וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג נובעמבער 01, 2020 1:29 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש: human beings?

דאכט זיך פשוט: מענטשען.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 01, 2020 2:06 pm

יומען איז דער מענטשליכער באשעפעניש
יומען ביינג איז מער דאס וועזן און אויפפירונג פון דעם מענטש.
(מענטשליך)
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9809
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: Cobweb

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג נובעמבער 01, 2020 2:06 pm

גרשון האט געשריבן:ווי אזוי זענען ליינער באקוועם: שפין-וועב? שפין-וועבס? שפין-געוועב?

אדער איינס פון די דריי אין איין ווארט?

שפין-געוועב

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:07 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש: human beings?

מענטשליך וועזן?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 01, 2020 6:32 pm

צו געזונט האט געשריבן:יומען איז דער מענטשליכער באשעפעניש
יומען ביינג איז מער דאס וועזן און אויפפירונג פון דעם מענטש.
(מענטשליך)

WRONG
A HUMAN BEING IS
מענטשליכער באשעפעניש
https://www.google.com/search?hl=en&q=DFINE+HUMAN+BEING
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג נובעמבער 01, 2020 7:00 pm

מענטשליך איז humane

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג נובעמבער 03, 2020 2:01 pm

וויאזוי זאגט מען Educational אין אידיש?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 5:17 pm

באלערנד?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 6:20 pm

יא, צב"ש באלערנדע שפילצייג.
אדער ענדערש לערנבאר.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 7:14 pm

די ווארט "באלערנד" האב איך געזעהן נוצן אין די קאנטעקסט פון "באלערנדע ידיעות", אדער "באלערנדע מעשה/ארטיקל", אפשר קען מען עס טאקע נוצן אויף שפילצייג אויך.

דוראק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך דוראק » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:02 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש: human beings?

בשר־ודם

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:41 pm

אדער, ער איז/איך בין נישט קיין מלאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » זונטאג נובעמבער 08, 2020 3:09 pm

איז קאמאלא העריס אן ערוועלטע ווייס-פרעזידענטקע אדער ווייס-פרעזידענטין?

ייווא באפארצוגט דעם דייטשישן -ין פעמינין סופיקס, אבער טייל ברענגען אויך דעם סלאווישן -קע סופיקס.

בכל אופן, פרעזידענטקע קלינגט סאך בעסער אין אונזער שפראך, און דאס וועט ווארשיינליך אריינגיין אין לעקסיקאן (חוץ אויב מ'וועט זיך האלטן מיט'ן ענגלישן "פרעזידענט", וואס טיילט נישט אפ צווישן א מאן און א פרוי). ס'איז לכאורה א שטיקל פענאמען אז ייווא זאל זיין מער דייטשמעריש ווי חסיד'יש אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג נובעמבער 08, 2020 9:20 pm

איך האב מער ליעב די גערמאנישע -ין, ס'איז מער איידל און קלאסיש און גרידשעט ווייניגער אין די אויערן.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 3:02 pm

ווי אזוי זאגט מען To apply (פאר פוד-סטעמפס למשל)? איז "אפילירן" בכלל א אידיש ווארט?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 3:12 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען To apply (פאר פוד-סטעמפס למשל)? איז "אפילירן" בכלל א אידיש ווארט?

זיך איינגעבן, איינשרייבן, אריינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען...

אפיליאירן נוצט מען אנשטאט affiliated

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 3:14 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען To apply (פאר פוד-סטעמפס למשל)? איז "אפילירן" בכלל א אידיש ווארט?

זיך איינגעבן, איינשרייבן, אריינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען...

אפיליאירן נוצט מען אנשטאט affiliated

מסתם געמיינט 'אפעלירן'. מ'אפעלירט צום ציבור צו געבן צושטייער פארן אפיעל.
מ'אפעלירט צו געניסן פוד-סטעמפס.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 4:17 pm

אפעלירן מיינט to appeal, איך האב געטראכט אז אפשר איז דא א ווארט 'אפילירן', זעט אבער אויס אז ס'נישטא קיין ווארט פאר to apply, דארף מען שרייבן ווי הרב @אסדר לסעודתא זאגט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך א צווייטער » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 4:19 pm

וואס איז פראוד אין אידיש, שווינדל?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 4:45 pm

יא אודאי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:37 pm

קאך/קיך

די צוויי זענען צוויי באזונדערע ווערטער מיט אנדערע באדייטן: קאך איז א ווערב, דער שם פעולה פון קאכן; אין ענגליש Cook. קיך איז א זאך-ווארט, דער שטוב וואו מ'קאכט; אין ענגליש Kitchen.

צום באדויערן איז קיך עטוואס פארגעסן געווארן, און אסאך ניצן קאך פאר ביידע. מעגליך אז ס'איז שוין גענוג אן איינגעגעסענער טעות אז ס'זאל ווערן לעגיטים, אבער ס'איז פארט בעסער צו שרייבן ווי אזוי ס'איז ריכטיג -- ס'בארייכערט פשוט דעם ווערטער-אוצר מיט אזא ניצליך ווארט!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:46 pm

ייש״כ, זייער אינטערסאנט און גוט צו וויסן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 11:28 am

אין באבוב/גאליציע זאגט מען 'קעך'
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 11:33 am

בנוגע אפעלירן הנ"ל.
די ווארט מיינט לכאורה 'זיך (איינ)בעטן'.

אין למדן וצדיק'ס פאל קען מען עס נוצן אזוי:
ער האט זיך אייגעגעבן פאר פוד-סטעמפס, און האט אפעלירט צו די אינסטאנצן* זיי זאלן פארשנעלערן דעם פראצעדור.


*אינסטאנצן איז אפשר נישט די ריכטיגע ווארט, אויב מ'רעדט בלויז פון א נידריג-ראנגיגע ארבעטער.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 8:58 pm

גרשון האט געשריבן:איז קאמאלא העריס אן ערוועלטע ווייס-פרעזידענטקע אדער ווייס-פרעזידענטין?

ייווא באפארצוגט דעם דייטשישן -ין פעמינין סופיקס, אבער טייל ברענגען אויך דעם סלאווישן -קע סופיקס.

בכל אופן, פרעזידענטקע קלינגט סאך בעסער אין אונזער שפראך, און דאס וועט ווארשיינליך אריינגיין אין לעקסיקאן (חוץ אויב מ'וועט זיך האלטן מיט'ן ענגלישן "פרעזידענט", וואס טיילט נישט אפ צווישן א מאן און א פרוי). ס'איז לכאורה א שטיקל פענאמען אז ייווא זאל זיין מער דייטשמעריש ווי חסיד'יש אידיש.

איך באמערק אז ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט 'ער' וועט 'ין' דינען פאר א לשון נקבה, ווי לדוגמא: לערערין, שרייבערין, א.ד.ג,
א פרוי א סענעטאר, איז אויפגעכאפט 'סענעטארשע' ... קלער איך אז דאס איז צוליב 'ען' איז באניצט פאר א רבים 'סענעטארען' משא"כ לערער און שרייבער ניצט מען דעם 'ס' פאר א רבים.
אויב איז דער פשט ריכטיג, וועט 'פרעזעדענטין' נישט אריינגיין אין באניץ צוליב וואס מען נישט עס שוין פאר א רבים "אלע פרעזידענטן אין היסטאריע"


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט