שפראך: כינע!

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גרשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.

ענגליש שטאמט פון דייטש?

עפעס מקורות ביטע, ווייל ס'אעז מיר זייער זייער, אומפארשטענדליך וואס איר שרייבט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

ולפי זה וויל ער זאגן אז די עכטע וועג איז יאפאן נישט דזשעפען, און די אידישע וועג איז די ריכטיגע. מען דארף נאר וויסן אויב איז עס טאקע אזוי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.

ענגליש שטאמט פון דייטש?

עפעס מקורות ביטע, ווייל ס'אעז מיר זייער זייער, אומפארשטענדליך וואס איר שרייבט.

ער האט עס געשריבן אויף די יוראפעישע אקצענט בכלליות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פערשט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.

יאפאן קומט נישט פון דזשעפען . איך מיין אז ס'גייט פארקערט Japan קומט צו ליינען מיט א י .
איר קענט דאס זעהן ביי רוב נעמען וואס מזאגט מיט א י למשל
יעקב . יוסף . ירושלים. יושע. זאגט מען אין ענגליש מיט א J
די סיבה איז ווייל אין יוראפ האט מען געשריבן פאר א י א J איז ווען מ'איז געקומען קיין אמעריקא אין עס געשריבן מיט די ענגלישע בוכשטאבן האבן די אמעריקאנער עס געליינט מיט א J
איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.

וועלכע חלק . פון כינע.יאפאן. אדער די נעמען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.

ענגליש שטאמט פון דייטש?

עפעס מקורות ביטע, ווייל ס'אעז מיר זייער זייער, אומפארשטענדליך וואס איר שרייבט.

ענגליש שטאמט נישט פון היינטיגע דייטש, אבער ס'איז א גערמאנישע שפראך. ס'הייסט אז ס'שטאמט פון דארט וואו דייטש שטאמט, אבער ס'איז אסאך ווייטער פונעם מקור ווי די היינטיגע דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@פערשט, ביטע ריפליי אויף מיין שאלה, איך בין נייגעריג.
פעיק נוז האט געשריבן:אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב? זאגט מען דארט יעפען אנשטאט דזשעפען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מיך קוקט עס ענדערש אויס, אז א j ליינט מען אין דייטש ווי א 'י'. מיינט אבער נאכנישט אז ענגליש, קומט פון דייטש.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעיק נוז האט געשריבן:@פערשט, ביטע ריפליי אויף מיין שאלה, איך בין נייגעריג.
פעיק נוז האט געשריבן:אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב? זאגט מען דארט יעפען אנשטאט דזשעפען?

אינעם דייטשע שפראך, יא.
יוראפ האט אסאך שפראכן.

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובה דורך הסרפד »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.

ענגליש שטאמט פון דייטש?

עפעס מקורות ביטע, ווייל ס'אעז מיר זייער זייער, אומפארשטענדליך וואס איר שרייבט.

דאס אז J איז געווארן דזש שטאמט גראדע פון דער חלק וואס ענגליש האט גענומן פון אלט פראנצויזיש. והא ראיה, גערמאנישע ווערטער אויף ענגליש האב נאך א י קלאנג, ווי למשל year, young.

לשה"ק נעמען זענען אריבער אויף ענדליש פון גריכיש און לאטייניש, דורך פארנצויזיש, אין ניי-לאטייניש האט געטוישט י צו עפעס מעין דזש. פראנצויזיש (עכ"פ לפי המדובר אין דעם פאריזער געגנט) האט שפעטער געטוישט צו זש.

וואס טוט זיך האט געשריבן:מיך קוקט עס ענדערש אויס, אז א j ליינט מען אין דייטש ווי א 'י'. מיינט אבער נאכנישט אז ענגליש, קומט פון דייטש.

אלט-ענגליש (פון יאהרע 800 למס') און אלט-דייטש פון די זעלבע תקופה זענען זייער ענדליך, ס'איז בכלל נישט קיין ספק.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פערשט, ביטע ריפליי אויף מיין שאלה, איך בין נייגעריג.
פעיק נוז האט געשריבן:אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב? זאגט מען דארט יעפען אנשטאט דזשעפען?

אינעם דייטשע שפראך, יא.
יוראפ האט אסאך שפראכן.

ווי אויך זאגט מען עס אזוי אין Dutch.
און אין אלע פון די גערמאנישע שפראכן.

איך וואונדער מיך אבער אז ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, וואס פונקטליך זענען די זעלבע שטריכן צווישן איר און זשערמען.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הסרפד האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.

ענגליש שטאמט פון דייטש?

עפעס מקורות ביטע, ווייל ס'אעז מיר זייער זייער, אומפארשטענדליך וואס איר שרייבט.

דאס אז J איז געווארן דזש שטאמט גראדע פון דער חלק וואס ענגליש האט גענומן פון אלט פראנצויזיש. והא ראיה, גערמאנישע ווערטער אויף ענגליש האב נאך א י קלאנג, ווי למשל year, young.

לשה"ק נעמען זענען אריבער אויף ענדליש פון גריכיש און לאטייניש, דורך פארנצויזיש, אין ניי-לאטייניש האט געטוישט י צו עפעס מעין דזש. פראנצויזיש (עכ"פ לפי המדובר אין דעם פאריזער געגנט) האט שפעטער געטוישט צו זש.

אויב איינער האט א ספק וואס דער ארגינעלער קלאנג פונעם צענטן אות אינעם אלפאבאט איז, איז גוט צו וויסן אז מיר פארמאגן אייגנטליך דעם זעלבן אלפאבאט. י' איז דער צענטער אות און J איז דער צענטער אות, ס'איז אלץ איינס.

@וואס טוט זיך, שפראך און עטעמאלאגיע איז א לאנגע און ברייטע נושא, ס'איז נישט געוואנדן אין וואס ס'קוקט אויס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פערשט, ביטע ריפליי אויף מיין שאלה, איך בין נייגעריג.
פעיק נוז האט געשריבן:אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב? זאגט מען דארט יעפען אנשטאט דזשעפען?

אינעם דייטשע שפראך, יא.
יוראפ האט אסאך שפראכן.

ווי אויך זאגט מען עס אזוי אין Dutch.
און אין אלע פון די גערמאנישע שפראכן.

איך וואונדער מיך אבער אז ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, וואס פונקטליך זענען די זעלבע שטריכן צווישן איר און זשערמען.

רוב "פשוט'ע" ווערטער אויף ענגליש (נישט די הויך-געשעצטע, גענומען פון פראנצויזיש און לאטייניש נאך די פראנצויזן האבן געוועלטיגט איבער זיי) האבן א קלאהר'ע פארגלייך אויף דייטש. די קלאנגן פארטוישן זיך מיט א קלאהרן סיסטעם.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זעה איך טאקע אז ענגליש ווערט אריינגערעכנט אין די גערמאנישע שפראכן.
אינטערסאנט אבער אז אין אלע גערמאנישע שפראכן, זשערמען, דאטש, דעניש, אייסלענדיק, נארוועגיש, שוועדיש ליינט מען א j ווי א י, אבער אין ענגליש ליינט מען עס ווי א 'דזש'.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גרשון האט געשריבן:אויב איינער האט א ספק וואס דער ארגינעלער קלאנג פונעם צענטן אות אינעם אלפאבאט איז, איז גוט צו וויסן אז מיר פארמאגן אייגנטליך דעם זעלבן אלפאבאט. י' איז דער צענטער אות און J איז דער צענטער אות, ס'איז אלץ איינס.

@וואס טוט זיך, שפראך און עטעמאלאגיע איז א לאנגע און ברייטע נושא, ס'איז נישט געוואנדן אין וואס ס'קוקט אויס.

נאך מער: J האט בכלל נישט עקזיסטירט ביז א פאהר הונדערט יאהר צוריק, עס זענען געוועהן צוויי וועגן צו שרייבן i, מען האט שפעטער באשלאסן אז דעם לאנגן וועט מען נוצן פאר דער וואס מען ליינט מאדנע.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

וואס טוט זיך האט געשריבן:זעה איך טאקע אז ענגליש ווערט אריינגערעכנט אין די גערמאנישע שפראכן.
אינטערסאנט אבער אז אין אלע גערמאנישע שפראכן, זשערמען, דאטש, דעניש, אייסלענדיק, נארוועגיש, שוועדיש ליינט מען א j ווי א י, אבער אין ענגליש ליינט מען עס ווי א 'דזש'.

דאס איז ווייל ענגליש האט נאך געשריבן די פראנצויזן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הסרפד האט געשריבן:רוב "פשוט'ע" ווערטער אויף ענגליש (נישט די הויך-געשעצטע, גענומען פון פראנצויזיש און לאטייניש נאך די פראנצויזן האבן געוועלטיגט איבער זיי) האבן א קלאהר'ע פארגלייך אויף דייטש. די קלאנגן פארטוישן זיך מיט א קלאהרן סיסטעם.

ריכטיג. וואו מ'קען זען א גוטן ביישפיל איז ביי פלייש. אין יעדער שפראך איז דא איין נאמען פאר א בהמה און פאר איר פלייש, צב"ש אקסן/אקסן פלייש, הינער/הינער פלייש, שעפסן/שעפסן פלייש. נאר אין ענגליש זענען אלץ דא צוויי נעמען, ווי chow און beef.

די סיבה דערצו גייט צוריק צו די צייטן ווען די פראנצויזן זענען געווען די פריצים און הערשער אין ענגלאנד, האט דעמאלטס דער פראנצויזישער גראף געהייסן דעם ענגלישן משרת ער זאל אים ברענגען beef, אבער ווען ער איז געגאנגען צו די בהמות האט ער געטראפן בלויז cows.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גרשון האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:רוב "פשוט'ע" ווערטער אויף ענגליש (נישט די הויך-געשעצטע, גענומען פון פראנצויזיש און לאטייניש נאך די פראנצויזן האבן געוועלטיגט איבער זיי) האבן א קלאהר'ע פארגלייך אויף דייטש. די קלאנגן פארטוישן זיך מיט א קלאהרן סיסטעם.

ריכטיג. וואו מ'קען זען א גוטן ביישפיל איז ביי פלייש. אין יעדער שפראך איז דא איין נאמען פאר א בהמה און פאר איר פלייש, צב"ש אקסן/אקסן פלייש, הינער/הינער פלייש, שעפסן/שעפסן פלייש. נאר אין ענגליש זענען אלץ דא צוויי נעמען, ווי chow און beef.

די סיבה דערצו גייט צוריק צו די צייטן ווען די פראנצויזן זענען געווען די פריצים און הערשער אין ענגלאנד, האט דעמאלטס דער פראנצויזישער גראף געהייסן דעם ענגלישן משרת ער זאל אים ברענגען beef, אבער ווען ער איז געגאנגען צו די בהמות האט ער געטראפן בלויז cows.

יא יא, ידוע. ענדליך ביי טרוקענע פרוכט...
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

פעיק נוז האט געשריבן:@פערשט, ביטע ריפליי אויף מיין שאלה, איך בין נייגעריג.
פעיק נוז האט געשריבן:אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב? זאגט מען דארט יעפען אנשטאט דזשעפען?

פונקט אזוי
געהערט פון א קרוב וואס הייסט אין ענגליש Jacob . ער האנדלט מיט א איירופייאישער גוי . יענער רופט אים יעיקאב
(דרך אגב אפשר טוט איר מיר א טובה .ווען איך וויל צוטירן פון א תגובה וואס האט שוין עטליכע חלקים .וויאזוי קען איך פארמעקן א חלק )
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

דארף מען דעס נאכקוקן, דאס אז פראנצויזן זענען געווען די הערשער איבער ענגלאנד.

ווייל ווי באקאנט זענען די רוימער געווען די ערשטע ציווילע הערשער איבער מערב אייראפע, די רוימישע אימפעריע האט זיך צוטיילט ארום 200 יאר נאכן חורבן צו די מזרח חלק וואס האט געהערשט איבער די מיטל מזרח און מזרח אייראפע וואס האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט, נאכדעם איז געווען די מערב טייל וואס האט געהערשט איבער מיטל און מערב אייראפע וואס איז צאמגעפאלן בערך 200 יאר שפעטער, דעמאלטס האבן אלע מערב לענדער אראפגעווארפן די אימפעריע און לאקאלע שבטים האבן אנגעפאנגען הערשן איבער די אייגענע לענדער. און דעמאלטס האט זיך אנגעפאנגען די 1500 יעריגע ענגלישע זעלבסטשטענדיגע אימפעריע.

איז ווען פונקטליך האבן די פראנצויזן געהערשט איבער ענגלאנד?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

צוריק צו כינע און יאפאן: ביידע זענען, לכאורה, אריגענעל גרייזן אויף דייטש, וואס האט איבער געזעצט פון אנדערע שפראכן. יאפאן האט געהייסן אין די מערב לענדער דשזאפאנג, כינע האט געהייסן טשִינא (נישט טשֵיינא - דאס איז א חידוש פון ענגליש) - און די דייטשן האבן געליינט ווי עס שרייבט זיך אויף זייער שפראך.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:צוריק צו כינע און יאפאן: ביידע זענען, לכאורה, אריגענעל גרייזן אויף דייטש, וואס האט איבער געזעצט פון אנדערע שפראכן. יאפאן האט געהייסן אין די מערב לענדער דשזאפאנג, כינע האט געהייסן טשִינא (נישט טשֵיינא - דאס איז א חידוש פון ענגליש) - און די דייטשן האבן געליינט ווי עס שרייבט זיך אויף זייער שפראך.
ביידע, גראדע, רופן זיך אנדערע נעמן אין גאנצן...
(בדומה צו אינדיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, אלבאניע, און נאך עטליכע לענדער וואס קיינער רופט זיי נישט ווי זיי רופן זיך.)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווערט דער נאמען צין שוין דערמאנט אין חז"ל?

אין די ראשונים זיכער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אין ארץ.ישראל רופט מען עס סין
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גרשון האט געשריבן:ווערט דער נאמען צין שוין דערמאנט אין חז"ל?

אין די ראשונים זיכער.

אז עס זאל מיינען כינע? דאס איז א גרויסע חידוש. בזמן הראשונים האט עס געהייסן אין איירופע 'קאטאי' אדער 'קיטאי' (ווי אויף רוסיש נאך היינט).
fiena nieas האט געשריבן:אין ארץ.ישראל רופט מען עס סין

דאס איז א לעצטיגע המצאה, אויב האב איך נישט קיין טעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”