארט ביינונז?

"וועבארט"
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מאנטאג מארטש 22, 2021 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Capture.JPG
Capture.JPG (20.49 KiB) געזען 1248 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:
Capture.JPG

וואס איז דאס? פון ווי נעמסטו די סקרינשאט?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גוגל טרענסלעט. פרוביר עס אויס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פראקטיש האט געשריבן:וויאזוי ווערט דאס דאס נייע ווארט ביינונז?

"וועבארט"

ס'איז נישט קיין נייע חידוש, און ס'איז שוין כמ"פ דיסקוסירט געווארן דא אויף אייוועלט.

וועבארט גייט זיך נישט אזוי איינגעבן, קודם כל, ס'זאגט זיך נישט גוט. וועב-ארט דארף מען מפסיק זיין צווישן די ב' און די א'...

וועבזייטל האט זיך היימיש געמאכט אלס די געשמאקקייט פון דעם ווארט. די חידוש און אייגנארטיגקייט האט עס געמאכט פאפולער. וועבארט האט דאס נישט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:וויאזוי ווערט דאס דאס נייע ווארט ביינונז?

"וועבארט"

ס'איז נישט קיין נייע חידוש, און ס'איז שוין כמ"פ דיסקוסירט געווארן דא אויף אייוועלט..

עטליכע ערטער אויף אייוועלט וואו מ'האט שוין גערעדט דערפון.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=6394

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1710354

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p2573887

איך האלט פונקט ווי גרשון אינעם דערמאנטן לינק:
גרשון האט געשריבן:איך גלייך דווקא יא וועבזייטל, הגם דו האסט מסתמא א נקודה אז ס'האט נישט עכט קיין פשט. למעשה איז דאס ווארט אריין אין לעקסיקאן, און ס'גיבט א אידישן שטעמפל, אנדערש ווי דאס ענגליש-קלינגנדע וועבסייט.

מ'קען אויך זאגן סתם "זייטל" -- דאס איז מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.

"געוועב-ארט" איז אן ארט וואו מ'וועבט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:וויאזוי ווערט דאס דאס נייע ווארט ביינונז?

"וועבארט"

ס'איז נישט קיין נייע חידוש, און ס'איז שוין כמ"פ דיסקוסירט געווארן דא אויף אייוועלט..

עטליכע ערטער אויף אייוועלט וואו מ'האט שוין גערעדט דערפון.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=6394

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1710354

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p2573887

נישט געוואוסט. כהאב געמיינט איך בין אויפגעקומען מיט ווער-ווייס-וואס, והוא רחום....

למעשה זעה איך אויף איינע פון די לינקס אן ערקלערונג וויאזוי דאס האט זיך געוויקלט פון SITE / PAGE / SIDE צו זייט. דעם למ"ד האט נאך קיינער נישט פארענטפערט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט פונקט ווי גרשון אינעם דערמאנטן לינק:
גרשון האט געשריבן:איך גלייך דווקא יא וועבזייטל, הגם דו האסט מסתמא א נקודה אז ס'האט נישט עכט קיין פשט. למעשה איז דאס ווארט אריין אין לעקסיקאן, און ס'גיבט א אידישן שטעמפל, אנדערש ווי דאס ענגליש-קלינגנדע וועבסייט.

מ'קען אויך זאגן סתם "זייטל" -- דאס איז מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.

"געוועב-ארט" איז אן ארט וואו מ'וועבט...

דאס איז שוין טעם וריח. איינמאל מ'אגריעט אויפן יסוד קען שוין דערנאך יעדן שמעקן וועס ער גלייכט. איך וואלט נאך מסכים געווען אפשר מיט "זייט" אבער דאס "זייטל"? עפעס עפעס, עפעס רעגט דאס מיך אויף.

פרעגסט מיך? דאס בעסטע וואלט איך געוואלט "געוועב-ארט" אבער איך וואלט נאכגעגעבן אויף "געוועב-פלאץ".

דאס אז ס'האטס זיך שוין למעשה אריינגעכאפט העלפט מיר נישט, ספעציעל ווען דאס קומט פון די פרייע יודישיסטן.

באמת וואלט די "מעלות" אויסגאבע זיך געדארפט באפאסן דערמיט. נאר פאר פארשידענע סיבות גיין זיי ניטאמאל ארויפברענגען דאס ווארט אויף זייערער לעפצן.

מיז איך דא שטיין ווי א נאר אויפן מארק פרובירן צו פאררכעטן די וועלט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך פרעג דיר, וועלכע ווארט הערט זיך געשמאקער, געוועבפלאץ, אדער וועבזייטל?

ענטפער אן קיין נגיעות צום אשכול...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פרעג דיר, וועלכע ווארט הערט זיך געשמאקער, געוועבפלאץ, אדער וועבזייטל?

ענטפער אן קיין נגיעות צום אשכול...

דו האסט געלייגט א שווערע תנאי "אן נגיעות". בשעת מיין נגיעה איז, אז איך גלייך די שורש און ריכטיקייט פון ווערטער בכלליות.

וואס קען זיין דיין נגיעה? אפשר געוואוינהייט? הרגל?

וויאזוי פארענטפערסטו דעם "זייטל" רבש"ע?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שפראכלאזעלע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

'פראקטיש' גערעדט, ווען נישט מ'רופט עס וועבזייטל האב מיר נישט דעם אשכול
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שמואל בארג האט געשריבן:'פראקטיש' גערעדט, ווען נישט מ'רופט עס וועבזייטל האב מיר נישט דעם אשכול

אט אזוי, נאדיר א קניפ אין בעקל. (נישט אין באק!)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א חרפה און א בושה. ווי שעמט מען זיך נישט צו ניצן דאס ווארט "וועבזייטל"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אבי נישט אין באקי
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”