קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שמאטע האט געשריבן:חחח #בימבאשטעטנער...
;l;p-


קרעדיט: אלד ווילאמסבורג
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פעטל אויס הסבר פאר די געלונגענע ווארט?

אקעי. די ווארט (קרעדיט @אלד וויליאמסבורג) איז א צוזאמשטעל פון "ראש לימבא" און "יוסי געשטעטנער"...

מער נייעס נאך די קורצע הויזן... אופס, נאך די קורצע אדווערטייזמענט
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווייס איך נישט אויב קומט עס דא, לעצטענס האט א. פרידמאן אין זיין ארטיקל (רעדנדיג אז טראמפ פלעגט יארן צוריק אריין רופן די טאבלוידס)גענוצט/געמאכט די ווארט ״פלעטקע-פאפיר״.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

ווייס איך נישט אויב דאס איז דער ריכטיגע אשכול דערפאר, אבער כ'האב היינט געליינט אין 'טעגליכער דער איד' א ווארט 'מעלאנכאליש' עמיצער ווייסט דער באדייט פון דעם ווארט? די ערשטע מאל איך טרעף מיך אן דערמיט.
די דעמאקראטן האבן געהאפט אז מוללער וועט רעדן מיט באק-ציינער, און ער וועט ארויסשטעלן פרישע סטעיטמענטס, וואס זיי וועלן קענען נוצן אנצוהייבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן פרעזידענט טראמפ. אנשטאט האט מוללער גערעדט מעלאנכאליש, שוואך און מיט האלבע ווערטער
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

יין ישן האט געשריבן:ווייס איך נישט אויב דאס איז דער ריכטיגע אשכול דערפאר, אבער כ'האב היינט געליינט אין 'טעגליכער דער איד' א ווארט 'מעלאנכאליש' עמיצער ווייסט דער באדייט פון דעם ווארט? די ערשטע מאל איך טרעף מיך אן דערמיט.
די דעמאקראטן האבן געהאפט אז מוללער וועט רעדן מיט באק-ציינער, און ער וועט ארויסשטעלן פרישע סטעיטמענטס, וואס זיי וועלן קענען נוצן אנצוהייבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן פרעזידענט טראמפ. אנשטאט האט מוללער גערעדט מעלאנכאליש, שוואך און מיט האלבע ווערטער

מלנכוליה (באנגלית: Melancholia) היא אחד המאפיינים של דיכאון קליני (major depression). יש המגדירים אותה כהפרעת מצב רוח של דיכאון לא-ספציפי, בפני עצמה. תקופת הדיכאון היא מעל לשנתיים, והתפקוד השוטף של האדם נפגע באופן חמור. בשפה היומיומית משתמשים לעיתים במילה "מלנכוליה" כמילה נרדפת ל"עצבות".
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

אין די ״אידיש ווערטער אוצר״ בוך טאקע ביי דעם ווארט ״מעלאנכאליש״
צווישן אנדערע שטייט אויסגערעכנט, טרויעריג, פארטרויערט, אומעטיג, צוגעלייגט, און נאך ענליכע ווערטער ווי די דערמאנטע.

גראדע זייער א פאסיג אידישע ווארט.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך ווייס נישט וואו דאס באלאנגט לייג איך עס דא
טרעפט אליינס צו וואס די ווארט דארף צו באדייטן..
אטעטשמענטס
פערלס.JPG
פערלס.JPG (210.59 KiB) געזען 2754 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווען איז רענאוואציע אריין אין אידיש? דאס עכטע ווארט איז רעמאנט/רעמאנטירן.

----
@לעגאו, אויב דו ביסט נאך דו מיט אן אנדערן ניק -- אנגאזשירן איז דאס זעלבע ווי דאס ענגלישע engage. ופתרונו לפי ענינו, צו איינשפאנען זאכן אין זיינע פלענער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

איז דאס א נייע ווארט? אדער שטימט בכלל נישט גראמאטיש?
2690E3FD-9D99-4620-B2E8-90FC128BF9B9.jpeg
2690E3FD-9D99-4620-B2E8-90FC128BF9B9.jpeg (186.66 KiB) געזען 643 מאל
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אגב, די ווארט ״לאקירן״ איז אויך לעצטנס שטארק אין באנוץ.
ווער האט דאס אויפגעמאכט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קורה פלעגט מען טייטשן א באלקן. באלקאן?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

באלקאן איז א פארטש. באלקן איז א ביעם.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:23 am
באלקאן איז א פארטש. באלקן איז א ביעם.
איך פארשטיי אויך אזוי. אבער איך בין נייגעריג צי ס'שטאמט נישט פון קיין טעות.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ווי איך פארשטיי שטאמט באלקאָן ענדגילטיג פון באלקן, אבער עס איז נישט קיין טעות, נאר עס קומט פון אן איטאליענישן ווארט וואס מיינט טעראסע אדער גאלעריע אין א טעאטער, וואס שטאמט פון די גערמאנישע באלקן.

טעראסע קומט פון פראנצויזיש, א פלאטפארמע אדער בערגל פון ערד. פון די לאטיינישע טעררא, ערד.

גאלעריע שטאמט פון פראנצויזיש, א שמאלע לאנגע פארטש, מעגליך ענדגילטיג פון גליל, די צפון ראיאן אין ארץ ישראל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וואס איך מיין צו זאגן מיט "טעות" איז, אז אויב ס'איז דער זעלבער שורש, וואס איז די סיבה פון טוישן ספעלינג? ס'האט זיך נישט געטוישט פון שם דבר צו פעולה וכדומה, אז ס'זאל מאכן סענס גראמאטיש.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:41 pm
מעגליך ענדגילטיג פון גליל, די צפון ראיאן אין ארץ ישראל.
אינטערעסאנט, פארוואס טאקע? מעגליך ווייל די הויכע בערג דינען דעם זעלבן צוועק ווי א גאלאריע מיט א גוטן אויסקוק. איינער וואס שטייט אין צפת אדער מירון קען קוקן צענדליגער מיילן צו אלע ריכטונגען.

גליל אליין איז אויך נישט קלאר פארוואס ס'הייסט אזוי. אבער מ'זעט אז מ'קען אויך אנרופן אזוי סתם א שטיק לאנד, צב"ש יהושע יג,ב; ישעיה ח,כג. מיר ניצן עס אין אן ענליכן קאנטעקסט, "די גלילות פון..."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:13 pm
וואס איך מיין צו זאגן מיט "טעות" איז, אז אויב ס'איז דער זעלבער שורש, וואס איז די סיבה פון טוישן ספעלינג? ס'האט זיך נישט געטוישט פון שם דבר צו פעולה וכדומה, אז ס'זאל מאכן סענס גראמאטיש.
נישט דא אזא זאך ווי א טעות, ווען עס קומט צו שפראך. אין איטאליעניש האט מען אנדערש מדגיש געווען אויף די וואקאלן און אזוי האט זיך די ווארט אנטוויקלט אין איטאליעניש. אזוי קומט דאס און אזוי איז ריכטיג.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:47 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:13 pm
וואס איך מיין צו זאגן מיט "טעות" איז, אז אויב ס'איז דער זעלבער שורש, וואס איז די סיבה פון טוישן ספעלינג? ס'האט זיך נישט געטוישט פון שם דבר צו פעולה וכדומה, אז ס'זאל מאכן סענס גראמאטיש.
נישט דא אזא זאך ווי א טעות, ווען עס קומט צו שפראך. אין איטאליעניש האט מען אנדערש מדגיש געווען אויף די וואקאלן און אזוי האט זיך די ווארט אנטוויקלט אין איטאליעניש. אזוי קומט דאס און אזוי איז ריכטיג.
איך קען אוודאי באשטיין.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

צי עס קומען אריין נייע ווערטער פון ענגליש קיין אידיש? יא, בעיקר אין די מאמענט מעגעזין. דארף נישט ווערן א גאנצע היציגע וויכוח. פשוטע מציאות ווער עס ליינט אז די שרייבערס דארטן האבן א דגוש אויף די זאך.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 6:01 pm
צי עס קומען אריין נייע ווערטער פון ענגליש קיין אידיש? יא, בעיקר אין די מאמענט מעגעזין. דארף נישט ווערן א גאנצע היציגע וויכוח. פשוטע מציאות ווער עס ליינט אז די שרייבערס דארטן האבן א דגוש אויף די זאך.
באמת איז די נקודה דא, צו דיסקוסירן די נוצליכקייט און אויסגעהאלטנקייט פון די ווערטער וואס מאנכע פרובירן אריינצוברענגען.

ניין?
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

shalsheles האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:33 am
איז דאס א נייע ווארט? אדער שטימט בכלל נישט גראמאטיש?2690E3FD-9D99-4620-B2E8-90FC128BF9B9.jpeg
אבזערוואצישע *אבזערווירנדע
שם דבר: אבזערוואציע
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

א נייע ווארט וואס איך דענק פלעגט נישט באנוצט ווערן אין די אידישע שפראך.

דעטאלירט

דאס קומט פארשטעדליך פון די ווארט Detail.

קען מען נישט נוצן די ווארט ״איינצלהייטן״ אדער עפעס אנדערע אידישע ווערטער אנשטאט?

דאס איבעלט מיר געפערליך.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

די ווארט " לאקירט" דארף מען אויסרייסן פון עקזיסטענץ, עס האט באמת נישט קיין מקור.
ווי אויך אנשטאט שרייבן "אינטערעסט ראטעס" ענדערשט דאס פארטוישן אויף " צינזן ראטעס"
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

פייבל שרגא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:45 am
א נייע ווארט וואס איך דענק פלעגט נישט באנוצט ווערן אין די אידישע שפראך.

דעטאלירט

דאס קומט פארשטעדליך פון די ווארט Detail.

קען מען נישט נוצן די ווארט ״איינצלהייטן*״ אדער עפעס אנדערע אידישע ווערטער אנשטאט?

דאס איבעלט מיר געפערליך.
*איינצלהייטליכט...
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: קומען אריין נייע אידישע ווערטער אין באנוץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

פייבל שרגא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:45 am
א נייע ווארט וואס איך דענק פלעגט נישט באנוצט ווערן אין די אידישע שפראך.

דעטאלירט

דאס קומט פארשטעדליך פון די ווארט Detail.

קען מען נישט נוצן די ווארט ״איינצלהייטן״ אדער עפעס אנדערע אידישע ווערטער אנשטאט?

דאס איבעלט מיר געפערליך.
דעטאל געהערט נישט אויסשליסליך צו ענגליש, מ'טרעפט עס אין כמעט אלע גערמאנישע, סלאווישע און ראמאנישע שפראכן.
ענגליש - Detail - דיטעיל
דעניש - Detalje - דעטעליע
דייטש - Detail - דעטאיל
פראנצויזיש - détail - דעטאי(ל)
האלאנדיש - Detail - דעיטיי(ל)
רוסיש - деталь - דיטאל
סלאוואקיש - Detail - דעטייל
טשעכיש - Detail - דעטייל
די אידישע וועג פון עס ארויסזאגן ענדלט אממערסטנס צום פוילישן detal, וואס ווערט ארויסגעזאגט ממש ווי אין אידיש.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”