מיללער האט געשריבן:הרב ביילאויס,
איך האב נישט פארשטאנען אויב פון די אנדערע זייט לייענט איר נאר קעפלעך פון צייטונגען און מעלות 'וועפט' אין אייערע אויגן.
דעם 'ודו''ק' זע איך פארשטיי איך טאקע נישט. אבער דא רעדט מען בכלל נישט פון מיר, די נקודה וואס כ'האב דא איבער געלאזט, איז כולל צוויי חלקים.1)אז די וואס וויינען רעדן דאך דירעקט נישט פון 'די צייטונג', ווייל דאס איז דאך גוט. די פראבלעם האבן זיי מיט די אנדערע, אויף דעם ארויף זאג איך אז זיי האבן ''א אגענדע'' זיי זענען נישט אין ביזנעס דיר צוצישטעלן ליינ-מאטריאל, דאס איז נאר א 'מיטל,' ''ודי''.
2)איך האב פשוט געוואלט דא ארויפברענגען די נאמען 'די בעלייכטונגען', וואס לענ''ד איז עס גאר א געשמאקע אידישע אויסגאבע, און אויב מ'וויל זיך טרייסטן מיט די 'מעלות', וויל איך צולייגן נאך עפעס.
מיללער האט געשריבן:צייטונגען זענען נישט אין ביזנעס צוצושטעלן ליייען-מאטריאל, און שיך סטארס זענען אין ביזנעס צוצושטעלן שיך?...
די בעסטע דוגמא וואס איך וואלט צוגעשטעלט, איז ווי למשל די קאנסערוואטיווע טאלק ראדיא, למעשה איז עס א נייעס באזירטע פראגראם, אבער לויט זיין מהלך און געשמאק.
מיללער האט געשריבן:
זאג 'די צייטונג' האט איר שוין אמאל געליינט אויסער די קעפלעך?
ווי שוין ערווענט, רעדט מען דא נישט פון מיר.
אויב די ווילסט דוקא וויסן, אלבערט'ס אפשאצונג און דעטס איט.
מיללער האט געשריבן:
'בעלייכטונגען' גלייכט איר יא אזש אז איר הייבט נישט אויף קיין טעלעפאנען בשעת'ן לייענען, איך וועל נישט אריינגיין דערין נאר מוסיף זיין, איז מיר טיילן נישט מיט דעם זעלבן טעיסט, ועל כגון דא איז גילטיג דער מאמר החכם 'על טעם וריח אין להתווכח'.
יעצט בין איך שוין נייגעריג געווארן, 'די בעלייכטונגען' האט איר שוין אמאל געליינט?
מיללער האט געשריבן:
ווען האט מען געוויינט ביי משרע"ה 'חבל על דאבדין' און וואספארא שייכות האט דאס צו אונזער נושא?
אויב די וויינסט אז אמאל איז געווען בעסער, ליהוי ידוע אז דעמאלטס האט מען אויך געוויינט.