פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בעזרת ה' עפענען מיר דעם אשכול "פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך", וואו דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט געדאנקען צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער מאמע לשון.

די אידיש רעדנדע באפעלקערונג האט אריינגענומען מיט אכציג יאר צוריק מיליאנען מענטשן איבער דער וועלט, די שפראך האט געבליט און געשפרודלט מיט פאבליקאציעס און נייע ווערטער, און גלייכצייטיג האט זי געהאט אן ארגינעלן חן און זאפטיגע אויסדרוקן מיט וואס קיין שום שפראך אויף דער וועלט האט זיך נישט געקענט פארמעסטן. אבער פון דארט און ווייטער איז דער גורל פון אונזער מאמע לשון געווען גאר א ביטערער. פון אירע מיליאנען רעדנער איז דאס רוב געפירט געווארן צו די גאז קאמערן, אפגע'שמד'ט געווארן דורך די קאמוניסטן, געטויפט געווארן צו ציוניזם מיט זיין העברעאיש, אדער זיך אסימילירט מיט די אמעריקאנער און אייראפעער.

די שארית הפליטה אידישע אידן האבן אויפגעשטעלט נייע דורות און אידישקייט פונדאסניי, און זייער לעצטע דאגה איז געווען דער מאמע לשון. אזוי איז ער נאטורליך געווארן געשטופט אין א ווינקל, פאלוירן זיין גלאנץ, און אט שטייט ער פאר א גענצליכער אסימילאציע מיט ענגליש אין אמעריקע און העברעאיש אין ארץ ישראל.

כאטש אייוועלט איז נישט בכח צו אריינברענגען טוישונגען אין אונזער שפראך, איז עס אבער א שטיקל פלאטפארמע וואו דער עולם קען ארויסגעבן זייערע מיינונגען, קאמענטארן, און פארשלאגן. ווער ווייסט? ס'קען האבן א ווייטגרייכנדע השפעה. שלח לחמך על פני המים...
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג יאנואר 26, 2020 8:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וועלן מיר אנהייבן מיט א געדאנק, צו שאפן אין אידיש א קאנסטאנאנט פאר'ן ענגלישן W. אונזערע זיידעס וואס זענען געקומען פון אייראפע האבן בכלל נישט אנערקענט אז ס'עקזיסטירט אזא קלאנג; אינדערהיים האבן זיי נישט געוואוסט פון אזוינס, ס'איז אן ענגלישער חידוש. אנשטאט זיך באזעצן אין דער הערליכער Williamsburg, זענען זיי געגאנגען קיין וויליאמסבורג...

היינט צוטאגס, ווען אן א שיעור ווערטער אין אונזער וואקאבולאר ווערן ארויסגעזאגט מיט'ן W, וואלט שוין געווען העכסט צייט צו מאכן א חילוק אין שריפט צווישן א V און א W. א פראקטישער וועג דערצו איז וו' (וו'יליאמסבורג), אדער ווה (ווהליאמסבורג).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אז מ'רעדט פון פארשלאגן פאר אידיש, וואלט לכאורה דאס וויכטיגסטע געווען צו גרינדן אן אפיציעלע קאמיטע וואס זאל "פסק'ענען" הלכות אידיש. אז מ'גייט היינט אריין אין גראסערי, זעט מען א פולן שאנק מיט אידישע צייטונגען און אויסגאבעס, אבער לא ראי זה כראי זה, יעדער האט אנדערע ווערטער און אויסלייגן; הצד השוה שבהן, אז יעדער שרייבט ווי אזוי ער האט יענער וואך געטראכט אז מ'דארף שרייבן.

אז ס'וועט זיין אן אנערקענטע קאמיטע וואס וועט זיך באפאסן מיט דעם, וועט דער עולם מסכים זיין צו מקבל מרות זיין, און אננעמען ביי יעדער זאך ווי אזוי זי באשליסט. מעגליך אז מיט דער צייט וועט מען קענען ארויסגעבן אויך א ווערטערבוך, וועלכער וועט ארויסקומען יאר יערליך מיט א נייער אויפלאגע וואס וועט אנטהאלטן די פרישע חידושים פון יענעם יאר. דאס וועט זיין גאר א ווייטגרייכנדער שריט, וויבאלד מ'וועט דאס קענען לערנען אין די מיידל שולעס וכדומה, אזוי אויך וועט יעדער שרייבער מיט א ספק וויסן וואו צו קוקן. און אז מ'וועט זיך טענה'ן אויף אייוועלט, וועט בלויז אויספעלן צו זאגן אז אינעם ווערטערבוך שטייט ווי מיר, און אלע טענות ומענות וועלן פארשווינדן ווערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

שיינער אריינפיר.
וואס הייסט פארבעסערן, למשל?
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

סיז אינטערסאנט דא אנצימערקן וואס כאב אמאל געהערט פון הרב סיני מלביבסקי, אז די שטילע "GH" פין די ענגלישע שפראך שטאמט פין די אידישע "ח" אין וויבאלד די היזיגע גוים קענען דאס נישט ארויסזאגן דערפאר לאזן זיי דאס אויס...
צום ביישפיל:
Light - לייכט
Hight - הייעך
Night- נאכט
וכו'
ודוק וטישטעך
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ארלאנדא האט געשריבן:די שטילע "GH" פין די ענגלישע שפראך שטאמט פין די אידישע "ח"
צום ביישפיל:
Light - לייכט
Hight - הייעך
Night- נאכט
וכו'
ודוק וטישטעך

דו מיינסט אוודאי די דויטשע שפראך.
ווי:
Laugh - לאך
Neighbor - נאכבאר
Sign - צייכן
Eight - אכט
וכו'

אן אינטערעסאנטע נושא גרשון.
לאמיר הערן דיינע געדאנקען.
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

אויך דארף מען צוזאמזעצן א בית דין און גרינדן נייע ווערטער אויף אלע נייע ענגלישע ווערטער וואס זענען ערפינדן געווארן זינט אידיש איז לעצט גע'אפדעיט געווארן (וויאזוי זאגט מען אפדעיט אין אידיש?...)
ספעציעל די ווערטער השייכים לטעכנאלאגיע וואס רובא דרובא זענען נאך דערווייל פארבארגט פון ענגליש (אויסער בליץ-פאסט און געוועב)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עולם ומלואו האט געשריבן:אויך דארף מען צוזאמזעצן א בית דין און גרינדן נייע ווערטער אויף אלע נייע ענגלישע ווערטער וואס זענען ערפינדן געווארן זינט אידיש איז לעצט גע'אפדעיט געווארן (וויאזוי זאגט מען אפדעיט אין אידיש?...)
ספעציעל די ווערטער השייכים לטעכנאלאגיע וואס רובא דרובא זענען נאך דערווייל פארבארגט פון ענגליש (אויסער בליץ-פאסט און געוועב)

וואס עפעס געבארגט? אינטערנעט, קאמפיוטער, און סעלפאון זענען דורך א געהעריג כשר'ן גיור (מיט א פילטער, פארשטייט זיך), און זיך אנגעשלאסן אין דער קהלה פון קאר, טעלעפאן, טראק און באס.

"אפדעיט" איז אביסל שווער. אפיציעל איז דא א ווארט, "דערהיינטיגט", מ'הערט עס אבער כמעט נישט. קענסט פרובירן גיין ארום און ארום - "לעצטע ווערסיע" אדער עפעס ענליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ציפקע האט געשריבן:שיינער אריינפיר.
וואס הייסט פארבעסערן, למשל?

אט אזוי ווי דער געדאנק פון שאפן א קאנסטאנאנט פאר W אדער גרינדן אן אפיציעלע אידיש קאמיטע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

גרשון, איך ליין מיט שפאנונג.

דערווייל איז מעלות ענד קא די אומאפיציעלע פוסקים אין מאמע לשון.

לעצטנס איז געווארן א גרויסע רעדע פארוואס רוב עדס אין די היימישע צייטונגען זענען אויף ענגליש, בזמן וואס זיי אפעלירן בלויז צו א אידיש-רעדענדן ציבור.

איינס פון די הויפט סיבות זענען וויבאלד א גרויס טייל ווערטער וואס מען וויל נוצן אינעם עד עקזיסטירן בכלל נישט אויף אידיש, און מען טרעפט זיך מיט א האלבן עד פון ענגלישע ווערטער געשריבן מיט אידישע אותיות... ביז מען באשליסט, לאמיר שוין שרייבן געהעריג אויף ענגליש און פטור אן עסק. און אזוי דרייט זיך ווייטער דער וואגן.

מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון. #כח היחיד!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"מעלות" איז נישט קיין שלעכטער אויסוואל, די פראבלעם איז אז דו דארפסט טרעפן דעם "פסק" צווישן די שורות אדער מיט ענטפערס פאר שאלות וואס ליינער שיקן אריין. ס'איז דעריבער גוט בלויז פאר איינעם וואס זוכט צו שרייבן ריכטיג, נישט פאר יעדן א.ג. שרייבער וואס האט א ספק און ער וויל שנעל טרעפן דעם ענטפער. דאס איז שוין אויך גורם אז נישט יעדער זאל אננעמען וואס דארט שטייט, און ממילא איז נישט דא קיין פאראייניגטן וועג ווי אזוי ס'קומט צו שרייבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

גלייכגילטיג האט געשריבן:גרשון, איך ליין מיט שפאנונג.

דערווייל איז מעלות ענד קא די אומאפיציעלע פוסקים אין מאמע לשון.

לעצטנס איז געווארן א גרויסע רעדע פארוואס רוב עדס אין די היימישע צייטונגען זענען אויף ענגליש, בזמן וואס זיי אפעלירן בלויז צו א אידיש-רעדענדן ציבור.

איינס פון די הויפט סיבות זענען וויבאלד א גרויס טייל ווערטער וואס מען וויל נוצן אינעם עד עקזיסטירן בכלל נישט אויף אידיש, און מען טרעפט זיך מיט א האלבן עד פון ענגלישע ווערטער געשריבן מיט אידישע אותיות... ביז מען באשליסט, לאמיר שוין שרייבן געהעריג אויף ענגליש און פטור אן עסק. און אזוי דרייט זיך ווייטער דער וואגן.

מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון. #כח היחיד!


קומט אפשר נישט דא אריין אבער האסט עס דערמאנט וועל איך קאמנטירן, עדס ווערן געשריבן אין ענגליש ווייל אזוי קען מען ניצן די זעלבע עד אין אן ענגליש אויסגאבע מה שאין כן פארקערט.

גרשון,

האסט ארויף געברענגט א שיינע נושא. מיר ווארטן צו זעהן וואס דא וועט ווערן.
לעצט פארראכטן דורך נישטאמת אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נישטאמת האט געשריבן:גרשון,

האסט ארויף געברענגט א שיינע נושא. מיר ווארטן צו זעהן וואס דא וועט ווערן.

איך ווארט אינאיינעם מיט דיר...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

נישטאמת האט געשריבן:
קומט אפשר נישט דא אריין אבער האסט עס דערמאנט וועל איך קאמנטירן, עדס ווערן געשריבן אין ענגליש ווייל אזוי קען מען ניצן די זעלבע ער אין אן ענגליש אויסגאבע מה שאין כן פארקערט.


עס איז דא מער ווי איין סיבה. ענגליש אפעלירט צו א גרעסערע קרייז, און אפילו ביים היימישן ציבור ליינען פרויען בעסער ענגליש, וכו', אבער די מציאות איז אז אפילו היימישע געשעפטן, אין טאטאל אידיש-רעדנדע מקומות, אין עדס וואס רעדן נאר צו מענער וואס פארשטייען כמעט נישט קיין עגנליש, נוצט מען אויך מער ענגליש, און די סיבה איז טיילווייז ווי אויבנדערמאנט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

חרד'ישע אידן טויגן נישט צו גארנישט אויסער לערנען תורה און מאכן געלט, סיי וועלכע אנדערע זאך קען זיך נישט האלטן אן הילף פונדרויסן, די חרדישע מענטאליטעט (אויסער די פאר אויבערחכמים ווי גרשון און איך) פארשטייט פשוט נישט צו עפעס אנדערש. פאר אכציג יאר צוריק האט אידיש געלעבט ווייל די פרייע האבן אויפגעהאלטן די זאך, ווי מער אומפאראינטערעסירט די פרייע זענען געווארן אין די גאנצע נושא און זיך גערוקט צו אנדערע זאכן אלץ ארימער און פארוועלקט איז די שפראך געווארן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:חרד'ישע אידן טויגן נישט צו גארנישט אויסער לערנען תורה און מאכן געלט, סיי וועלכע אנדערע זאך קען זיך נישט האלטן אן הילף פונדרויסן, די חרדישע מענטאליטעט (אויסער די פאר אויבערחכמים ווי גרשון און איך) פארשטייט פשוט נישט צו עפעס אנדערש. פאר אכציג יאר צוריק האט אידיש געלעבט ווייל די פרייע האבן אויפגעהאלטן די זאך, ווי מער אומפאראינטערעסירט די פרייע זענען געווארן אין די גאנצע נושא און זיך גערוקט צו אנדערע זאכן אלץ ארימער און פארוועלקט איז די שפראך געווארן.

:grin: :grin: :grin: וועסטו זען אז ווען אליעזר קרויס וועט וואוינען אין פלארידע, וועט אידיש בליען און לעבן אויף אלע באקן...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

גרשון האט געשריבן:וועלן מיר אנהייבן מיט א געדאנק, צו שאפן אין אידיש א קאנסטאנאנט פאר'ן ענגלישן W. אונזערע זיידעס וואס זענען געקומען פון אייראפע האבן בכלל נישט אנערקענט אז ס'עקזיסטירט אזא קלאנג; אינדערהיים האבן זיי נישט געוואוסט פון אזוינס, ס'איז אן ענגלישער חידוש. אנשטאט זיך באזעצן אין דער הערליכער Williamsburg, זענען זיי געגאנגען קיין וויליאמסבורג...

היינט צוטאגס, ווען אן א שיעור ווערטער אין אונזער וואקאבולאר ווערן ארויסגעזאגט מיט'ן W, וואלט שוין געווען העכסט צייט צו מאכן א חילוק אין שריפט צווישן א V און א W. א פראקטישער וועג דערצו איז וו' (וו'יליאמסבורג), אדער ווה (ווהליאמסבורג).

יו העוו א קאַר פאָר וואָן-טווענטי-וואָן העוועס סטריט אין וויליאמסבורג?
א רחמנות אויפן דיספעטשער.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

גרשון האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:אויך דארף מען צוזאמזעצן א בית דין און גרינדן נייע ווערטער אויף אלע נייע ענגלישע ווערטער וואס זענען ערפינדן געווארן זינט אידיש איז לעצט גע'אפדעיט געווארן (וויאזוי זאגט מען אפדעיט אין אידיש?...)
ספעציעל די ווערטער השייכים לטעכנאלאגיע וואס רובא דרובא זענען נאך דערווייל פארבארגט פון ענגליש (אויסער בליץ-פאסט און געוועב)

וואס עפעס געבארגט? אינטערנעט, קאמפיוטער, און סעלפאון זענען דורך א געהעריג כשר'ן גיור (מיט א פילטער, פארשטייט זיך), און זיך אנגעשלאסן אין דער קהלה פון קאר, טעלעפאן, טראק און באס.

"אפדעיט" איז אביסל שווער. אפיציעל איז דא א ווארט, "דערהיינטיגט", מ'הערט עס אבער כמעט נישט. קענסט פרובירן גיין ארום און ארום - "לעצטע ווערסיע" אדער עפעס ענליך.

איך האב ממש לעצטענס געכאפט אז די עברית ווארט דערפאר - עדכון - איז א געבאקענע ווארט צאמגעשטעלט פון עד כאן.

איז פארהאן אין אידיש אזעלכע דוגמאות? דערהיינטיגט איז נישט דאס.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:"מעלות" איז נישט קיין שלעכטער אויסוואל, די פראבלעם איז אז דו דארפסט טרעפן דעם "פסק" צווישן די שורות אדער מיט ענטפערס פאר שאלות וואס ליינער שיקן אריין. ס'איז דעריבער גוט בלויז פאר איינעם וואס זוכט צו שרייבן ריכטיג, נישט פאר יעדן א.ג. שרייבער וואס האט א ספק און ער וויל שנעל טרעפן דעם ענטפער. דאס איז שוין אויך גורם אז נישט יעדער זאל אננעמען וואס דארט שטייט, און ממילא איז נישט דא קיין פאראייניגטן וועג ווי אזוי ס'קומט צו שרייבן.

איז נישט "אידיש ווערטער אוצר" (https://www.greenfieldjudaica.com/yiddi ... 29543.html) ארויסגעקומען פאר דעם צוועק, צו נעמען די פסקים פון "מעלות" (דער ארויסגעבער איז א טאכטער פון מרת. מעלות געדענק איך הערן) און עס אראפלייגן די קיצור פסקי דינים?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ביי די יידישסטן איז דא "די יידישע ליגע" וואס פארנעמט זיך דערמיט און קומט ארויס יעדע פאר וואכן מיט א רשימה פון ווערטער און פראזעס, בעיקר אזעלכע וואס פיגורירן דעמאלטס אין די נייעס. פאלגנד זענען עטליכע פון זייערע רשימות פון דער לעצטער שטיק צייט:

װאַלן I
ניצט אויס אײַער שטימרעכט!
Exercise your right to vote!
absentee ballot: דער פֿאַרפֿעלער־צעטל, ־ען
[DER FARFÉLER-TSETL, -EN]
ballot: דער שטימצעטל, ־ען; די שטים, ־ען
[DER ShTÍMTSETL, -EN; DI ShTIM, -EN]
board of elections: דער שטימאַמט
[DER ShTÍMAMT]
campaign (v.): קאַמפּאַניעװע|ן; קאַנדידירן
[KAMPÁNYEVE|N; KANDIDÍRN]
candidate (m./unsp.): דער קאַנדידאַט, ־ן
[DER KANDIDÁT, -N]
candidate (f.): די קאַנדידאַטקע, ־ס
[DI KANDIDÁTKE, -S]
election(s): (װאַלן (ל״ר
[VALN (pl.)]
gerrymander: גערימאַנדרעװע|ן
[GERIMÁNDREVE|N]
gerrymandering: די גערימאַנדריע
[DI GERIMÁNDRYE]
midterm election: (מיטקאַדענץ־װאַלן (ל״ר
[MÍTKADÉNTS-VALN (pl.)]
polling booth: די שטימבודקע, ־ס
[DI ShTÍMBUDKE, -S]
vote (n.): די שטים, ־ען
[DI ShTIM, -EN]
vote (v.): שטימען
[ShTÍMEN]
voter suppression: די שטים־דערשטיקונג
[DI ShTÍM-DERShTÍKUNG]
voting booth: די שטימבודקע, ־ס
[DI ShTÍMBUDKE, -S]
voting machine: די שטיממאַשין, ־ען
[DI ShTÍMMAShIN, -EN]
voting rights: (דאָס שטימרעכט (ל״י
[DOS ShTÍMREKhT (sg.)]
Every vote counts.
וויכטיק איז יעדע שטים.
[VÍKhTIK IZ YÉDE ShTIM]
Exercise your right to vote!
ניצט אויס אײַער שטימרעכט!
[NITST OYS ÁYER ShTÍMREKhT]

װאַלן II
absentee ballot: דער פֿאַרפֿעל־צעטל, ־ען
[DER FARFÉL-TSETL, -EN]
ballot: דער שטימצעטל, ־ען; די שטים, ־ען
[DER ShTÍMTSETL, -EN; DI ShTIM, -EN]
board of elections: דער שטימאַמט
[DER ShTÍMAMT]
campaign (v.): קאַמפּאַניעװע|ן; קאַנדידירן
[KAMPÁNYEVE|N; KANDIDÍRN]
candidate (m./unsp.): דער קאַנדידאַט, ־ן
[DER KANDIDÁT, -N]
candidate (f.): די קאַנדידאַטקע, ־ס
[DI KANDIDÁTKE, -S]
certify election results: באַשטעטיקן <אַטעסטירן> די װאַל־רעזולטאַטן
[BAShTÉTIKN <ATESTÍRN> DI VÁL-REZULTÁTN]
election(s): (װאַלן (ל״ר
[VALN (pl.)]
election/voter fraud: דער שטימשװינדל
[DER ShTÍMShVINDL]
mail-in ballot: דער שטימצעטל דורך דער פּאָסט
[DER ShTÍMTSETL DURKh DER POST]
peaceful transfer of power: דאָס שלומדיקע איבערגעבן די מאַכט
[DOS ShÓLEMDIKE ÍBERGEBN DI MAKhT]
poll monitor: דער שטים־אָבסערוואַטאר, ...אָרן
[DER ShTÍM-OBSERVÁTOR, ...ÓRN]
polling booth: די שטימבודקע, ־ס
[DI ShTÍMBUDKE, -S]
vote (n.): די שטים, ־ען
[DI ShTIM, -EN]
vote (v.): שטימען
[ShTÍMEN]
vote in person: שטימען אינעם (שטימ)לאָקאַל
[ShTÍMEN ÍNEM (ShTÍM)LOKÁL]
voter suppression: די שטים־דערשטיקונג
[DI ShTÍM-DERShTÍKUNG]
voting booth: די שטימבודקע, ־ס
[DI ShTÍMBUDKE, -S]
voting machine: די שטיממאַשין, ־ען
[DI ShTÍMMAShIN, -EN]
voting rights: (דאָס שטימרעכט (ל״י
[DOS ShTÍMREKhT (sg.)]
Every vote counts.
וויכטיק איז יעדע שטים.
[VÍKhTIK IZ YÉDE ShTIM]
Exercise your right to vote!
ניצט אויס אײַער שטימרעכט!
[NITST OYS ÁYER ShTÍMREKhT]
Many people have recently become politically active.
אַ סך מענטשן זענען לעצטנס געוואָרן פּאָליטיש אַקטיוו.
[A SAKh MENTShN ZÉNEN LETSTNS GEVÓRN POLÍTISh AKTÍV]
This year it’s not so much Election Day as it is Election Season.
הײַיאָר איז גיכער אַ וואַלסעזאָן איידער אַ וואַלטאָג.
[HÁYYOR IZ GÍKhER A VÁLSEZÓN ÉYDER A VÁLTOG]

קאָראָנאַ־ווירוס I
Coronavirus // דער קאָראָנאַ־ווירוס // DER KORÓNA-VÍRUS
contagious: קלעפּיק; אָנשטעק(עװד)יק
[KLÉPIK; ÓNShTEK(EVD)IK]
It's contagious: <מע קען זיך אָננעמען <אָנשטעקן/זאַראַזען
[ME KEN ZIKH ÓNNEMEN <ÓNShTEKN/ZARÁZEN>]
Coronavirus: דער קאָראָנאַ־ווירוס
[DER KORÓNA-VÍRUS]
cough (v.): הוסטן; היסן
[HUSTN; HISN]
cover one’s mouth: צודעקן דאָס מויל
[TSÚDEKN DOS MOYL]
face mask: די פּנים־מאַסקע, ־ס; די מאַסקע אויפֿן פּנים
[DI PÓNEM-MÁSKE, -S; DI MÁSKE AFN PÓNEM]
flu-like symptoms: סימפּטאָמען (ווי) פֿון אַ גריפּ
[SIMPTÓMEN (VI) FUN A GRIP]
infection: די אינפֿעקציע, ־ס; דער אָנרײַס, ־ן; די אָנשטעקונג, ־ען
[DI INFÉKTSYE, -S; DER ÓNRAYS, -N; DI ÓNShTEKUNG, -EN]
pandemic: די פּאַנדעמיע, ־ס
[DI PANDÉMYE, -S]
precaution: דאָס פֿאַרהיט־מיטל, ־ען; דאָס באַװאָרעניש, ־ן
[DOS FARHÍT-MITL, -EN; DOS BAVÓRENISh, -N]
take precautions: באַװאָרענען זיך; אָננעמען פֿאַרהיט־מיטלען
[BAVÓRENEN ZIKh; ÓNNEMEN FARHÍT-MÍTLEN]
quarantine (n.): דער קאַראַנטין, ־ען
[DER KARANTÍN, -EN]
quarantine (v.): שטעלן אונטער אַ קאַראַנטין
[ShTELN ÚNTER A KARANTÍN]
be short of breath: נישט קענען אָפּכאַפּן דעם אָטעם
[NIShT KÉNEN ÓPKhAPN DEM ÓTEM]
transmission (of) : דאָס איבערטראָגן (+ אַק׳)
[DOS ÍBERTROGN (+ ak’)]
wash one’s hands: וואַשן זיך די הענט
[VAShN ZIKh DI HENT]

