נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

א היימישע גרופע, היימישע אינגעלייט, אידיש און לשה"ק שרייבער'ס,
א פלאץ ווי מען וועט זיך קענען העלפן בעצה ותושי', א וויכטיגע ספעלינג, וויאזוי צו פרייזן א ארבעט, וכו',
ווען מען דארף עפעס שנעל, א פראגע, אן אפיניען, וכו' וכו'
נאר שרייבער'ס ווערן אריינגענומען אינעם גרופע,

גרופע געווידמעדט "בלויז פאר ביזנעס", דהיינו בלויז פאר שרייבער'ס, און בלויז צו דיסקאטירן שרייבערישע ענינים.
גרופע וועלן געהאלטן ווערן אין ראמען דורך עטליכע ערענסטע יונגעלייט, היימישע שרייבער'ס, וכו' וכו' וכו'

צו ווערן א טייל, ביטע זיך מעלדן אין אישי מיט די בלויזע פאגענדע אינפא:
געהעריגע נומבער (נישט גוגל וואויס).
פאך, (שרייבער, מגיה, אידיש, לשה"ק, א.א.וו.)
אדער צו: [email protected]
לעצט פארראכטן דורך פנחס זיסקינד אום דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2020 1:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: נייע ערענסטע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס און מגיהים וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

אויב גייט איר מיט וואטסעפפ, גרייכט איר נאר א געוויסע קרייז פון שרייבער. גייט ענדערש מיט הענגאוטס, אדער די ביזנעס סארט פראגראמען דערפאר. (חוץ אויב איר צילט טאקע נאר די יעניגע...)

ווי אויך, דאס גילט ביי אלע אזעלכע סארט תגובות, למען השם לייגט אן אימעיל וויאזוי מען זאל זיך קענען פארבינדן, אסאך קענען זיך צוריק האלטן פון זיך אנרופן צוליב די גילוי פרייז וואס דאס טראגט.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייע ערענסטע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס און מגיהים וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סקאראמוטשי האט געשריבן:אויב גייט איר מיט וואטסעפפ, גרייכט איר נאר א געוויסע קרייז פון שרייבער. גייט ענדערש מיט הענגאוטס, אדער די ביזנעס סארט פראגראמען דערפאר. (חוץ אויב איר צילט טאקע נאר די יעניגע...).
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע ערענסטע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס און מגיהים וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:א היימישע גרופע, היימישע אינגעלייט, אידיש און לשה"ק שרייבער'ס,
א פלאץ ווי מען וועט זיך קענען העלפן בעצה ותושי', א וויכטיגע ספעלינג, וויאזוי צו פרייזן א ארבעט, וכו',
ווען מען דארף עפעס שנעל, א פראגע, אן אפיניען, וכו' וכו'
נאר שרייבער'ס ווערן אריינגענומען אינעם גרופע,

גרופע געווידמעדט "בלויז פאר ביזנעס", דהיינו בלויז פאר שרייבער'ס, און בלויז צו דיסקאטירן שרייבערישע ענינים.
גרופע וועלן געהאלטן ווערן אין ראמען דורך עטליכע ערענסטע יונגעלייט, היימישע שרייבער'ס, וכו' וכו' וכו'

צו ווערן א טייל, ביטע זיך מעלדן אין אישי מיט די בלויזע פאגענדע אינפא:
געהעריגע נומבער (נישט גוגל וואויס).
פאך, (שרייבער, מגיה, אידיש, לשה"ק, א.א.וו.)


לויט ווי עס פארמירט זיך אצינד אויס, וועט עס זיין א שטארקע סארט נוצן פאר שרייבער'ס אין די "מארקעטינג ליין".

אגב, בנוגע וואטסעפפ, מען קען היינט האבן נאר אויפן דעסקטאפ אויפן קאמפיוטער (מען קען עס האבן אויך נאר אן סטעטוס), נאר אין אפיס, אדער נאר אין א טעבלעט אין אפיס, וואס אסאך שרייבער אין די מארקעטינג ליין האבן עס אויף אזא אופן לכתחילה ולמהדרין, מען רעדט אבער דוקא פון ערענסטע יונגעלייט, און ווי געשריבן איז דער גרופה אך ורק פאר ביזנעס, הילף, און שערן ארבעט, אדער ווען איינער זוכט אויף א געוויסע נושא פאוסטער'ס, א נוסח וכדומה, זאל מען זיך קענען העלפן צווישן זיך ווי גוטע ברודער.

א אימעיל אדרעס איז טאקע וויכטיג,
(איך האב נישט געוויסט אז דער גילוי שפיל גייט נאך היינט אן בתוקפו, זעהט אבער אויס אז יא)
אבער דא איז דער אימעיל ווי מען קען זיך מעלדן: [email protected]
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

פאלגענד איז די גיידליינס פון די גרופע,
עס ווארפט א קלארערע בליק אויף די ציל פון די גרופע.

*

שלום וברכה צו אונזער נייע גרופע.

ביטע אדורכליינען די פאלגענדע גיידליינס וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר די הצלחה פון די גרופע (עס וועט ווערן איבערגעלייגט יעדעס מאל וואס ס'וועט צוקומען נאך א שרייבער).

1) ציל פון גרופ: צו קענען באקומען און צו קענען געבן, זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן ווי גוטע ברודער אויף א גרינגן אופן.

2) דיסקלעימער: כדי צו האלטן די גרופ ערענסט און צום ציל, בעהט מען יעדעם צו דיסקוסירן דא "בלויז" ענינים אנבלאנגט דער מלאכת הכתיבה און וואס מיר זענען אלע עוסק. און נישט פארפארן צו אנדערע ענינים בשום פנים ואופן.

3) האב נישט מורא צו פרעגן, זאגן, אויסקלארן, סיי וואס אינערהאלב דעם "שרייבן אינדערסטריע" וואס איז א פאך ווי אלע פאכן.

4) ווען איינער פרעגט עפעס וואס דו שפירסט אז דו קענסט בייהילפיג זיין, האלט דיך נישט אפ פון מיטיילן דיין ערפארונג, עצות, טיפס, אדער מיט סיי וואס דו קענסט בייהילפיג זיין. געדענק אז די בענעפיטן פון אליינס געניסן פון די הילף פון די חבירים דא, איז תלוי און וויפיל מיר וועלן געבן פאר א צווייטן.

5) ביטע האלטן אלעס וואס ווערט דיסקיטירט אין די גרופ קאפעדענטישל און נאר צווישן אונז, עס איז אוודאי נישט ערלויבט צו 'פארווערדן' סיי וואס פון דא צו אינדרויסן פון די גרופע, ווייל דאס איז עפעס וואס קען ברענגן שאדן פאר אנדערע במישרים ובעקיפין.

6) דא איז ווי פארשטענדליך נישט קיין אנאנימוס גרופע, יעדער וואס איז דא, איז דא מיט זיין געהעריגע נאמען און נומבער. יעדע נייע שרייבער / מגיה וואס קומט אריין אין די גרופע זאל זיך פארשטעלן מיט זיין נאמען און סערוויסעס וואס ער טוט, פאר די מאקסימאלע בענעפיטן פאר זיך און פאר אנדערע.

7) אזוי אויך קען מען נוצן די גרופע ארויסצוגעבן ארבעט אונטער זיך ווען מען איז אנגעלייגט מיט ארבעט וכדומה.

8) מען מעג פרעגן און זאגן 'אלעס' ווילאנג עס האט מיט שרייבן. מען מעג ריפערן סיי וועם, און סיי וועלכע ביליגע סערוויס וכדומה פון וואס אנדערע שרייבער'ס קענען הנאה האבן, און עס איז פשוט און איבריג אויסצושמועסן אז קיינער קען נישט האבן טענות אז מען ריפערט סערוויסעס וואס זענען צו ביליג וכדומה, ווייל דאס איז דא דער הויפט ציל צו קענען צושטעלן פאר יעדעם הילף און נוצבארע אינפארמאציע.

9) אויב דו לייגסט ארויף דיינע ווערק אויף סטעטוס, און דו האלטסט אז דער עולם קען בענעפעטירן דערפון, קענסטו דאס מעלדן, אז ווער ס'וויל דיר פאלאוען זאל קענען סעווען דיין נומבער אין זיינע קאנטאקטס.

