וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 8:23 pm

ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך loyodea » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:16 pm

וואו איך דריי מיך נוצט מען געהעריג ווייב, מיין ווייב, ווייבער שול, א אינג ווייבל, פארווייבט, אינגע ווייבלעך.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 11:18 pm

loyodea האט געשריבן:וואו איך דריי מיך נוצט מען געהעריג ווייב, מיין ווייב, ווייבער שול, א אינג ווייבל, פארווייבט, אינגע ווייבלעך.

איך האב דאך געגעבן צוויי ביישפילן פאר א סיבה. אויב איז דיין סביבה ניצט מען ווייב אין דעם קאנטעקסט, מסתמא רעדן דיינע קינדער'ס מלמדים ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 11:00 pm

גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".

אין הויכדויטש איז נאכאלץ אזוי, דאס ווארט Weib באדייט woman, דאס ווארט Frau קען מיינען סיי woman און סיי wife. אין הויכדויטש קען מען זאגן ״מיינע פראוי איזט איינע ווייב״ (My wife is a woman), זאגן פארקערט ״מיינע ווייב איזט אייינע פראוי״ (ווי מ׳זאגט אין אידיש ״מיין ווייב איז א פרוי״) וואלט נישט געהאט קיין פשט אין הויכדויטש.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 3:04 pm

גרשון האט געשריבן:געשמאקייט. עקזיסטירט אזא ווארט?

דער סופיקס -קייט ניצט מען ווען מ'וויל מאכן א זאכווארט פון אן אדיעקטיוו. צב"ש אז מיר האבן דעם אדיעקטיוו שטארק (משה איז שטארק), קען מען מאכן דערפון א זאכווארט דורכ'ן צולייגן -קייט (משה פארמאגט שטארקייט). אדער דער אדיעקטיוו זיס (האניג איז זיס), קען מען צולייגן דערצו -קייט, און ס'ווערט א זאכווארט (ס'פעלט זיסקייט).

דאקעגן "געשמאק" איז זעלבסט א זאכווארט. "דאס קינד זאגט תהלים מיט געשמאק." אויב אזוי צי וואס פאבריצירן א נייע ווארט געשמאקייט? ס'איז געשמאק אן דעם אויך.

איך קלער אז ליכטיגקייט איז אינעם זעלבן שיפל.

דאס זאכווארט איז ליכט (ווי דאס ענגלישע light), און פון דעם ווערט אן אדיעקטיוו ליכטיג. וואס פעלט אויס צוריקצודרייען צו ליכטיגקייט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מוצ"ש דעצמבער 26, 2020 9:07 pm

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו מיינסט אז דער מושג פון גרייזן איז געבוירן געווארן נאכ'ן קריג?

דעמאלטס אפשר איז דעקלארירן דער גרייז...

ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין וויאזוי ס'זאל פארגרייזט ווערן צו דערקלערן, ווען דער- איז א ברייט באנוצטע פארזילבע אין אידיש. פארקערט זע איך נישט וויאזוי ס'זאל האבן געקענט געשען.

דאס איז אויסער דעם וואס דעקלערירן איז נענטער צום שורש.

אגב, פון וואו קומען די ווערטער "פארזילבע" און "נאכזילבע"? איך קען זיי נאר פון מעלות. אין ענגליש, דייטש, אזוי אויך אידישע ווערטערביכער איז עס "סופיקס" און "פרעפיקס".

איך זע אז אין דייטש איז א syllable "זילבע". לויט דעם איז א פאר/נאך + זילבע דייטשיש. די שאלה איז נאר ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם ווארט, ווייל איז דייטש זעלבסט איז עס נישט דא.

Syllable, ווידער, ווערט אפיציעל איבערגעטייטש אין אידיש נאר אלס "טראף". קען "סילאבאל" באטראכט ווערן א סינאנים אין אידיש?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש דעצמבער 26, 2020 9:40 pm

גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".

פרוי שרייבט מען טאקע ווייל ס'ווערט נישט אזוי באנוצט, און ס'איז איידעלער צום שרייבן. פונקט ווי מאנכע נוצן ביים רעדן די בני בית', רעביצין וכו'

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 6:30 pm

Latvia הייסט אין אידיש לעטלאנד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:07 pm

פאר update איז פארהאן א אידיש ווארט, "דערהיינטיגן." א שאד נאר אז ס'איז נישט באניצט צו שטארק. אסאך ווערטער ווערן אויפגעטוישט מיט'ן זייער ענגלישן קאנקורענט, און ס'איז נישט קיין פראבלעם. אבער "אפדעיט" הערט זיך זייער ענגליש. אין געוויסע ארטיקלען פאסט עס אפשר אריין, אבער נישט איבעראל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 2:35 pm

Crossed eye?

איך זע א אידיש ווארט "שיקלדיג אויג". איז דא עפעס מער פארשטענדליך?

"שיקלדיג אויג" אין "דאס אידישע ליכט".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 11, 2021 6:24 am

גרשון האט געשריבן:Crossed eye?

איך זע א אידיש ווארט "שיקלדיג אויג". איז דא עפעס מער פארשטענדליך?

"שיקלדיג אויג" אין "דאס אידישע ליכט".

די אנטווערפענער רופן עס אזוי, "פלוני שיקלט"
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

המעריב ערבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך המעריב ערבים » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:34 pm

ווי אזוי זאגט מען אין אידיש,
שכן,
Neighbor ?
SALE: Dell Inspiron 15 5000 Series -5593 8GB Memory 256 SSD Intel i5 $480
amazon price $665

אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
ווערט רייכער מיט 100 טוזענט טשעיס פוינטס דא

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:35 pm

נאכבאר

המעריב ערבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך המעריב ערבים » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:38 pm

קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק
SALE: Dell Inspiron 15 5000 Series -5593 8GB Memory 256 SSD Intel i5 $480
amazon price $665

אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
ווערט רייכער מיט 100 טוזענט טשעיס פוינטס דא

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:40 pm

המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק


קמץ אונטערן ערשטן אל''ף, פתח אונטערן צווייטן.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:48 pm

המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:57 pm

געוויסע פלעצער טרעף איך "לאָקאַטאָר".

דא האסטו א גאנצן אויסוואהל...

https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... 66_148.pdf

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג ינואר 11, 2021 11:01 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.


מסכים. ס'נישט מיין אייגן ווארט, איך זאג נאך וואס כ'האב געהערט. איך נוץ אויך שכן..

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג ינואר 12, 2021 6:45 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.

אין מחניים ביכלעך שטייט יא נאכבאר (מיט צוויי פתח'ס).
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אקעגען חמרא טבא

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 12, 2021 8:50 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.


עס איז נישט אונגאריש און נישט פויליש נור דויטש
***********דער ציפער האלט שוין העכער 14000***********

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 12, 2021 9:29 am

ממוצע האט געשריבן:געוויסע פלעצער טרעף איך "לאָקאַטאָר".

דא האסטו א גאנצן אויסוואהל...

https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... 66_148.pdf

לאקאטאר איז א טענענט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ארגאן » דינסטאג ינואר 12, 2021 2:39 pm

וואס איז בעסער: וועבזייטל אדער וועבסייט?
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג ינואר 12, 2021 2:48 pm

די שאלה איז וואס ס'מיינט בעסער... וועבזייטל איז פשוט נישט ריכטיג.

אויב דו ווילסט זיין יוניק און קארעקט, שרייב געוועב-ארט...
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 12, 2021 2:56 pm

איך גלייך דווקא יא וועבזייטל, הגם דו האסט מסתמא א נקודה אז ס'האט נישט עכט קיין פשט. למעשה איז דאס ווארט אריין אין לעקסיקאן, און ס'גיבט א אידישן שטעמפל, אנדערש ווי דאס ענגליש-קלינגנדע וועבסייט.

מ'קען אויך זאגן סתם "זייטל" -- דאס איז מסתמא דאס מערסטע אויסגעהאלטן לינגוויסטיש.

"געוועב-ארט" איז אן ארט וואו מ'וועבט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג ינואר 12, 2021 6:13 pm

האמיר דא געהאט לעצטנס אן עד-ארטיקל איבער א נייע סידי, וואו עס איז געשטאנען אז מ'קען עס איינהאנדלען ביי קש"י "ווירטואלע לאקאציעס".

(ווירטואל איז אידיש?..)
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט