וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היכי תמצא האט געשריבן:פארפולקאמט איז אפשר
?FULFILLED, ACCOMPLISHED, OR COMPLETED

מער ווייניגער. ווי אויסגעפירט, אדער צושטאנד געקומען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

היכי תמצא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:KUDOS ווערט געווענליך גענוצט צו רימען איינעם און אבגעבן עהרע אויף א זאך וואס איינער האט געטוהן/פארפולקאמט/דורכגעבראכן.

אה, האסט מיר אומדירעקט ארויס געהאלפן מיט נאך א ווארט. ס'מיר שווער געווען איבערצוטייטשן ACHIEVE אין געוויסע פעלער, און ס'האט מיר דערווייל נאכנישט בייגעפאלן צו נוצן פארפולקאמט.

אויב איך קען דיר בעטן נאכאמאל צו פארברייטערן אביסל איבער דאס ווארט פערניייגען וואס איז דער שורש פון דעם ווארט און ווי נאך קען מען עס נוצן?

ער שרייבט פערנייגן מיט עהרע, די שורש איז נייגן, בייגן. אבער ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט...

איך וואלט ענדערש גענוצט קודאס, באגריסנד, אדער ווערד צו אפאלאדירן - applause.

היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

תגובה דורך היכי תמצא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

אה, נייגן יעצט געדענק איך שוין דעם ווארט. איך פארשטיי שוין אויך וואס פערניייגען מיינט.
[offtopic]מאנכע זאגן אז אידיש איז אן ארימע שפראך, ס'קען נישט זיין ווײטער פון דעם אמת. אידיש איז רייך ווי קורח אויב מ'לערנט זיך עס גוט אויס.[/offtopic]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:פארפולקאמט איז אפשר
?FULFILLED, ACCOMPLISHED, OR COMPLETED

מער ווייניגער. ווי אויסגעפירט, אדער צושטאנד געקומען.

?BROUGHT ABOUT, EXECUTED, SUCCEEDED, SETTLED

PUT INTO EFFECT
פאר צושטאנד געקומען?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דו מאכט א טרענסלעישען עפפ?...

פאר אן ארטיקל דארף מען נישט איבערזעצן אות ביי אות. מ'שרייבט וואס ס'מאכט די מערסטע סענס אויף אידיש. יעדעס מאל עפעס אנדערש, געוואנדן לויטן פאראגראף.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ניין, אז איך מאך ווען אן טרענסלעישן עפפ וואלט איך נישט אויסגענוצט אייער גוטיקייט פאר א פערזענליכע געווינס... איך האב שוין פשוט לאנג נישט געשריבן לאנגע ארטיקלן אויף אידיש (כ'בין אביסל ניי דא אויפן וועלטל), און יעצט אז איך האב אנגעהויבן שרייבן לענגערע תגובות קראך איך אריין אין ווערטער וואס איך וואלט ווען געקענט גוט נוצן אויף ענגליש אבער איך געדענק נישט וואו אזוי זיך גוט אויסדרוקן אזוי אויף אידיש. בין איך געווארן אביסל עקסייטעד...

יעצט וועל איך דיר צורולאזן. איך בין דאנקבאר פאר אייער געוואלדיגע הילף
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היכי תמצא האט געשריבן:ניין, אז איך מאך ווען אן טרענסלעישן עפפ וואלט איך נישט אויסגענוצט אייער גוטיקייט פאר א פערזענליכע געווינס... איך האב שוין פשוט לאנג נישט געשריבן לאנגע ארטיקלן אויף אידיש (כ'בין אביסל ניי דא אויפן וועלטל), און יעצט אז איך האב אנגעהויבן שרייבן לענגערע תגובות קראך איך אריין אין ווערטער וואס איך וואלט ווען געקענט גוט נוצן אויף ענגליש אבער איך געדענק נישט וואו אזוי זיך גוט אויסדרוקן אזוי אויף אידיש. בין איך געווארן אביסל עקסייטעד...

יעצט וועל איך דיר צורולאזן. איך בין דאנקבאר פאר אייער געוואלדיגע הילף

קענסט ווייטער פרעגן. מיין פארגעניגן.

נאר ס'איז גרינגער צו העלפן ווען דו ברענגסט א פאראגראף, ווי די ווייטעמינען ווערסעס מעדיקעישאן, ווי צו טרענסלעיטן א ליסט פון ווערטער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פארשטאנען. א דאנק
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

צו געזונט האט געשריבן: איצטערט איבער VERSUS.
געגנזאץ שטימט ביי מיר דאס מערסטע

גרשון האט געשריבן:קעגנזאץ, דאקעגן.

כמדומה אז איר ניצט די ווארט אינעם אומריכטיגן ארט.

"דיינע ווערטער זענען אין קעגנזאץ מיטן מציאות" איז די ריכטיגע וועג פון ניצן דאס ווארט, לעומת "מארגן אין קעגנזאץ נעכטן" וואס איז אומריכטיג. דאקעגן די ווארט "דאקעגן" וואס ווערט געניצט אזוי ווי איך ניץ עס יעצט. אלזא, די בעסטע אויסוואל פאר VERSUS וואלט לכאורה געווען די לשון הקודש'דיגע לעומת.

אין אידיש איז דאקעגן די נענטסטע צו VERSUS דאקעגן ווערט אבער געניצט בלויז ווען מ'דעדט ברייטער פון א ענין און מ'שמועסט אויס אלע צדדים, דאן פאסט זיך "דאקעגן" במקום די לשון הקודש'דיגע לעומת זה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאַטשעלאַב האט געשריבן:"דיינע ווערטער זענען אין קעגנזאץ מיטן מציאות" איז די ריכטיגע וועג פון ניצן דאס ווארט, לעומת "מארגן אין קעגנזאץ נעכטן" וואס איז אומריכטיג. דאקעגן די ווארט "דאקעגן" וואס ווערט געניצט אזוי ווי איך ניץ עס יעצט. אלזא, די בעסטע אויסוואל פאר VERSUS וואלט לכאורה געווען די לשון הקודש'דיגע לעומת.

ס'ווענדט זיך וואס מ'וויל זאגן. "קעגנזאץ" מיינט דאס פארקערטע, דער היפוך. מ'קען אלזא זאגן, "מארגן, אין קעגנזאץ צו נעכטן, וועל איך יא קומען." אדער, "וויטאמינען, אין קעגנזאץ צו מעדיקאמענטן, זענען נאטירליך."

*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אדער 'מעדיקעישאן' וואס ווערט פאקטיש די מערסטע באנוצט ביים רעדן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גרשון האט געשריבן:
*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

מעדיצין איז לכאורה medicine
Medication איז מעדיקאמענט? פארוואס?
געווענליך די tion suffix ווערט די 'ציע אין אידיש. אזוי ווי ארגענעזאציע, סטאנציע, אפציע, קאאליציע, פאזיציע, אקציע
אפילו אינמיטן פון א ווארט אזוי ווי נאציאנאל
פארוואס איז מעדיקאציע אנדערש?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היכי תמצא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

מעדיצין איז לכאורה medicine
Medication איז מעדיקאמענט? פארוואס?
געווענליך די tion suffix ווערט די 'ציע אין אידיש. אזוי ווי ארגענעזאציע, סטאנציע, אפציע, קאאליציע, פאזיציע, אקציע
אפילו אינמיטן פון א ווארט אזוי ווי נאציאנאל
פארוואס איז מעדיקאציע אנדערש?

נישט יעדע ווארט טוישט זיך אויטאמאטיש, מ'דארף האבן א מסורה אויף דעם. געוויסע ווערטער האבן שוין אן אפטייטש אין אידיש.

איך הער, אבער למעשה נוצט מען נישט מעדיקאמענט ווען מ'רעדט, זעה איך נישט פארוואס איך זאל דאס נוצן ווען איך שרייב. אויב מ'זאגט ארגאניזעשאן און מ'שרייבט ארגענעזאציע. איז עס פאר מיר מער מסתבר צו שרייבן מעדיקאציע ווייל איך זאג מעדיקעשאן. אנשטאט צו נוצן מעדיקאמענט, א ווארט וואס איך קען נישט. טאקע נישט מסורה אבער ס'פראקטיש.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

מעדיצין איז לכאורה medicine
Medication איז מעדיקאמענט? פארוואס?
געווענליך די tion suffix ווערט די 'ציע אין אידיש. אזוי ווי ארגענעזאציע, סטאנציע, אפציע, קאאליציע, פאזיציע, אקציע
אפילו אינמיטן פון א ווארט אזוי ווי נאציאנאל
פארוואס איז מעדיקאציע אנדערש?

נישט יעדע ווארט טוישט זיך אויטאמאטיש, מ'דארף האבן א מסורה אויף דעם. געוויסע ווערטער האבן שוין אן אפטייטש אין אידיש.

ריכטיג. ביי א סך ווערטער ווערט דער tion -ונג.

ביסט מסתמא אויך גערעכט אז מעדיקעישאן איז שוין אידיש. אזוי ווי עיר-קאנדישאן און פרעסקריפשאן. ס'וואלט אבער בעסער געווען ווען מ'קען צוריקברענגען דאס ארגינעלע "מעדיקאמענט"; מעדיקעישאן הערט זיך שטארק ענגליש.

----
האקט.

אויב מעדיקאמענט איז נישט קיין אויסוואל, דאן מעדיקעישאן. מ'קען זיך אויסטראכטן צו עס פאראידישן צו מעדיקאציע, אבער ס'גרילצט פאר איינעם וואס האט א געפיל צו שפראך ווען מ'מאכט ווערטער ארויס פון ארבל. אויב ס'ווערט אנגענומען אלס נחלת הכלל איז אנדערש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

מעדיצין איז לכאורה medicine
Medication איז מעדיקאמענט? פארוואס?
געווענליך די tion suffix ווערט די 'ציע אין אידיש. אזוי ווי ארגענעזאציע, סטאנציע, אפציע, קאאליציע, פאזיציע, אקציע
אפילו אינמיטן פון א ווארט אזוי ווי נאציאנאל
פארוואס איז מעדיקאציע אנדערש?

נישט יעדע ווארט טוישט זיך אויטאמאטיש, מ'דארף האבן א מסורה אויף דעם. געוויסע ווערטער האבן שוין אן אפטייטש אין אידיש.

ריכטיג. ביי א סך ווערטער ווערט דער tion -ונג.

ביסט מסתמא אויך גערעכט אז מעדיקעישאן איז שוין אידיש. אזוי ווי עיר-קאנדישאן און פרעסקריפשאן. ס'וואלט אבער בעסער געווען ווען מ'קען צוריקברענגען דאס ארגינעלע "מעדיקאמענט"; מעדיקעישאן הערט זיך שטארק ענגליש.

----
האקט.

אויב מעדיקאמענט איז נישט קיין אויסוואל, דאן מעדיקעישאן. מ'קען זיך אויסטראכטן צו עס פאראידישן צו מעדיקאציע, אבער ס'גרילצט פאר איינעם וואס האט א געפיל צו שפראך ווען מ'מאכט ווערטער ארויס פון ארבל. אויב ס'ווערט אנגענומען אלס נחלת הכלל איז אנדערש.

איך זעה פון וואו די קומסט און איך קען דיר פארשטיין. מעדיקאמענט איז אן ענגלישע ווארט Medicament וואס מען דאס מערסטע גענוצט אין 1890-1910 וועגן דעם האט מען עס אויך אמאל מער גענוצט אין אידיש. אזוי ווי עס גויאישט זיך אידישט זיך. אז מ'טיישט איבער דעים ענגלישען מעדיקעשאן צום אידישן מעדיקאמענט, טוישט מען פשוט אויס א יעצטיגע ענגלישע ווארט פאר אן אלטער ענגלישע ווארט. גארנישט ווערט נחלת הכלל איבערנאכט. מעדיקאציע איז אפשר נאכנישט א אידיש ווארט, אבער ס'נישט קיין ענגלישע ווארט. מעדיקאציע טייטש איבער מעדיקעשאן לויט די כללים פון ענליכע ווערטער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר צוריקעפארען אין חדר און פרובירן אויסגעפומען דעם צווישנשייד פון מעדיצין און מעדיקעישאן...
מעדיקעישאן איז א פיזישע באשטאנדטייל וואס היילט און מעדיצין איז א מיטל אויף צו היילן.
צ.ב.ש. א טאבלעט איז א מעדיקעישאן VERSUS... (נוץ סיי ועלכע אפטייטש) א פעטשל וואס איז א מעדיצין אויף יענעם צו בערוהיגן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

גרשון האט געשריבן:
קאַטשעלאַב האט געשריבן:"דיינע ווערטער זענען אין קעגנזאץ מיטן מציאות" איז די ריכטיגע וועג פון ניצן דאס ווארט, לעומת "מארגן אין קעגנזאץ נעכטן" וואס איז אומריכטיג. דאקעגן די ווארט "דאקעגן" וואס ווערט געניצט אזוי ווי איך ניץ עס יעצט. אלזא, די בעסטע אויסוואל פאר VERSUS וואלט לכאורה געווען די לשון הקודש'דיגע לעומת.