קאָראָנאַ־ווירוס II
coronavirus pandemic // די קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע // DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE
(useful sentences at the bottom)
containment zone: די אײַנהאַלט־<אײַנצאַם־>זאָנע, ־ס
[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S]
cordon off: אָפּקאָרדאָנירן; אײַנקאָרדאָנירן; שאַפֿן אַ קאָרדאָן אַרום
ÓPKORDONÍRN; ÁYNKORDONÍRN; ShAFN A KORDÓN ARÚM]
deploy the National Guard: צעשטעלן <פֿונאַנדערשטעלן> די לאַנדוואַך
[TSEShTÉLN <FUNÁNDERShTELN> DI LÁNDVAKh]
false positive: דער פֿאַלשער פּאָזיטיװער (טעסט־)רעזולטאַט
[DER FÁLShER POZITÍVER (TÉST-)REZULTÁT]
flatten the curve: אױספּלאַטשיקן די (אָנשטעק־)קרומע
[ÓYSPLATShIKN DI (ÓNShTEK-)KRÚME]
in isolation: אָפּגעזונדערט; איזאָלירט
[ÓPGEZUNDERT; IZOLÍRT]
lock down: פֿאַרשפּאַרן
[FARShPÁRN]
lockdown: דאָס פֿאַרשפּאַרן; די פֿאַרשפּאַרונג
[DOS FARShPÁRN; DI FARShPÁRUNG]
be in lockdown: זײַן פֿאַרשפּאַרט
[ZAYN FARShPÁRT]
mode of transmission: דער איבערטראָג־מאָדוס, ־ן
[DER ÍBERTROG-MÓDUS, -N]
practice self-isolation: <זיך אַליין אָפּזונדערן <איזאָלירן
[ZIKh ALÉYN ÓPZUNDERN <IZOLÍRN>]
practice social distancing: האַלטן זיך פֿון דער ווײַטנס; אָפּהאַלטן <דערווײַטערן> זיך פֿון אַנדערע
[HALTN ZIKh FUN DER VAYTNS; ÓPHALTN <DERVÁYTERN> ZIKh FUN ÁNDERE]
stock up on essentials: אָנגרייטן ‹פֿאַרגרייטן/זאַפּאַסעווע|ן› פֿונעם סאַמע נייטיקסטן
[ÓNGREYTN <FARGRÉYTN/ZAPÁSEVE|N> FÚNEM SÁME NÉYTIKSTN]
transmission of the virus: דאָס איבערטראָגן דעם ווירוס
[DOS ÍBERTROGN DEM VÍRUS]
test kit: דאָס טעסטיר־געצײַג
[DOS TESTÍR-GETSÁYG]
test negative: האָבן נעגאַטיווע (טעסט־)רעזולטאַטן
[HOBN NEGATÍVE (TÉST-)REZULTÁTN]
test positive: האָבן פּאָזיטיװע (טעסט־)רעזולטאַטן
[HOBN POZITÍVE (TÉST-)REZULTÁTN]
Several states this weekend recommended that people practice social distancing.
עטלעכע שטאַטן זענען דעם סוף־וואָך אַרויס מיט אַ רעקאָמענדאַציע אַז מע זאָל זיך אָפּהאַלטן <דערווײַטערן> איינס פֿונעם אַנדערן.
[ÉTLEKhE ShTATN ZÉNEN DÉM SOF-VÓKh ARÓYS MIT A REKOMENDÁTSYE AZ ME ZOL ZIKh ÓPHALTN <DERVÁYTERN> EYNS FÚNEM ÁNDERN]
“Flattening the curve” refers to the need to slow transmission of the Coronavirus.
„אויספּלאַטשיקן די קרומע“ הייסט פֿאַרפּאַמעלעכן דעם איבערטראָג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
[“ÓYSPLATShIKN DI KRÚME” HEYST FARPAMÉLEKhN DEM ÍBERGANG FÚNEM KORÓNA-VÍRUS]
Anyone who has had contact with someone who tested positive should self-isolate.
װער סע האָט נאָר געהאַט קאָנטאַקט מיט עמעצן װאָס האָט געקראָגן אַ פּאָזיטיװן טעסט־רעזולטאַט דאַרף זיך אַלײן איזאָלירן.
[VÉR SE HOT NOR GEHÁT KONTÁKT MIT ÉMETSN VOS HOT GEKRÓGN A POZITÍVN TÉST-REZULTÁT DARF ZIKh ALÉYN IZOLÍRN]
Global efforts at this time are focused concurrently on lessening the spread and impact of this virus.
גלאָבאַלע באַמיִונגען שטעלן איצט דעם טראָפּ אױפֿן פֿאַרקלענערן דעם פֿאַרשפּרײט און די װירקונג פֿונעם װירוס.
[GLOBÁLE BAMÍUNGEN ShTELN ITST DEM TROP AFN FARKLÉNERN DEM FARShPRÉYT UN DI VÍRKUNG FÚNEM VÍRUS]

קאָראָנאַ־ווירוס III
change one’s behavior: בײַטן דעם אויפֿפֿיר; בײַטן די פֿירונג; בײַטן ווי מע פֿירט זיך
[BAYTN DEM ÚFFIR; BAYTN DI FÍRUNG; BAYTN VI ME FIRT ZIKh]
community spread: דער פֿאַרשפּרייט צווישן עולם
[DER FARShPRÉYT TSVIShN ÓYLEM]
contact tracing: דאָס אָפּזוכן קאָנטאַקטן
[DOS ÓPZUKhN KONTÁKTN]
get a COVID test: לאָזן זיך מאַכן אַ קאָוויד־טעסט
[LOZN ZIKh MAKhN A KÓVID-TEST]
disinfectant: דאָס דיסאינפֿיציר־מיטל, ־ען; דאָס דיסאינפֿיצירעכץ, ־ן
[DOS DISINFITSÍR-MITL, -EN; DOS DISINFITSÍREKhTS, -N]
disinfectant wipe: דאָס דיסאינפֿיציר־טיכל, ־עך
[DOS DISINFITSÍR-TIKhL, -EKh]
high-risk group: די שטאַרק אײַנגעשטעלטע גרופּע, ־ס
[DI ShTARK ÁYNGEShTELTE GRÚPE, -S]
immunocompromised: אימון־פֿאַרשוואַכט
[IMÚN-FARShVÁKhT]
incubation period: דער אינקובאַציע־פּעריאָד, ־ן; די אַנטװיקל־צײַט, ־ן
[DER INKUBÁTSYE-PERYÓD, -N; DI ANTVÍKL-TSAYT, -N]
mask mandate: דער מאַסקע־באַפֿעל, ־ן
[DER MÁSKE-BAFÉL, -N]
morbidity rate: די פּראָפּאָרציע קרענקלעכקייט
[DI PROPÓRTSYE KRÉNKLEKhKEYT]
mortality rate: די פּראָפּאָרציע שטאַרביקייט
[DI PROPÓRTSYE ShTÁRBIKEYT]
oxygen mask: די זויערשטאָף־מאַסקע, ־ס
[DI ZÓYERShTOF-MÁSKE, -S]
paid sick leave: דער באַצאָלטער קרענקאורלױב
[DER BATSÓLTER KRÉNKURLOYB]
personal protective equipment: די פּערזענלעכע שיץ־אױסריכטונג
[DI PERZÉNLEKhE ShÍTS-ÓYSRIKhTUNG]
positivity rate: די צאָל פּאָזיטיווע פֿאַלן
[DI TSOL POZITÍVE FALN]
7-day rolling average: דער זיבן־טאָגיקער באַוועגלעכער דורכשניט
[DER ZÍBN-TÓGIKER BAVÉGLEKhER DÚRKhShNIT]
second wave: די צווייטע כוואַליע
[DI TSVÉYTE KhVÁLYE]
superspreader (event): דער סופּערפֿאַרשפּרייטער, ־ס
[DER SÚPERFARShPRÉYTER, -S]
vaccine: דער װאַקצין, ־ען
[DER VAKTSÍN, -EN]
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיין פראגע צו אייך ר' גרשון איז, וואס איז שלעכט אויב בלייבט עס ביים יעצטיגן וו אנשטאט דעם W? רוב חסידי'שע מענער זאגט טאקע ארויס א רובא דמינכרא גע'כשר'טע ווערטער מיט א וא"ו און נישט א W.

