שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
בענקעל האט געשריבן:געניג אדער גענוג?
א זוך אין אייוועלט האט געגעבען פארשידענע רעזולטאטן.
גענוג.
(ווייסעך נישט וואס פארשידענע מיינט ביי דיר... אבער "גענוג" קומט ארויף מיט איבער 13 אלפים ווען "געניג" האט קוים אלף.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
פעיק נוז האט געשריבן:אונטער אדער אינטער?
"אונטער" איז די טייטש פונעם ענגלישן under; "אינטער" איז די זעלבע ווי אין ענגליש, inter, וואס באדייט עפעס וואס באהעפט אסאך זאכן, אזוי ווי אין "אינטערנאציאנאל."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
גרשון האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:אונטער אדער אינטער?
"אונטער" איז די טייטש פונעם ענגלישן under; "אינטער" איז די זעלבע ווי אין ענגליש, inter, וואס באדייט עפעס וואס באהעפט אסאך זאכן, אזוי ווי אין "אינטערנאציאנאל."
ביזט זיכער אז די צווייטע איז אידיש און נישט אמערידיש?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Think and Thank האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:אונטער אדער אינטער?
"אונטער" איז די טייטש פונעם ענגלישן under; "אינטער" איז די זעלבע ווי אין ענגליש, inter, וואס באדייט עפעס וואס באהעפט אסאך זאכן, אזוי ווי אין "אינטערנאציאנאל."
ביזט זיכער אז די צווייטע איז אידיש און נישט אמערידיש?
יא, ס'איז אידיש. דו האסט אן אנדער ווארט פאר אינטערנאציאנאל?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'ידעך דויטש. סאו וואס איז די האוועמינע אז ענגליש איז דא מער מחותן ווי אידיש? ביידע נעמען אינטערנאציאנאל פון דויטש.
מיינעך אזוי
דויטש? זעט נישט זוי אויס:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך האב אייביג פארשטאנען אז די ווארט 'אינטערנאציאנאל' קומט אויך משרשו פון די ווארט 'אונטער - תחת', ווייל די באדייט פון דעם ווארט איז דאך אזוי ווי 'נישט נאציאנאל' נאר עס איז 'אונטער-נאציאנאל', דהיינו אונטער די צמצום פון נאציאנאל.. קען זיין איך בין נישט גערעכט געווען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
קנאפער ידען האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'ידעך דויטש. סאו וואס איז די האוועמינע אז ענגליש איז דא מער מחותן ווי אידיש? ביידע נעמען אינטערנאציאנאל פון דויטש.
מיינעך אזוי
דויטש? זעט נישט זוי אויס:
די ווארט אינטערנאצינאל איז דייטש, און עס ספעלט זיך אזוי ווי אין ענגליש, מען קען נישט נוצן די כללים פון ענגליש דאס צו באשטימען נאר די כללים פון דייטש, און אין דייטש זאגט מען די ווארט אונטער/תחת 'אָנטער', און מען שרייבט עס 'Unter', סאו לכאורה שרייבט מען יאר 'אונטער'.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
פעיק נוז האט געשריבן:איך האב אייביג פארשטאנען אז די ווארט 'אינטערנאציאנאל' קומט אויך משרשו פון די ווארט 'אונטער - תחת', ווייל די באדייט פון דעם ווארט איז דאך אזוי ווי 'נישט נאציאנאל' נאר עס איז 'אונטער-נאציאנאל', דהיינו אונטער די צמצום פון נאציאנאל.. קען זיין איך בין נישט גערעכט געווען.
פונקט קאפויער. אין ענגליש איז דא א דבר והפיכו אינטערנאציאנאל און אינטראנאציאנאל. אינטער- מיינט צווישן עטליכע, אזוי ווי אינטערסטעיט הייוועי (שאסיי וואס פארבינדט צוויי אדער מער שטאטן), אינטערקאנטינענטאל מיסיל (וואס קען פליען פון איין קאנטינענט צום צווייטן) וכודומה. אינטרא מיינט אינעווייניג (אזוי ווי אינטערנעל). די פעדעראלע רעגירונג האט לויט די קאנסטיטושען נישט קיין שום בעלות אויף אינטראסטעיט האנדל, בלויז אויף אינטערסטעיט האט זי א ווערט.
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פעיק נוז האט געשריבן:איך האב אייביג פארשטאנען אז די ווארט 'אינטערנאציאנאל' קומט אויך משרשו פון די ווארט 'אונטער - תחת', ווייל די באדייט פון דעם ווארט איז דאך אזוי ווי 'נישט נאציאנאל' נאר עס איז 'אונטער-נאציאנאל', דהיינו אונטער די צמצום פון נאציאנאל.. קען זיין איך בין נישט גערעכט געווען.
א שיינע פורים תורה... ס'שטימט אבער נישט אפילו לשיטתך, ווייל ענגליש מיינט עס דאך זיכער א לשון פון באהעפטן (אזוי ווי צענדליגע אנדערע ווערטער אין ענגליש); ס'איז אלזא דא דאס זעלבע ווארט אין אידיש און אין ענגליש און דער מקור איז אנדערש ביי די ביידע?
איבריגס, "אינטער" איז א לעגיטים אידיש ווארט, גלייך ווי אן ענגליש. פינטל. ס'זענען נישט דערביי צוויי מיינונגען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
דאס ווארט "אינטערנאציאנאל" איז במקור לאטייניש/פראנצויזיש, סיי ענגליש און סיי דייטש/אידיש האבן גע'גנב'ט ווערטער פון זיי אין די מאסן.
https://translate.google.com/#view=home ... ernational

ווי אזוי שרייבט מען: האיך, אדער היאך?
אין תנ"ך (לשה"ק) וועט שטיין "איך" - אן דעם ה' בכלל. אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח, א שטייגער ווי די נעמען בן עזאי און ינאי (אויך ר' יהודה ברבי אילעאי, ר' שמעון בר יוחאי, ר' דוסתאי, און נאך, כאטש מאנכע זאגן נישט אזוי), אבער "הֵיאַך" שפירט זיך עפעס אינטערעסאנט. דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
אין תנ"ך (לשה"ק) וועט שטיין "איך" - אן דעם ה' בכלל. אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח, א שטייגער ווי די נעמען בן עזאי און ינאי (אויך ר' יהודה ברבי אילעאי, ר' שמעון בר יוחאי, ר' דוסתאי, און נאך, כאטש מאנכע זאגן נישט אזוי), אבער "הֵיאַך" שפירט זיך עפעס אינטערעסאנט. דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
גרשון האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען: האיך, אדער היאך?
אין תנ"ך (לשה"ק) וועט שטיין "איך" - אן דעם ה' בכלל. אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח, א שטייגער ווי די נעמען בן עזאי און ינאי (אויך ר' יהודה ברבי אילעאי, ר' שמעון בר יוחאי, ר' דוסתאי, און נאך, כאטש מאנכע זאגן נישט אזוי), אבער "הֵיאַך" שפירט זיך עפעס אינטערעסאנט. דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
לויט וואס איך געדענק, 'היאך' = וויאזוי; 'האיך' = יענעם. אבער כאמור זענען רוב ספרים נישט צו שטארק מקפיד אויף דעם חילוק.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:רוב פריערדיגע ספרים שרייבן היאך.
וואו האסטו געטראפן אזא זאך?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:רוב פריערדיגע ספרים שרייבן היאך.
וואו האסטו געטראפן אזא זאך?
געב א סוירטש אין איינע פון די ספרים פראגראמען.
קיינמאל באמערקט דעם ווארט
אבער אין לשון קודש שרייבט מען און זאגט מען נאר האיך
אין אראמיש זאגט מען היאך פאר איך פון לשון קודש
האיך איז איך נאר צוגעלייגט א תימה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8352
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינס האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:רוב פריערדיגע ספרים שרייבן היאך.
וואו האסטו געטראפן אזא זאך?
געב א סוירטש אין איינע פון די ספרים פראגראמען.
קיינמאל באמערקט דעם ווארט
אבער אין לשון קודש שרייבט מען און זאגט מען נאר האיך
אין אראמיש זאגט מען היאך פאר איך פון לשון קודש
האיך איז איך נאר צוגעלייגט א תימה
מסתבר איז 'האיך' דהיינו 'הא איך'
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?