לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ער זאגט דאך די זעלבע זאך פונעם של"ה וואס איינער האט פריער געברענגט.

ער לייגט נאר צו אויך לשון חז"ל. (אבער איך פארשטיי נישט בעניות דעתי ווי אזוי מ'קען זאגן אז חז"ל האבן גערעדט א ריינעם לשה"ק -- אראמיש איז אויך נישט לשה"ק.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

שלא באותו ענין.
אמאל נוצט מען לשה"ק ווערטער אן קיין טעם:
"ער האט געצאלט פיר הונדערט אלפים" איז עס סייקאלאגיש גרינגער צו רעדן אזוי וועגן געלט?
"געגעסן בשר" עס הערט זיך ווייניגער גראב ווי פלייש?
"משמיע געווען דברות קודש" איז עס מער הייליג ווי "געזאגט"?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

להודות האט געשריבן:שלא באותו ענין.
אמאל נוצט מען לשה"ק ווערטער אן קיין טעם:
"ער האט געצאלט פיר הונדערט אלפים" איז עס סייקאלאגיש גרינגער צו רעדן אזוי וועגן געלט?
"געגעסן בשר" עס הערט זיך ווייניגער גראב ווי פלייש?
"משמיע געווען דברות קודש" איז עס מער הייליג ווי "געזאגט"?

ווי אזוי דען זאל מען זאגן? דער רבי האט געלאזט הערן הייליגע רייד?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:שלא באותו ענין.
אמאל נוצט מען לשה"ק ווערטער אן קיין טעם:
"ער האט געצאלט פיר הונדערט אלפים" איז עס סייקאלאגיש גרינגער צו רעדן אזוי וועגן געלט?
"געגעסן בשר" עס הערט זיך ווייניגער גראב ווי פלייש?
"משמיע געווען דברות קודש" איז עס מער הייליג ווי "געזאגט"?

ווי אזוי דען זאל מען זאגן? דער רבי האט געלאזט הערן הייליגע רייד?

איך מיין אז דאס קומט פון דעם וואס מען וויל ארויסברענגען א געוויסע זאך מיט איר גאנצער שארפקייט זוכט מען צו נוצן א ווארט וועלעכע איז נישט אזוי קאמאן - און דאס כאפט בעסער דעם אויער פונעם מענטש און העלפט צו שטארק אילוסטרעיטן די זאך.

לדוגמא וועגן 'בשר', ווען איינער גייט זאגן פשוט אז 'שבת עסט מען פלייש' וועט ער נישט זאגן 'בשר', אבער ווען ער וויל ארויסברענגען אז מען האט געהאקט פיינע פלייש.. וויל עס אז עס זאל ארויסקומען מיט אזא מין זאפט.. מיטן גאנצן קנאק, ממילא נוצט ער א ווארט וועלעכע איז אנדערש פון די פשוטע ווארט ואס מען נוצט געווענליך - אזוי קומט די זאך ארויס אזוי זאפטיג און געשמאק.

און אזוי איז ביי יעדע זאך, ווען מען וויל עפעס שילדערן מיט א עקסטערע געשמאק - וועט מען נוצן א ווארט וועלעכע איז נישט די געווענליכע פשוטע ווארט וואס מען נוצט פאר דעם.

אזוי מיין איך.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי דען זאל מען זאגן? דער רבי האט געלאזט הערן הייליגע רייד?

ער קען נישט "רעדן" אדער "זאגן"?
מ'שרייבט "יערוך שלחנו הטהור" אבער מען זאגט "פירט טיש", און אזוי קען מען זאגן "דער רבי האט גערעדט(!)"

מען מיינט מ'מוז רעדן אזוי ווי מ'שרייבט, פול מיט קלישעי און אויסגעדראשענע מליצות:
"האדמו"ר מפומבדיתא שליט"א איז געקומען לביתו נאוה קודש נאכ'ן וויילן במעון קדשו אין עיר הקודש נהרדעא און משתטח זיין ביים ציון הקדוש פון אביו מרן הרב הקדוש בעל זבח לו בבצרה זצ"ל."
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

להודות האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי דען זאל מען זאגן? דער רבי האט געלאזט הערן הייליגע רייד?

ער קען נישט "רעדן" אדער "זאגן"?
מ'שרייבט "יערוך שלחנו הטהור" אבער מען זאגט "פירט טיש", און אזוי קען מען זאגן "דער רבי האט גערעדט(!)"

מען מיינט מ'מוז רעדן אזוי ווי מ'שרייבט, פול מיט קלישעי און אויסגעדראשענע מליצות:
"האדמו"ר מפומבדיתא שליט"א איז געקומען לביתו נאוה קודש נאכ'ן וויילן במעון קדשו אין עיר הקודש נהרדעא און משתטח זיין ביים ציון הקדוש פון אביו מרן הרב הקדוש בעל זבח לו בבצרה זצ"ל."

דאס איז טאקע נאר אין די האטליינס וועלכע זאגן נאך די געשריבענע (לדוגמא פון JDN וכדומה).
געווענליך מעלדט מען געהעריג.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לשון משנה (אוודאי נישט לשון הקודש) אין היינטיגן באנוץ.
אטעטשמענטס
hegemoney.JPG
hegemoney.JPG (13.7 KiB) געזען 1005 מאל
הגמוניא.JPG
הגמוניא.JPG (44.85 KiB) געזען 1005 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פונקט אריין געפאלן דא, קען זיין ס'איז שוין אויסגעשמועסט געווארן, דאס ווארט addict אין ענגליש מיינט שטארק צוגעבינדן צו עפעס א זאך, איז דאס נישט די זעלבע ווי די ווארט "אדוק" אין לשה"ק וואס מיינט אויך שטארק צוגעבינדן (אדוק ומקושר..)? ס'לכאורה פון די זעלבע יסוד
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: לשה"ק ווערטער, וועלכע זענען געווארן אינטערנאציאנעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עירוב תבשילין האט געשריבן:פונקט אריין געפאלן דא, קען זיין ס'איז שוין אויסגעשמועסט געווארן, דאס ווארט addict אין ענגליש מיינט שטארק צוגעבינדן צו עפעס א זאך, איז דאס נישט די זעלבע ווי די ווארט "אדוק" אין לשה"ק וואס מיינט אויך שטארק צוגעבינדן (אדוק ומקושר..)? ס'לכאורה פון די זעלבע יסוד

מה נעשה אז עס איז בפירוש א לאטיינישע ווארט (ווי אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -dict)
Ad מיינט 'צו' אויף לאטיינישע, dict מיינט 'זאגן', עס פלעגט מיינען א לשון פון הסכמה
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”