רעדן אידיש אדער טייטשן ענגליש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט

מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט. אנטשולדיגט
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט

מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.

מן הסתם האסטו געמיינט צו שרייבן א פליק געריכטעט צו מיר לגבי מיין חתימה...
בכל אופן מיין איך זאלסט אנטלויפן פון דעם אשכול באצייטנס, וועסט פון דא נישט אזוי שנעל ארויסקריכן...
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:'מיט אן' - without.

אוי עס נערווירט מיך געפערליך ווען איך הער ווי מיינע קינגעלעך הערן אויס די טעיפס פון ר׳ פישל שעכטער [כבודו במקומו מונח] ״מיט רשות אדער מיט אן רשות״ אדער ״איין מער מאל״
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס געהערט, לייגט עס וואו איר ווילט.
bipartisan טייטשט נישט אומפארטייאיש, עס טייטשט צוויי-פארטייאיש.
אוועטאר
גם זקנתי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זקנתי »

געהערט א שטיק צייט צוריק פון א באקאנטן טעראפיסט אויף קול מבשר:
"און ער האט א שווערע צייט צו פארשטיין א צווייטן"
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שאך אויף ניטל...

unnamed.jpg
unnamed.jpg (57.27 KiB) געזען 7926 מאל
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

לעצטנס געזען אויף א געים:
"דער ערשטער שפילער אראפצולייגן זיין קארטל, איז נענטער צו זיין דער געווינער".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

"ער איז געשטאנען אין פארנט פונעם געביידע".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
בענאנע שאלאכץ
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 01, 2017 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאנע שאלאכץ »

דא איז דא א סייט פון אידישע ווערטער , עס איז זייער אינטערעסאנט ווי ווען מען שרייבט עפעס קומען ארויף ריזאלט'ס וואס האבן נישט קיינ הענט און קיין פיס
ווי צום ביישפיל
Picture1.png
Picture1.png (158.13 KiB) געזען 7532 מאל

https://wordsimilarity.com
איך גלייך נארמאלע, און איך גלייך נישט נארמאלע, אבער איך גלייך נישט, נארמאלע וועלכע שטעלן זיך ארויס אלץ נישט נארמאלע
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קיקיון האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:................דו טראגסט א שטריימל? איך ווייס נישט פונקטליך פון וואס דאס איז אפגעטייטשט.........

דו טראגסט א שטריימעל שטאמט נישט פון ענגליש

איך כאפ נאך נישט דעם עוולה פון די זאץ.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קומא עד

"ווייטעמינס זענען שווער צו שלינגען אויף פסח"
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך זע דעם ענגלישן 'by' גרייזיג פארטייטשט צו 'ביי'.

ivasm1.jpg
ivasm1.jpg (42.47 KiB) געזען 7394 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די דעליווערי איז אמאל געווען ארעסטירט, צו וואס?
אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעגראדזשעט »

לאקאציע - לאקאל - דעבאטירן - אינפעקציע... וכו'
וועלכע שפראך זענען די ווערטער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מגייר זיין ענגלישע ווערטער איז א נושא פאר זיך. איך האלט אז מ'קען עס נישט באצייכענען אלס אומריכטיג.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וואטס דע ביג דיעל?
איך וועל איבערחזר'ן וואס איך האב אמאל געשריבען
אבותנו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים
האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק
די פארסט מיט וואס א CAR אדער אן AUTO ?
ווען די ווילסט ניט נוצען מזומנים ניצט די נישט א CHECK אדער CREDIT CARD ??
ווי אזוי הייסט דער איזעי אויף וואס די שרייבסט א "קלאפערגעצייג " אדער א KEYBOARD ?
און אויף וואס קוקסט די יעצט ווען די ליינסט\לעזט מיינע שטיסעם?
לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט
לאדינא וואס די ספרדישע אידען האבען גערעדט
Dzhidi וואס די פערסישע אידען האבען גערעדט
: عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע לענדער האבען גערעדט ,
,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קיקיון האט געשריבן:וואטס דע ביג דיעל?

אלס מסורת אבותינו איז לכאורה נישט דא קיין שום חשש צו מישן אידיש מיט ענגליש - מען קען עס טון מיט א רואיגן געוויסן. עס איז נאר אז פאר מענטשן וואס האבן א געפיל צו ליינען און שרייבן שטעכט זיי די אויגן ווען מען טאנצט אויף צוויי שפראכן אהין און צוריק, גלייך ווי טעותים אין אויסלייג און אין גראמאטיק.

כלפי דער עצם שאלה: עס ווענדט זיך צי עס איז דא א אידישע ווארט וואס ניצט זיך געשמאק צי נישט. אויב יא, פארוואס "מגייר" זיין א פרעמד ווארט, א שטייגער ווי "פאפולאציע" אין פלאץ פון "באפעלקערונג"; אויב נישט, קען דאס ווארט אריינקומען תחת כנפי אידיש און ווערן א חלק פון דער שפראך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

איינע פון די צענדליגע צדקה פלאקאטן די טעג נוצט א פראזע, "יעדער טראפ ציילט".
קען איינער מסביר זיין וואס די טראפנס ציילן? זיי ציילן זיך זעלבסט? אפשר די טראפנס ציילן ספירה?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

געזען לעצטנס ווי איינער האט "גרויס סאטיספאקציע" צו מעלדן...

איך האב גרויס צופרידנהייט אים צו מעלדן אז אידיש פארמאגט א ווארט אויף דעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

האב מיר געהאט היינט אינדערפרי די זכי' צו הערן אן אמת'דיגע חידוש
איך פרעג פון א ישיבה'שע בחור וואס מאכט איר? ענטפערט ער מיר "אזוי ווייט אזוי גוט" ס'האט מיר געדויערט אביסעל צו כאפן די עמקות דערפון אבער ב"ה אין ביהמ"ד בלא חידוש
זה הקטן גדול יהי'
לייבקע יענטע'ס
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבקע יענטע'ס »

"אויפקוקן" א נאמבער אין טעלעפאן בוק
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קיקיון האט געשריבן:וואטס דע ביג דיעל?
איך וועל איבערחזר'ן וואס איך האב אמאל געשריבען
אבותנו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים
האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק
די פארסט מיט וואס א CAR אדער אן AUTO ?
ווען די ווילסט ניט נוצען מזומנים ניצט די נישט א CHECK אדער CREDIT CARD ??
ווי אזוי הייסט דער איזעי אויף וואס די שרייבסט א "קלאפערגעצייג " אדער א KEYBOARD ?
און אויף וואס קוקסט די יעצט ווען די ליינסט\לעזט מיינע שטיסעם?
לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט
לאדינא וואס די ספרדישע אידען האבען גערעדט
Dzhidi וואס די פערסישע אידען האבען גערעדט
: عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע לענדער האבען גערעדט ,
,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט

;l;p- וכן קבלתי מהגה"צ ר' אליעזר חיים בלום זצ"ל און דאס איז פשוט. די ציל פון יידיש איז צו רעדן אנדערש ווי די גוי. אויב איז מען מגייר א ווארט איז דאס פינקט אזוי גוט ווי די דויטשע, פולישע, אונגארישע, וכו' ווערטער וואס זענען מגויר געווארן דורכאויס די דורות.

אין אנדערע ווערטער, grape juice איז ענגליש, בשעת גרעיפ דזשוס איז יידיש.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יודל קליין האט געשריבן:האב מיר געהאט היינט אינדערפרי די זכי' צו הערן אן אמת'דיגע חידוש
איך פרעג פון א ישיבה'שע בחור וואס מאכט איר? ענטפערט ער מיר "אזוי ווייט אזוי גוט" ס'האט מיר געדויערט אביסעל צו כאפן די עמקות דערפון אבער ב"ה אין ביהמ"ד בלא חידוש

:lol: :lol: :lol:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טייערע אייוועלט שרייבער, free אויף אידיש איז אומזיסט, נישט פריי! פריי מיינט אן קיין שיעבוד, עול, יאך, לאסט, משא, וכו' וגו' ודי.
איינער וואס היט רח''ל נישט די תו''מ (מיינט אז ער) איז 'פריי' פון די שיעבוד פון די תורה. א קנעכט וואס איז געווארן 'באפרייט' איז 'פריי'. אין אמעריקע איז ב''ה יעדער 'פריי' צו היטן זיין רעליגיע.
אבער דיין גראסערי, בוטשער אדער פארמאסי שטעלט צו (אדער נישט) 'אומזיסטע' ליפערונגען (פרי דעליווערי אויף ענגליש). מיט זיין בעסטן ווילן קען ער אייך נישט צושטעלן פרייע דעליווערי, ווייל עס עקזיסטירט נישט אזא באשעפעניש. איר האט די ברירה אנצורופן די ליפערונגען 'ליפערונג פריי-פון-אפצאל', אבער איך מיין אז ס'איז גריגער צו שרייבן פשוט 'אומזיסט'.
(אדער קענט איר שרייבן 'פרי', פונקט ווי איר שרייבט דעליווערי...)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”