גרשון האט געשריבן:וואס איז דער חילוק צווישן קאַרבאָן-מאָנאָקסיד (וואס איז דא אין גאזאלין) און קאַרבאָן-דיאַקסיד (וואס א מענטש אטעמט ארויס)?
דער נאמען פארציילט ווי אזוי די מאָלעקולן (molecules) פון די פארשידענע גאזן זענען צוזאמגעשטעלט. א קארבאן-מאנאקסיד מאלעקול פארמאגט איין קוילנשטאף (carbon) אטאם און איין אקסיגען אטאם, און א קארבאן-דיאקסיד מאלעקול פארמאגט איין קלוינשטאף אטאם און צוויי אקסיגען אטאמען. די אינפארמאציע געפינט זיך אפ אין זייער נאמען: מאָנאָ באדייט איינס און דיאַ באדייט צוויי (ווי מ'טרעפט אין גמרא, "טב למיתב טן דו").
מאָנאַרכיע = א סיסטעם פון פירערשאפט דורך א יחיד.
קומט אויס אז אנארכיע איז ווען מערערע ווילן הערשן. (נישט ווי כ'האב געמיינט אז מ'וויל אומהערשאפט; הפקרות.)