קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?
א שאלה וואס איז דא אויפגעברענגט געווארן צווישן די שורות שוין עטליכע מאל. ווערן באשאפן נייע אידישע ווערטער דורך אונזערע צייטונגען, קול מבשר, אדער סתם אזוי צווישן דער המון-עם?
אין ענגליש איז באקאנט אז יערליך קומען צו נייע ווערטער צו דער דיקשאנערי, א שטייגער ווי "סעלפי", נאמעפאביע, סטעיקעישן און נאך, וואס זענען גאנץ נייע ווערטער. די שאלה איז צי נייע ווערטער קומען אויך אריין אין אידישן שפראך אדער נישט.
אויף אזויפיל איז זיכער, אז נייע אויסדרוקן זענען פאראן, לדוגמא "רויט-האנטיג" געכאפט דעם פארברעכער, איז א נייער אויסדרוק וואס איז איבערגעזעצט פון ענגליש, אדער "חובות דאך" פון אמעריקע... איך רעד אבער פון גענצליך נייע ווערטער אויף נייע מושגים. איז פאראן אין אידיש נייע ווערטער וואס ווערן באנוצט ביים המון-עם?

-
- שר מאה
- תגובות: 151
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm
אידיש איז שוין יארן אויף א שטאנדשטיל, די סיבה איז ווייל דאס ווערט זייער ווייניג גענוצט, ספיציעל אויף צו שרייבן, און עס איז בכלל נישט אהערגעשטעלט זיך צו פארברייטערן לויט די פארלאנג פון נייע ערפינדונגען און טעכנעלאגיע וכו'.
וואס יא? עס הערט נישט אויף אריינצופליסען ווערטער פון די ענגלישע שפראך אויף א מאסשטאבליכען פארנעם, און דאס ווערט א געהעריגע טייל פון די אידישע שפראך.

נאט אייך עטליכע פרישע יודישע ווערטער
בעפאר - איידער, פאר
דעטאלן - איינצלהייטן
אינוויטאציע - איינלאדענונג
און עס איז דא גענוג און נאך אזועלגע פריש אויסגעבאקענע ממזר׳ישע ווערטער
און מען רעדט נישט דא פון ווערטער וואס פעלט און אונזערע שפראך
וואס איז שלעכט מיט ׳פאר׳ אדער ׳איידער׳, אז מען מען מוז אריינברענגען דעם ׳בעפאר׳?
וואס איז שלעכט מיט ׳איינצלהייטן׳, אז מען מען מוז אריינברענגען דעם ׳דעטאלן׳?
די נייע ווערטער קומען פון א פוילקייט פון טראכטן, און א פוילקייט פון נוצן עטליכע זילבען (הברות) אין איין ווארט.
א שרייבער האט א פליכט צו בארייכערן די שפראך, ביי אונז פוילע יודעלעך, איז גענוי פארקערט, מען זוכט און מען פארלאנגט גאר אן איינפאכע שפראך, און די שרייבערס כאפן זיך צו דערין.
זעהנדיג א היימישע פארשטעלונג, איז מען געווען פארנומען מיט זיך באנוצען מיט׳ן ווארט ״ערהוילן״ אזוי אומבא׳חנ׳ט אריינגעשאסן צווישן הונדערטע אנגלא-יודישירטע ווערטער, אבער דער ׳ערהוילן׳ ווארט האט זיי געברענט, איבערצונוצען.

- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
-
- שר האלף
- תגובות: 1098
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

מיי פערסאנעל אפיניען אויף די נושא איז די זעלבע ווי הרב איטשע'ס. מילא ווערטער וואס זענען נישטא אין אידיש ווי טרעילער און באס. אבער צו וואס שרייבן קאנסטרוקציע ווען מ'קען שרייבן בוי ארבעט? נאכוואס שרייבן אינסטרוקציעס ווען אנווייזונגען איז פונקט אזוי נוצליך?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
לענ"ד קען מען זאגן פונקט פארקערט - הגם ס'איז נישט מוכרח.
א שרייבער פרובירט זייער שטארק צו האלטן זיינע ליינער 'וואַך'. ער מוז זיין זייער שעפעריש ביים שרייבן, און אויב "שעפעריש" האט שוין אויסגעוועפט מוז ער ווייזן זיינע ליינער אז ער איז "קריעטיוו". דער ליינער האט דאך שוין געזעהן די "אנווייזונגען" זויפיל מאל, צו וואס פאר א שווארץ קאפל זאל ער עס יעצט איבערליינען? אה, "אינסטרוקציעס"? נו, געב אהער!
דאס איז דאך די סיבה פארוואס ער איז א שרייבער און א צווייטער נישט - פארוואס זיינס א געשרייבעכץ האט מען ליב צו לעזן און יענעמ'ס נישט. און אויב קען ער נישט טרעפן א היימישן ערזאץ צו זיין אומבאליבטן אידישן ווארט, וועט ער עס נעמען פון ענגליש און פאראידישן. (אין תוך גענומען. אידיש שטאמט דאך פון דייטש. ווער זאגט אז די דייטשן ימ"ש זענען די איינציגסטע וואס מעגן צוגעבן צו אונזער שפראך? אפשר מעג דער ענגלענדער אויך האבן עפעס אן אחוזה ביינונז?).

לעצט פארראכטן דורך מיין שטעלונג אום זונטאג נאוועמבער 05, 2017 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
מיין שטעלונג האט געשריבן:לענ"ד קען מען זאגן פונקט פארקערט - הגם ס'איז נישט מוכרח.
א שרייבער פרובירט זייער שטארק צו האלטן זיינע ליינער 'וואַך'. ער מוז זיין זייער שעפעריש ביים שרייבן, און אויב "שעפעריש" האט שוין אויסגעוועפט מוז ער ווייזן זיינע ליינער אז ער איז "קריעטיוו". דער ליינער האט דאך שוין געזעהן די "אנווייזונגען" זויפיל מאל, צו וואס פאר א שווארץ קאפל זאל ער עס יעצט איבערליינען? אה, "אינסטרוקציעס"? נו, געב אהער!
דאס איז דאך די סיבה פארוואס ער איז א שרייבער און א צווייטער נישט - פארוואס זיינס א געשרייבעכץ האט מען ליב צו לעזן און יענעמ'ס נישט. און אויב קען ער נישט טרעפן א היימישן ערזאץ צו זיין אומבאליבטן אידישן ווארט, וועט ער עס נעמען פון ענגליש און פאראידישן. (אין תוך גענומען. אידיש שטאמט דאך פון דייטש. ווער זאגט אז די דייטשן ימ"ש זענען די איינציגסטע וואס מעגן צוגעבן צו אונזער שפראך? אפשר מעג דער ענגלענדער אויך האבן עפעס אן אחוזה ביינונז?).
ס׳איז נישטא וואס צו רעדן, אז ליינער שעצן היינט צו טאג גאר אסאך, א רייכע ארגינעלע יודישע שפראך, רב ליינער ווערן נערוועז פון די אלע נייע אוידעטראכטע יודישע ווערטער.
אגב, יודיש שטאמט קלאר נישט פון דייטש! אבער דאס איז א שמועס פאר ערדעץ אנדערש.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
מיין שטעלונג האט געשריבן:לענ"ד קען מען זאגן פונקט פארקערט - הגם ס'איז נישט מוכרח.
א שרייבער פרובירט זייער שטארק צו האלטן זיינע ליינער 'וואַך'. ער מוז זיין זייער שעפעריש ביים שרייבן, און אויב "שעפעריש" האט שוין אויסגעוועפט מוז ער ווייזן זיינע ליינער אז ער איז "קריעטיוו". דער ליינער האט דאך שוין געזעהן די "אנווייזונגען" זויפיל מאל, צו וואס פאר א שווארץ קאפל זאל ער עס יעצט איבערליינען? אה, "אינסטרוקציעס"? נו, געב אהער!
דאס איז דאך די סיבה פארוואס ער איז א שרייבער און א צווייטער נישט - פארוואס זיינס א געשרייבעכץ האט מען ליב צו לעזן און יענעמ'ס נישט. און אויב קען ער נישט טרעפן א היימישן ערזאץ צו זיין אומבאליבטן אידישן ווארט, וועט ער עס נעמען פון ענגליש און פאראידישן. (אין תוך גענומען. אידיש שטאמט דאך פון דייטש. ווער זאגט אז די דייטשן ימ"ש זענען די איינציגסטע וואס מעגן צוגעבן צו אונזער שפראך? אפשר מעג דער ענגלענדער אויך האבן עפעס אן אחוזה ביינונז?).
וענ"ד איז אלזא פארקערט פון פארקערט
דער היינטיגער שרייבער (די פון וואס מען רעדט אז זיי שרייבען וואס דער עולם וויל) איז גאר א פוילער שטריק און טראכט צו זיך, ביים האלטן זיין שטומפיגן בליי, סייוויי קויפט עולם גולם די צייטטונג/בוך ווי איך איך שרייב דארטן, אלזא פארוואס זיך די מינדעסטע אנשטרענגען?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

אויפריכטיג האט געשריבן:וועלטניק האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:"ערשטמאליג" = קרעדיט מאמענט
וואס מאמענט? דער ווארט וואלט שוין געקענט זיין מאמענטס זיידע
ברענג א פריערדיגער מקור
דאס האב איך געפונען מיט א גוגל זוכעניש פון תשע"א
http://jccsg.blogspot.com/2011/05/ גיב א סוירטש דארט פאר דיין נייע מאמענט ווארט
ווי אויך נאך עטליכע
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
וועלטניק האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:וועלטניק האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:"ערשטמאליג" = קרעדיט מאמענט
וואס מאמענט? דער ווארט וואלט שוין געקענט זיין מאמענטס זיידע
ברענג א פריערדיגער מקור
דאס האב איך געפונען מיט א גוגל זוכעניש פון תשע"א
ער מיינט נישט די עצם ווארט, נאר מער די דעפינישען פון די ווארט...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
איטשע האט געשריבן:שאהן הענניטי האט געשריבן:פון וואו שטאמט אידיש אויב נישט פון דייטש?
אויב יודיש מוזן שטאמען פון דייטש, זאג זשע מיר פון וואנעט שטאמט דייטש!
יודיש שטאמט פון דער זעלבער שפראך פון וואנעט דייטש, ענגליש און פלעמיש שטאמען.
אין די זעלבע צייט ווען דייטש האט זיך אנטוויקלט האט זיך יודיש אנטוויקעלט.
ווען איז דאס טאקע? דייטש האט מען גערעדט אין דייטשלאנד. וואו האט מען גערעדט אידיש? אפאר אידעלעך האבן זיך צאמגעשטעלט און געמאכט א שפראך?
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
1. די מקור פון אידיש טוישט נישט גארנישט אין מיין תגובה.
2. אידיש שטאמט פון די שפראך וואס די גערמאנישע שבטים האבן גערעדט. דער "הויך גערמאנישער" שפראך וואס איז גערעדט געווארן דורך די אנגלען, זאקסן, וואנדאלן וכו' - היינצייטיגע "דייטשן" האט געבוירן הונדערטער קינדער און אייניקלעך, אריינגערעכנט היינטיגער דזשערמען, דויטש, ענגליש, פלעמיש - ולהבדיל - אידיש.

דאס מיינט - לויט מיין פארשטאנד - אז די היינטיגע אידיש שפראך שטאמט פון די שפראך וואס מען האט גערעדט אין דויטשלאנד פאר א פאר הונדערט יאהר, די דויטשען האבן געלאזט די שפראך אנטוויקלען אויף איין זייט, ביז די היינטיגע דויטש, און אידן, להבדיל, האבן אנטוויקלט די שפראך ביז די היינטיגע אידיש.
אינטערעסאנט איז קוקן דעם אלטן ספר "צאנה וראנה", ווי אין יעדער לאנד זעט אויס די אידיש אביסעל אנדערש.

אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם