וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

farshlufen האט געשריבן:
חנן האט געשריבן:וואס באדייט די ווארט 'זאגאר'?
זייטס מיר נישט מסביר ווי דאס ווארט קומט אריין ווייל דאס ווייס איך (איך ניץ עס כסדר אין מיינע ארטיקלעך), נאר פונקט די וואך האט איינע פון מיינע רעדאקטארן מיר געפרעגט וואס איז דער ווערטערליכן באדייט פון ווארט און איך בין געבליבן מיט די צונג אינדרויסן... (ס'איז געווען בזיונות. אזוי צו זאגן...) אויב איינער קען מיר דאס איבערטייטשן צו א צווייטער ווארט אין אידיש (כ'בין נישט אזוי גוט אין ענגליש..) וועל איך אים זייער מכיר טובה זיין.

דא איז געווען א שמועס:
viewtopic.php?p=1847974#p1847974

אויבצוואהר, מיר שיינט ווי ס'איז נישט פונקטליך דער טייטש פון "אפילו" נאר ענדליך, ווייל ס'ווערט גענוצט צומאל דארט ווי די ווארט "אפילו" קומט נישט עכט אריין.

קוק למשל אדורך דעם ספר אויף אידיש, ער נוצט דעם ווארט אונאויפהערליך.
https://beta.hebrewbooks.org/36142

ווי ב'קומט אויס פון די אלע שמועסן באדייט דאס 'אפילו', איך ווייס נישט פארוואס אבער ביי מיר אין קאפ קליקט דאס נישט, 'זאגאר' וואלט איך געברויכט דאס אנפרעגן ביי גרויסע לינגוויסטן.. קומט עס נישט דא אריין?! קען זיין כ'מאך א טעות.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"זאגאר" איז דאס דייטשע ווארט פאר "אפילו".
אטעטשמענטס
זאגאר.PNG
זאגאר.PNG (6.13 KiB) געזען 1414 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »


דערוועגן = וועגן דעם
דעריבער = צוליב דעם
אזוי דאכט זיך מיר.
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

און וואס איז דער חילוק צווישן "וועגן דעם" און "צוליב דעם"?
און וואס טוט זיך מיט "דערפאר"? דאס מיינט "פארדעם"? (נישט פארטוישן מיט "פאר דעם" וואס מיינט "לפני זה"). און וואס איז די חילוק צווישן די דריי?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א פערטע פרעפאזיציע אויסוואל איז "איבער" -- איבער דעם.

ס'מוז נישט זיין קיין חילוק, יעדער ניצט די פרעפאזיציעס וואס ער גלייכט, כאטש צומאל איז דער באדייט דער זעלבער. ס'טוישט זיך אויך פון איין תקופה צו דער צווייטער.

דערפאר איז פאר דעם, פונקט ווי דערוועגן איז וועגן דעם. אזוי אויך דעריבער/איבער דעם, דערויף/אויף דעם, דערונטער/אונטער דעם, דערמיט/מיט דעם, דערפון/פון דעם, דערצו/צו דעם, אא"וו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

ר' גרשון, "פאר דעם" (וואס מיינט לפני זה) און "פאר דעם" (וואס מיינט וועגן דעם) שרייבסטו ביידע מיט א ספעיס? איז עס נישט "פאר דעם" און "פארדעם"? אזוי האב איך געמיינט ביז איך האב געזען דיינע ווערטער, מי יבא אחר המלך... (לפי הפסוק קהלת ב, יב)

אינאיינוועגס, וויאזוי זאגט מען "ספעיס" אין אידיש? פלאץ.....? אפשר פונאנדערגעשיידט?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך מאך גראדע יא דעם חילוק -- הגם איך ווייס נישט צי ס'איז ממש א כלל, ס'איז פשוט צו מאכן דעם טעקסט קלארער. נאר דא האב איך עס צעטיילט, כדי צו ווייזן אז ס'איז ענליך צו אלע אנדערע ווערטער אין דער ליסטע.

ספעיס אין אידיש... המממ... דאס איז נאך א דוגמא פון עפעס וואס מ'קען נישט גענוי טייטשן. מ'קען זאגן ליידיג ארט/פלאץ אדער חלל, אבער א "ספעיס" איז א ספעיס...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז דאס מקיף-דתי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יקום פורקן האט געשריבן:ר' גרשון, "פאר דעם" (וואס מיינט לפני זה) און "פאר דעם" (וואס מיינט וועגן דעם) שרייבסטו ביידע מיט א ספעיס? איז עס נישט "פאר דעם" און "פארדעם"? אזוי האב איך געמיינט ביז איך האב געזען דיינע ווערטער, מי יבא אחר המלך... (לפי הפסוק קהלת ב, יב)

אינאיינוועגס, וויאזוי זאגט מען "ספעיס" אין אידיש? פלאץ.....? אפשר פונאנדערגעשיידט?

אסאך שרייבן 'בעפאר דעם', מ'זאל וויסן דעם חילוק צווישן before און for.

חוץ ווען מ'שרייבט דערפאר אדער פארדעם.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

וואס באדייט 'אזש' וואס גייט געווענליך פאר אז?

"דער קאר האט זיך אזוי שנעל אפגעשטעלט אזש אז יעדער איז געפלויגן פאראויס"
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

עד כדי כך

דאס ווארט 'אז' אין דיין משל איז איבריג.
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

ש'כח

איך געדענק נישט ליינען (געווענליך אין די שטערן וכדו') אזש אָן דעם אז דערנאך

----

יעצט באמערקט אין די גלאק (Jan 2021) בלאט 142:

"די אמעריקאנער אידישע גאס איז דאן געווען בדיוטא התחתונה, אזש די קהילה האט אים געגעבן די שטעלע אָן פרעגן אסאך קשיות"
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

קינטר איהר מוטטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

"יאהרצייט פאן מיינע ערסטע קנטר איהר מוטטער . . יארצייט פאן מיינע צווייטע קינטר איהר מוטטער".

וואס איז דאס א "קינטר איהר מוטטער"?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

וואס מיינט "הארעפאשנע"?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יהודה א. האט געשריבן:וואס מיינט "הארעפאשנע"?

toiling, איינער וואס ארבעט איבער די כוחות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

וואס מיינט "משטיינס געזאגט"?
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

יישר כח ר' גרשון!

נאך א ווארט: וואס מיינט "זאכלעך"?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יהודה א. האט געשריבן:יישר כח ר' גרשון!

נאך א ווארט: וואס מיינט "זאכלעך"?

צום זאך. מיט אינהאלט. תוכן'דיג.

קומט דאכט-זיך 'זאכליך'
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

"משטיינס געזאגט" נוצט מען אזויווי אין א שמועס 'בקיצור' / 'אין אנדערע ווערטער'.

עפעס אזוי. ר' גרשון וועט זיכער קענען בעסער מסביר'ן.
יהודה א.
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 10:18 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה א. »

יישר כח!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

משטיינס געזאגט.PNG
משטיינס געזאגט.PNG (38.03 KiB) געזען 1058 מאל


זע אויך דא פון ידידינו @אנעים זמירות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

"אזוי צו זאגן" - דאכציך.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

יוסי געשטעטנער איז לעצטנס ביזי אין 'מאמענט' מיט 'מ'שטיינס געזאגט' אז ער וויסט נישט וואס ס'מיינט, איז קען אים איינער א טובה טון און אריינשיקן די שמועס הנ''ל, [אויב האט ער עס נאכנישט געזען..].
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

קען איינער מיר מסביר זיין וואס איז דער פונקטליכער באדייט פון 'זילטש' און פון ווי קומט די ווארט?
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

חנן האט געשריבן:קען איינער מיר מסביר זיין וואס איז דער פונקטליכער באדייט פון 'זילטש' און פון ווי קומט די ווארט?

@גרשון -שר הגראמאטיק והדוקדוק קום אריין קלאר
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”