א שטייגער ווי דער פ, סיי מיטן פינטל און סיי אנעם פארדינען דעם זעלבן ליידיגן פ.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמואל בארג האט געשריבן:מיין פראגע צו אייך ר' גרשון איז, וואס איז שלעכט אויב בלייבט עס ביים יעצטיגן וו אנשטאט דעם W? רוב חסידי'שע מענער זאגט טאקע ארויס א רובא דמינכרא גע'כשר'טע ווערטער מיט א וא"ו און נישט א W.

א שטייגער ווי דער פ, סיי מיטן פינטל און סיי אנעם פארדינען דעם זעלבן ליידיגן פ.

די גאנצע זאך דא איז פארשטייט זיך געווען להלכה ולא למעשה (ששש... זאג נישט אויס פאר קיינעם). ס'איז -- עכ"פ דערווייל -- נאכנישט אין רעאליטעט מ'זאל קענען דורכפירן שפראך טוישונגען אין דעם פארנעם.

בנוגע פּ/פ, אפשר זאלסטו מאכן דעם ביישפיל פארקערט, אז מ'דארף טאקע אנהייבן פונאנדערשיידן צווישן די צוויי? גענוג אומקלארקייטן זענען דא צוליב דעם די צוויי קלאנגען וואס האבן דעם זעלבן אות. אסאך פובליקאציעס מאכן טאקע א פינטל אין יעדן פּ'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

צום נושא האשכול

די ציל פון די אידישע שפראך איז נאר בכדי זיך צו האלטן אפגעזינדערט פונעם גוי און פארמירן אן אייגענעם קולטור
אונזער קולטור איז בעצם א טפל צו תורה ומצוות, במילה איז גארנישט אז אונזער יודיש איז נישט פערפעקט און עוואלווד זיך כסדר
די באגריף פון דאקומענטירן די "פערפעקטע" "ריכטיגע" אידיש האט זיך אנגעהויבן ביי די רעפארמער וועלכע האבן איבערגעלאזט די נשמה פון "אידישע אידישקייט" און עס געוואלט רעפלעיסן מיט "קולטורעלע אידישקייט", למעשה איז אינטערגעקומען דאס ציונות וועלכע האט געאפערט אסאך א ברייטערע און נאסטאלגישערע וויזיע פאר א איד אן קיין תורה, במילה איז דאס גאנצע אידישיזעם אינטערגעגאנגען
זייער פשוט, פארוואס פרעזערווירן דעם נעבעכדיגן גלות איד? ליבערשט פרעזערווירן דעם גליקליכן תנ"ך ארץ ישראל איד.. (פארשטייט זיך אן קיין תורה..)
מיין זיידע האט גערעדט א דייטשע אידיש, דארף איך יעצט אנהאלטן דאס דייטשע אידיש? אוואדע נישט
איך דארף ארויסנעמען די נשמה פון ערליכע ארטאדאקסיע און דאס ווייטער טראגן

וואס גייט מיר אן אז אונז זאגן "וויליאמסבורג" מיט א ואו? אדרבה זאל דער גוי/פארשעמטע איד פלאצן

אויב וויל איך יא שרייבן דעם ווארט W וועל איך ניצן אדער א ואו אדער וועל איך שרייבן דעם ענגלישן W בתוך מיין אידישע געשרייבעכץ, סאיז בכלל נישט קיין אישו

אזוי זעה איך די נושא
---------

הגם איך מוז מודה זיין אז אן ארטיקל פון שמעון ראלניצקי אדער פנחס גלויבער איז פשוט ציענד אדאנק זייער פערפעקטע געשרייבעכץ

איך וואלט געזאגט אז די שרייבערישע וועלט דארף ווען יא האבן סטאנדארטן אבער נישט אונז פשוטע מענטשן
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גרשון האט געשריבן:וועלן מיר אנהייבן מיט א געדאנק, צו שאפן אין אידיש א קאנסטאנאנט פאר'ן ענגלישן W. אונזערע זיידעס וואס זענען געקומען פון אייראפע האבן בכלל נישט אנערקענט אז ס'עקזיסטירט אזא קלאנג; אינדערהיים האבן זיי נישט געוואוסט פון אזוינס, ס'איז אן ענגלישער חידוש. אנשטאט זיך באזעצן אין דער הערליכער Williamsburg, זענען זיי געגאנגען קיין וויליאמסבורג...

