שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א ה' איז לאו דוקא תימה, נאר א שאלה. ווי מ'זאגט אין אידיש צו/צי.
קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי דאס איז שייך פאר אֵיך?
גערעכט לאו דוקא לשון תימה אבער תימה-שאלה
מזאגט נישט האיך נאר ווען סשטעקט דארט א וואונדער למשל איך האב דיר א טובה געטוען האיך תוכל לגמול רעה תחת טובה, אבער ווען איך פרעגט סתם ווי קום איך א דארט זאגט מען איך מגיעים און נישט האיך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינס האט געשריבן:צו אבער נאר במקום לשון שאלה הנוטה לתמיה
אבער צו קומט נישט דא אריין.
און וואס איז מיט "הבמחנים אם במבצרים" (און נאך אומצאליגע)?
אקעי גערעכט סא לאמיר מסכים זיין אז ה איז א שאלה
נו אויב היאך איז לשון קודש ה איז די שאלה וואס איז פשט פון יאך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך האב נישט אפגעוואנדן וואס דו האסט געזאגט אז היאך איז ארמיש.
איך בין נישט קלאר אין דעם נושא, און איך זוך שוין לאנג א געהעריגער הסבר דערויף, דיינס האט מיר נאר נישט אויסגעזען ריכטיג.
און ווער זאגט אז דער ה' איז בכלל א שימוש?
גערעכט היאך איז די ה נישט קיין שימוש נאר היאך איז אפטיישט פון איך אויף אראמיש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א ה' איז לאו דוקא תימה, נאר א שאלה. ווי מ'זאגט אין אידיש צו/צי.
קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי דאס איז שייך פאר אֵיך?
גערעכט לאו דוקא לשון תימה אבער תימה-שאלה
מזאגט נישט האיך נאר ווען סשטעקט דארט א וואונדער למשל איך האב דיר א טובה געטוען האיך תוכל לגמול רעה תחת טובה, אבער ווען איך פרעגט סתם ווי קום איך א דארט זאגט מען איך מגיעים און נישט האיך
"איך מגיעים" וואלסטו אפשר געזאגט היינט, אין לשה"ק, אבער אין גמרא וואלט געשטאנען אויף דעם פלאץ "האיך/היאך," ס'איז מסתבר אז אז אן א' זאל זיך מתחלף זיין מיט א ה'. איך זע נישט קיין שום חילוק צווישן די צוויי, נאר אז זיי זענען אין אנדערע שפראכן. היכי, ווי אזוי, און אפשר אויך הכי, אזוי, קומען לכאורה פונעם זעלבן שורש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
גרשון האט געשריבן:איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א ה' איז לאו דוקא תימה, נאר א שאלה. ווי מ'זאגט אין אידיש צו/צי.
קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי דאס איז שייך פאר אֵיך?
גערעכט לאו דוקא לשון תימה אבער תימה-שאלה
מזאגט נישט האיך נאר ווען סשטעקט דארט א וואונדער למשל איך האב דיר א טובה געטוען האיך תוכל לגמול רעה תחת טובה, אבער ווען איך פרעגט סתם ווי קום איך א דארט זאגט מען איך מגיעים און נישט האיך
"איך מגיעים" וואלסטו אפשר געזאגט היינט, אין לשה"ק, אבער אין גמרא וואלט געשטאנען אויף דעם פלאץ "האיך/היאך,"
ניין אין גמרא וואלט נאר געשטאנען היאך וואס אין אראמיש איז דאס די אפטייטש פון איך
ברענג מיר א פלאץ אין גמרא וואס אנשטאט איך שטייט האיך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
[offtopic]דער אשכול איז איבער אידיש שרייבן און דער שמועס באלאנגט נישט דא. ביטע מפנה זיין.[/offtopic]
ריכטיג, דער טייטש פון "האיך" דער (אדער אפשר די) מלשון הא (לחמא) און האי
זע למ' שבועות מא. אי אמר ליה האיך אשתבע לי דלא פרעתיך
אדער נדה ג:
http://beta.hebrewbooks.org/shas.aspx?m ... format=pdf
און דער טייטש פון היאך איז ווי אזוי
די משנה אין פאה פ"ה מ"ב
https://www.mechon-mamre.org/b/h/h12.htm
וכי היאך העני הזה מחליף דבר שלא בא ברשותו
זוכענדיג איז געווען אינטערעסאנט צו טרעפן ביידע לשונות אויף איין דף. אין ב"מ דף קטז: אין רש"י ד"ה מכלל זאגט רש"י "דמפולת זו היאך נפלה" (ווי אזוי)
און אין די גמ' ווייטער (אביסל פאר די צווייטע משנה) "ואידך כולהו דהאיך נינהו" (יענער)

אבער אין די ספרים איז מען ווייניגער מקפיד אויף דעם חילוק און מ'שרייבט האיך פאר ווי אזוי.