10) אז דו שפירסט ווי ס'וואלט געווען כדאי צוצולייגן עפעס צו דער ליסטע להצלחת הענין, קענסטו דאס מעלדן פאר איינס פון די אדמינ'ס. (קלארשטעלונג: די אדמינ'ס פונעם גרופע זענען נישט דא ארויסצונעמען מיר ווי סיי וועם, אלע זענען גלייכבארעכטיגט, און כמובן נעמען נישט די אדמינ'ס די פולסטער אחריות וכו' נאר מען וועט ווי ווייט מעגליך צו העלפן יעדעם קענען ארויסנעמען דאס מערסטע בענעפיטן מעגליך).

11) די גרופע באשטייט פון ערליכע און היימישע יונגעלייט, איבריג אויסצושמועסן אז פרויען שרייבערס ווערן אויסדרוקליך נישט אריינגענומען און די גרופע בשום פנים ואופן.

11) עס איז צום האפן אז מען וועט קענען ארויסנעמען דא דאס וואס מען וויל, מען וועט קענען פארגרינגערן פאר זיך און פאר אנדערע אינערהאלב אונזער ארבעט.

12) אויב איינער וועט פארלעצן איינס פון די אויבנדערמאנטע באופן וואס קען ברענגן שאדן פאר די גרופע אדער פאר פריוואטע שרייבער'ס, וועט מען אים דארפן רימאווען פון די גרופ נאכן אים מעלדן די סיבה.

די אלע דערמאנטע איז בלויז אויסגעשמוסט געווארן צוליב צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן אינעם עתיד, און פאר יעדעמ'ס טובה און הצלחה.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אלס אן אריינפיר צו די געוואלדיגע גרופע, ביטע לייג ארויס די פאלגנדע פארמעסט:

וויפיל טעותים אין אויסלייג, גראמאטיק און שפראך קענסטו טרעפן אין די "גיידליינס"?

ווען איך האב ווען וואצעפ, און איך קום ווען ארויף אויף די גרופע, וואלט איך געענטפערט אזוי.
שלום וברכה צו אונזער נייע גרופע.

ביטע אדורכליינען די פאלגענדע גיידליינס וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר די הצלחה פון די גרופע (עס וועט ווערן איבערגעלייגט יעדעס מאל וואס ס'וועט צוקומען נאך א שרייבער).

1) ציל פון גרופע: צו קענען באקומען און צו קענען געבן, זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן ווי גוטע ברודער אויף א גרינגן אופן.

2) דיסקלעימער קלארשטעלונג: כדי צו האלטן די גרופע ערענסט ערנסט און צום ציל, בעהט (קען מען דן זיין אויף די ה') מען יעדעם יעדן צו דיסקוסירן דא "בלויז" ענינים אנבלאנגט אנבאלאנגט דער די מלאכת הכתיבה און אין וואס מיר זענען אלע עוסק., און נישט פארפארן צו אנדערע ענינים בשום פנים ואופן.

3) האב נישט מורא צו פרעגן, זאגן, אויסקלארן, סיי וואס אינערהאלב דעם די "שרייבן אינדערסטריע אינדוסטריע" וואס איז א פאך ווי אלע פאכן.

4) ווען איינער פרעגט עפעס וואס דו שפירסט אז דו קענסט בייהילפיג זיין, האלט דיך נישט אפ פון מיטיילן דיין (קענסט נישט נוצן די זעלבע "דיין" פאר יחיד'ש און רבים'דיגע ווערטער בענעזאם) ערפארונג, עצות, טיפס, אדער מיט סיי וואס דו קענסט בייהילפיג זיין. געדענק אז די בענעפיטן פון אליינס געניסן פון די הילף פון די חבירים חברים דא, איז תלוי און אין וויפיל מיר וועלן געבן פאר א צווייטן.

5) ביטע האלטן אלעס וואס ווערט דיסקיטירט דיסקוטירט (בכלל, ווען שרייבט מען "דיסקוסירן" און ווען "דיסקוטירט"?) אין די גרופ קאפעדענטישל קאנפידענשאל און נאר צווישן אונז,. עס איז אוודאי נישט ערלויבט צו 'פארווערדן' סיי וואס פון דא צו אינדרויסן פון די גרופע, ווייל דאס איז עפעס וואס קען ברענגן שאדן פאר אנדערע במישרים ובעקיפין.

6) דאס איז ווי פארשטענדליך נישט קיין אנאנימוס גרופע,. יעדער וואס איז דא, איז דא מיט זיין געהעריגע נאמען און נומבער. יעדע נייע שרייבער / מגיה וואס קומט אריין אין די גרופע זאל זיך פארשטעלן מיט זיין נאמען און סערוויסעס וואס ער טוט, פאר די מאקסימאלע בענעפיטן פאר זיך און פאר אנדערע.

7) אזוי אויך קען מען נוצן די גרופע ארויסצוגעבן ארבעט אונטער זיך ווען מען איז אנגעלייגט מיט ארבעט וכדומה.

8) מען מעג פרעגן און זאגן 'אלעס' ווילאנג עס האט מיט שרייבן. מען מעג ריפערן סיי וועם, און סיי וועלכע ביליגע סערוויס וכדומה פון וואס אנדערע שרייבער'ס שרייבערס קענען הנאה האבן, און עס איז פשוט און איבריג אויסצושמועסן אז קיינער קען נישט האבן טענות אז מען ריפערט סערוויסעס וואס זענען צו ביליג וכדומה, ווייל דאס איז דא דער הויפט ציל צו קענען צושטעלן פאר יעדעם הילף און נוצבארע אינפארמאציע.

9) אויב דו לייגסט ארויף דיינע ווערק אויף סטעטוס, און דו האלטסט אז דער עולם קען בענעפעטירן דערפון, קענסטו דאס מעלדן, אז ווער ס'וויל דיר פאלאוען זאל קענען סעווען סעיוון דיין נומבער אין זיינע קאנטאקטס.

10) אז דו שפירסט ווי ס'וואלט געווען כדאי צוצולייגן עפעס צו דער די ליסטע להצלחת הענין, קענסטו דאס מעלדן פאר איינס פון די אדמינ'ס אדמינס (אדער, עדמינס). (קלארשטעלונג: די אדמינ'ס פונעם פון די גרופע זענען נישט דא ארויסצונעמען מיר ווי סיי וועם, אלע זענען גלייכבארעכטיגט, און כמובן נעמען נישט די אדמינ'ס די פולסטער פולסטע אחריות וכו' נאר מען וועט ווי ווייט מעגליך צו העלפן יעדעם (איך כאפ נישט וואס דא שטייט) קענען ארויסנעמען דאס מערסטע בענעפיטן מעגליך).

11) די גרופע באשטייט פון ערליכע און היימישע יונגעלייט, איבריג אויסצושמועסן אז פרויען שרייבערס ווערן אויסדרוקליך נישט אריינגענומען און אין די גרופע בשום פנים ואופן.

11) עס איז צום האפן אז מען וועט קענען ארויסנעמען דא דאס וואס מען וויל (קענדיס אויך?), מען וועט קענען פארגרינגערן פאר זיך און פאר אנדערע אינערהאלב אונזער ארבעט. (וואס ווערט מען דא געוואויר מער ווי אין סעיף 1 און סעיף 10?).

12) אויב איינער וועט פארלעצן איינס פון די אויבנדערמאנטע באופן וואס קען ברענגן שאדן פאר די גרופע אדער פאר פריוואטע שרייבער'ס, וועט מען אים דארפן רימאווען פון די גרופ נאכן אים מעלדן די סיבה.

די אלע דערמאנטע איז בלויז אויסגעשמוסט געווארן צוליב צו (נישט גראמאטיש ריכטיג) פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן אינעם עתיד, און פאר יעדעמ'ס יעדנ'ס טובה און הצלחה.


און נאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיין שטעלונג האט געשריבן: (קלארשטעלונג: די אדמינ'ס פונעם פון די גרופע זענען נישט דא ארויסצונעמען מער ווי סיי וועם, אלע זענען גלייכבארעכטיגט, און כמובן נעמען נישט די אדמינ'ס די פולסטער פולסטע אחריות וכו' נאר מען וועט ווי ווייט מעגליך פרובירן צו העלפן יעדעם (איך כאפ נישט וואס דא שטייט) קענען ארויסנעמען דאס מערסטע בענעפיטן מעגליך).