אין אידיש איז דאקעגן די נענטסטע צו VERSUS דאקעגן ווערט אבער געניצט בלויז ווען מ'דעדט ברייטער פון א ענין און מ'שמועסט אויס אלע צדדים, דאן פאסט זיך "דאקעגן" במקום די לשון הקודש'דיגע לעומת זה.

ס'ווענדט זיך וואס מ'וויל זאגן. "קעגנזאץ" מיינט דאס פארקערטע, דער היפוך. מ'קען אלזא זאגן, "מארגן, אין קעגנזאץ צו נעכטן, וועל איך יא קומען." אדער, "וויטאמינען, אין קעגנזאץ צו מעדיקאמענטן, זענען נאטירליך."

*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

ריכטיג, דאס איז אבער נאר ווען מ'איז מרחיב על הדיבור, משא"כ ווען מלאזט אויס די ווערטער "זענען נאטורליך" (למשל אין א קעפל) שטימט עס נישט. אין אזא פאל קען מען שרייבן "ווייטאמינען לעומת מעדיקאמענטן" אדער "ווייטאמינן אין פארגלייך צו מעדיקאמענטן".
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך וויל זיך באדאנקן פאר @אסדר, @צו געזונט, @גרשון, און @קאַטשעלאַב פארן צושטעלן א גרויסן אויסוואל פון אידישע ווערטער (אריינגערעכנט דעם לשון קודש'ן 'לעומת') וואס מ'קען נוצן אין פלאץ פון דעם ענגלישן VERSUS, אויך צו נוצן דאס כלל פון "ווענט זיך וואו דער חמור שטייט איין" אויסצוקלויבן דאס ריכטיגע ווארט פאר דער ריכטיגער קאנטעקסט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווי אזוי איז מער איינגעפירט/געשמאק: נישטא אדער נישט דא?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איינגעפירט קען איך נישט זאגן, אבער פערזענליך פאר מיר ווען איך ליין "נישטא" שטימט עס גוט אויב ס'איז א נאטיץ, א קורצע מעלדונג, וכדומה, אז איך ליין "נישט דא" זעהט עס אויס שענער ווען ס'איז אין לענגערע ארטיקל, א באשרייבונג, א בוך, וכדומה.
פערזענליך.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווי היכי זאגט, נישט דא איז מער פראפעסיאנאל, אבער פאר א פרישקייט נוצט מען צומאל נישטא.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

צו געזונט האט געשריבן:לאמיר צוריקעפארען אין חדר און פרובירן אויסגעפומען דעם צווישנשייד פון מעדיצין און מעדיקעישאן...
מעדיקעישאן איז א פיזישע באשטאנדטייל וואס היילט און מעדיצין איז א מיטל אויף צו היילן.
צ.ב.ש. א טאבלעט איז א מעדיקעישאן VERSUS... (נוץ סיי ועלכע אפטייטש) א פעטשל וואס איז א מעדיצין אויף יענעם צו בערוהיגן

אין חדר האט עס די רבי גערופן ענטיביאטיק (מיט א קמ"ץ) אדער אספירין...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אין גרינגען געליינעכץ וואלט איך געשריבען ווי פאלגענד:
נישטא איז אוואו NO MORE, אדער אוואו יאשעק פלעגט שרייען ניעמא.
נישט דא שטייט בעסער ווען מען זאגט איינעם, קום נישט דא
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

היכי תמצא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
*מעדיקאציע איז נישט קיין ווארט. מ'קען זאגן מעדיקאמענט, מעדיצין, הייל-מיטל, אדער רפואה.

מעדיצין איז לכאורה medicine
Medication איז מעדיקאמענט? פארוואס?
געווענליך די tion suffix ווערט די 'ציע אין אידיש. אזוי ווי ארגענעזאציע, סטאנציע, אפציע, קאאליציע, פאזיציע, אקציע
אפילו אינמיטן פון א ווארט אזוי ווי נאציאנאל
פארוואס איז מעדיקאציע אנדערש?

בד״װ, װיאזױ איז די ׳נ׳ ארױסגעװאקסן אין ׳סטאנציע׳? װאלט דאך לכאו׳ געדארפט זײן ׳סטאציע׳ אזױ װי station, נישט אזױ?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”