איין שורה האב איך לגמרי נישט פארשטאנען
וואס האט דער ה' מיט'ן א' אלס פתח?
הסרפד האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען: האיך, אדער היאך?
אין תנ"ך (לשה"ק) וועט שטיין "איך" - אן דעם ה' בכלל. אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח, א שטייגער ווי די נעמען בן עזאי און ינאי (אויך ר' יהודה ברבי אילעאי, ר' שמעון בר יוחאי, ר' דוסתאי, און נאך, כאטש מאנכע זאגן נישט אזוי), אבער "הֵיאַך" שפירט זיך עפעס אינטערעסאנט. דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
לויט וואס איך געדענק, 'היאך' = וויאזוי; 'האיך' = יענעם. אבער כאמור זענען רוב ספרים נישט צו שטארק מקפיד אויף דעם חילוק.
ריכטיג, דער טייטש פון "האיך" דער (אדער אפשר די) מלשון הא (לחמא) און האי
זע למ' שבועות מא. אי אמר ליה האיך אשתבע לי דלא פרעתיך
אדער נדה ג:
להאיך לישנא איכא למרמינהו להני לישני ליכא למרמי ומאי איכא בין האי לישנא להאיך לישנא
http://beta.hebrewbooks.org/shas.aspx?m ... format=pdf
און דער טייטש פון היאך איז ווי אזוי
די משנה אין פאה פ"ה מ"ב
https://www.mechon-mamre.org/b/h/h12.htm
וכי היאך העני הזה מחליף דבר שלא בא ברשותו
זוכענדיג איז געווען אינטערעסאנט צו טרעפן ביידע לשונות אויף איין דף. אין ב"מ דף קטז: אין רש"י ד"ה מכלל זאגט רש"י "דמפולת זו היאך נפלה" (ווי אזוי)
און אין די גמ' ווייטער (אביסל פאר די צווייטע משנה) "ואידך כולהו דהאיך נינהו" (יענער)
http://beta.hebrewbooks.org/shas.aspx?m ... format=pdf
אבער אין די ספרים איז מען ווייניגער מקפיד אויף דעם חילוק און מ'שרייבט האיך פאר ווי אזוי.
גרשון האט געשריבן:דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
איין שורה האב איך לגמרי נישט פארשטאנען
אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט [ווי "איך"] נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח
וואס האט דער ה' מיט'ן א' אלס פתח?
לעצט פארראכטן דורך מיגו אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיגו האט געשריבן:איין שורה האב איך לגמרי נישט פארשטאנעןאויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט [ווי "איך"] נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח
וואס האט דער ה' מיט'ן א' אלס פתח?
כ'האב נישט גענוג קלאר מסביר געווען. דאס איז טאקע אן אנדערער מהלך, וואס איך האב אמאל געהערט פון א מדקדק. לויט דעם איז "האיך" מיט א פתח, און ס'איז טאקע נישט דאס זעלבע ווארט ווי "איך," וואס איז מיט א צירי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איז אויסגעהאלטן גראמאטיש: "ער האט זיך צוגעמאכט די אויגן"? כ'מיין, א מענטש קען נישט זיך צומאכן די אויגן. פילייכט איז בעסער, "ער האט צוגעמאכט די אויגן." אבער כ'מיין אז מ'שרייבט יא אזוי ביי אסאך ווערטער.
ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
ווען מ'ניצט א 12 שעה זייגער, דארף מען זיך מסביר זיין מיט'ן צולייגן AM אדער PM. די טערמינען זענען פארקורצונגען צו די לאטיינישע ווערטער "אַנטע מערידיעם" -- פאר מיטאג -- און "פּאָסט מערידיעם" -- נאך מיטאג.
וואס טוט זיך ווען מ'וויל זיך באציען צו 12:00 אינמיטן נאכט אדער 12:00 מיטאג? בוכשטעבליך קען מען נישט ניצן קיין איינס פון די צוויי טערמינען, זינט מיטאג איז נישט פארמיטאג אדער נאכמיטאג און אינמיטן נאכט איז אייניג אפגערוקט פון מיטאג אין ביידע ריכטונגען. אבער פראקטיש גערעדט פעלט דאך אויס א וועג צו באצייכענען די צייט. אויך ארבעטן היינט רוב זייגערס מיט א קאמפיוטעריזירטן סיסטעם וועלכער פארלאנגט איינס פון די צוויי.
ס'איז למעשה נישט דא קיין אינטערנאציאנאלן קלארן אפמאך וועלכער 12:00 איז AM און וועלכער איז PM. אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע איז איינגעפירט צו ניצן AM פאר אינמיטן נאכט און PM פאר מיטאג. אזוי ערשיינען אויך די תגובות דא אויף אייוועלט.
פאלגנד זענען עטליכע אלטערנאטיוון פאר אזעלכע וואס ווילן זיין קארעקט אדער ווילן מוציא זיין זייערע ליינער מידי ספק:
1. שרייבן "אינמיטן נאכט" אדער "מיטאג" אנשטאט AM און PM.
ווען מ'רעדט פון אינמיטן א ספעציפישער נאכט, קען זיך אבער שאפן א צווייטע צומישעניש איבער וועלכער נאכט מ'רעדט. צב"ש אז מ'שרייבט "דינסטאג אינמיטן נאכט", וועט מען נישט וויסן צי ס'מיינט ווען דער דינסטאג קומט אריין אדער ווען ער גייט ארויס. די עצה דערצו איז צו שרייבן, "אינמיטן נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך," אדער, "אינמיטן נאכט דינסטאג/מיטוואך."
2. ניצן דעם 24 שעה זייגער. איבער דער צווייטער פראבלעם צו באצייכענען די נאכט פון וואס מ'רעדט, שרייבט מען 24:00 אויף דער צייט ווען א טאג ענדיגט זיך, און 0:00 אויף דער צייט ווען דער טאג קומט אריין. צב"ש "דינסטאג 24:00" וועט מיינען אינמיטן נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך, בעת "דינטאג 0:00" וועט מיינען אינמיטן נאכט צווישן מאנטאג און דינסטאג.
3. צולייגן אדער אראפנעמען א מינוט. ווען מ'שרייבט 11:59 אדער 12:01 + AM/PM, וועט נישט בלייבן קיין ספק איבער דער גענויער צייט. און אז מ'לייגט צו דעם טאג, וועט יעדער וויסן ווען דאס איז.
וואס טוט זיך ווען מ'וויל זיך באציען צו 12:00 אינמיטן נאכט אדער 12:00 מיטאג? בוכשטעבליך קען מען נישט ניצן קיין איינס פון די צוויי טערמינען, זינט מיטאג איז נישט פארמיטאג אדער נאכמיטאג און אינמיטן נאכט איז אייניג אפגערוקט פון מיטאג אין ביידע ריכטונגען. אבער פראקטיש גערעדט פעלט דאך אויס א וועג צו באצייכענען די צייט. אויך ארבעטן היינט רוב זייגערס מיט א קאמפיוטעריזירטן סיסטעם וועלכער פארלאנגט איינס פון די צוויי.
ס'איז למעשה נישט דא קיין אינטערנאציאנאלן קלארן אפמאך וועלכער 12:00 איז AM און וועלכער איז PM. אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע איז איינגעפירט צו ניצן AM פאר אינמיטן נאכט און PM פאר מיטאג. אזוי ערשיינען אויך די תגובות דא אויף אייוועלט.
פאלגנד זענען עטליכע אלטערנאטיוון פאר אזעלכע וואס ווילן זיין קארעקט אדער ווילן מוציא זיין זייערע ליינער מידי ספק:
1. שרייבן "אינמיטן נאכט" אדער "מיטאג" אנשטאט AM און PM.
ווען מ'רעדט פון אינמיטן א ספעציפישער נאכט, קען זיך אבער שאפן א צווייטע צומישעניש איבער וועלכער נאכט מ'רעדט. צב"ש אז מ'שרייבט "דינסטאג אינמיטן נאכט", וועט מען נישט וויסן צי ס'מיינט ווען דער דינסטאג קומט אריין אדער ווען ער גייט ארויס. די עצה דערצו איז צו שרייבן, "אינמיטן נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך," אדער, "אינמיטן נאכט דינסטאג/מיטוואך."
2. ניצן דעם 24 שעה זייגער. איבער דער צווייטער פראבלעם צו באצייכענען די נאכט פון וואס מ'רעדט, שרייבט מען 24:00 אויף דער צייט ווען א טאג ענדיגט זיך, און 0:00 אויף דער צייט ווען דער טאג קומט אריין. צב"ש "דינסטאג 24:00" וועט מיינען אינמיטן נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך, בעת "דינטאג 0:00" וועט מיינען אינמיטן נאכט צווישן מאנטאג און דינסטאג.
3. צולייגן אדער אראפנעמען א מינוט. ווען מ'שרייבט 11:59 אדער 12:01 + AM/PM, וועט נישט בלייבן קיין ספק איבער דער גענויער צייט. און אז מ'לייגט צו דעם טאג, וועט יעדער וויסן ווען דאס איז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
טעלעגראף אדער טעלעגראם?
ענטפער: טעלעגראף איז דער נאמען פון דער טעכנאלאגיע. אמאל פלעגט מען שיקן א מעסעדזש דורך טעלעגראף אזוי ווי מ'שיקט היינט דורך אימעיל. מ'קען עס אויך ניצן אין א ווערבליכן פארעם -- טעלעגראפירן. טעלעגראם איז דער געשיקטער מעסעדזש.
איך וועל דיר מודיע זיין דורכ'ן טעלעגראף. איך וועל דיר טעלעגראפירן דאס שנעלסטע וואס מעגליך. ווען דער טעלעגראם קומט אן, טו גלייך וואס דארט שטייט.

בס"ד
- אמאל האט מען אפשר גענוצט טעלעגראף, אבער היינט איז דאס נישט בנמצא צו שרייבן, נאר מ'נוצט טעלעגראם אין יעדן פאל. שרייבן "איך וועל דיר טעלעגראפירן" איז ווי איינער זאל שרייבן "איך וועל דיר טעלעפאנירן" און "זאלסט נעמען מיין קאל." די רישא נוצט מען נישט, די סיפא יא.
- וועגן 12 חצות יום אדער לילה, איז זייער פשוט, "דינסטאג נאכט 12 אזייגער קום איך ענדליך אריין צום רבי'ן..." אין אזא אויסדרוק פארשטייט יעדער אז דאס מיינט דינסטאג נאכט אור ליום ד', קיינער מיינט נישט מ'רעדט פון מאנטאג חצות הלילה, דינסטאג די ערשטע מינוט פארטאגס. אלץ קען מען טרעפן א מהלך דאס צו מאכן קלאר אן דארפן נוצן אזעלכע אלטערנאטיווען ווי "אינמיטן נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך."

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Re: שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
- אמאל האט מען אפשר גענוצט טעלעגראף, אבער היינט איז דאס נישט בנמצא צו שרייבן, נאר מ'נוצט טעלעגראם אין יעדן פאל. שרייבן "איך וועל דיר טעלעגראפירן" איז ווי איינער זאל שרייבן "איך וועל דיר טעלעפאנירן" און "זאלסט נעמען מיין קאל." די רישא נוצט מען נישט, די סיפא יא.
טעלעפאנירן ניצט מען נישט? איך מיין דו זאלסט ליינען מער אידיש. טעלעגראף איז אויך א באקאנט ווארט לכל באי שער אידיש.
אז מ'טרעפט נישט טעלעגראפירן אפט איז נישט קיין סיבה עס נישט צו ניצן; פארקערט, א גוטער שרייבער האט ליב צו מאכן פון זאכווערטער ווערבן און פון ווערבן זאכווערטער. איבערהויפט אז מ'דארף עס נישט מאכן, בלויז זיך אויסלערנען א ווארט וואס פלעגט זיין שטארק בנמצא. מיר זוכן נישט צו מאכן אונזער ארעמע שפראך נאך ארעמער, נאר עס צו בארייכערן.
אז איך שרייב עס דא, איז עס פארשטייט זיך א שטיקל חידוש. עפעס וואס אלע חדר אינגלעך ווייסן דארף איך נישט שרייבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re:
גרשון האט געשריבן:ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: Re:
גרשון האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
https://www.milononline.net/do_search.p ... C%EE%E0%E9
Re: Re:
אפגערעדט האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
https://www.milononline.net/do_search.p ... C%EE%E0%E9
ש'כח. אבער איך האב נישט געפרעגט וואו מ'ניצט עס, נאר דער מקור פונעם ווארט. ס'איז עפעס נישט דקדוק'דיג אין לשה"ק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: Re:
גרשון האט געשריבן:אפגערעדט האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ווייסט עמיצער דער מקור פונעם ווארט "הלמאי"?
https://www.milononline.net/do_search.p ... C%EE%E0%E9
ש'כח. אבער איך האב נישט געפרעגט וואו מ'ניצט עס, נאר דער מקור פונעם ווארט. ס'איז עפעס נישט דקדוק'דיג אין לשה"ק.
איך האב געמיינט צו צייגן אז דארט שטייט אז ס'איז פון ע'ברית ח'דשה (ליידער)
Re: שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
אין דער וואכעדיגער סדרה האבן מיר לֹוג מיט א חולם. איז דא ערגעץ וואו ס'שטייט מיט א מלאפום, אדער ס'איז נאך א פוילער גרייז אין דער לאנגער ליסטע?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm
Re: מדריך לכתיבת לשון הקודש באיכות גבוהה
האם יש לאיזה מהחברים היקרים ידיעה מספר [בוק בלע"ז] שמדריך ומאמן את האדם איך כותבים לשון הקודש [לא 'עיברית'] באיכות גבוהה ומקצועי?
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: מדריך לכתיבת לשון הקודש באיכות גבוהה
ברכה והצלחה האט געשריבן:האם יש לאיזה מהחברים היקרים ידיעה מספר [בוק בלע"ז] שמדריך ומאמן את האדם איך כותבים לשון הקודש [לא 'עיברית'] באיכות גבוהה ומקצועי?
שרייבן איז שווער צו לערנען, דו דארפסט פשוט ליינען אסאך.
(מקצועי איז עברית.)