היינט צוטאגס, ווען אן א שיעור ווערטער אין אונזער וואקאבולאר ווערן ארויסגעזאגט מיט'ן W, וואלט שוין געווען העכסט צייט צו מאכן א חילוק אין שריפט צווישן א V און א W. א פראקטישער וועג דערצו איז וו' (וו'יליאמסבורג), אדער ווה (ווהליאמסבורג).

וויאזוי זאגט מען אויף אנדערע שפראכן א w?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום נושא האשכול

די ציל פון די אידישע שפראך איז נאר בכדי זיך צו האלטן אפגעזינדערט פונעם גוי און פארמירן אן אייגענעם קולטור
אונזער קולטור איז בעצם א טפל צו תורה ומצוות, במילה איז גארנישט אז אונזער יודיש איז נישט פערפעקט און עוואלווד זיך כסדר
די באגריף פון דאקומענטירן די "פערפעקטע" "ריכטיגע" אידיש האט זיך אנגעהויבן ביי די רעפארמער וועלכע האבן איבערגעלאזט די נשמה פון "אידישע אידישקייט" און עס געוואלט רעפלעיסן מיט "קולטורעלע אידישקייט", למעשה איז אינטערגעקומען דאס ציונות וועלכע האט געאפערט אסאך א ברייטערע און נאסטאלגישערע וויזיע פאר א איד אן קיין תורה, במילה איז דאס גאנצע אידישיזעם אינטערגעגאנגען
זייער פשוט, פארוואס פרעזערווירן דעם נעבעכדיגן גלות איד? ליבערשט פרעזערווירן דעם גליקליכן תנ"ך ארץ ישראל איד.. (פארשטייט זיך אן קיין תורה..)
מיין זיידע האט גערעדט א דייטשע אידיש, דארף איך יעצט אנהאלטן דאס דייטשע אידיש? אוואדע נישט
איך דארף ארויסנעמען די נשמה פון ערליכע ארטאדאקסיע און דאס ווייטער טראגן

וואס גייט מיר אן אז אונז זאגן "וויליאמסבורג" מיט א ואו? אדרבה זאל דער גוי/פארשעמטע איד פלאצן

אויב וויל איך יא שרייבן דעם ווארט W וועל איך ניצן אדער א ואו אדער וועל איך שרייבן דעם ענגלישן W בתוך מיין אידישע געשרייבעכץ, סאיז בכלל נישט קיין אישו

אזוי זעה איך די נושא
---------

הגם איך מוז מודה זיין אז אן ארטיקל פון שמעון ראלניצקי אדער פנחס גלויבער איז פשוט ציענד אדאנק זייער פערפעקטע געשרייבעכץ

איך וואלט געזאגט אז די שרייבערישע וועלט דארף ווען יא האבן סטאנדארטן אבער נישט אונז פשוטע מענטשן

וואלסט אפשר גערעכט געווען ווען אידיש סערווירט בלויז א מינדליכע שפראך און אונזער אינטערעסע איז נאר תורה. דאס מציאות איז אבער נישט אזוי. דער אויסוואל פון אויסגאבעס, גליונות, און אנדערע סארטן ליטעראטור איז ריזיג.

לדעתי איז די נויגונג פון געוויסע נישט צו נארמאליזירן די שפראך אן אפשפיגלונג פון א סארט קולטור, ווי @חלב ישראל שרייבט אויבן. והא ראיה, די וואס זוכן נישט קיין שיינע אידיש זענען געווענליך אויך נישט אינטערעסירט אין א שיינעם לשה"ק וכדומה.

אידישע כללים פלעגן נישט זיין נוגע מיט 250 יאר צוריק, ווייל כמעט קיינער האט נישט געשריבן אידיש -- נאר צאינה וראינה און אנדערע ספרים פאר פרויען. מ'פלעגט אלעס שרייבן אין לשה"ק. אבער א ליבשאפט צו קונסט, דערונטער פאעזיע און ליטעראטור, וועסטו טרעפן דורכאויס אלע דורות אין אלע מדינות ביי די גרעסטע גדולים אונזערע. אויב ס'איז געווען ערגעץ אן אפשיי צו פראפעסיאנאליזם, איז עס נאר געווען מיט א ציל אפצושלאגן שעדליכע השכלה.

אגב, דו מישסט אביסל איבער יידישיזם. די רעפארמער זענען געווען אין מערב-אייראפע און אמעריקע, בעת יידישיזם שטאמט פון מזרח-אייראפע, פון די ציונ'יסטישע פארגייערס. זיי האבן זיך אפגעשאקלט פון דייטשמעריזמען נישט ווייל זייערע זיידעס האבן עס גערעדט, נאר ווייל אין מזרח-אייראפע איז דער אידיש געווען אנדערש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”