היצט פארשטייט איר?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

זייער אסאך שרייבערס האבן נישט קיין אנונג ווי אזוי מען נוצט וואטסעפפ
העינגאוט'ס יא
איז אויס וויל מען אנקומען צו א גרעסערע שיכט פון שרייבערס
סיי זיי צו קענען העלפן און סיי צו קענען נהנה זיין פון זיי
מיין איך אז העינגאוט'ס איז א בעסערע עצה
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

יא, בעסער.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:זייער אסאך שרייבערס האבן נישט קיין אנונג ווי אזוי מען נוצט וואטסעפפ
העינגאוט'ס יא
איז אויס וויל מען אנקומען צו א גרעסערע שיכט פון שרייבערס
סיי זיי צו קענען העלפן און סיי צו קענען נהנה זיין פון זיי
מיין איך אז העינגאוט'ס איז א בעסערע עצה


הענגאוט איז א גוטע געדאנק, אבער מען קען ארויסנעמען פיל ווייניגער בענעפיטן דערפון, ווען מען וועט זוכן פיילס וואס איז געווארן ארויפגעלייגט קען מען עס זייער לאנג זוכן, מען קען גארנישט מעקן איינמאל ס'איז שוין געשיקט, א.א.וו. אזוי אויך האט עס נישט די אפציע פון וואויס נאוטס.

אבער אז איינער וויל עס מאכן פאר די וואס האבן נישט קיין ווטסעעפ, אדרבה, אסאך וועלן קענען הנאה האבן דערפון.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

מיין שטעלונג האט געשריבן:אלס אן אריינפיר צו די געוואלדיגע גרופע, ביטע לייג ארויס די פאלגנדע פארמעסט:

וויפיל טעותים אין אויסלייג, גראמאטיק און שפראך קענסטו טרעפן אין די "גיידליינס"?

און נאך.

ייש"כ מיין ברודער פארן אריינקומען מיט קארעקשאנס, ווי עס שיינט האט איר בכלל נישט געכאפט די מטרה דא, און אוועקגעפלויגן צו עפעס גענצליך א צווייטע פלאנעט.

איך אלץ א שרייבער, וועט כמעט קיינמאל נישט שרייבן אויסגעהאלטן גראמאטיש, ווען איך שרייב סתם אזוי אויף איי וועלט אדער ווייסעך ווי, איך וועל שרייבן לויט די כללים נאר ווען איך ארבעט, און ווען איך באקום באצאלט פאר די ארבעט. אין אנדערע צייטן וועל איך נישט זיך "אפגעבן דערמיט" און נישט זיין פארנומען אויפצופאסן די אלע זאכן, נאר לאזן מיינע פינגערס גאלאפירן אויפן קיבארד און קנאקן שטיקער...

הגם איך קען שווער פארנעמען גראמאטישע טעותים, בין איך אבער דאך נישט מקפיד דערויף ווען איך שרייב נישט "אפיציעל", און איך קען נאך שרייבערס אזוי, אבער איך קען אויך שרייבערס וואס וועלן דוקא יא אלעמאל שרייבן לויט די ביכער ווי מען זאגט...

איש איש לפי מהללו!
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ס'איז שווער צו זאגן אז אזא פראפעסיאנאלער שרייבער ווי אייך זאל מאכן אזויפיל ספעלינג טעותים אין איין קליינע "גיידליינס" תגובה. מעגליך האט אייער סעקרעטאר דאס פארגעשריבן פאר אייך.

אבער אזויפיל מוז איך דיר טאקע קאמפלימענטירן אז אין אלגעמיין שרייבסטו גוט. שרייבעריש. ס'ליינט זיך פליסיג. האסט פאטענציעל אין דעם פעלד. ערנסט גערעדט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@מיין שטעלונג: וואס איז דיין מטרה דא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויף הענגאוטס קען מען אויך נישט אפלאודן קיין גרעסערע פיילס ווי פי די עפ'ס וכדומה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

מיין שטעלונג האט געשריבן:ס'איז שווער צו זאגן אז אזא פראפעסיאנאלער שרייבער ווי אייך זאל מאכן אזויפיל ספעלינג טעותים אין איין קליינע "גיידליינס" תגובה. מעגליך האט אייער סעקרעטאר דאס פארגעשריבן פאר אייך.

אבער אזויפיל מוז איך דיר טאקע קאמפלימענטירן אז אין אלגעמיין שרייבסטו גוט. שרייבעריש. ס'ליינט זיך פליסיג. האסט פאטענציעל אין דעם פעלד. ערנסט גערעדט.

איך וועל דיר צולייגן נאך א נקודה אויב דו ווילסט דוקא וויסן.

היות איך האב עס געשריבן פון מיין "טעבלעט קיבאורד" ווי איך בין נישט געוואוינט געהעריג צו שרייבן, געווענליך שרייב איך נארמאל אויפן קיבאורד, אוטאמאטיש מאכט איך דארט מער טעותים.

איך בין אבער זייער באקוועם מיט טעותים, איך האב ב"ה אסאך צופרידענע קליענטן וואס באקומען "גענצליך טעותים פרייע" ארבעט מיט גרויס צופרידענהייט, וכן יעזור השי"ת להלאה, נאר ביים פירקלען בין איך בכלל נישט מקפיד ווי געשריבן....
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

פעיק ניוז האט געשריבן:אויף הענגאוטס קען מען אויך נישט אפלאודן קיין גרעסערע פיילס ווי פי די עפ'ס וכדומה.

ריכטיג, דאס איז טאקע נאך א סיבה פארוואס איך בין נישט געגאנגען מיט הענגאוט.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

הרב זיסקינד, ווי איך האב געשריבן, אייער טאלאנט וועט אייך טראגן ווייט. דער אויבערשטער זאל אייך געבן פיל הצלחה און סיעתא דשמיא.

ווי אויך זאל די וואצעפ גרופע האבן הצלחה מיטן ארויסהעלפן אידישע קינדער העוסקים במלאכת הכתיבה. אמן.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

מיין שטעלונג האט געשריבן:הרב זיסקינד, ווי איך האב געשריבן, אייער טאלאנט וועט אייך טראגן ווייט. דער אויבערשטער זאל אייך געבן פיל הצלחה און סיעתא דשמיא.

ווי אויך זאל די וואצעפ גרופע האבן הצלחה מיטן ארויסהעלפן אידישע קינדער העוסקים במלאכת הכתיבה. אמן.

נישט מיין טאלאנט וועט מיך טראגן, נאר דער וואס האט עס מיר געגעבן דער וועט און זאל מיר און דיר טראגן ווייט און אויף גוטע וועגן מצליח צו זיין אין אלע אונזערע ענינים.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

@פעיק ניוז, ביי וועמען ביזסטו נאר אן איידעם?
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

ביטע נישט פארפארן פונעם נושא.

ווער ס'וויל ווערן א טייל קען זיך מעלדן אין אישי אדער צו: [email protected]

ווער עס וויל נישט ווערן א טייל, מוז נישט, אבער ביטע לאזן פריי דעם אשכול פאר די וואס זענען יא אינטערעסירט.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייע ערענסטע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס און מגיהים וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סקאראמוטשי האט געשריבן:אויב גייט איר מיט וואטסעפפ, גרייכט איר נאר א געוויסע קרייז פון שרייבער. גייט ענדערש מיט הענגאוטס, אדער די ביזנעס סארט פראגראמען דערפאר. (חוץ אויב איר צילט טאקע נאר די יעניגע...)
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: נייע ערענסטע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס און מגיהים וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

ווי געשריבן איז עס איז געצילט בעיקר פאר "מארקעטינג שרייבערס" וואס האבן עפי"ר אויך וואטסעעפ.
לעצט פארראכטן דורך פנחס זיסקינד אום דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2020 4:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

נישט נעמען פערזענליך, די ביידע ווערטער האבן אויך א בוכשטעבליכע באדייט.
קיינער זאגט נישט אנדערש, מען זאגט נאר אז נאך אסאך אסאך טייערע יונגעלייט, מומחים אין דעם פעלד, וואלטן געקענט מיטהאלטן, אויב עס איז נישט אויף וואטסעפפ.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וועמען שטערט אז מען איז אנאנים?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נייע אידיש און לשה"ק "שרייבער'ס (און מגיהים) וואטסעפפ גרופע" פארמירט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פ"וו מאכט מען נישט א אימייל גרופע דורך גוגל גרופס?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”