וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 5:11 pm

אז ביסט טאקע דא, איז פאסיג צו פרעגן, וואס'פשט אין דיין אוועטאר?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 5:35 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:אויפן גאס הייסט אספאלט, ניין?

אספאלט איז ענגליש. ס'מיינט די אויבערשטע שיכט פון צעמענט.

אספאלט באדייט א געמיש פון שטיינדלעך אין פעך.

און איז לאו דוקא ענגליש.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:13 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אמת אז ס'וואלט געדארפט זיין ענדערש קואוועיט, ס'ליינט זיך אבער שווער אזוי.

געב א גוגל די ווארט קאוועיט, ס'קוקט אויס ווי דאס איז דער אנגענומענער מהלך.

אז איך גוגל עס, זע איך פארקערט. אן דעם ו' ווייסט ער נישט וואס איך וויל; מיט'ן ו' האט ער פילע מראי מקומות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:53 pm

א מחי' האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:די זייגער ווייזט שוין אצינד 10:47, מיינע קינדער פארשטייען נישט קיין אידיש.

ווי אזוי זאגט מען אין מאמע-לשון:
למען השם, אפשר גייט עטץ שוין אריין אין בעט פאר א גוט געבענטשט יאר...???

פראביר אויף פלעמיש... בדוק ומנוסה

די זאכן ווירקן נאך אין די פ׳ יארן...? :roll: :roll:

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:03 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:דער אומקום פון די זעקס מיליאן קדושים ביים צווייטן וועלט קריג הייסט אין ענגליש "האלאקאוסט" און אין עברית "שואה". איז דא דערפאר אן אפיציעלן נאמען אין אידיש?

חורבן אייראפע?

שואה איז לשון הקודש. די ציונים נוצן עס עמטליך אויפ'ן האלאקאוסט, אבער ס'איז א ריינע לשון הקודש ווארט וואס באדייט א שרעקליכע חורבן.

אין לשה"ק איז עס טייטש לויט רשיה"ק "חושך" און לויטן רד"ק "מהומה הבאה פתאום" תבואה שואה לא ידע
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:42 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
גלאריו"ס בלעז (glorious)

דאס איז וואס איך האב געטראכט ס'מיינט... אגב א גוטע היימיש אידיש ווערטערבוך קען עמיצער רעקעמענדירן?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:45 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:א פלאר פון סימענט אופן גאס הייסט א פאדלאגע?
אדער נאר א פלאר אין א הויז הייסט אזוי?

נאר אין א הויז. אויפן גאס איז עס פשוט'ע צעמענטענע קאלטע ערד

וואס איז טאקע די ווארט פאר ראוד אדער ווי די שטאטישע רופן עס "גאדער" איך דארף א שרייבערישע ווארט נישט "גאס" דאס איז צו פשוט.

סיידוואלק ווייס איך איז טראטואר. וואס טוט זיך מיט די ראוד, די איינציגסטע ווארט וואס איך האב מיך געקענט אפירקראצן איז שטראז און דאס איז דויטש וואס נישט יעדער ווייסט וואס ס'מיינט.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:57 pm

שאסיי

אויב איז עס צווישן צוויי שטעט אדער געגנטער קענסטו עס רופן וועג, פארנדיג אויפן וועג צווישן...

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:01 pm

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:א גוטע היימיש אידיש ווערטערבוך קען עמיצער רעקעמענדירן?

אידיש ווערטער אוצר - א ראטה

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:10 pm

אדמיראל האט געשריבן:שאסיי

אויב איז עס צווישן צוויי שטעט אדער געגנטער קענסטו עס רופן וועג, פארנדיג אויפן וועג צווישן...

שאסיי איז די טייטש פון highway, נישט פאר א שטאטישער גאס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:39 pm

וואס איז מיט "שטראז"? (שטראססע אין דייטש, די ענליכקייט צו "street" איז קענטליך)

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9746
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:41 pm

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:א פלאר פון סימענט אופן גאס הייסט א פאדלאגע?
אדער נאר א פלאר אין א הויז הייסט אזוי?

נאר אין א הויז. אויפן גאס איז עס פשוט'ע צעמענטענע קאלטע ערד

וואס איז טאקע די ווארט פאר ראוד אדער ווי די שטאטישע רופן עס "גאדער" איך דארף א שרייבערישע ווארט נישט "גאס" דאס איז צו פשוט.

סיידוואלק ווייס איך איז טראטואר. וואס טוט זיך מיט די ראוד, די איינציגסטע ווארט וואס איך האב מיך געקענט אפירקראצן איז שטראז און דאס איז דויטש וואס נישט יעדער ווייסט וואס ס'מיינט.

נישטא קיין עכטע ווארט דערפאר, אויסער גאס, שטאטישע גאסן...

שטראז מיינע לכאורה א וועג, ענדערש ווי די הויפט גאס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:10 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נישטא קיין עכטע ווארט דערפאר, אויסער גאס, שטאטישע גאסן...

שטראז מיינע לכאורה א וועג, ענדערש ווי די הויפט גאס.

שטראז קומט דאך פון דייטש 'שטראססע' וואס איז די גענויע טייטש פון ראוד/סטריט

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9746
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:39 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נישטא קיין עכטע ווארט דערפאר, אויסער גאס, שטאטישע גאסן...

שטראז מיינע לכאורה א וועג, ענדערש ווי די הויפט גאס.

שטראז קומט דאך פון דייטש 'שטראססע' וואס איז די גענויע טייטש פון ראוד/סטריט

אמת.

שטראז, גאס, איז די זעלבע זאך. ס'איז נאכאלץ נישט קיין דירעקטער אפטייטש פון די 'גאדער'.

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:47 pm

ווייל 'גאדער' איז נישט די גאס, עס איז די ערשטע פוס אדער צוויי נאכן טראטואר וואו די אפפאל און רעגן וואסער פליסט (ווען עס רעגנט).

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9746
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:56 pm

אדמיראל האט געשריבן:ווייל 'גאדער' איז נישט די גאס, עס איז די ערשטע פוס אדער צוויי נאכן טראטואר וואו די אפפאל און רעגן וואסער פליסט (ווען עס רעגנט).

האט איינער געזאגט מ'זאל שרייבן גאדער? אויף די עצם 'גאס' האט נאך קיינער נישט געטראפן קיין ריכטיגער ערזאץ וואס זאל קלינגען.

לאמיר זען וואס דו קענסט...

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:04 pm

אין אזא פאל טוישט מען דעם זאץ, אז א צווייטע ווארט זאל גוט אריינפאסן.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:44 pm

ווי אזוי זאגט מען ניסן (to sneeze) בלשון עבר?

מסתמא וואלטן רוב מענטשן געזאגט "געניסט". וויינרייך שרייבט "גענאסן"; איינער האט שוין באגעגנט אמאל אזוינס?

און וואס איז מיט'ן זאך-ווארט (a sneeze)? אויף דעם שרייבט ער "נאס".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:13 pm

איז דא א פאסיג ווארט אין אידיש פאר wooden rafts? ("רפסודות" -- אט די מיט וועלכע דער בעל צדקה אין "די חתונה האט געראטעוועט" פלעגט האנדלען.)

אין דייטש איז עס "האלצפלוסע".
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:15 pm

אזוי פלעגט מען דאך אפשיקן דאס האלץ קיין לייפציג..
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

תגובהדורך קִרְיַת חָנָה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:03 pm

גרשון האט געשריבן:איז דא א פאסיג ווארט אין אידיש פאר wooden rafts? ("רפסודות" -- אט די מיט וועלכע דער בעל צדקה אין "די חתונה האט געראטעוועט" פלעגט האנדלען.)

אין דייטש איז עס "האלצפלוסע".


תפארת ישראל ברכות פ"ד מ"ו איז מפרש פלאָס שמשיטין על המים.
הושענא, חנה דוד, הושענא!

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:10 pm

"floß" איז די האכדויטשע ווארט פאר "float", א raft רופט מען אויך "floß" ווייל ס'איז א זאך וואס float, אידיש האט נישט קיין ווארט פאר ביידע פון די (אפשר יידיש האט יא...)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:41 pm

יידיש: וויינרייך טייטשט raft -- דער פּליט, די טראַטווע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 4:29 pm

"דער טראק" אדער "די טראק"?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 5:11 pm

דער לאסט-אויטא. "טראק" איז פאראידישט געווארן ווען שרייבערס האבן אויפגעהערט היטן די זכר/נקיבה/נייטראל כללים, ממילא קען מען נישט זאגן אז ס'געהער דא אדער דארט. פארט וואלט איך מסתמא געשריבן "דער טראק", כאטש איך ווייס נישט פארוואס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט